בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

gribeve i think
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אין שטאט צאנז ארבעט מען היינט בכלל נישט.

ערנסט גערעדט, מוסד חסד לאברהם איז היינט פארמאכט אזוי ווי אלע אנדערע חדרים?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

איך אויך האט געשריבן:ישראל שטערן זאגט כסדר: אין ירושלים האט מען אויסגערופן א ביטול מלאכה ביי די לויה פון ר' יוסף חיים זאנענפעלד אבער מען האט נישט אויסגערופן דערנאך מען זאל צוריק גיין ארבייטן...

אלזא דארף מען זעהן אז דער צאנזער גאון (וועלכע איז דאס?) זאל אונז לאזן וויסן ווען מען קען צוריק אנהייבן.

ווייסט נישט? ס'שטייט דארט געשריבען, דער גאון און דער קדוש!

הגה"ק, ס'איז אמאל א שווערע ראשי תיבות...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין שטאט צאנז ארבעט מען היינט בכלל נישט.

ערנסט גערעדט, מוסד חסד לאברהם איז היינט פארמאכט אזוי ווי אלע אנדערע חדרים?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הפה שהתיר הוא הפה שאסר...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

ראשעקאל האט געשריבן:קאסובע רבי גייט זאגען א הספד אין זיין שול היינט נאכט 9 אזייגער

אזוי גייט אויך רעדן במשך הימים:
רבי מיילעך בידערמאן
רבי צבי מאיר זילבערבערג
רבי מאטיל זילבער
און דעם צערווילדערטע 'מחנך נפלא' ליש

און נאך וואס האבן שטארק ליב דעם מייק... סטעידש... און תנועות ידיהם...
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

וואס הערט זיך מיטן תמונה אחרונה?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאך_לעפל האט געשריבן:וועלכע חברה קדישא פירט אן מיט די טהרה?

לכאורה וויזניץ.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאך לעפל טענהט אז טאהשער רבי זצ״ל איז גארנישט געוועהן אינדערהיים. הגם איך האב געהערט פון א איד וואס האט געוואוינט אין טאהש אונגארן (ר... גובנער ז״ל) אז ער איז שוין דאן געוועהן פארופן אלץ א גרויסע צדיק. אבער גערעכט איז קאך לעפל אז ער האט קוים געהאט מזומן דארט. איך מיין והוא הדין מיט ר׳ ישעילע קערעסטירער. זעהט זיך אויס אז אמאל ווערט א צדיק גרויס נאכן פטירה. ווער ווייסט צי אין הונדערט יאהר ארום וועט הענגן די בילד פון הרב יונגרייז- די ניקלישבורגער רבי פון וואודבאורן אויף אלע דזשאב-סייטס... ער געבט אויך צועסן פאר הונגעריגע אידן... נישט לאנג צוריק איז ער געוועהן א שומרים מעמבער. היינט רופט מען אים שוין הקדוש... נישט אז איך האב עפעס קעגן אים... נאר פון טיילן עסען פאר אידן ביז ווערן א רשכבה״ג מיט מופתים איז...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פאליציי שאצט 65,000 מענטשן
לכאורה די גרעסטע לויה וואס בארא פארק האט אמאל געזעהן
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

חתם סופר האט געשריבן:פאליציי שאצט 65,000 מענטשן
לכאורה די גרעסטע לויה וואס בארא פארק האט אמאל געזעהן

זוכער אזוי, מ'האט דאך נישט געקענט ארבייטן, וואס איז דען געווען צו טאן?
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

Shut the hell up already
אמת ויציב ונכון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2018 6:52 pm
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך אמת ויציב ונכון »

קאך לעפל וואס ביסטו אזוי בייז? אז די וועלט האט אים געהאלטן פאר א גרעסערע צדיק ווי דיין רעבע די תחת אהרן?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אמת ויציב ונכון האט געשריבן:קאך לעפל וואס ביסטו אזוי בייז? אז די וועלט האט אים געהאלטן פאר א גרעסערע צדיק ווי דיין רעבע די תחת אהרן?

כ'האף אז די ערווארטס נישט קיין ענטפער...

אלענפאלס, צוריק צום נושא, ווען קומט די מיטה אן קיין מאנסי?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלופי אלפי ישראל
און דאס איז נאר אויף 14 עוועניו
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]אין בארא פארק האט געוואוינט א שטילע אידל וואס האט געשטאמט פונעם זעלבער גובערניע פון ניר-טאהש אין אונגארן. דער איד האט נאך גאר גוט געדעקט דעם רבי אלימלך פון טאהש ז''ל, דער זיידע פונעם פריערדיגער טאהשער רבין ז''ל. עטליכע יאר צוריק ווען דער איד איז צום באדויערן נפטר געווארן, האבן די הויכראנגיגע טאהשע פראפאגאנדע מיניסטארן אפגעאטעמט מיט א קענטליכער פארלייכטערונג... נעמליך, די טאהשע פראפאגאנדע מיניסטארן האבן אומאויפהערליך געארבייט אויפצובויען א בילד ווי דער רבי אלימלך טאהשער ז''ל איז געווען א געטליכער שרף, א סבא קדישא, א שר בית הזוהר, אד''ג. ווען אין די ווירקליכקייט איז ער בלויז געווען א פיינער אונגאריש אידל באקליידעט מיט א טינקעלער דריי פערטעל רעקל, וואס פלעגט צו גיין שנארן פאר אידנסוועגן און פאר זיך. בלויז פורים האט ער געהאט עטוואס מער ווי מזומן ביי זיין טיש. דער אידל וואס האט דאס נאך גוט געדענקט און ער פלעגט דאס נאכאנאנד פארציילן פאר די יונגערע גענעראציעס. די טאהשע פראפאגאנדע מיניסטארן האבן אים דערפאר געוואלט פארציקן, ווייל די ווירקליכע געשיכטעס פון דעם איד איז געווען אין אין אַ שאַרפֿן קאָנטראַסט מיט זייער פארפירשע פראפאגאנדע.

די גמרא זאגט אין ראש השנה: שקולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלוקינו. יעדען שטיק צייט ווערט כלל ישראל באשאנקן מיט א פרישער שריפת בית אלוקינו, די פארפירשע פראפאגאנדע מאשין ארבייט אומערמידלעך צו פארטושן די מוחות פון די מענטשהייט. געלט גייציגע פארשוינען אונטערגעשלאגן מיט אייגענע דורכגעפוילטע אינטערסן, באנוצן זיך מיט פארפירשע פראפאגאנדע צו פארוואנדלן געוויסע ערליכע אידן פאר אפגעטער. און אויב עמיצער טראכט ראציאנאל און קומט צו זיינע אייגענע אויספירן, צו די מיתת צדיקים איז טאקע כשריפת בית אלוקינו צו נישט, ווערט ער באלד פארשריגן דורך די אלעס-גלייביגער געמיינדע אלס א געמיינער צדיקים אפלאכער. די גרעסטע צדיקים אפלאכער זענען באשיינפערליך בלויז די פראפאגאנדע מיניסטארן וועלכע טרייבן קאטאוועס פון די מענטשהייט.

די סקולענע פראפאגאנדע מיניסטארן באגענוגן זיך נישט בלויז מיט א כשריפת בית אלוקינו פראקאלאמאציע, נאר זיי גייען נאך א שטאפל ווייטער. זיי דרייען אן א ביטול מלאכה און א גראנדיעזער גרידלאק אין גאנץ בארא פארק. זיי גרייטן זיך צו פארקריפלן א גאנצע שטאט און פאראורזאכן קאפוויי און ביטול תורה פאר שווערע טויזענטער אומשולדיגע מענטשן צוליב זייער זעלבסט-דעקלערטער שריפת בית אלוקינו. פאר די הייפעלע סקולענע חסידים איז היינט גאר א טראגישער טאג, זיי האבן פארלוירן זייער קרוין פון קאפ, און כלל ישראל פילט מיט מיט זייער אונסטערלישער ווייטאג. אבער גיוואלד און געשריגן וואס וויל מען פון אונזער לעבן האבן, מיר זענען נישט אונטערגעווארפן אונטער די סקולענע פראפאגאנדע מאשין, ביי אונז איז דער הסתלקות פונעם סקולענער צדיק ז''ל הכ''מ נישט מער ווי א פארלוסט פון נאך א ערליכער איד אין ברוקלין, מיר זעען נישט קיין שום שריפת בית אלוקינו היינט מער ווי א צווייטער טאג, און מיך נויטיגן זיך אינגאנצן נישט אין קיין ביטול מלאכה און קיין אומגעבעטענע גרידלאק, וואס ווילן די סקולענע פראפאגאנדע מיניסטארן פון די אומשולדיגע איינוואוינער פון בארא פארק?[/justify]

וואס וועט אפשטעלן די שטירן אפפאל [קאך לעפל נוסח] פון דיזן ארוני?

ס'איז אים געוויס שווער צו פארשטיין, אז א מענטש וואס האט נישט פארמאגן קיין זעקס טויזנט קעפיגע פערדישע געמיינדע וואס ענטפערן מעעעהה פאר יעדן גרעפץ פון זייער מנהיג הבירה פון קרית דשארדזש, און האט זיך נישט צושלאגן מיט אזויפיל מענטשן אין זיין לעבן, און האט זיך נישט מתחצף געווען צו עלטערע און קלוגערע און ערליכערע פון אים אין זיין לעבן, און האט זיך מכניע געווען און משפיל געווען און אפילו זיך אראפגעלאזט צום נידעריגן דרגה פון זיין כ"קער אדמער כדי אויפצוטון פאר אידישקייט, און האט קיינמאל נישט געפירט מערכות כדי צו קענען משמיע זיין זיין מורא'דיגן דעת וחכמה ותבונה ווי דער מטה אהרן פון מאנרא, אזא איינער קען פארט זיין נערץ ונקדש ביי אזויפיל אידן אין די וועלט.

ביים פארקאכטן לעפל וואס מישט צואה און איינגעמאכץ, איז א סתירה צו זיין א שטילער צוריקגעצויגענער איד וואס געוועלטיגט נישט און ווילדעוועט נישט, און פארט זיין א מנהיג ישראל. ביי אים מיינט א מנהיג ישראל וויפיל פלייש און ציינער קייען קרעפלעך שבועות אין גרויסמעדרעש (קרעדיט, בלאט), ווען ביי רוב כלל ישראל מיינט עס א דמות פון אן אויסגעארבעטע איד וואס לעבט אין זיינע ד' אמות ומשם תצא דבר ה' לישראל.

פראפעגאנדע מיינט נישט אז מיר האבן א באשעפעניש וואס בא לקלל ונמצא גאר - "ברך", א איד וואס האט געשאלטן און באזינגען מענטשן מיט טיטלען פון עמלק ביז מאמע-געגאנגען-אזשוי, פון ממזר ביז שייגעץ-איאויס, אט דער מקלל אויף וועם מ'האט ארויפגעלייגט דעם סתירה'דיגן טיטל 'ברך' משה, אט ער איז נישט קיין פראדוקט פון פראפאגאנדע. ער איז א נאטירליכע ממשיך פון זיין פעטער, א רועה ישראל, א צדיק נשגב, א פועל ישועות. דאס אז ער איז געווען אזא פשטן ווי ר' מיילעך טאשער פארן קריג (הגם ר' מיילעך טאשער איז קיין רגזן, מקלל, שולט טעראר, בעל מחלוקת - "נישט" געווען), מאכט אים נישט פאר א נארישע יעקער און פלעינע מענטש נאר פארקערט גאר ס'איז מוסיף קרעדיביליטי פון א עניו און פשטן. פראפעגאנדע איז נישט צו נעמען א מענטש וואס האט באוויזן צו נעמען די שענסטע חסידות אין אמעריקע און עס אריינפירן אין באד. פראפאגענדע איז נישט צו דערציילן מופתים פון א מענטש וואס האט געזאגט אויף זיין אייניקל, המיועד להיות אדמו"ר ממאנרא, "ער איז נישט געמאכט פון גומי" וד"ל. דאס אלעס איז נישט קיין פראפעגאנדע ח"ו.

דער צדיק פון מאנרא וואס קען יאמערן הושענא רבה, און במשך צוואנציג יאר האט ער געקענט מאכן אומצאליגע אידן יאמערן צוליב זיין פאסקודנע מעשים, רשעות און טעראר, גראביאנישע לשונות של גנאי. דער קדוש וטהור ומנהיגן של ישראל וואס קען פראווען דערהויבענע שבת אין מירון אן קיין שום פראפעגאנדע ח"ו, אבער קען אויך באשמוצן די גרעסטע צדיקים וואס אמעריקע האט געזען. דער לב הארי וואס פירט מערכות שמים, אבער זיינע מערכות הארץ האבן אים געפירט אין די ערד אריין אין תש"ס. דער הייליגער גרויסער אלמעכטיגער אומגעבעטענער וועלטס פארזארגערישער בעל דרשן וואס גאנץ יהדות החרדית והקונסרביתיבית וויל הערן וואס דער פי האתון האט צו זאגן, און ווערן נבהל ונשתומם יעדעס מאל פון פריש וויפיל חכמה דער פארזעעניש, דער בצלאל בן אורי בן חור למטה טייטלבוים האט באקומען. אט דער מלאך אלוקים ליידט כאלילע נישט פון קיין פראפעגאנדע סינדראם כלל וכלל.

ס'זאל קיינער נישט דמיונ'ען פאר א רגע אז דער בלאט, דער אומאפהענגיקער ארטאדאסישער שופר פארן גאנצן אלטוועלטליכער אידנטום, האט דאס מינדסטע שייכות מיטן ווארט פראפאגאנדע. א צייטונג וואס איז באשאפן געווארן פאר אלעס אין די וועלט חוץ ופון פראפאגענדע. אן ארויסגערופענע צייטונג וואס זוכט אמת און נאר אמת, און אדאנק דעם שטייט דער חצר פון אמת מיטן צדיק אמת אינעם מקום האמת נאכן אמת'ן פראסק וואס ער האט געכאפט אין תש"ס.

איר ווייסט וואו ס'איז דא פראפעגענדע? אין סקולען.

אין ב"פ זיצן צוויי קדושי עליון מיט פראפאגאנדע מיניסטארן, סקולען און גריבוב. כ'ווייס נישט פארוואס, אבער סקולען האט עפעס בעסערע פראפאגענדע מיניסטארן ווי גריבוב און וועגן דעם איז די וועלט געפאלן פארן סקולענער פשוטער איד. און שיער פארגעסן, אצינד גייט זיך אנהייבן א פראפגאנדע מינסטאריום אין ראכמיסטריווקע, ווייל ס'איז אוממעגליך אז כלל ישראל האט א גוטע שמעק, און אנדעם וואס זיי זאלן האבן אסאך פלייש אין די הייליגע מוסדות פונעם רעבין זאלן זיי פארט האלטן אז דער איד איז א קדוש עליון.

סאו לאמיר קלארשטעלן איינמאל פאר אלעמאל: ר' שלאמקע זווילער, ריבניצער, סקולען, און נאך אידן וואס האבן נישט געזוכט קיין פלייש און מוסדוסקדושעם, זיי זענען א שטיק פראפאגענדע. וויזשניץ, סלאנים, באיאן, קלוזנבורג און סטאלין וואס האבן קיינמאל נישט געעפנט קיין צייטונג, מוזן אויך ערגעץ וואו ליידן פון פראפגעאנדע. אבער סאטמאר, א חסידות וואס איז מיסודות באזירט אויף כמות אנשטאט איכות, אויף פלייש אנשטאט ערנסטע מענטשן, אויף גבירים אנשטאט ת"ח (וואס דער קלויזנבורגער האט גע'ירשנ'ט), דארט איז עס נישט קיין פראפגעאנדע ווייל ער ווייזט פאקטיש וואס מיינט א רועה ישראל = א גרויסע נהימה פון קיען וואס בעקען נאך דעם זעלבן מעה ווי זייער קדוש פון מאנרא. סאטמאר, א חסידות וואס האט די ערשטע געעפנט אן אייגענעם צייטונג, דערנאך א צווייטע, און דערנאך א דריטע וואס איז באזירט אויף זייערע שטיות (שיטות בלעז), דאס איז ח"ו נישט קיין פראפעגאנדע.

איר ווייסט וואו ס'איז דא פראפעגאנדע?

יאפס, איר ווייסט שוין:
אין סקולען!

אבער דער עיקר? נישט פארגעסן ח"ו די דברות קודש פונעם רבי'ן, אז:
מ'קומט אהיים נאך א שווערע טאג ארבייט, דער הונגער נאגט, דער מאגען פאדערט דאס זייניגער. דער טיר פון הויז שפארלט זיך אויף, און א אנגענעמענע גרוך פארפילט די גאנצע לופט, אזש די סלינע פן מויל הייבט אן רינען. די פיינע פרישע פאשיטלעך שווימען זיך אזוי שיין ארום אינעם אויל, און דער ברוינער קאליר דעקט ביסלעכווייז איבער דעם פאשיטעל, מ'קען זיך נישט דערווארטן צו פארזוכן פון די פיינע נארהאפטיגע געפרעגלטע פאשיטלעך.

----
איך ערווארט אן אטאקע פון #שטירן-אפפאל.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ארי כ'האב נאך נישט עספיעט צו ליינען דיין געמויזעכס, ס'זעט מיר עפעס אויס ווי די שעלטס אויף הייוון. כל הכבוד. אבער פארוואס אין דיזער אשכול? דא איז דער ארט ווי מ'רעדט פון די גרעסטע לוויה אין די גאנצע וועלט. און פונעם צדיק פון סקולען. מאך אויף א באזונדערע אשכול און לאז דיך הערן כיד השם הטובה עליך...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

רבי ארי נוהם, אקוראשט אפגעלייענט. זייער שיין, קלאר צו דער זאך, און הערליך ווי אלעמאל. כה לחי!

יישר כוח.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ארי נוהם האט געשריבן:

WOW

ווער שעלט ?..........
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

זייט נישט ברוגז ר' ארי הרה"ק דער סאטמאר רב ז"ל הברך משה זי"ע האט אויפגעטון פאר'ן רבון עלם ועלמיא אלף פעמים ככה ווי דעם סקולענע רבין ז"ל איך בין נישט זיכער אז דער סקולענע רבי וואלט געקענט איבערטראגן אזא חוצפהדיגע רעוואלט וואס דער סאטמאר רב האט געהאט פון זיינע מחרחרי ריב (פארשטייט זיך ווען די רבי האט געטון וואס ער דארף כדאי צו האלטן סאטמאר גאנץ האט זיך אנגעהויבן די קראקאדיל אשת פוטיפר טרערן ואין כאן מקום להאריך ווייל דער עולם השקר איז גרויס) און מיט דעם אלעם האט ער אהער געשטעלט א לגיון של מלך פון טויזענטער טויזענטער ערליכע אידן ובניהם ובני בניהם עד ביאת המשיח

און די זעלבע דער סאטמאר רב שליט"א בעל לב אהרן איז פון די זעלטענע צדיקים ומנהיגים אין היינטיגן דור ואין להאריך משום אפם כי עז פון געוויסע דא וואס קומט רויעך מאפם ווען מען רעדט פון דעם צדיק ונפש נקי

סקולענע רבי ז"ל איז באמת געווען א ערליכע איד געדינט השי"ת באמת ובתם לב אריינגעשיינט אין אידישע הערצער מקרב געווען לבבות ישראל לאביהם שבשמים געווען א דמות פון א איד וואס האט מקיים געווען 24 שעה דעם שויתי ד' לנגדי תמיד געפירט מערכות שמים מיט א אמת ענותן ושפל ברך לא מחזיק לנפשי' טיבותא געווען א שטיק פייער און א שטיק אמת זיין ליבן שמייכל צו יעדן איד כרחם אב על בנו וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן ווערן און מ'קען נאך אסאך מאריך זיין במדריגותיו פון דעם צדיק ער איז נישט געשטאנען אין קיינעםס וועג און קיינער נישט אין זיינס

פארט איז געווען א פראפעגאנדע ארום אים ודי בזה
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

גאנצל האט געשריבן:זייט נישט ברוגז ר' ארי הרה"ק דער סאטמאר רב ז"ל הברך משה זי"ע האט אויפגעטון פאר'ן רבון עלם ועלמיא אלף פעמים ככה ווי דעם סקולענע רבין ז"ל איך בין נישט זיכער אז דער סקולענע רבי וואלט געקענט איבערטראגן אזא חוצפהדיגע רעוואלט וואס דער סאטמאר רב האט געהאט פון זיינע מחרחרי ריב און מיט דעם אלעם האט ער אהער געשטעלט א לגיון של מלך פון טויזענטער טויזענטער ערליכע אידן ובניהם ובני בניהם עד ביאת המשיח

סקולענע רבי ז"ל איז באמת געווען א ערליכע איד געדינט השי"ת באמת ובתם לב אריינגעשיינט אין אידישע הערצער מקרב געווען לבבות ישראל לאביהם שבשמים געווען א דמות פון א איד וואס האט מקיים געווען 24 שעה דעם שויתי ד' לנגדי תמיד געפירט מערכות שמים מיט א אמת ענותן ושפל ברך לא מחזיק לנפשי' טיבותא געווען א שטיק פייער און א שטיק אמת זיין ליבן שמייכל צו יעדן איד כרחם אב על בנו וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן ווערן ועוד ועוד

פארט איז געווען א פראפעגאנדע ארום אים ודי בזה

דער ברך משה גלייכסטו צו סקלענער רבי זצ״ל? געוועהן גרעסער? ר׳ יואליש יא אבער דער ברך??? וואס האט ער געטוהן פאר אידשקייט פונקטליך? פאר אנדערע אידן? גארנישט! דריי א קאפ פאר דיין באבע'ן. ער האט גארנישט געטוהן פאר אידישקייט און פאר אנדערע אידן. ער האט געפאַקט געלט אין טאש אריין פאר זיך! וואס פארא צוגלייך בכלל צו סקלענער רבי??? טוה מיר א טובה. קיינער אין די סיגוטער גזע האט גארנישט געטוהן פאר אידישקייט אויסער ר׳ יואליש. קענסט האקן וויפל לאטקעס דו ווילסט אבער אונז קענען גוט די היסטאריע... סאיז ניטמאל גוט פאר א וויץ...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט

שליחה דורך אונטער חכם »

ארי נוהם האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:דער בצלאל בן אורי בן חור למטה טייטלבוים .

זאגסט זייער גוט , אבער וואס האסטו קעגן בצלאל?

[emoji23]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

די סקולענע אנהענגער און פראפאגאנדיסטן זענען שרעקליך בייז אויף סאטמאר, צוליב דעם וואס דער סאטמארע רבי האט נישט געוואלט אנטייל נעמען אינעם גראנדיעזער הכתרה צו קרוינען דעם צדיק פון סקולען אז צדיק הדור ביים אונטערנעט אסיפה.
זייערע שימפערייען און שעלטרייען זענען העכסט נאטורליך, און די רעאקציע פונעם סאטמאר-האסער און שעלטער רבי ארי נוהם איז אויסשליסליך יא אין פלאץ.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ארי נוהם'ס אטאקע איז העכסט פארשטענדליך נאך דיין אטאקע, אבער דיין פריעדיגע אטאקע האב איך פשוט נישט פארשטאנען ביז יעצט, ווען דו האסט אויפגעוויקלט דיין אלטע ווייטאג ווען דיין רבי האט ענק אויסגעשלאסן פון כלל ישראל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איסר האטלקי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארשפארט