הלכות בגדי צניעות
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
הלכות בגדי צניעות
די ענין פון צניעות, ספעציעל ביי בגדי נשים איז זייער פארנעפעלט, ביז די לעצטע אחרונים האב איך נישט געטראפן ארום רעדן וועגן דעם, נאר וועגן וואס הייסט א ערוה לגבי קריאת שמע, ברכות, וכדו', און כיסו ראש לנשים נשואות, אבער כמעט נישט וואס א פרוי דארף טראגן סתם אזוי אינמיטן טאג.
איך האב שוין לאנג געוואלט עפענען א אשכול ווי מ'זאל קענען מלבן זיין וואס פונקטליך איז הלכה, וואס איז בגדר מנהג, און וואס איז בגדר השקפה, אויב אזא זאך עקזעסטירט בכלל, שוין דא אזוי פיל אשכולות וועגן סיעמס, מכנסיים, שייטלעך, און נאך, איך וויל אז דא זאל מען אויסשמועסן די זאכן מיט א ברייטקייט, מקורות, און דיונים, לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא. ווער ס'האט ידיעות זאל זיך ביטע נישט שעמען.

- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
אוי איז דאס א וויכטיגע נושא.
ווען כהאב געלערנט דיין ויכח מיט קווארטי איבער מכנסיים פאר נשים האב געשפירט אז מען דארף אן אשכול אויף צניעת.
מען דארף געדענקען סאיז א איד'ס פרנסה ,
דער וואס פרינט די קולקורא'ס און קלעבט זיי אויף די לייט שטאנגען קען ארויס גיין פין ביזנעס.
ספיציעל יעצט אלול תשרי איז דאס די זאך וואס וועט אונז מזכה זיין בדין.
למעשה צניעות איז פשט ווי מער אוועקנעמען די טעם פין פרעמדע (אייגענע) מענער, און וכל המרבה הרי זה משובח?
לכוארה פארוואס נישט? איי פארוואס גייען מיר נישט אינגאנצען באדעקט ווי די אראבער? ווארט אויס נאך אפאר יאר וועט מען בעז''ה גיין אזוי.
וואס איז דען די חסרון?
ווען כהאב געלערנט דיין ויכח מיט קווארטי איבער מכנסיים פאר נשים האב געשפירט אז מען דארף אן אשכול אויף צניעת.
מען דארף געדענקען סאיז א איד'ס פרנסה ,
דער וואס פרינט די קולקורא'ס און קלעבט זיי אויף די לייט שטאנגען קען ארויס גיין פין ביזנעס.
ספיציעל יעצט אלול תשרי איז דאס די זאך וואס וועט אונז מזכה זיין בדין.
למעשה צניעות איז פשט ווי מער אוועקנעמען די טעם פין פרעמדע (אייגענע) מענער, און וכל המרבה הרי זה משובח?
לכוארה פארוואס נישט? איי פארוואס גייען מיר נישט אינגאנצען באדעקט ווי די אראבער? ווארט אויס נאך אפאר יאר וועט מען בעז''ה גיין אזוי.
וואס איז דען די חסרון?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:שכויך יאנקל, קיינמאל נישט געהערט פון דעם ספר, וואס זאגט ער דארט בקיצור, וואס איז זיין פוינט?
אז דו לינקסט דערצו גלייב איך נישט אז ס'גייט אין סטייל פון דע בוך פון פאלק, וואס האט בעיסיקלי צאמגענומען אלע חומרות, צוגעלייגט נופח משלו און ארויסגעגעבן א ליקוט ווי אזוי יעדע אידישע טאכטער ברויך צו גיין.
לויט'ן איבערזיכט אויף עמעזאן זעט דעם ספר אויס צו זיין א דירעקטע קריטיק אויף ר' פאלק'ס עקסטרעמע מהלך.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
שכויך יאנקל פארן עס שיקן, דא האט איר.
קאמפרעסט אויף דאונצולאודן
אדער צו ליינען אנליין.
http://freepdfhosting.com/3637dbd864.pdf
קאמפרעסט אויף דאונצולאודן
אדער צו ליינען אנליין.
http://freepdfhosting.com/3637dbd864.pdf
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך פארשטיי אז מען רעדט דא פון "בגדי" צניעות,
אבער אין דעם PDF קונטרס הנ"ל וואס איך האב אקארשט אראפ געלאודעט, רעדט ער ארום פון דעם ענין "קול באשה ערוה".
וויל איך פאר א מינוט מאכן א הפסק, און פרעגן מיין שאלה.
מיר ווייסן אז קול באשה ערוה, אבער עס זענען פאראן אזעלכע וואס זענען מחמיר, אז אויב א פרוי שפילט אויף א אינסטרומענט, אפילו א קיבאורד איז עס אויך א ערוה!
ווען איך האב עס געהערט צום ערשטן מאל האב איך געלאכט, ווי קומט דא אריין ערוה? ס'איז דאך די זעלבע קול/סאונד ווי א מאן שפילט דערויף?
אבער איך האב געזעהן אז עס איז פאראן א דין ודברים דערוועגן. דער נטעי גבריאל דוכט זיך איז מקיל, אנדערע זענען נישט אזוי רואיג.
וואס איז פשט? האט איינער אמאל געזעהן וואס איז דער ענין דערפון?

וירח ה' את ריח הניחוח
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
יידל האט געשריבן:ס'איז א פלא עצומה וואס דו זאגטס, ווייל ווי באקאנט שטייט דאך אין מדרש(?) אז מרים אחות משה ואהרן האט נישט געזינגן כדי נישט מכשיל צו זיין די אידן מיט קול אשה און דערפאר האבן זיי געהאקט מיט די תופים, איז דאך משמע אז זייער מוזיק מעג מען יא הערן?
פון ווי נעמסטו אז תופים האט א דין פון מוזיק? אין די ימי הספירה וימי בין המצרים איז מותר צו האקן מיט א דראם כאטש מוזיק איז אסור.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
משה געציל האט געשריבן:יידל האט געשריבן:ס'איז א פלא עצומה וואס דו זאגטס, ווייל ווי באקאנט שטייט דאך אין מדרש(?) אז מרים אחות משה ואהרן האט נישט געזינגן כדי נישט מכשיל צו זיין די אידן מיט קול אשה און דערפאר האבן זיי געהאקט מיט די תופים, איז דאך משמע אז זייער מוזיק מעג מען יא הערן?
פון ווי נעמסטו אז תופים האט א דין פון מוזיק? אין די ימי הספירה וימי בין המצרים איז מותר צו האקן מיט א דראם כאטש מוזיק איז אסור.
פון ווי נעמסטו אז אין די ימי הספירה וימי בין המצרים איז מוזיק אסור מער ווי האקן מיט א דראם?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:05 am
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:יאנקל, קאווע שטיבל אינמיטן די נאכט ווירבלט, ווען דו האסט ארויפגעשטעלט די לינק צו עמעזאן איז נאך געווען 4 ביכער אין סטאק, יעצט איז שוין נאר דא איינס.
מיר האבן טאקע זיך איינגעהאנדעלט א קאפיע פון דעם ספר אזוי אז בעזרת השי"ת וועלן מיר קענען דא פסק'ענען דיע אלע שאלות חמורות וואס קומען אויפ'ן טיש טאג טעגליך.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- נאך א פשט
- ידיד השטיבל
- הודעות: 218
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
לענ"ד, די ערשטע זאך צו פארשטיין איז אז בגדי צניעות מיסודו איז אן attitude, א צוגאנג צום יודישען פרוי'ס לעבן. די פרטי דינים איז נאר ווי מען רופט דאס 'די טעקניקאל דיטעילס'. אנדערש ווי כמעט אלע אנדערע הלכות וואס די פרטי הלכות זענען די יסוד הדבר אליינס.
יעצט צו ענטפערען געפילטע פיש'ס קשיא פארוואס ביז די לעצטיגע אחרונים זעהט מען נישט מען זאל דן זיין אין די פרטי דינים, אויף דעם איז די תירוץ 'אזוי ווי גוי'שט זיך אזוי יודיש'ט זיך'. ווילאנג די גוים זענען געגאנגן נארמאל אנגעטון און אלע פרויען זענען געגאנגען לאנגע ברייטע קליידער איז פאר א יודישע פרוי האט מען דעדארפט זאגן נאר צוויי זאכן, נישט גיין מיט קיין רויטע קליידער און נישט לאזן א טפח מגולה. אבער אזוי ווי אין די גוישע וועלט פרובירט מען ווי ווייניגער זיין אנגעטון, און ליידער כאפט זיך דאס אריבער אינעם יודישן וועלט אז מען וויל נאר גיין די מינימום וואס מען "מיז", ממילא מיזן די רבנים דן זיין בכל פרטיה ודקדוקיה אויף יעדע איינציגסטע בגד וואס, ווי, און וויפיל.

The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
ביזט גערעכט אז פאר צוויי הונדערט יאר צוריק איז מען אין יוראפ געגאנגען מער צוגעדעקט ווי היינט, אבער קענסט נישט זאגן דעם כלל אויף אלע תקופות אויף אלע מקומות ווי אידן האבן געוואוינט. זייט די רענעסאנז עפאכע ביז נאך די אכצען יארהונדערט איז געווען נארמאל אין חלקים פון יוראפ צו גיין מיט אויפגעדעקטע ברוסטן, אפילו די קעניגן פון ענגלאנד מארי די צווייטע אין די זעבעצענסטע סענטרי איז אויך געגאנגען אזוי.
אלזא, אפגעפרעגט.
אלזא, אפגעפרעגט.
- נאך א פשט
- ידיד השטיבל
- הודעות: 218
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:ביזט גערעכט אז פאר צוויי הונדערט יאר צוריק איז מען אין יוראפ געגאנגען מער צוגעדעקט ווי היינט, אבער קענסט נישט זאגן דעם כלל אויף אלע תקופות אויף אלע מקומות ווי אידן האבן געוואוינט. זייט די רענעסאנז עפאכע ביז נאך די אכצען יארהונדערט איז געווען נארמאל אין חלקים פון יוראפ צו גיין מיט אויפגעדעקטע ברוסטן, אפילו די קעניגן פון ענגלאנד מארי די צווייטע אין די זעבעצענסטע סענטרי איז אויך געגאנגען אזוי.
אלזא, אפגעפרעגט.
איך קען נישט די פונקטליכע היסטאריע פון פרויערישע קליידער, אבער מיין השערה איז אז די אלע זאכן פאלן אינטער די כלל פון טפח מגולה, משא"כ די היינטיגע SKIRTS וואס קומען אהן נאר ביז אונטער (איבער?) די קניען, אדער די דורכזיכטיגע שטרימפ וכו' וכו' וכו'.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
יאנקל האט געשריבן:אז מ'רעדט פון דער השפעה פון דער סביבה אויף די מושגים פון צניעות, איז אינטערעסאנט וואס איך האב לעצטנס געזען ווי איינער איז מסביר פארוואס גרויסע אויערינגלעך וכדומה זענען נישט צניעות'דיג. ער זאגט מילתא בטעמא, מיר ווייסן דאך אז בתקופת המקרא זענען אידישע טעכטער געגאנגען מיט נאז-רינגלעך - אז זאך וואס יעדער "פארשטייט" אז אויב איינער זאל עס היינט גיין וועט עס נישט זיין צניעות'דיג, דאס זעלבע זענען דא זאכן וואס אן ערליכער איד פארשטייט אליין אז היינט איז עס נישט צניעות'דיג.
ס'איז אן אמת'ע נקודה. אבער דאס איז א מאדערנער קאנצעפט וואס פאסט נישט פאר קיין חרדי'שער איד צו זאגן. ווייל איינמאל מ'איז מודה אז צניעות איז תלוי אין דעם זמן און מקום דארף מען אויך מודה זיין אז דריי-פערטל פון צניעות "הלכות" וואס מ'פראפאגאנדירט היינט איז מער נישט אקטועל.
די מילתא בטעמא ווערט געברענגט דורך הרב פאלק אין זיין "עוז והדר לבושה", עמ' 56. הרב ש. פון אן די מיין ליין האט אפאר יאר צוריק געשריבן איבער דעם פאראדאכסאלישער געדאנק.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- נאך א פשט
- ידיד השטיבל
- הודעות: 218
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
יאנקל האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:זייט די רענעסאנז עפאכע ביז נאך די אכצען יארהונדערט איז געווען נארמאל אין חלקים פון יוראפ צו גיין מיט אויפגעדעקטע ברוסטן, אפילו די קעניגן פון ענגלאנד מארי די צווייטע אין די זעבעצענסטע סענטרי איז אויך געגאנגען אזוי.
אלזא, אפגעפרעגט.
שווער צו זאגן אז עס איז געווען "נארמאל", אבער יא, מער אנגענומען ווי היינט.
אז מ'רעדט פון דער השפעה פון דער סביבה אויף די מושגים פון צניעות, איז אינטערעסאנט וואס איך האב לעצטנס געזען ווי איינער איז מסביר פארוואס גרויסע אויערינגלעך וכדומה זענען נישט צניעות'דיג. ער זאגט מילתא בטעמא, מיר ווייסן דאך אז בתקופת המקרא זענען אידישע טעכטער געגאנגען מיט נאז-רינגלעך - אז זאך וואס יעדער "פארשטייט" אז אויב איינער זאל עס היינט גיין וועט עס נישט זיין צניעות'דיג, דאס זעלבע זענען דא זאכן וואס אן ערליכער איד פארשטייט אליין אז היינט איז עס נישט צניעות'דיג.
ס'איז אן אמת'ע נקודה. אבער דאס איז א מאדערנער קאנצעפט וואס פאסט נישט פאר קיין חרדי'שער איד צו זאגן. ווייל איינמאל מ'איז מודה אז צניעות איז תלוי אין דעם זמן און מקום דארף מען אויך מודה זיין אז דריי-פערטל פון צניעות "הלכות" וואס מ'פראפאגאנדירט היינט איז מער נישט אקטועל.
איך בין הונדרעט פראצענט מסכים אז עס איז דא הלכות פון צניעות וואס זענען נישט אקטועל היינט, אבער עס איז א טו וועי סטריט, מען דארף מקיל זיין אין די זאכן וואס זענען שוין נישט אקטועל אבער זייער מחמיר זיין אין וואס איז יא אקטועל, און די חלק איז די גרעסערע העלפט וואס לדאבונינו רוב מענטשען האבן עס אוועקגעלייגט אויף אפיקומן.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
יאנקל האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:זייט די רענעסאנז עפאכע ביז נאך די אכצען יארהונדערט איז געווען נארמאל אין חלקים פון יוראפ צו גיין מיט אויפגעדעקטע ברוסטן, אפילו די קעניגן פון ענגלאנד מארי די צווייטע אין די זעבעצענסטע סענטרי איז אויך געגאנגען אזוי.
אלזא, אפגעפרעגט.
שווער צו זאגן אז עס איז געווען "נארמאל", אבער יא, מער אנגענומען ווי היינט.
אין געוויסע פלעצער איז יא געווען "נארמאל", ספעציעל אין די אריסטאקראטישע און אפפער קלאס סביבות.
יאנקל האט געשריבן:אז מ'רעדט פון דער השפעה פון דער סביבה אויף די מושגים פון צניעות, איז אינטערעסאנט וואס איך האב לעצטנס געזען ווי איינער איז מסביר פארוואס גרויסע אויערינגלעך וכדומה זענען נישט צניעות'דיג. ער זאגט מילתא בטעמא, מיר ווייסן דאך אז בתקופת המקרא זענען אידישע טעכטער געגאנגען מיט נאז-רינגלעך - אז זאך וואס יעדער "פארשטייט" אז אויב איינער זאל עס היינט גיין וועט עס נישט זיין צניעות'דיג, דאס זעלבע זענען דא זאכן וואס אן ערליכער איד פארשטייט אליין אז היינט איז עס נישט צניעות'דיג.
ס'איז אן אמת'ע נקודה. אבער דאס איז א מאדערנער קאנצעפט וואס פאסט נישט פאר קיין חרדי'שער איד צו זאגן. ווייל איינמאל מ'איז מודה אז צניעות איז תלוי אין דעם זמן און מקום דארף מען אויך מודה זיין אז דריי-פערטל פון צניעות "הלכות" וואס מ'פראפאגאנדירט היינט איז מער נישט אקטועל.
ווער דארף "פארשטיין? ביי יעדע מענטש ווי ער פארשטייט?
נאך א פשט האט געשריבן:איך קען נישט די פונקטליכע היסטאריע פון פרויערישע קליידער, אבער מיין השערה איז אז די אלע זאכן פאלן אינטער די כלל פון טפח מגולה, משא"כ די היינטיגע SKIRTS וואס קומען אהן נאר ביז אונטער (איבער?) די קניען, אדער די דורכזיכטיגע שטרימפ וכו' וכו' וכו'.
א נעקליין וואס קומט אן ביז אונטער די ברוסטען איז אביסל מער ווי א טפח, פונקט פארקערט, אויב עפעס איז די סקורט וואס קומט אן פונקט ביזן קני וייניגער אויפגעדעקט. דורכזיכטיגע שטרימפ איז א פרשה פאר זיך, קודם לאמיר עסטעבלישן אז מ'דארף בכלל גיין שטרימפ אונטער די קני (ע"פ הלכה).