פשוט ליב (פאעמע)

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
העיזלנאט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2018 8:23 am
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

פשוט ליב (פאעמע)

שליחה דורך העיזלנאט »

אויב דו קענסט פארשטיין,
אויב דו זעסט מיינע טרערן,
אויב דו קענסט דערגיין,
אויב דו קענסט דערהערן,
אזא טיפע קראפט, מיין ליבשאפט,
אויב דו קענסט פארשטיין...

ווי ווייט איך קען נאר גיין,
די וועלט איבערקערן,
איך טראכט פון דיר, און איך וויין,
און עס וויינען מיט, די שטערן,
נאר פון דיר פארכאפט,
ריין ליבשאפט,
מיין מענטשהייט באשטייט פון איין,
אויב דו קענסט פארשטיין...

איך וועל קיינמאל אויפהערן ליב האבן דיר,
מיט פארוויינטע אויגן, שטיין און קוקן אויף דיין טיר,
דו קענסט שפייען,
דו קענסט שרייען,
איך וועל קיינמאל אויפהערן ליב האבן דיר,

אפילו דו וועסט קיינמאל פארשטיין וואס איך שפיר,
צו באקומען דיין שמייכל, נאך אלץ איך פרוביר,
דו קענסט שפייען,
דו קענסט שרייען,
איך וועל קיינמאל אויפהערן ליב האבן דיר,

ווייל איך האב דיר ליב,
אן קיין סוף,
איך ווארט ביי דיין שטוב,
און איך האף,
איך האב דיר ליב, פשוט ליב,

איך האב דיר ליב,
ביימער נישטא קיין אנדערע וועג,
צו האסטו מיך ליב,
שטילערהייט אין הארץ איך פרעג,
ווייל איך האב דיר ליב,
פשוט ליב
פארשפארט