בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

אמת ויציב ונכון האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
אמת ויציב ונכון האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:זייט נישט ברוגז ר' ארי הרה"ק דער סאטמאר רב ז"ל הברך משה זי"ע האט אויפגעטון פאר'ן רבון עלם ועלמיא אלף פעמים ככה ווי דעם סקולענע רבין ז"ל איך בין נישט זיכער אז דער סקולענע רבי וואלט געקענט איבערטראגן אזא חוצפהדיגע רעוואלט וואס דער סאטמאר רב האט געהאט פון זיינע מחרחרי ריב (פארשטייט זיך ווען די רבי האט געטון וואס ער דארף כדאי צו האלטן סאטמאר גאנץ האט זיך אנגעהויבן די קראקאדיל אשת פוטיפר טרערן ואין כאן מקום להאריך ווייל דער עולם השקר איז גרויס) און מיט דעם אלעם האט ער אהער געשטעלט א לגיון של מלך פון טויזענטער טויזענטער ערליכע אידן ובניהם ובני בניהם עד ביאת המשיח

און די זעלבע דער סאטמאר רב שליט"א בעל לב אהרן איז פון די זעלטענע צדיקים ומנהיגים אין היינטיגן דור ואין להאריך משום אפם כי עז פון געוויסע דא וואס קומט רויעך מאפם ווען מען רעדט פון דעם צדיק ונפש נקי

סקולענע רבי ז"ל איז באמת געווען א ערליכע איד געדינט השי"ת באמת ובתם לב אריינגעשיינט אין אידישע הערצער מקרב געווען לבבות ישראל לאביהם שבשמים געווען א דמות פון א איד וואס האט מקיים געווען 24 שעה דעם שויתי ד' לנגדי תמיד געפירט מערכות שמים מיט א אמת ענותן ושפל ברך לא מחזיק לנפשי' טיבותא געווען א שטיק פייער און א שטיק אמת זיין ליבן שמייכל צו יעדן איד כרחם אב על בנו וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן ווערן און מ'קען נאך אסאך מאריך זיין במדריגותיו פון דעם צדיק ער איז נישט געשטאנען אין קיינעםס וועג און קיינער נישט אין זיינס

פארט איז געווען א פראפעגאנדע ארום אים ודי בזה


איך ווייס נישט צו סאיז אזוי גלייך צו שמייכלען ווען מדארף מתאבל זיין על האי צדיק וקדוש. אבער דעי פאר תמימותדיגע ווערטער אויפן תחת אהרן. "זעלטענע צדיקים. צדיק ונפש נקי" האט געקאסט א שיין שמייכעל מילד גערעדט...... קוקט אויס פארדעים האלטן ענק נישט סקולענע רבין פאר א צדיק ווייל ביי ענק האט צדיק א גאר אנדערע דעפינישען....


איך פארגין דיר דיין שמייכל..... מיט פארגעניגן.
איך קוק נאר אן דיין צדיקל שוין נאכדעים וואס עטץ האטס מלחמה געהאלטן מיט'ן רבין ז"ל אז קיינער איז נישט ראוי איבערצונעמען דעם פעטער זענט איר געבליבען מיט דעם גרעסטן לאו לייוו נו פרעג איך אייך אויב איר שמייכלט וואס זאלן שוין סאטמארע אידן טון......

אז מ'רעדט פון סקולען איז טאקע כדאי אנצוצייגן אז דער סקולענע רבי זצ"ל איז ארויסגעקומען פון ב"פ , זיך מטריח געווען בטירחא דגופא קיין קר"י נאר איבער צו שמועסן מיט סאטמאר רב שליט"א בנוגע שיטתו בנוגע כינוס כלל ישראל און סקולענע רבי האט מחשיב געווען דעם סאטמאר רב שליט"א אז ער האלט אן דרכי מרן הדברי יואל זי"ע


הער אויף דעיס גייט שוין אריין און ערענסטע הוללת. ער איז געפארן קיין פאלם טרי איבער צו שמועסן זיין שיטה? די ביסט עכט קורצקעפיג אדער מאכסטעך? ער איז געפארן וויינען צו אים ער זאל מיטשטיין מיט כלל ישראל....... און אז די שרייבסט אויף מיין רבין לאו לייף איז נאר א קאמפלימענט נאכדעים וואס אין ענקער דיקשענערי מיינען דעי מינע זאכן פונקט קאפויער...... און מלחמה געהאלטן מיטן רבין די ברך משה זי"ע האבן לפי ידיעתי די פאלם טריע שוואנצאנעם......


זאגסט ער איז געקומען וויינען צו אים ..... אויך גוט

אבער לפי ידיעתי איז נישט געווען קיין שום געוויין נאר... סקולענע רבי זצ"ל מיט יבדל לחיים ווינע רב מיט ר' מלכיאל קוטלער האט זיער געבאדערט אז די סאטמארע קהלה קומט נישט צום כינוס ובפרט סאטמאר רב וואס פירט שוין א מערכה מיט די אינטערנעט זינט די קאמפיוטער עפאכע אין תשנח איז שוין דא דרשות פון אים האבן זיי געוואלט הערן חות דעת קדשו פ"וו ער איז זיך נישט משתתף
סאטמאר רב האט זייער שיין מסביר געווען פאר די דערהויבענע דעלעגאציע אין שפיץ פון סקולענע רבי זצ"ל, אז די פעטער זצ"ל וואלט זיך אין אזא פלאץ נישט משתתף געווען משום כמה טעמים איבערהויפט וועגן די ענגלישע דרשות און נאך וואס סקולענע רבי זצ"ל האט מיט זיין שטענדיגן הייליגן שמייכל מסכים געווען אז אי הכי איז די רבי גערעכט אז סאטמאר באלאנגט נישט דארט
ווינע רב האט פראבירט צו זאגן אז הוראת שעה און אין אזא פאל וואלט אפשר דער דברי יואל זיך יא משתתף געווען אבער למעשה האט סאטמאר רב אנגעוויזן פאר ווינע רב אז ער איז זיך טועה בדא ווינע רב איז געבליבען מיט א טענה בלבו זינט דאן אויף סאטמאר רב שליט"א וואס פאפא רב שליט"א האט שוין אויף דעם געזאגט א גוט ווארט אין א אנדערע פאל אה איר רעדט פון הכרת הטוב איך האב געמיינט דאס איז שם שמים זאכן וואס יעדער האט שיטתו איבער דעם סקולענע רבי האט אבער יא פארשטאנען דעם סאטמאר רב און די הערצה פון סקולענע רבי צום סאטמאר רב איז טאקע געווען להפליא ווי מ'זעיט אויפ'ן בילד אין פאלם ספרינגס די אהבה צוויישן זיי צוויי

עכ"פ אזוי צו אזוי איז דאס א שיינע זאך צו פארציילן אין אזא היינטיגע טאג
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

גאנצל האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
איבער דעם סקולענע רבי האט אבער יא פארשטאנען דעם סאטמאר רב און די הערצה פון סקולענע רבי צום סאטמאר רב איז טאקע געווען להפליא ווי מ'זעיט אויפ'ן בילד אין פאלם ספרינגס די אהבה צוויישן זיי צוויי


איך האב בילדער ווי סקולענע רבי טאנצט אויף מיין חתונה האסט געדארפט זעהן די הערצה וואס ער האט געהאט צו מיר...

:lol: :lol: :lol:

פוסטע פראפעגאנדע! מ'זעהט גארנישט אויף קיין שום בילד!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס פארדריין היסטאריא איז געוואלדיג. מ׳איז געגאנגען הערן זיין מיינונג!!! מ׳האט יעדעם געוואלט, אפילו סאטמאר. און וויבאלד סאטמארער פקחים פאלגען דער מטה אהרן, איז מען געגאנגען איהם משכנע זיין. און אז ער זאגט ניין, וואס זאל סקולענער רבי טון? איהם שלאגען מיט זיין שטעקן? (דער חפץ חיים האט געזאגט ׳שלאג זיך נישט מיט יענעם, נאר טאמער דו ביסט שטערקער און יענער איז פרומער׳)

בקיצור, קיינער קימערט זיך נישט מיט די מיינונג פון די אלע אדמו"רי סאטמאר למיניהם. זאלען זיי אלע טרעפן ארבעט אין גיכען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
הגיון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:10 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך הגיון »

קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]אין בארא פארק האט געוואוינט א שטילע אידל וואס האט געשטאמט פונעם זעלבער גובערניע פון ניר-טאהש אין אונגארן. דער איד האט נאך גאר גוט געדעקט דעם רבי אלימלך פון טאהש ז''ל, דער זיידע פונעם פריערדיגער טאהשער רבין ז''ל. עטליכע יאר צוריק ווען דער איד איז צום באדויערן נפטר געווארן, האבן די הויכראנגיגע טאהשע פראפאגאנדע מיניסטארן אפגעאטעמט מיט א קענטליכער פארלייכטערונג... נעמליך, די טאהשע פראפאגאנדע מיניסטארן האבן אומאויפהערליך געארבייט אויפצובויען א בילד ווי דער רבי אלימלך טאהשער ז''ל איז געווען א געטליכער שרף, א סבא קדישא, א שר בית הזוהר, אד''ג. ווען אין די ווירקליכקייט איז ער בלויז געווען א פיינער אונגאריש אידל באקליידעט מיט א טינקעלער דריי פערטעל רעקל, וואס פלעגט צו גיין שנארן פאר אידנסוועגן און פאר זיך. בלויז פורים האט ער געהאט עטוואס מער ווי מזומן ביי זיין טיש. דער אידל וואס האט דאס נאך גוט געדענקט און ער פלעגט דאס נאכאנאנד פארציילן פאר די יונגערע גענעראציעס. די טאהשע פראפאגאנדע מיניסטארן האבן אים דערפאר געוואלט פארציקן, ווייל די ווירקליכע געשיכטעס פון דעם איד איז געווען אין אין אַ שאַרפֿן קאָנטראַסט מיט זייער פארפירשע פראפאגאנדע.

די גמרא זאגט אין ראש השנה: שקולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלוקינו. יעדען שטיק צייט ווערט כלל ישראל באשאנקן מיט א פרישער שריפת בית אלוקינו, די פארפירשע פראפאגאנדע מאשין ארבייט אומערמידלעך צו פארטושן די מוחות פון די מענטשהייט. געלט גייציגע פארשוינען אונטערגעשלאגן מיט אייגענע דורכגעפוילטע אינטערסן, באנוצן זיך מיט פארפירשע פראפאגאנדע צו פארוואנדלן געוויסע ערליכע אידן פאר אפגעטער. און אויב עמיצער טראכט ראציאנאל און קומט צו זיינע אייגענע אויספירן, צו די מיתת צדיקים איז טאקע כשריפת בית אלוקינו צו נישט, ווערט ער באלד פארשריגן דורך די אלעס-גלייביגער געמיינדע אלס א געמיינער צדיקים אפלאכער. די גרעסטע צדיקים אפלאכער זענען באשיינפערליך בלויז די פראפאגאנדע מיניסטארן וועלכע טרייבן קאטאוועס פון די מענטשהייט.

די סקולענע פראפאגאנדע מיניסטארן באגענוגן זיך נישט בלויז מיט א כשריפת בית אלוקינו פראקאלאמאציע, נאר זיי גייען נאך א שטאפל ווייטער. זיי דרייען אן א ביטול מלאכה און א גראנדיעזער גרידלאק אין גאנץ בארא פארק. זיי גרייטן זיך צו פארקריפלן א גאנצע שטאט און פאראורזאכן קאפוויי און ביטול תורה פאר שווערע טויזענטער אומשולדיגע מענטשן צוליב זייער זעלבסט-דעקלערטער שריפת בית אלוקינו. פאר די הייפעלע סקולענע חסידים איז היינט גאר א טראגישער טאג, זיי האבן פארלוירן זייער קרוין פון קאפ, און כלל ישראל פילט מיט מיט זייער אונסטערלישער ווייטאג. אבער גיוואלד און געשריגן וואס וויל מען פון אונזער לעבן האבן, מיר זענען נישט אונטערגעווארפן אונטער די סקולענע פראפאגאנדע מאשין, ביי אונז איז דער הסתלקות פונעם סקולענער צדיק ז''ל הכ''מ נישט מער ווי א פארלוסט פון נאך א ערליכער איד אין ברוקלין, מיר זעען נישט קיין שום שריפת בית אלוקינו היינט מער ווי א צווייטער טאג, און מיך נויטיגן זיך אינגאנצן נישט אין קיין ביטול מלאכה און קיין אומגעבעטענע גרידלאק, וואס ווילן די סקולענע פראפאגאנדע מיניסטארן פון די אומשולדיגע איינוואוינער פון בארא פארק?[/justify]


איך האב נישט קיין השגה וואס דיך דריקט דא. ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט, ממה נפשך, האלסטו פון די חסידישע רביים, וואס האט ר' אלימלך מטאש געזינדיגט? האלסטו נישט פון קיין רבי'ס דאן קאפאט מיט אלע רביס, אינקלאדינג הייטב לב, בעל דברי יואל, און בעל לב אהרן מברך משה.

גראדע האב איך יא געהערט פונעם אלטן רבין פון טאהש-הונגריה צו זיין א תלמיד חכם מופלג, א איד וואס האט מסיים געווען ש"ס אפאר מאל א יאר, און האט עוסק געווען בתורה זיין גאנצע לעבן. ער איז געווען א שטילער איד, רבי אלימלך מטאאש איז כמעט נישט געפארען אויף קיין שבתים צו אנדערע שטעט צו זאמלען געלט אדער פראווענען. ער האט נישט געזיכט ס'זאל וואקסן דער עולם, ראשית ווייל ער איז געווען זייער א בעלת בית'שער רבי, וואס האט זיער מקפיד געווען אויף זיין פונקטליכע סדר היום, ער האט זיך געלייגט פריה, אויפגעשטאנען חצות און געלערנט א גאנצע נאכט. ארום פארענדיג, אדער אז ס'קומט א גרויסער עולם, וועט ער געשטערט ווערן פון זיין סדר היום, האט ער דאס נישט געוואלט.

דער טאאשער רבי מהר"א זי"ע איז געווען א תלמיד מובהק וחביב פון רבי אליעזר צבי מקאמארנא זי"ע, און איז געווען ווייט באוויסט בימיו פון די גרויסע חסידי'שע רבי'ס אלץ א גרויסער פועל ישועות, און האט באוויזן אומצאליגע מופתים, אידן זענען געקומען צו פארן להסתופף בצילו וליהנות מזיוו פון איבערן גאנצן לאנד.

אבער נאכן לערנען אז [tag]קאך_לעפל[/tag] איז אנארוני, איז אלעס קלאר און דייטלעך.
משטיינסמער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 2:14 pm

שליחה דורך משטיינסמער »

ביבער האט געשריבן:I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire



נישט וואולטער. מאך א גוגל חיפוש פארן זיך אונטערשרייבן מיט א מאמר.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארטיי חסידות׳ער אין אמעריקא האבען א שווערער הארץ אויף סקולען, ווייל עס האט פאקטיש געדינט אלס אן עיר מקלט פאר יעדער וואס איז געבליבען פרום אבער האט נישט ליעב געהאט די סיסטעמייזד חסידות׳ער. אזוי ווי די משפיעים אין א"י. זיי האבען נישט געקענט זאגען אז יענער ווערט מאדערן, נישט אז ער גייט זיך גט׳ן, גארנישט. האבען זיי געקריצט מיט די צען, און אפאר נישט-פראפאגאנדיסטער, זאגאר אנטי-פראפאגאנדיסטער, רעדען און גלויבען אין ׳נפש נקי וצדיק׳ מיט די עבוה"ק פון האלטען סאטמאר גאנץ (עס זאל נישט ווערן א ניקב קרום המוח) מיט סדר מאכען מיט זעלבסט פאבריצירטע קעגענערס. די סקווערער האבען אויך די פראבלעם, נאר אונזער שטיבל איז נישט געבענטשט מיט אזויפיל פון זיי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פארקריכסט אביסל. סאטמאר האט אלץ געגליכן סקולען, טאהש, וכו'. לגבי סקווירא ביסטו אפשר גערעכט. דאס איז אן אנגעווייטאגטע כינוס כלל ישראל מערכה ותו לא מידי.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

דהיינו אז בים כנוס האבן מאנכע געטענהט אז מ'דארף זיך מבטל דעת זיין פאר סקולענע רבי ז"ל און טרעיטן אויף די אייגענע מקובלדיגע מסורה און דער לחץ איז געווען אז סקולענע רבי איז רשכבהג -דאס איז געווען א בלויזע אנדרייעניש פונעם היינטיגן סקולען ב"פ רב ומרא דאתרא- און זינט דעמאלט האט די פראפעגאנדע אנגעהויבן זיך שטארקן איבער דעם, סאטמאר האט געזאגט ניין סקולענע רבי איז א ערליכע איד אבער ווי אזוי זיך צו פירן האבן מיר דרכו הקדוש פון מרן הדברי יואל זצ"ל וע"ז אנו דנין
בד"א סקולענע רבי ז"ל האט פארשטאנען סאטמאר דעמאלט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאנצל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט

שליחה דורך יהודי פשוט »

גאנצל האט געשריבן:דהיינו אז בים כנוס האבן מאנכע געטענהט אז מ'דארף זיך מבטל דעת זיין פאר סקולענע רבי ז"ל און טרעיטן אויף די אייגענע מקובלדיגע מסורה און דער לחץ איז געווען אז סקולענע רבי איז רשכבהג -דאס איז געווען א בלויזע אנדרייעניש פונעם היינטיגן סקולען ב"פ רב ומרא דאתרא- און זינט דעמאלט האט די פראפעגאנדע אנגעהויבן זיך שטארקן איבער דעם, סאטמאר האט געזאגט ניין סקולענע רבי איז א ערליכע איד אבער ווי אזוי זיך צו פירן האבן מיר דרכו הקדוש פון מרן הדברי יואל זצ"ל וע"ז אנו דנין בד"א סקולענע רבי ז"ל האט פארשטאנען סאטמאר דעמאלט
[emoji1787][emoji1787][emoji1787]
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

הגיון האט געשריבן:איך האב נישט קיין השגה וואס דיך דריקט דא. ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט, ממה נפשך, האלסטו פון די חסידישע רביים, וואס האט ר' אלימלך מטאש געזינדיגט? האלסטו נישט פון קיין רבי'ס דאן קאפאט מיט אלע רביס, אינקלאדינג הייטב לב, בעל דברי יואל, און בעל לב אהרן מברך משה.

גראדע האב איך יא געהערט פונעם אלטן רבין פון טאהש-הונגריה צו זיין א תלמיד חכם מופלג, א איד וואס האט מסיים געווען ש"ס אפאר מאל א יאר, און האט עוסק געווען בתורה זיין גאנצע לעבן. ער איז געווען א שטילער איד, רבי אלימלך מטאאש איז כמעט נישט געפארען אויף קיין שבתים צו אנדערע שטעט צו זאמלען געלט אדער פראווענען. ער האט נישט געזיכט ס'זאל וואקסן דער עולם, ראשית ווייל ער איז געווען זייער א בעלת בית'שער רבי, וואס האט זיער מקפיד געווען אויף זיין פונקטליכע סדר היום, ער האט זיך געלייגט פריה, אויפגעשטאנען חצות און געלערנט א גאנצע נאכט. ארום פארענדיג, אדער אז ס'קומט א גרויסער עולם, וועט ער געשטערט ווערן פון זיין סדר היום, האט ער דאס נישט געוואלט.

דער טאאשער רבי מהר"א זי"ע איז געווען א תלמיד מובהק וחביב פון רבי אליעזר צבי מקאמארנא זי"ע, און איז געווען ווייט באוויסט בימיו פון די גרויסע חסידי'שע רבי'ס אלץ א גרויסער פועל ישועות, און האט באוויזן אומצאליגע מופתים, אידן זענען געקומען צו פארן להסתופף בצילו וליהנות מזיוו פון איבערן גאנצן לאנד.

אבער נאכן לערנען אז [tag]קאך_לעפל[/tag] איז אנארוני, איז אלעס קלאר און דייטלעך.

הערסטע, די ביעס וואס גיסט זיך דא איז מבהיל הרעיון. אפילו פאר עמיצער וואס האט נישט געהערט פון אים איז קענטיג אז דיינע ווערטער זענען utter horse excrement. ת"ח 'מופלג' און מסיים געווען ש"ס אפאר יאהר. זאג, וואס האסטע איבערגעלאזט פארן ראגעטשאווער אז ס'גיסן זיך ביי דיר אזוי מפלגות?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אין די חסידישע וועלט איז פארהאן בלויז דריי הייליגע צדיקים וועלכע האבן זיך דערארבן דעם טיטול שרף. דער הייליגער רבי אורי פון סטרעליסק זי''ע, דער הייליגער רבי מענדל פון קאצק זי''ע, און דער הייליגער רבי חיים מאיר יחיאל פון מאגלניצא זי''ע. ווארשיינליך צוליב זייער אויסטערלישע הייליגע פייערדיגער קאך צום הייליגן באשעפער. און ס'זאל נישט קומען קייינער און דעקלערן אז רבי אלימלך טאהשער ז''ל, אפגעזען פון זיין צדקות און ערליכקייט גייט אריין אין די קאטאגאריע פון א שרף. דאס דעקלערן רבי אלימלך טאהשער ז''ל אלס א שרף, איז א שאנדע פאר די אויבענדערמאנטע הייליגע צדיקים, און ס'איז בלויז טאהשע פארפירישע הוילע פראפאגאנדע.

דאס זעלביגע איז מיטן סקולענער צדיק. קיינער צווייפלט נישט חלילה אין זיין אהבת ישראל, אדער אין זיין אויסטערלישע עבדות השם, וואס איז ווירקליך געווען א זעלטנהייט אינעם היינטיגן דור. אבער ביטול מלאכה? זעמער אונז טאקע אין גאנצן פון זינען אראפ? איז ער דען געווען א עובדיה יוסף? אדער א מנחת יצחק? וואס האט דען דער דור גענאסן פון אים? וואס האט ער באשטייערט פארן כלל ישראל אויסער חסד לאברהם? מ'מאכט פון אונז ליצי ליצנות... און אויב עמיצער זאגט א ווארט עפענט זיך דער גאנצער גיהינום אויף אונטער זיינע פוס. און יא און וועמען אטאקירט מען? איר האט גוט צוגעטראפן, דעם הייליגן בעל לב אהרן, אדער ווי די אנגעבליכע צדיקים-פארטיידיגער פון דא אינעם שטיבל רופן אים מיט שטאלץ דער בעל תחת אהרן... זענען מיר ווירקליך אין גאנצן פארוקט אויפן קאפ? מ'טאר שוין גאר נישט צווייפלן אין די שטירן אפפאל פון די סקולענע פראפאגאנדע מיניסטעריום? וואו איז אונזער רעכט צו טראכטען ראציאנאל?

א פרישע אויסברויך פונעם סאטמאר-האסער רבי ארי נוהם זאל זיין געזונט איז ערווארטעט מיט שעצונג...[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

גאנצל האט געשריבן:דהיינו אז בים כנוס האבן מאנכע געטענהט אז מ'דארף זיך מבטל דעת זיין פאר סקולענע רבי ז"ל און טרעיטן אויף די אייגענע מקובלדיגע מסורה און דער לחץ איז געווען אז סקולענע רבי איז רשכבהג -דאס איז געווען א בלויזע אנדרייעניש פונעם היינטיגן סקולען ב"פ רב ומרא דאתרא- און זינט דעמאלט האט די פראפעגאנדע אנגעהויבן זיך שטארקן איבער דעם, סאטמאר האט געזאגט ניין סקולענע רבי איז א ערליכע איד אבער ווי אזוי זיך צו פירן האבן מיר דרכו הקדוש פון מרן הדברי יואל זצ"ל וע"ז אנו דנין
בד"א סקולענע רבי ז"ל האט פארשטאנען סאטמאר דעמאלט

איך ווייס נישט פון וועלכע מסורה דו רעדסט, אבער רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט זיך משתתף גענוג ביי גענוג כינוסים וואס מען האט גערעדט ענגליש אינאיינעם מיט די ליטווישע וועלט. איינמאל איז עס געווען ווען הגר"מ פיינשטיין האט עס געפירט, צו ראטעווען יהדות אייראפע. דער רבי האט מבטל געווען זיין דעת און שיטות פאר די גדולי הדור. אבער אז דיין רבי האלט זיך פארן גדול הדור שאין גדול כמותו, וואס פארשטייט בעסער פון יעדעם וויאזוי צו צעמישן רבבות מישראל מיט שיטות און סברות וואס לייגן זיך נישט אויפן שכל, איז פארוואס זאל ער זיך לאזן פונעם רומענישער קארופטירטער ארעסטאנט וואס איז א גר אן מסורת אבות, אשרינו מה טוב חלקינו....

קאך לעפל'ס לעצטע תגובה ברענג בעסער ארויס די סיבה פארוואס מהר"א האט זיך נישט צוגעשטעלט, גארנישט מיט מסורה, נאר איך וועל אים נישט מאכן פאר גדול הדור...
סדרן
מנהל
מנהל
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך סדרן »

די אשכול איז אויף די פטירה פונעם סקולענער רבי'ן. פון דא און ווייטער, ווער עס וועט זיך נישט האלטן צו די נושא, אדער וועט שרייבן אומרעספעקטפול, וועט ווערן אויסגעשפארט פאר צוויי וואכן.
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די פרישע קבר
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

שליחה דורך זאפטיג »

על אלה אני בוכיה
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

שליחה דורך זאפטיג »

סדרן האט געשריבן:די אשכול איז אויף די פטירה פונעם סקולענער רבי'ן. פון דא און ווייטער, ווער עס וועט זיך נישט האלטן צו די נושא, אדער וועט שרייבן אומרעספעקטפול, וועט ווערן אויסגעשפארט פאר צוויי וואכן.


יישר כח מנהל
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יין שרף האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:איז דער נפטר געווען א תלמוד חכם? האט איינער א גוט ווארט נאכצוזאגן?

די מוסדות, די ניגונים, די מופתים, די קאמפיינען, דער מסירת נפש וועט מען דערציילן אן א שיעור.
וואלט געווען א גלייכער זאך אז איינער קען אפשר אונז דא מהנה זיין מיט עפעס מער ערנסט.

Sent from my SM-G950F using Tapatalk

יא! געהערט מפה קדשו א ווארט אויף אויף די פרשה, פרשת תזריע, אויפן פסוק וראה הכהן את הנגע בעור הבשר ושער בנגע הפך לבן ומראה הנגע עמק מעור בשרו נגע צרעת הוא וראהו הכהן וטמא אתו: די פסוק פאנגט אן וראה הכהן, און פארוואס סוף פסוק שטייט נאכאמאל וראהו הכהן וטמא אתו?

נאר פאר מען גייט פסל'ן א צווייטע איד, קוק אים נאכאמאל אן! אפשר איז דא א לימוד זכות? אפשר האט מען נישט גוט געזעהן די ערשטע מאל? זאל זיין נאכאמאל וראהו הכהן פאר וטמא אותו..


אריין אין מאמענט....
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

זיי נעמען א שטעלונג אין די ויכוח אויב שרף איז א סינאנים צו גוטער איד
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד
בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אויף אייוועלט האט איינער ארויף געלייגט די אינטערעסאנטע בריוו.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

דער בלאט שרייבט די וואך אין עדאטאריעל אז ער איז נישט געגאנגען צום כותל כדעת רבינו הקדוש.

פשוט ליגענט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ווען דער בלאט שרייבט אמת איז עס די גרעסטע ליגן וואס קען נאר זיין.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אין מיין וועכנטליכע שיעור האב איך אביסעל ארומגערעדט וועגן דער רבי זצ"ל, בעיקר אין די לעצטע 15 מינוט, ובפרט לגבי די קנאות און כינוס כלל ישראל וכו'.
https://www.youtube.com/watch?v=3AlmmBWsn_o
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אויסגעהערט נעכטן נאכט זייער הנאה געהאט. די נקודה דו רעדסט ארום אז ער האט געלעבט אין זיין אייגענע וועלט, אין זיין אייגענע מציאות דערמאנט מיר א שאלה איינער האט אים אמאל געפרעגט ווען איך בין געווען דערביי.

יענער האט זיך אפגערעדט אז ער וואוינט אין א גוישע געגענט און ס'שטערט אים זייער, וואזוי זאל ער טראכטן דערוועגן וכו'.

די רבי האט אים געזאגט אז די גאנצע וועלט איז א אידישע געגענט - לה' הארץ ומלואה, די מציאות איז אלקות, פונקט האבן זיך דארט באזעצט גוים, אבער ס'איז בעצם אלעס אידיש...
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
פארשפארט