זעלישע אינספיראציע.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

זעלישע אינספיראציע.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ס'איז היינט א וועלט פון זעלישע אינספיראציע, אינג און אלט, חסידים ליטווישע, ארימע און רייכע, יעדער איז אין א ווילדער געיעג פאר זעלישע אינספעראציע, מ'לויפט צו אלערליי באטורבאנטע-באבאס פאר מיסטישע ראט און נישט געשטויגענע פאראויסגעזאגעכצער. מ'ווייקט זיך אין די קאטשאניו פון הצדיק רבי אלימלך בידערמאן זאל געזונט זיין, מ'פארט פראווען שבתים אין טייערע לוקסוריעזע האטעלן וואו מ'פלעגט זיך די געפילען פון בארימטע מוח שווענקער וואס זעטיגען עטוואס די עמאציאנעלע גייסט, מ'האלט זיך אונטער פון כריזמאטישע הומאריסטן, מ'פראוועט מוזיקאלישע פארברענגן אויף לוקסוריעזע יאכטן. און מיט דעם אלעס דרייט מען זיך נאך אלס ארום מיט א אראפגעלאזטע נאז. מ'איז נישט צופרידן פון זיך זעלבסט, מ'לעכצעט צו עפעס און מ'ווייסט נישט צו וואס, ס'איז קאלעמוטנע אויפן הארץ ס'איז טריב אויף די געוויסן...
דאס איז זיכער א דאס אלעס איז אמאל נישט געווען. אינעם ליכטיגן אמאל זענען מענטשען געווען א סאך מער גייסטיש שטערקער, מ'האט געלעבט מיט אמונה און מחשבה, און מיט דעם האט זיך דערהאלטן אין אלערליי סיטואציעס, מענטשען האבן געהאט פול מער גייסטישע אינהאלט ווי היינט. יעדער האט געלעבט פאר זיך און נישט פאר יענעם, די געזעלשאַפטליכער לעבן אין וועלכע מיר לעבן היינט האט דאן נישט עקזעסטירט, און זיכער נישט די ווירטאלע געזעלשאַפטליכער קאמיוניקאציע, דאס האט פול צוגעגעבן צום רואיגקייט פון לעבן, דאס אנגעוויזנקייט פאר זעלישע אינספעראציע איז געווען א מינומאלע, מ'האט זיך באגנוגט מיטן תהילים און מיטן חובת הלבבות, און אזוי איז בייגעקומען אלע שוועריקייטן.
די פראגע איז, וואס האט זיך פלוצלונג געטוישט? ווער און וואס איז שולדיג אין די גייסטישע איבערקערעניש וואס האט פאסירט ביי אונז? היטלער? טעכנעלאגיע? די נאטור פון די מענטשהייט האט זיך מיט עפעס געטוישט? קען מען עפעס טאן צוריק צוברענגן דעם ליכטיגן אמאל?[/justify]
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך מיין אז ס'האט אסאך צוטוהן מיט דאס אז די אלע זעלישע אינספירירער, וועלכע האבן אומאנטוויקלטע טאלאנטן, האבן נישט קיין געהעריגע דזאבס, און זיי זענען עס די וואס פאבריצירן די פארלאנג.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

איך ווייס צו פארלאנגען ספיריטואלע פולפילמענט איז א חוצפה, פארוואס איז דאס א חוצפה ? ווייל וואס איז דען יעדנ'ס אינדיווידואלן ווילן נוגע, עס איז דא אן אויסגעטרעטענעם וועג וואס פאר די אלט טיימערס איז ניטאמאל עולה על הדעת אז ס'שייך אנדרעש, אבער נישט געזארגט די טאלאנפולע וועלן שוין טרעפן א וועג צו מאכן פרנסה און שאפן מאכט אינערהאלב די סיסטעם, יא די מלכות החסידות איז אן אויסגעטראטענעם וועג פון חסידות אבער איז אויך א פאליטישע מאוומענט, פאטשן פאטשט מען זיך אין בויך און מען לעבט אין אילוזיע אז מען שטרעבט פאר קיום החסידות ווען און אמת'ן שטרעבט מען פאר א שטארקע פאליטישע מאוומענט על טהרת החסידות. ווען איינער שפירט אבער דעם חלל און איז מהסס זיך אנצירופן אויף דאן איז אוועקגעלייגט א גאנצער זאפאס פון אפשפעטעריי, שולדיגס געפילן וואפן בשעת ווען דער וואס וועקט זיך אויף איז ממילא א לייכטער ציל ווייל די סיסטעם האט אים געלייגט אין טשעק אז ער זאל נישט פארוואנדערן צו ווייט.
רוחניותדיגע סיפוק, וואס א חוצפה
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אל תאמר מה היה שהימים הראשונים היו טובים מאלה, אין צייט פונעם בעש"ט זענען אויך געווען גענוג מענטשן וועלכע האבן זיך נישט באגענוגט מיט'ן תהלים פרעפלען, נאר א דאנק זיי איז די חסידות מאוומענט בכלל צושטאנד געקומען.

מה שהיה הוא שיהיה, ואין כל חדש תחת השמש. די זעלבע סארט מענטשן וואס זענען בשעתו צוגעצויגן געווארן צום בעש"ט, זיי גייען היינט צו ר' מיילעך, היסטאריע שפילט זיך איבער.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אל תאמר מה היה שהימים הראשונים היו טובים מאלה, אין צייט פונעם בעש"ט זענען אויך געווען גענוג מענטשן וועלכע האבן זיך נישט באגענוגט מיט'ן תהלים פרעפלען, נאר א דאנק זיי איז די חסידות מאוומענט בכלל צושטאנד געקומען.

מה שהיה הוא שיהיה, ואין כל חדש תחת השמש. די זעלבע סארט מענטשן וואס זענען בשעתו צוגעצויגן געווארן צום בעש"ט, זיי גייען היינט צו ר' מיילעך, היסטאריע שפילט זיך איבער.

די זעלבע איז אויך די flip side. די זעלבע סארט מענטשען וואס האבן אונטער געדריקט די עמך יודען אמאל, זיי זענען היינט די מנהיגי הקהילות און דריקען אונטער דאס פאלק כשנים קדמוניות.

אין כל חדש וגו'...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

וואלווי האט געשריבן:

איר שפירט זיך אונטערדרוקט?

אז יא, טיט נישט גארנישט איבערצוקומען די טיראנישע אונטערגעדרוקטקייט פון די באהערדע, נאר פארט צו עפעס אן לוקסוריעזע האטעל וואו מ'וועט אייך פלעגן די געפילן.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קאך_לעפל האט געשריבן:

פרוביר אויס א סקי רעסארט-ספא-קאסינא-באר ענד קלאב וכו' וכו'. ס'איז אינספירעישינאל, מ'פילט זיך אסאך בעסער. וועסט אפילו פארגעסען פון קאווע שטיבל...

וואס מאכסט זיך נער'יש. די לימאנוב'ער לוקסוס רייזעס פון די נדיבים בעם צו "מקומות הקדושים" געב איך דיך נאך רעכט אז ס'איז אנגעפרעסענע ענטערטעינמענט, וואס בד"וו, איז גארנישט ראנג, ווייל דו אדער אנדערע, טוען דאס די וואך פון ל"ג בעומר מיט א טייערע נסיעה צו ר' "שמעון'ען", וואס איז לויטער לוקסוס, ווייל there is no way אז א בלאט גמ' אינדערהיים אדער די טויזענטערס פון א ל"ג בעומר נסיעה וואס וואלט געקענט פארטיילט ווערען פאר ארימלייט אינדערהיים, זאל ווייניגער בוקע רקיעים זיין אדער פועל'ן סיי וועלעכע ישועה, ווי א נסיעה צו ר"שמעון'ן", עיין בתלמוד בבלי, תורה מגני ומצלא בעידנא דעסיק בה ובעידנא דלא עסיק בה, אדער הנותן סלע זו לצדקה ע"מ שיחי' בני וכו' ועוד כהנה רבות בחז"ל.

אבער אינספירעישינאל דרשות און חבורות, פארוואס מאכסטו דאס אוועק? פארשטייט זיך ס'דא שטותים פון א יעדע צווייטע שמויגער אויף סאשעל מידיא, אבער בדרך כלל נוטיגט זיך די ציבור און פערסאנעל אינספירעישאן וואס די עסטעבלישמענט דעליווערט נישט. געווענטליך, וועט די ערענסטע אינספירעישאן צום סוף פירן צו מער תהלים און חובת הלבבות ווי די ליידיגע ב"ש פון די עסטעבלישמענט האט געפירט ביז יעצט.

So the proof is in the pudding
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

כ'מאך גארנישט אוועק.

כ'מיין א יעדער איז ביי די מיינונג אז זעלישע אינספיראציע איז א נייע ערשיינונג, ס'איז אמאל נישט געווען. מיין פראגע, וואס האט זיך פלוצלונג געטוישט, פארוואס אמאל האט זיך געפאדערט בלויז מינומאלע זעלישע אינספיראציע, און היינט וויפול באקומט איז נאך אלס נישט גענוג. דער נאז זעצט ווייטער פאר צו קוקן אויפן הארץ...
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קאך_לעפל האט געשריבן:כ'מאך גארנישט אוועק.

כ'מיין א יעדער איז ביי די מיינונג אז זעלישע אינספיראציע איז א נייע ערשיינונג, ס'איז אמאל נישט געווען. מיין פראגע, וואס האט זיך פלוצלונג געטוישט, פארוואס אמאל האט זיך געפאדערט בלויז מינומאלע זעלישע אינספיראציע, און היינט וויפול באקומט איז נאך אלס נישט גענוג. דער נאז זעצט ווייטער פאר צו קוקן אויפן הארץ...

פשטות איז די אינספירעישאן געקומען פון גוטע אידען וואס זענען נישט געהיידזשעקט געווען פון א קהלי'שע סיסטעם, נאר זענען געווען פערסאנעל און דיירעקט צום פאלק. די חסידישע קהלישע סיסטעם איז דער ונהפוך הוא פון חסידות, וואס האט געדארפט דינען אלס א פערסאנעל אינספירעישאן צום פאלק, א קעגן די לעק אוו אינספירעישאן פון די מתנג'דישע קהל. ביזדערווייל, מיט די יארן, ספעציעל די לעצטע יארן, איז חסידות געווארן קהל מיט elite standards, היפך פון די כוונה.

ממילא איז נישט קיין ווינדער אז יודישע קינדער זאלען אין די לעצטע יארן זיכען עפעס מער אוטענטיש ווי קהל'ישע סיסטעם'ס. יא, מ'ווארעמט אן דאס הארץ פון עניבאדי וואס רעדט דיירעקט, לאפוקי פון די אלע וואס רעדן פון טריקענע פארצייטישע בחינות. ווארימע שמועסן וואס זענען מחזק (נישט, באגראבן, קרי... ) יודען מיט זייער טאג טעגליכע לעבן פועל'ט אסאך טיפער, און צום סוף זענען דע יודען די סארט וואס וועלען עווענטואלי צירוק גיין צו יסודות'דיגע מיטעלען ווי תורה ותפילה, חוץ פון נאר די וואס זענען געווען גענוג זאט פון די עסטעבלישמענט יודישקייט, וועט מען יעצט פארדינען נאך מער "אינספייערד" יודען, ערליך, אפגעהיטען, תוכן'דיג, און ווארעם צו יודישקייט.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

גוטע פונקט.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

נהורא נפישא האט געשריבן:איך ווייס צו פארלאנגען ספיריטואלע פולפילמענט איז א חוצפה, פארוואס איז דאס א חוצפה ? ווייל וואס איז דען יעדנ'ס אינדיווידואלן ווילן נוגע, עס איז דא אן אויסגעטרעטענעם וועג וואס פאר די אלט טיימערס איז ניטאמאל עולה על הדעת אז ס'שייך אנדרעש, אבער נישט געזארגט די טאלאנפולע וועלן שוין טרעפן א וועג צו מאכן פרנסה און שאפן מאכט אינערהאלב די סיסטעם, יא די מלכות החסידות איז אן אויסגעטראטענעם וועג פון חסידות אבער איז אויך א פאליטישע מאוומענט, פאטשן פאטשט מען זיך אין בויך און מען לעבט אין אילוזיע אז מען שטרעבט פאר קיום החסידות ווען און אמת'ן שטרעבט מען פאר א שטארקע פאליטישע מאוומענט על טהרת החסידות. ווען איינער שפירט אבער דעם חלל און איז מהסס זיך אנצירופן אויף דאן איז אוועקגעלייגט א גאנצער זאפאס פון אפשפעטעריי, שולדיגס געפילן וואפן בשעת ווען דער וואס וועקט זיך אויף איז ממילא א לייכטער ציל ווייל די סיסטעם האט אים געלייגט אין טשעק אז ער זאל נישט פארוואנדערן צו ווייט.
רוחניותדיגע סיפוק, וואס א חוצפה

דער פאליטישע כח ווערט אפשר שוואכער אבער דער שאף זעלבסט קומט נישט אן אינערגעץ. דער אומוויסענהייט און ווידערשפעניקייט בלייבט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

שליחה דורך זאפטיג »

דער פאקט איז אבער אז אסאך מענטשן און נישט דווקא אידן זוכן היינט אן אמת'יע SPIRITUAL EXPERIENCE
דעס האט גארנישט מיט רעליגיע חסידות וכו'
חסידות היינט געבט גארנישט פארן זעל כאטש פאר דער גוף איז עס יא וויכטיג צי געהערן ערגעץ מוסדות פארן קינדער שידוכים וכו'
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עמוס ח':

הנה ימים באים נאום ה', והשלחתי רעב בארץ. לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דברי ה'.
וירח ה' את ריח הניחוח
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שמעקעדיג האט געשריבן:עמוס ח':

הנה ימים באים נאום ה', והשלחתי רעב בארץ. לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דברי ה'.

מה זה דבר השם?

און נאך איז שווער, לא רעב ללחם ולא צמא למים, די ווייסט פילייכט וואס פאר א גראנדיעזע פרעסעריי און זויפעריי ס'הערשט ביי די לשמוע דבר השם מאנסטיפעציעס?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

.
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

שליחה דורך זאפטיג »

קאך_לעפל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:עמוס ח':

הנה ימים באים נאום ה', והשלחתי רעב בארץ. לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דברי ה'.

מה זה דבר השם?

און נאך איז שווער, לא רעב ללחם ולא צמא למים, די ווייסט פילייכט וואס פאר א גראנדיעזע פרעסעריי און זויפעריי ס'הערשט ביי די לשמוע דבר השם מאנסטיפעציעס?

קאךלעפל: איך קען פערזענליך גוים וואס זוכן דבר ה' אן א גראנדיעזע פרעסעריי און זויפעריי
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

כמה סיבות
קודם, אמאל האט דער עולם נישט געהאט אזויפיל איבריג געלט צו שפענדן אויף שוואילטאג (קרעדיט קארדס האבן נאכנישט עקזיסטירט) און אפילו דער וואס האט עס יא געקענט עפארדן, איז עס פשוט נישט געווען אין סטייל. אויך איז די היימישע געמיינדע באשטאנען פון סאך קלענערע נאמבערס און ס'געווען שווערער צאמצונעמען הונדרעט מענטשן וואס זאלן זיין אינטערעסירט צו גיין פונקט די שבת און הערן פונקט דער בעל דרשן און פונקט אויף די טאפיק. היינט מיט די ריבוי עם איז דא גענוג מענטשן פאר יעדע געלעגענהייט.
אבער חוץ מזה, האט אמאל יעדער געהאט א רבי, רב ביי וועם מ'האט זיך געווארעמט און געשטילט די דורשט פון די נשמה. כמעט יעדע שול האט געהאט אן ערענסטע רב וואס האט משפיע געווען לבני קהילתו. היינט זענען דא טויזענטע מענטשן וואס הערן נישט קיין אידיש ווארט ווי גרויס די יאר איז און מ'איז מער אפען פאר דברי חיזוק והתעוררות ובפרט ווען מ'הערט עס פון איינער וואס איז דאון טו אירטה.
פארשפארט