עסן עסט'זיך האט געשריבן:ס'איז אן עקסטערע זאך, אבער אז מרעדט שוין
כ'מיין אז דער סאטטטמאר רבי האט געמאכט זייער קאורני דזשאוקס,
דו מיינסט אז אומזיסט האט סאטמאר רב געהאט אזויפיל מתנגדים ?...
עסן עסט'זיך האט געשריבן:ס'איז אן עקסטערע זאך, אבער אז מרעדט שוין
כ'מיין אז דער סאטטטמאר רבי האט געמאכט זייער קאורני דזשאוקס, די אלטעע דור חסידים האבין עס זייער אינדזשויט אבערר צווישן אונז גערעדט, נישט נאר יולי לעבעוויטש נאר אפילע חיים שמעלצאר פאקט אים איין. פארשטייטזיך אז ס' נעמט נישט אוועק פון זיינע אנדערע גרויסע מעלהס, זכותו יגן עלינו
קאווע טרינקער האט געשריבן:מ'פארקריכט דא פונעם ענין,
די הייליגע חתם סופר - וואס סאטאמר האט אדאפטירט, כאילו ער האט געהאקט אייז און געפירט פראטעסטטען - זאגט קלללאאאר אז די אידן אין מצרים האבן בפירוש גרעדט מצרי'ש,
לדעתו, שלא שינו את שמם, באציעט זיך לגבי שקלא-וטריא ביים לערנען.
קאווע טרינקער האט געשריבן:מ'פארקריכט דא פונעם ענין,
די הייליגע חתם סופר - וואס סאטאמר האט אדאפטירט, כאילו ער האט געהאקט אייז און געפירט פראטעסטטען - זאגט קלללאאאר אז די אידן אין מצרים האבן בפירוש גרעדט מצרי'ש,
שלזינגרוביץ האט געשריבן:איך לייען די רייד פון אלע שרייבערס דא, און קיינעם פאלט נישט איין צו פרעגן די פשוט'סטע פראגע: אט די הייליגע שפראך יידיש פון וואנט שטאמט זי? האט דען משה רבנו גערעדט יידיש, אדער מר בר רב אשי, דער רמב"ם, דער מחבר ר' יוסף קארו? יידיש איז געווארן א יידישער שפראך וייל יידן האבן גערעדט דאס שפראך - נאך א ביסל וועט ענגליש אויך ווערן הייליג - כ'מיין ענגליש און דעם וויליאמסבורגער שטייגער.
מראה מקום?קאווע טרינקער האט געשריבן:נו, אוודאי, איז דאס א טעות הדפוס אין חתם סופר, והיינו טעמא פארוואס מ'האט ארויסגענומען פון חתם סופר די שטיקעל וואס ער שרייבט אז עבודת הקרקע בארץ ישראל איז מער ווי תורה ותפילה אין חוץ לארץ.
חוקר ודורש האט געשריבן:נישט אומזיסט זאגט מען אז די וויליאמסבורג׳ע קינדער (הוא הדין אנדערע) זענען די מערסטע גריבען און קליג סיי במילי דעלמא סיי במילי דשמיא
חוקר ודורש האט געשריבן:אבער נראה לי לומר אז מען זעהט בפועל א חילוק פון א בחור למשל וואס רעדט אידיש ווי פון א צווייטען וואס רעדט ענגליש, נישט אומזיסט זאגט מען אז די וויליאמסבורג׳ע קינדער (הוא הדין אנדערע) זענען די מערסטע גריבען און קליג סיי במילי דעלמא סיי במילי דשמיא, זיי כאפן אויף א גמרא בעסער פונעם פלעטבויש בוי, ווייל די ענגלישע שפראך מאכט זייער פארטעמט און פארטיפושט,
בכלל זאגט די מיר איז נישט דא א חילוק פון די צוויי שפראכן? ענגליש איז עפעס נישט, סאיז פשוט גוייש, מיר רעדן אידיש כדי צו בלייבען דעם עם נבון וחכם!