וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
- חוקר ודורש
- היימישער באניצער
- הודעות: 423
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
- האט שוין געלייקט: 738 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
- לולקע באנוצער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 83
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 13, 2019 11:10 pm
- האט שוין געלייקט: 993 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
פאר די זעלבע סיבה וואס כ'ברענג יעצט אראפ דאס דייניגע. איך בין צוגעוואוינט אזוי צו רעפלייען אויף תגובות, ווי אין וואטסעפפ. אויב ס'שטערט אייך לאזט מיר וויסן און כ'וועל מאכן א פערציג טעג שלעכטע מידה אויסרייסעניש.חוקר ודורש האט געשריבן:לולקע פארוואס האסטו געדארפט נאכאמאל אראפברענגען זיין גאנצע באשרייבונג?
עדיט: יעצט איבערגעקוקט מיין פריערדיגע תגובה אינעם בראוזער און כ'פארשטיי פולשטענדיג אייער אויפברויז... איך נוץ טעפעטאלק וואו געקוואוטע תגובות קומען ארויף צוזאמגעלייגט. האמיר עס רעדאגירט און כ'בעט סליחה.
- חוקר ודורש
- היימישער באניצער
- הודעות: 423
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
- האט שוין געלייקט: 738 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
Sent from my iPhone using Tapatalk
שוב יום אחד לפני מיתתך

לטובות די הייליגע מערכה מעג מען רעדן צו סיי וועם..
Sent from my iPhone using Tapatalk
Sent from my iPhone using Tapatalk
שוב יום אחד לפני מיתתך
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
פּעלאָסי, לייגט דעם פוטש אויף אפהאלט?
[justify]וואשינגטאן – נעכטן האבן זיך די ברעמען ביי אלעמען געהויבן מיט גרויס וואונדער. נענסי פּעלאָסי האט דערקלערט, אז לויט איר פאליטישער מיינונג, איז דורכצופירן א פוטש קעגן פרעזידענט, נישט קיין קליגע און פראקטישע שריט, עס וועט מער צוטיילן דאס לאנד. אויסער אין פאל אז דער פרעזידענט באגייט א פרעצעדענטלאזע קרימינאלע אקט. זי האט ווי איר שטייגער בייסיג צוגעלייגט, אז אין יעדן פאל איז ער דאס נישט ווערט.
פרוי פּעלאָסי איז באוויסט פאר א הארצלאזע שלעכטע און געמיינע פרוי, זי איז א בייסיגע פאליטיקער און א מאכט-הונגעריגע פרוי. ס'איז פאר קיינעם נישט קיין צווייפל, אז זי וויל זען דעם פרעזידענט נישט בלויז אראפ פון בענקל, נאר זי וואלט אים גענומען און געווארפן צו די הונט א לעבעדיגער, איר וויסטע האס צום פרעזידענט איז גרעניצלאז. טאקע דערפאר האט איר פליצלונגע פוטש פראקאלאמאציע ערשט ארויסגערופן שטוינונג אין וואשינגטאן. אבער נאך א וויילע האט זיך יעדער געכאפט וואס איר געמיינע סטראטעגיע איז דא.
די דעמעקראטן געפונען זיך אצינד אין א קאמפליצירטע סיטואציע. זיי קענען זיך נישט פאראייניגן אויף קיין שום געמיינזאמע אגענדע. זייער אגענדע איז בלויז א נעגאטיווע, אונטערצוברענגן דעם פרעזידענט וועם זיי האסן צום טויט. זיי זענען טאג איין און טאג אויס פארנומען, מיטן וועבן מיסטיריעזע קאנספיראציעס און נישטערן שמוץ אויפן פרעזידענט. און אויפן פאזיטיווער פראנט האבן זיי בלויז צו פארקויפן סאציאליזם! א אידעלאגיע וואס איז נישט צו שטארק פאפולער ביי די אלגעמיינע אמעריקאנע מאסן, און אויך ברייטע רעכטן צו הינריכטן פיצלעך קינדער רח''ל.
די אמעריקאנער באפעלקערונג האבן זיך זייערע מיינונגען אויפן פרעזידענט, און זיי קימערן זיך גאנץ קנאפע מיט די לופטיגע העסליכע פראפעגאנדע וואס ווערט נאכאנאנד געלופטערט דורך די ליבעראלע מידיע נעצן. די שטעלונג פון די אלגעמיינע באפעלקערונג איז, אז ווי לאנג די אגענדע פונעם פרעזידענט איז גינסטיג פאר אמעריקע און פאר זיי, אינטערסירט נישט קיינעם אז ער האט געגעבן א באקשיש פאר רעבעצין סטאָרמי, אדער אז ער האט נישט געזאגט דעם גאנצן אמת פאר די שטייער אגענטורן, אדער געבויעט טורעמס אין מאָסקווע... ווי לאנג ער פארזיכערט די אמעריקאנע גרעניצן, און הייבט די אקאנאמיע אין לאנד, און באהאנדלט דעם רינעכדיגער רויטן קאמסאר פון צפון קאריעא ווי עס געהער צו זיין, איז ער דער פאסיגסטע מאן אין אמט.
פרוי פּעלאָסי שטייט הילפלאז, זי קען נעבאך גארנישט טאן צו ענדערן די זויערהאפטיגע אגענדע פון איר פארטיי, ווארום זי איז ארום גערינגלט מיט די געמיינסטע פון וואס די מענטשהייט פארמאגט. א כאפטע פון מאכט-הונגעריגע אוממענטשן געוועלטיגן אינעם רעפרעזאנטן הויז, מענטשען וואס לעכצען פאר אויפמערקזאמקייט און אנערקענונג, מענטשן וואס לייגן זייערע פערזענליכע אמביציעס בעפאר די געברויכן פונעם פאלק. אנגעהויבן פון שיף און נאַדלער, און גענדיגט ביי די סאציאליסטישע מאלפעס אלעקסאנדריע קאָרטעז און די וויסטע-אנטיסמיטקע אילהאַן אָמאַר, וועלכע זענען אויסן ארויפצוצווינגן זייערע דורכגעפוילטע סאציאליסטישע אידילאגיע אויפן אמעריקאנער פאלק. אזא פארפוילטע און נארישע אגענדע איז עטוואס אוממעגליך צו פרעזענטירן פארן אמעריקאנער פאלק, און אט דערנענטערט זיך שוין די וואלן פון יאר 2020 למספ'. פּעלאָסי געפונט זיך אין א שווערע סיטואציע...
דערפאר האט זיך אנגעהויבן מיט איר ווייט-גרייכענדע סטראטעגיע. אצינד וויל זי אויסשליסליך נישט דורך פירן דעם פוטש קעגן פרעזידענט! זי וויל די אומצאליגע אויספארשונגען זאל זיך ציען, כאטש ביז צו די וואלן. אזוי אז וואס מער קאנספיראציעס זאלן ביסלעכווייז אנהייבן צו קלעבן ביי די באפעלקערונג. און צוגאב וויל זי גלייכצייטיג אויך, אז די לאנג-אנגייענדע אויספארשונגען זאלן גענצליך אוועק נעמען דעם קאפ פונעם פרעזידענט, אזוי אז ער זאל נישט קענען געהעריג אויספירן זיינע פרעזעדענליכע פונקציעס, און ארבייטן פארן וואוילזיין פונעם אמעריקאנער פאלק. און אזוי ארום טרוימט זי צו פארזיכערן א זיג פאר די דעמעקראטן אין די בעפארשטייענדע וואלן.
צום באדויער פון פּעלאָסי, לעכצן די צוויי באגאבונדן שיף און נאַדלער אויסטערליש שטארק פאר אויפמערזאמקייט און אנערקענונג, און זענען אויסן וואס שנעלער דורכצופירן דעם פוטש קעגן פרעזידענט. אפילו עס געלונגט זיי דורך צו פירן זייער געגארטע פוטש, וועט זיך דער פוטש פולשטענדיג אפגעשטעלן אינעם העכערן רעפרעזאנטן הויז וואסאיז קאנטראלירט דורך די רעפובליקאנער, ווי ס'האט איגענטליך פאסירט ביים פוטש קעגן פרעזידענט קלינטאן. ווי אויך זעט זיך נישט אויפן האריזאנט ווי די מאלפע קאָרטעז וועט אמאל אויפהערן צו שפייען איר סאציאליסטישע אפפאל, און דאס העליש אנטיסמיטזם פייער וואס טוליעט אינעם סמאלישע הארץ פון מאלפע אָמאַר וועט זיך ווארשיינליך נישט אזוי שנעל פארלעשן. אזש ס'שווער פאראויסזאגן צו דער קאנספיראציע פון שקלאפטע פּעלאָסי וועט זיך ווירקליך אויסארבייטן.
עס איז צום האפן אז דער פרעזידענט זאל זיך נישט לאזן פארטושן דעם מוח מיט די זינלאזע און ענדלאזע פייניגערייען, און ווייטער פירן דאס לאנד מיט שטארקייט ווי ביז היינט, און אזוי ארום זיך דעארבען א מעכטיגער זיג אין די בעפארשטייענדע וואלן...[/justify]

- חתן בחור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 318
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
- האט שוין געלייקט: 520 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
חוקר ודורש האט געשריבן:
Sent from my iPhone using Tapatalk
איז דא א ווידעא פון דעם?
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
דער געיעג פאר שמוץ זעצט פאר מיט א שטארקייט.
[justify]די ליבעראַלען אין וואשינגטאן גייען אינגאנצן כאדאראם, אזש מ'קען גאר ווייינען פאר געלעכטער. די געזעץ געבער אינעם רעפרעזענטן הויז אנשטאט זיי זאלן זיין פארנומען צו שאפן נייע געזעצן, מ'רעדט פון ליבעראַלע געזעצן, פון וועלכע דאס פאלק ווען קען עטוואס געניסן, זענען זיי בלויז פארנומען מיט אונטערברענגן פרעזידענט טראמפ. זייער האס צום פרעזידענט איז אזוי גרויס אזש עס טרייבט זיי צו טאטאלע משוגעת רח''ל. אזעלכע געזעץ געבער ווי דזשעראָלד נאַדלער פון ניו יארק, אדם שיף פון קאַליפאָרניע, אליהו קוממינגס פון מאַרילאַנד, און ריטשארד ניעל פון מאסאטשוסעטס האבן זיך גענומען בלויז איין מיסיע אין לעבן, גענצליך צו פארניכטן פרעזידענט טראמפ און זיין פאמיליע, פארוואס? ווייל צוליב זייער לינקע אנטשואונגען האבן זיי זייער געגארט אז די סקאנדאל-געפלאגטע פרוי קלינטאן זאל ווערן פרעזידענט פון אמעריקע, און בלויז ווייל דאס אמעריקאנער פאלק האט געוואלט אנדערש, נעמען זיי אצינד נקמה אינעם אמעריקאנער פאלק, מיטן פאלאזירן דעם רעפרעזאנטן הויז און שטערן ארענטליכע געזעץ-געבער אויסצופירן זייער לעגיסלאטיווע פליכטן, וואס דאס איז אייגענטליך דער הויפט אויפגאבע פונעם רעפרעזענטן הויז. די דאזיגע פאסקודניאקעס האבן פארוואנדלט דעם קאנסטאטוציאלע פליכט צו האלטן איבערזיכט אויפן עקזעקוטיווער פליגל פאר דעם סאמע הויפט מיסיע פונעם רעפרעזענטן הויז, ווען אין ריאליטעט איז דער הויפט מיסיע פונעם רעפרעזענטן הויז הויפטזעכליך צו שרייבן געזעץ. זיי טוען בייזוויליג פארדרייען דעם ווירקליכע אפטייטש פון האלטן איבערזיכט, און רעזערווירן זיך ברייטע רעכטן צו פארפאלגן און צו פייניגן דעם פרעזידענט מיט זיין פאמיליע אן קיין שום זאכליכע אורזאך, בלויז צוליב פונסטערע האס...
אדם שיף וואס דינט אלס דער פארזיצער פונעם שפיאנאזש קאמיטע, פארפירט שרעקליך אז דער אלגעמיינער אדוואקאט מוז אים זאפארט צייגן דעם גאנצע מוללער באריכט, אריינגערעכנט די געהיימע טיילן וואס דארפן געזעצליך פארמעקט ווערן צוליב נאציאנאלע זיכערהייטס... ער שרייט אז אינעם מוללער באריכט ליגט באהאלטן העכסט געהיימע אינפארמאציע אז ס'איז ווירקליך יא געווען צוזאמשטויסן מיט רוסלאנד... אפגעזען פון דעם וואס דער אלגעמיינער אדוואקאט האט דייטליך געשריבן אז דער באריכט צייגט קאפויער. דער וואנזיגער שיף איז אויסן צו געפונען עפעס צוזאמשטויסן מיט רוסלאנד, אפגעזען אז ס'האט ווירקליך קיינמאל נישט פאסירט, זיין ארגאנץ און פרעכהייט טרייבט אים פארצוזעצן מיט די רוסלאנד סמוטאכע אפילו יעדער איז שוין איבערגעצייגט אז ס'איז בלויז געווען א ליבעראַלע קאנספיראציע.
זיין קאמעראד נאַדלער וואס דינט אלס דער פארזיצער פונעם דזשודישיערי קאמיטע איז גארנישט ווייניגער וואנזיניג ווי אים, ער שרייט אויך אז דער אלגעמיינער אדוואקאט מוז אים זאפארט צייגן דעם גאנצען באריכט, אריינגערעכנט די געהיימע עדותשאפטן פון פריוואטע מענטשען וואס דארף געזעצליך געהאלטן ווערן אין געהיים. נאַדלער וויל נישט וויסן פון גארנישט אויף דער וועלט, יא געזעצליך, נישט געזעצליך. איך מוז זאפארט זען דעם גאנצן באריכט... פארוואס? ווייל איך מוז טרעפן עפעס שמוץ אויפן פרעזידענט... ער קען אפילו נישט ווארטן קיין צוויי וואכן, אזוי קריטיש איז דער מיסיע פון טרעפן שמוץ אויפן פרעזידענט.
ביזדערווייל האלט זיך דער אלגעמיינער אדוואקאט הער באר פעסט צו צום געזעץ, און ער לאזט זיך נישט שאנטאזשירן פון שארלאטישע ליבעראַלע קאנספיראציע זיכער... אפגעזען פון די אויסטערלישע דרוק פון די לינקע מידיא מיט וועלכע די ליבעראַלע קאנספיראטן באנוצן זיך אויסצואיבן דרוק אויף אים.
אין די זעלבע צייט קעמפן די ליבעראַלע געזעץ געבער אויף נאך צוויי פראנטן. אליהו קוממינגס וואס דינט אלס דער פאזיצער פונעם איבערזיכט קאמיטע, פארפירט שרעקליך אז ער מוז וויסן מער איבער די זיכערהייטס צוטריט פראצודור מיט וועלכע דער ווייסע הויז באנוצט זיך. א זאך אין וועלכע דער לעגיסלאטיווע פליגל האט גארנישט וואס אריינצורעדן אין דעם. דער ברייט-ביינערדיגער קוממינגס רעזערווירט זיך די ברייטע רעכטן, צו האבן א מיינונג איבער דעם אויך. ביזדערווייל ווייזט אים דער ווייסער הויז א גרויסער פייג.
און אצינד האט זיך נאך א ליבעראַלער געזעץ געבער אויפגעוועקט פון זיין בערן שלאף. ריטשארד ניעל, דער פארזיצער פונעם 'וועגן און מיטלן' קאמיטע, האט אנגעהויבן צו פארפירן אז דער פרעזידענט איז פארפליכטעט אים צו צייגן זיינע איינקנופט און שטייער צייגענישן, אפגעזען אז לויטן געזעץ איז דער פרעזידענט אויסשליסליך נישט פארפליכטעט צו צייגן פאר קיינעם זיין פריוואטע איינקנופט און שטייער צייגענישן. אבער פארזיצער ניעל וויל עס פארט יא זען, פארוואס? ווייל פילייכט דארט וועט מען געפונען עטוואס פינאנציאלע מיסברויכן וואס דער פרעזידענט איז אנגעבליך באגאנגען...
עס איז ממש אומגלויבליך ווי אזוי די ליבעראַלען האבן אין אזא קורצע עפאכע באוויזן צו פארוואנדלן דעם רעפרעזאנטן הויז צו א שווארצער טייוול הויז. דער רעפרעזאנטן הויז איז צום באדויערן פארוואנדלט געווארן צו א פולקאמער אומגעזצליכער שמוץ פאבריק. די לעגיסלאטיווען האבן דעזערטירט פון זייערע לעגיסלאטיווע פליכטן, און זענען היינט צו טאגס בלויז פארנומען צו פרעדיגען סאציאליזם, אנטיסמיטיזם, און פעמיניזם. און הויפזעכליך צו גרובן און נישטערן שמוץ און וועבן קאנספיראצעס אויפן פרעזידענט און זיין פאמיליע. אין די ווירקליכקייט האט דער רעפרעזאנטן הויז קיינמאל נישט אויסגעזען צופול בעסער, ס'איז אלעמאל געווען דאס מערסט-קראפטירסטע און דורכגעפוילסטע פליגל פון די רעגירונג, אבער דאס אז דער רעפרעזאנטן הויז זאל זיך דערקיילקלן צו אזא נידעריגע שטופע אין אזא קורצע עפאכע, איז קיינעם קיינמאל נישט געקומען אויף די געדאנקן...[/justify]

איך קען נישט פארשטיין וויאזוי די ליבעראלן זענען אזוי דום און לערנען זיך נישט פון זייערע טעותים. פאר קנאפע צוויי יאר האבן זיי פארפירט און געקוועטשט אז דער פרעזידענט האט מיטגעארבעט מיט רוסלאנד, פאר'ן כאפן א פאליטישן שאק ווי קיינמאל בעפאר. און יעצט? פארוואס שרייסטו ווייטער קאלוזשען ווען דו ווייסט דעם אמת אז דער פרעזידענט איז קיינמאל נישט באגאנגען דעם זינד? פארוואס זאלסטו נישט שוינען אויף דיין אייגענע כבוד וואס וועט גענצליך רואינירט ווערן ווען די 'באהאלטענע דאקומענטן' וועלן ארויסקומען און נאכאמאל אויפווייזן דאס אויפגעוויזענע?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
לולקע באנוצער האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין וויאזוי די ליבעראלן זענען אזוי דום און לערנען זיך נישט פון זייערע טעותים. פאר קנאפע צוויי יאר האבן זיי פארפירט און געקוועטשט אז דער פרעזידענט האט מיטגעארבעט מיט רוסלאנד, פאר'ן כאפן א פאליטישן שאק ווי קיינמאל בעפאר. און יעצט? פארוואס שרייסטו ווייטער קאלוזשען ווען דו ווייסט דעם אמת אז דער פרעזידענט איז קיינמאל נישט באגאנגען דעם זינד? פארוואס זאלסטו נישט שוינען אויף דיין אייגענע כבוד וואס וועט גענצליך רואינירט ווערן ווען די 'באהאלטענע דאקומענטן' וועלן ארויסקומען און נאכאמאל אויפווייזן דאס אויפגעוויזענע?
דער ריכטיגער אורזאך איז ווארשיינליך צוליב דעם וואס זיי ווילן אנהאלטן א וואלקן אויפן פרעזידענטשאפט פון פרעזידענט טראמפ, ביז צו די וואלן פון 2020. זייער מאטיוו איז א ריין פליטישע, דער מיסברויך איז בלויז, אז זיי זאגן אז דאס וואס זיי טוען איז בלויז איבערזיכט אויפן עקזעקעטיווע פליגל. דאס איז טאטאל פארפיריש...
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
ס'איז ווייט נישט קיין סוד אז בעצם קען קיין רעפאבליקאנער מער נישט געווינען פרעזידענטשאפט אין אמעריקא, אפילו אזא שוואכע קאנדידאט ווי הילערי האט אנגעצויגן 3 מיליאן וואויטס מער ווי טראמפ הגם ער איז אויך נישט געווען א שטארקע קאנדידאט
מילא די חברה שארפן זיך די ציין און ווארטן שוין ווען די לינקע וועלן שוין איבערנעמען די ווייסע הויז לעד און קענען פארוואנדלען די פאראייניגטע שטאטן צו א כמו קאמיניסטישע לענדל
אבער ויבוא טראמפ און סאםהאו ארויסגעריקט א געווינס און צווארפן די קורטן און דאס טרייען זיי יעצט צו ראטעווען
דער אמת איז אז אבאמא האט שוין אויך צוווארפן אבער למעשה ביי אבאמא איז ער גאר געווארן דער קרוין און ער האט געארבעט איבערמידלעך אז קלינטאן זאל ווערן דער פינעף און פערציגסטע