גאנצל האט געשריבן:אז מ'דערלעבט דערלעבט מען, זעי איך יעצט אין אייוועלט
אז די וואס פארן ארויף אויפ'ן עסקעלעיטער גייען מאכן א גרויסע קבלת פנים פאר די אגודיסטן
שרייבן אזעלכע ווערטער ווי רבותינו מרנן
רחמנא ליצלן
מי יגלה עפר מעיניך רבינו הקדוש
מי לנו גדול פון מרן הגר"א שלעזינגער וואס באטיטלט דעם ציוני ר' שמואל אויערבאך אלס 'רבינו הצדיק'.
מי יגלה עפר מעיניך גאנצל
בקיצור יענע אניאנים ניק איז יא גערעכט....... איי די דרי ריי ריי דיזי
אז הגרא שרייבט אויף אים רבינו הצדיק בין איך זיכער אז ר' שמואל איז געווען הגרא'ס רבי בער רבי פאר סאטמארע חסידים איז ער נישקס נישט ער און נישט זיינע נאכפאלגער
אינטערסאנט ווי דער חופר קברים פון ווילנא האט בכלל א ווארט ביי יצחק שטערן מי יודע אפשר וועט נאך איין טאג דער חופר קברים פון בית שמש יא זיך מעגן טיטלען צדיק הדור....... וועל מיר זעין וואס יצחק שטערן וועט מחליט זיין.......
גאנצל האט געשריבן:אז מ'דערלעבט דערלעבט מען, זעי איך יעצט אין אייוועלט
[
אז הגרא שרייבט אויף אים רבינו הצדיק בין איך זיכער אז ר' שמואל איז געווען הגרא'ס רבי
בשעת ווען הגר''א האט גילערנט אין ישיבות האט ר' שמואל גילערנט ביי הרב קוק ז''ל און הגראי''ל האט נאכגעזאגט די של''ס תורה פון רביה''ק מסאטמאר דארט אין שווייץ
איסר האטלקי האט געשריבן:הרב גאנצל, איר זאלט מיר מוחל זיין, אבער ר' אליקים איז נאך אזא קנאי ווי ר' משה שטערנבוך.
ביידע זענען בריסקער, און פון דארט שטאמט זייער קנאות. דער חילוק איז אז רק אליקים האט זיך געהאלטן פאר א שטיקל סאטמארער חסיד און ר' משה איז געווען א פאנעביז'ער ליטוואק.
ווער האט דען געזאגט אז ר' אליקים איז נישט קיין קנאי ? איך האב געזאגט אז זעיט אויס פון ר' אליקים'ס ווערטער אז ר' שמואל איז געווען זיין רבי ער שרייבט אויף אים רבינו און צוגעלייגט אז סאטמארע תלמידים זענען נישט קיין תלמידים פון ר' שמואל וואס איז דא נישט פארשטענדליך ?
אבער ווען מען האט געמאכט א כינוס כללי פאר חסידי סאטמאר אויפצוקלערן די שיטה הק' וכלשונם 'רעיון הציוני', האט מען גענומען ר' אליקים אלס מורה דרך אז מ'דארף לערנען די שיטה.
הייסט אז מ'האט גענומען איינער וואס האלט דעם ציוני ר' שמואל אלס 'רבינו' ער זאל הייסן ארויסקומען לערנען דעם רעיון הציוני.
איסר האטלקי האט געשריבן:אבער ווען מען האט געמאכט א כינוס כללי פאר חסידי סאטמאר אויפצוקלערן די שיטה הק' וכלשונם 'רעיון הציוני', האט מען גענומען ר' אליקים אלס מורה דרך אז מ'דארף לערנען די שיטה.
הייסט אז מ'האט גענומען איינער וואס האלט דעם ציוני ר' שמואל אלס 'רבינו' ער זאל הייסן ארויסקומען לערנען דעם רעיון הציוני.
בייגעלייגט בריוו פון פאראיאר
וואס פונקטליך פארשטייט איר נישט דא ? ווייל איך נעם א בריוו פון ר' אליקים אויף איין זאך מוז איך שוין האלטן אלעס ווי אים ? וואס פונקטליך איז די סתירה דא ? איך רעד שוין נישט פונעם סירקוס אויף פארקערט... אז דעם זעלבן איד וואס מ'האט משמיץ געווען פון די סאטמאר-אויערבאך פארטיי אלס א חופר קברים....אין ווילנא, און מ'האט צאםגענומען אידן אין מאריאט האטעל אקעגן אים אים באשייגעצט וואך איין ואך אויס אין דער איד דורך פילאפ און קעניג פאר די עבירה פון ארויס זאגן א אייגענע דעת תורה בנוגע קברים, זיין שיטה איבער ווי אזוי סאטמארע תלמידים דארפן זיך באגיין מיט די נייע כלומרשטע בעלי תשובה איז פלוצים הייליג און טייער.......איך מיין וואס מיינט איר אידן ליידן אויף אלטסהיימער דא אבער נישט קוקענדיג אויף אים ר' אליקים'ס שיטה איבער די ר"י און ראשי אגודה איז נישט די זעלבע וואס סאטמאר איז אלס געווען און דערפאר איז ער פסול צו געבן א מכתב קודש ווען מ'קומט זיך צוזאםנעמען איבער ציונות ? אתמהה ווען ר' שמואל זאל ווען געבן א בריוו וועגן כנוס וואלט מען מסתם אויך גענומען.......די פראבלעים איז נאר אז פון ויואל משה האט ער געלאכט......
זאפטיג האט געשריבן:יעדער קרייז אין ארה''ק זעצט זיך אראפ איינמאל א יאר און מאכט א פינאנציעלע חשבון צי עס לוינט זיך מיטן מדינה צי גיין אדער דער קעש פלאו פון סאקמער דעטס אל עבאט איט
נישט מער ווי נארמאל. און אמעריקא וואלט אויך אלע מוסדות זיך אפגעשאקעלט פון די רעגירונג ווען מ'קען באקומען די פאנדינג פון פריוואטע פלעצער.
זאפטיג האט געשריבן:יעדער קרייז אין ארה''ק זעצט זיך אראפ איינמאל א יאר און מאכט א פינאנציעלע חשבון צי עס לוינט זיך מיטן מדינה צי גיין אדער דער קעש פלאו פון סאקמער דעטס אל עבאט איט
נישט מער ווי נארמאל. און אמעריקא וואלט אויך אלע מוסדות זיך אפגעשאקעלט פון די רעגירונג ווען מ'קען באקומען די פאנדינג פון פריוואטע פלעצער.
דער חילוק איז נאר אז מען שטעלט זיך ארויס אלס פרומע מיט מסירות נפש למען חינוך הטהור. עי' ערך מוסדות...
איך האב יעצט געהערט אז מ'האט גענידערט די פרייז אויף $10. עס איז שוין א דורכפאל?
סתם לבדוחי דעתכם. איך האב געהערט אז אין די צעטליך אין ווסמב"ג האט מען געמוזט אויפטון א פאר שינוי השם'ס אויף די נייע גדולים פון ארץ ישראל. הרב צבי פרידמן איז פלוצלונג הרב צבי פריעדמאן, הרב זבלון שוב איז הרב זבלון שויב, הרב צבי רוטברג איז געווארען הרב צבי ראטטענבערג, וכדו'.
עס הערשט א ריזיגע פראבלעם מיט די וואס קענען נישט קיין אידיש דארט. ר' צבי פריעדמאן איז א תלמיד פון ישוב, און איך האב געהערט אז ער איז זאגאר געווען אין מיליטער. הגם אז ער הייסט א גרויסע בעל כשרון אין לערנען, אבער אידיש איז נישט פון זיין כשרונות. וואס גייט מען טון ווען ער מוז רעדן?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא