איש את רעהו האט געשריבן:גר ותושב האט געשריבן:חוקר ודורש האט געשריבן: די שאלה איז אויב די גולן הייטס דעקראלאציע פון טראמפ היינט וועט עפעס צוגעבן צו אים, עס איז א שווערע פארמעסט
דאס איז שוין יא א שאלה.
ביידע
גולן + אראביש בלוט און עזה באמבאדירונגען האפט ער סוועט אים ראטעווען.
הרב איש את רעהו: איהר באהאנדלט די גאנצע סוגיא פון דעם קאנפליקט אין פאלעסטינע (לשיטתכם, וואס פאלעסטינע עקזיסטירט יא. און די פארשאלטענע ציונים ימ"ש, שר"י, עפ"ל זענען געקומען ערגעץ פון מזרח אייראפע און זיי האבן בארויבט דאס אומשולדיגע פאלעסטינער פאלק.) ווי גלייך ס'וואלט געווען א שאך שפיעל. און איהר זענט דער גענעראל. און איהר זאגט מבינות וועלכער צד פון די שאך שפילערס ס'וועט דא געווינען. איהר פארגעסט אבער (פונקט אזוי ווי די גויים, אייערע פריינט די שונאי ישראל) אז אין ארץ ישראל וואוינט אויך א ציווילע באפעלקערונג וועלכע רעכענען זיך אלס קרובים צו אונז (לכאורה). אייניקלעך פון אונזערע זיידעס אברהם, יצחק ויעקב. וועלכע ווערן באהאגלט און באשאסן טעגליך מיט טויטליכע ראקעטס. נאר בחסדי ה' אלוקי אבותינו אברהם יצחק ויעקב זענען נישט דא קיין טעגליכע מאסן קרבנות...!
נאר ס'איז מעגליך אז דער אמת איז, אזוי ווי אייערע גוטע פריינט די גויים, די שונאי ישראל טענה'ן אז איהר שטאמט גאר פון די קוזארן. און אייערע עלטער זיידעס האבן געאקערט די ערד און געפאשעט די קעלבער אין די קאווקאזער ראיאנען פון אסט אייראפע. און ממילא האט איהר קיין געפיהל נישט צו דעם שיקזאל (גורל) פון די אינוואדירער, וועלכע האבן באזעצט פאלעסטינע און פארטריבן די אומשולדיגע פאלאכ'ן פון זייער ארבטייל...!
איז לאמיך אייך דערמאנען, אז די עכטע אידן האבן א בוך וואס די אנשטענדיגע , גוי'אישע באפעלקערונג ווי פוילן, דייטשלאנד און אונגארן און ראמעניע רופן דער .."בייבל"...! און דארט שטייט קלאר ארויסגעשריבן אז דער אלמעכטיגער גאט וועלכער האט באשאפן די וועלט. (נישט דארווין). האט צוגעזאגט פאר דעם ערשטן איד. נעמליך אברהם אבינו אז ער וועט געבן די טעריטאריע וואס איהר און אייערס גלייכן רופן פאלעסטינע פאר זיינע אייניקלעך, די אידן...!
נ.ב.: אויב איהר האט אמאל געלערנט אין א אידישע שולע וואס רופט זיך ..."חעידער"... ווערט איהר העפליך געבעטן אריינצוקוקן אין דעם ערשטן פסוק רש"י פון פרשת בראשית...!
הרב שמעקעדיג. ביטע. אויב ס'געפעלט אייך נישט דאס אויבנדערמאנטע, האט איהר א ברירה אויפצוברענגען עפעס א סארקאסטישן, סקאטאלאגישן ניבול פה...א דאנק פון פאראויס!
אה...! איהר קענט אויכעט אויסמעקן די תגובה מיט'ן תירוץ אז ס'איז שלא מן העניין...!