Medicare for All פאר דיר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Medicare for All פאר דיר

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס ווערט ערוואטערט פון אונז צו זיין רעפובליקאנער, און ממילא זייער אלע שיטות ווערן אדאפטירט אלס אידישע. דער עולם רעדט פון די שיטה כאילו דאס איז די סבה צו גיין צום וואלען און אלע אונזער שטיצע איז צוגעשטעלט צום שיטה.
מיר ווערן דערמיט אויסגענוצט ביי די וואס נוצען די שיטה צו שטופען זייער אגענדע. אונז פערזענליך איז ווייניג נייטיג צו מעקסיקאנער קומען יא אריין צו נישט, אונזער שטייערן זענען פונקט ווי זיי קענען זיין, און די פאליטישע ווילונג דאס צו טוישען איז נישט דא. און אזוי איז עס ביי אסאך זאכען אויף וואס מענטשן נעמען אן די פאליטישע שטעלונג פון יענעם, נישט כאפענדיג אז יענעמ'ס אינטרס'ן ווערען דא געדינט.
לגבי 'מעדיקעיר פאר אלל' קען מען טוישען דער נאראטיוו. לאמיר לאזען די שיטה אין די זייט, וואס קען דאס טון פאר אונז?
מיר זענען צוגעוואוינט צו א קאמפליצירטע סיסטעם פון העלטה קעיר. מיר ווייסען אז עס איז דא נעטווארק און אוט אוו נעטווארק סיסטעםס. מיר ווייסען פון ארגאניזאציעס ווי בוני עולם און RCCS וואס העלפט מענטשן מיט געזונט פראבלעמן וואס זייער אינשוארנס העלפט נישט. מיר זענען צוגעוואוינט נישט צו קענען וויילען מעדיצין לויט אונזער געברויכען, נאר לויט יענעמ'ס קאפריסען. ווען איינער האט א ביזנעס, זאגאר א גרויסע ביזנעס, מוז ער איינשטעלן א גאנצע חלק פון זיין ביזנעס אויף דער אינשוראנס ביזנעס, ער מוז האנדלן יערליך מיטד י קאמפאניס און ער מוז צושטעלן כל מיני סערוויסעס פאר זיין ארבעטארערס.
שטעל זיך פאר ווען די גאנצע חלק פון לעבן איז נישט דא.
א. דארפסט נישט יערליך טרעפן נייע אינשוראנס אדער זען וואס האט זיך געטוישט אין דיין אלטע אינשוראנס.
ב. קענסט גיין צום דאקטאר אן טראכטן א מינוט וועגן געלט מיט דעדאקטיבלס.
ג. מעדיצין האט אן אינטרס אז דו זאלסט זיך האלטען געזונט א גאנץ לעבן, ממילא וועסטו האבען הילף זיך אפ צו געוואוינען פון שלעכטע אויפפיראכצן און בודק זיין דיין קערפער פאר געזונט פראבלעמן לאנג איידער זיי זענען ערנסט.
ד. טאמער דו האסט יעצט מעדיקעיד, מוזטו האלטען דיין אויג אויף דיין פינאנצן, אדער האסטו מורא מ'וועט דיר כאפען מיט א קליין ליגענט. מיט מעדיקעיר פאר אלל, ביסטו פטור פון די אלע דאגות.
ה. דיין אויסוואל פון דאקטוירים איז פיל ברייטער ווי דיין שמאלע נעטווארק, און קענסט וויילען לויט וואס דו דארפסט, נישט לויט די קאפריסען פון דער וואס זיצט ביים טלפון אין די קאמפאני.
ו. די רעגירונג האט שוין נישט קיין אינטרס צו שטיצען די קאמפאניס וואס זאגען דיר ליגענט וועגען דיין געזונט, ווייל עס קאסט זיי געלט ווען מ'עסט צופיל צוקער ווייל צוקער קאמפאניס האבען געשטיצט די טעאריע אז פעטס איז די פראבלעם (איין משל פון אסאך).
ז. די פרייז פון די אינשוראנס וואס מענטשן וועלען יא קויפען, טאמער זיי ווילען עפעס מער ווי די פשוט'ער, וועט זיין פיהל ביליגער. אזוי איז עס אין ענגלאנד און אנדערע אזעלכע לענדער וואס האבען אומזיסטע אינשוראנס מיט די אפציע פון צוקויפען אינשוראנס.
ח. די מעדיצין ביזנעס ווען האבען אן אינטרס דיר צו שלעפן צו זיי, אנשטאט'ס פארקערט. ווען זיי האבען דיר נישט ביי די גארגל, ווייל דו האסט אן אויסוואל און ביסט נישט משועבד צו די וואס האבען געחתמ'ט מיט דיין פראוויידער, וועלן זיי מוזען האלטען דיין צייט טייער, צושטעלן אינפארמאציע באצייטענס און זיין אפען אין צייטען וואס דער עולם דארף.
ט. די שטייערן טענה איז א רויטע העררינג. יא, שטייערן וועלען אפשר זיין העכער, אבער וואס גייט עס דיר אן? יעצט צאלסטו אכט הונדרעט דאללאר א חודש פאר דיין אינשוראנס, און דעמאלס וועסטו מוזען צאלען אכט הונדרעט דאללאר א יאר מער. האסט עפעס דערלייגט? אז מ'קוקט די נומערן גוט, זעט מען א א דורכשניטליכע מענטש וועט זיכער גארנישט דערלייגען, און גרויסע עשירים וואס האבען גרויסע ביזנעסער וועלן פארדינען פון דעם אז איין עקספענס פון זייער ביזנעס וועט ער קענען שניידען, און דאס וועט דעקן די שטייער העכערונג. די איינציגסטע וואס וועלן מעגליך דערלייגען איז די גרויסע עשירים וואס האבען געירשנ'ט זייער געלט און פירען נישט קיין קאמפאניס. זיי צאלען שטייערן אבער וועלן גארנישט קענען שניידען. איך זארג זיך נישט פאר די חברה און איך בין נישט פון זיי. דער מיעוט פון די לאנד וואס איז פון זיי, זאל זיך טאקע זארגען.
י. דער גאנצע ענין פון פאר פראפיט געזונט ביזנעס איז א פלעק אויף די גאנצע לאנד. דורך דער סיסטעם ווערן מענטשן מער און מער קראנק און קיינער האט נישט קיין אינטרס זיי צו היילען. די פרייע ביזנעס פון אן אפענע מארקעט איז נאר נוצליך ווען מענטשן האבען אפענע קעפ און א רואיגע מוט ביים איינקויפען. ווען די סערוויס איז לכתחילה נאר גענוצט אין אן עקסטרעמע צושטאנד, האט דער סיסטעם נישט קיין שכל. די מארקעט האלט נישט נידריג די פרייזען או עס האלט נישט הויך די סערוויס. א רעסטאראנט דארף זיין אפען אן קיין רעגירונג'ס אריין מישען. א שפיטאל טאר נישט.

אויך דער געוועב וועסטו קענען טרעפן אסאך קראנטע אינפארמאציע, אבער היט זך פון פראפאגאנדא. ליין יעדער זאך צו עס שטימט פאר דיר. לאז זיך נישט פון שיטות און פילאזאפיע, טראכט אריין וואס איז פראקטיש בעסער פאר דיר.
Medicare for all.jpg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

האסט פארגעסן נאכצוקוקן די ראטעס פון די ענגלישע שפיטעלער וואו מ'שטארבט אין גרויסן ווייל ס'איז פשוט נישטא קיין געלערנטע דאקטוירים ווייל די מעדיקעיד פאר אלל צאלט פרוטות צו היילן, און אפילו איינער וואס קען זיך ערלויבן האט נישט קיין וועג ארויס מיטן לעבן.

אין אמעריקע מיט א גוטע אינשורענס קעסטו דיך אויסבעטן אז מ'זאל נישט אויספלאגן די מאשינען און RCCS קען העלפן אידישע קינדער, משא"כ אין די קאמוניסטישע לענדער מיט מעדיקעיד פאר אלל וואו די ביליג באצאלטע דאקטוירים זענען בעה"ב אויף דיין לעבן אן קיין וועג ארויס. ווען זיי זענען מחליט אז דו ביסטו טויט, ביסטו טויט.

ביז היינט פלעגן די לאנדאנ'ע אידן קומען צו אמעריקאנע שפיטעלער וואו זיי האבן מיט א גוטן אינשורענס געקעמפט פארן לעבן. די גוטע צייטן זענען אווער מיט מעדיקעיד פאר אלל.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: Medicar for All פאר דיר

שליחה דורך גראף »

א אלטע פראבלעים וואס געשעהט ווען אלע זענען גלייך און קיינער פארדינט (כמעט) מער פון א צווייטער. א גוטע דאקטאר וואס האט יארן עקפיריענס און האט אינוועסטעט שווערע געלטער גייט יעצט ווערן באצאלט אזוי ווי דער מעדיקעל סטודענט. וויפיל מענטשן וועלן שוין קויפען בעסערע אינשורענס אז עס זאל נאך זיין א אינטרעסע ביי אינגע מענטשן אז אויסער האבן א טיטל דאקטער גייט ער נישט ארויס מיט גענוג ריווח אז ער זאל זיך אן פלאגן צען יאר אין מעדיקעל קאלידזש מיט בערך נאך פיר פינף יאר אין פרעקטיס ביז ער קען גיין אליינס?
אויף פאפיר שטימט עס געוואלדיג אבער עס העט אויסזען אזוי ווי אין שוועדן וכדו'.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איסר האטלקי האט געשריבן:האסט פארגעסן נאכצוקוקן די ראטעס פון די ענגלישע שפיטעלער וואו מ'שטארבט אין גרויסן ווייל ס'איז פשוט נישטא קיין געלערנטע דאקטוירים ווייל די מעדיקעיד פאר אלל צאלט פרוטות צו היילן, און אפילו איינער וואס קען זיך ערלויבן האט נישט קיין וועג ארויס מיטן לעבן.

אין אמעריקע מיט א גוטע אינשורענס קעסטו דיך אויסבעטן אז מ'זאל נישט אויספלאגן די מאשינען און RCCS קען העלפן אידישע קינדער, משא"כ אין די קאמוניסטישע לענדער מיט מעדיקעיד פאר אלל וואו די ביליג באצאלטע דאקטוירים זענען בעה"ב אויף דיין לעבן אן קיין וועג ארויס. ווען זיי זענען מחליט אז דו ביסטו טויט, ביסטו טויט.

ביז היינט פלעגן די לאנדאנ'ע אידן קומען צו אמעריקאנע שפיטעלער וואו זיי האבן מיט א גוטן אינשורענס געקעמפט פארן לעבן. די גוטע צייטן זענען אווער מיט מעדיקעיד פאר אלל.

די לעבענ'ס ראטע אין אמעריקא איז נישט די גרעסטע אין דער וועלט. דא וועט איהר זען אז ענגלאנד איז נומער 35 ווען אמעריקא איז נומער 43.

און פאר נייגער, ווען פלעגט מען קומען פון ענגלאנד קיין אמעריקא? איך קום פון ענגלאנד און איך קען נישט קיין איין מענטש וואס איז געקומען פון ענגלאנד קיין אמעריקא פאר טריעטמענטס. טאמער עס פאסירט, איז עס זיכער נישט אויף א מאסשטאבליכן אופן, און גראדע קען איך פיל מענטשן וואס פארען קיין ענגלאנד פאר א געוויסע טריעטמענט אויף די אויגען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

גראף האט געשריבן:א אלטע פראבלעים וואס געשעהט ווען אלע זענען גלייך און קיינער פארדינט (כמעט) מער פון א צווייטער. א גוטע דאקטאר וואס האט יארן עקפיריענס און האט אינוועסטעט שווערע געלטער גייט יעצט ווערן באצאלט אזוי ווי דער מעדיקעל סטודענט. וויפיל מענטשן וועלן שוין קויפען בעסערע אינשורענס אז עס זאל נאך זיין א אינטרעסע ביי אינגע מענטשן אז אויסער האבן א טיטל דאקטער גייט ער נישט ארויס מיט גענוג ריווח אז ער זאל זיך אן פלאגן צען יאר אין מעדיקעל קאלידזש מיט בערך נאך פיר פינף יאר אין פרעקטיס ביז ער קען גיין אליינס?
אויף פאפיר שטימט עס געוואלדיג אבער עס העט אויסזען אזוי ווי אין שוועדן וכדו'.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

אלס פיין און וואויל, אבער נישט למעשה'דיג. אין די אלע לענדער וואס דאקטוירים פארדינען נישט קיין אסטראנאמישע סומעס, לעבט מען פונקט אזוי, אדער מער ווי, אין אמעריקא. דאס איז אן אמעריקאנער טעות אז מענטשן טון אלס פאר געלט און נאר געלט. יא, מ'דארף קענען מאכען א לעבן. אבער ווערן רייך איז נישט די איינציגסטע חשבון, און ווערן רייך קען אפט פארדרייען די אמת'ער חשבון.

לאמיר מאכען א פשוט'ער חשבון. ווען ווערן א ראש ישיבה וואלט געצאלט ריזיגע סומעס, וואלטען מיר געהאט בעסערע ראשי ישיבה צו ערגרערע? לכאורה איז עס פשוט אז עס וואלט געווען ערגער. פארוואס? ווייל די ארבעט וואלט געשלעפט מער אומ'אחריות'דיגע מענטשן ווי עס שלעפט יעצט. אזוי אויך איז עס ביי דאקטוירים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: Medicare for All פאר דיר

שליחה דורך גראף »

ערשטענס דאקטורים זענען נאכנישט רייך. אויסער גאר גאר גרויסע ספעציעליסטען פארדינן זיי עטליכע הונדרעט א יאר וואס מיינט נאכנישט רייך, נאך דערצו אז זיי האבן א גרויסע חוב צו באצאלן.
צווייטע זאך, דער עיקר פראבלעים פון די מער סאציעליסטע מעדיקער סיסטעם אין אייראפע איז ווי לאנג מענטשן ווארטן פאר עפעס וואס דא אין אמעריקע נעמט זייער שנעל צו באקומען דער אפוינטמענט אין אדורך גיין דער טריטמענט/פראסיזשער. זיי דארפן משא''כ אין אייראפע וואס מען לאזט דיר ווארטן א האלבע יאר און ביז דעמאלסט ....
איך בין מסכים מיט דיר אז מענטשן דארפן טראכטען וואס עס איז גוט פאר זיך און נישט וועלן פאר יענעם'ס אינטערעסן. נאר ווען מענטשן זאלן ווען טאקע וועלן פאר זיך און וואס די לינקע פאליטישענ'ס זאגן זיי צו ווייל זיי זאגן דאך אלעס צו און עס נאך אוועק נעמען פון די רייכע קאפאליסטען, גייען מיר אלע לעבן אין די יונייטעד סאוויעט סטעיטס אוו אמעריקע.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: Medicare for All פאר דיר

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נעמן איינצעלנע נומערן און בויען אויף דעם א סיסטעם איז נישט ריכטיג. די נידון איז נישט בלויז ווי לאנג מ׳ווארט אויף א ספעציאליסט. ווען א מענטש האט א חשש אויף ר"ח חשון אז עפעס טויג נישט, און ער גייט צום דאקטאר אום ב׳ חשון, ווייל עס איז לייכט, אומזיסט און באקוועם, קען ער ווארטען זעקס מאנאטען ביז דער ספעציאליסט וועט איהם אננעמן אויפ׳ן פארלאנג פון דער דאקטאר. הייסט׳ס ביז ר"ח אייר וועט מען איהם נישט זען. אין אמעריקא, ווען איינער האט א פראבלעם אום ר"ח חשון, גייט ער נישט אזוי שנעל צום דאקטאר. עס קאסט געלט, ער גלייכט נישט דער דאקטאר, ווייל ער האט איהם נישט אויסגעוויילט און שער דאקטאר האט נישט קיין אינטרס איהם צופרידן צושטעלן. ביז ער גייט צום דאקטאר מוז דער פראבלעם זיין ערנסטער. און דאס אליינס קען שוין זיין א היבש שטיק צייט. און ווען ער זוכט א ספעציאליסט, דארף ער טאקע נאר ווארטען צוויי מאנאטען. אבער עס איז גארנישט פריער ווי זיין יוראפעאישע חבר וואס איז גלייך געגאנגען צום דאקטאר.

סתם אזוי, איך מיין עס איז א גרויסע גוזמא דאס וואס מ׳זאגט אז מ׳ווארט דארט אזוי לאנג. מ׳מאכט טאקע נישט די אלע סקענס אזוי אפט ווי דאהי, עס איז נישט קיין routine זאך, אבער ווען מ׳דארף ווארט מען נאר אביסל, נישט אזוי ווי מ׳מאכט עס. און דער אויסקומפף ווערט נישט ערגער צוליעב דעם. און וואוינענדיג אין אמעריקא האב איך נישט געזען אז ספעציאליסטן זענען אזוי אוועילעבל. איך האב געהאט מעשיות מיט זיי, עס איז גארנישט אזוי פויגעלדיג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דא האט איינער צוזאמען גענומען די נומערן פרט נאך פרט אויף די סוגיא.

איך ווייס אז מיט אלע נומערן קען מען שפילען, אבער קוק וואס איז דא די שפיל און וואס דארט. דא טענה'ן זיי ווי גוט עס וועט זיין פאר דיר, און דארט זאגט מען אז עס איז נישט אויסגעהאלטען. זיי קענען נישט מאכען דער ארגומענט אז עס איז נישט בעסער פאר דיר, אחוץ מיט אפענע ליגענט אדער סטאטיסטיקס וואס האבען נישט קיין שייכות מיט דיר.

און דאס איז יעדער מסכים אז ארויס נעמען די אסטראנאמישע פרייז פון אדמיניסטרעשיען וועט שטארק נידערן די פרייז פון געזונט אין אמעריקא. איז דאס אליינס נישט גענוג א סבה?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט