אנטי וואקסינירער זענען טעקניקעל עמי הארצים און בעד עט דיטעיל
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

אנדערש ווי פיהל אנדערע דא האב איך יא געהערט פערזענליך פון מומחים, ריסערטשערס און דאקטורים, איבער די קרעדיביליטי פון וואקסינען און די טפשות'דיגע רשעות פון די אנטי-וואקסינירער, קאנס-פיראטן. נישט אז איך פארשטיי אסאך צו ביאלאגיע און די טערמינען פארבינדן צו דער נושא, אזוי אז איך קען נישט אליינס אפלייענען און פארשטיין אן ארטיקל און די נאטור אדער סייענס מאגאזינען למשל, אבער די ערשטע קענען יא.
נאר דא וויל איך מיר באציען צו די גרויס-שטאקיגע פערדן וואס כאטש וואס מאנכע פון זיי האבן ווי עס שיינט געלערנט א באנטש מיט ספרים און געלייענט (פאפולער-סייענס – סייענס פאר די פאפוליס) ביכער פון גרויסע פראפעסארן קומט זיי נישט אין באטראכט אז כדי צו שטעלן א צד אין דער נושא און נאך ארגיוען דערפאר, זענען די אלע געלייענכצער גארנישט ווערט. צו דעם דארפן זיי פשוט לייענען און פארשטיין די מאניולס, דהיינו די ביאלאגיע ביכער און זיין אפ טו דעיט מיט די פובליצירטע שטודיעס אין די (נישט פאר פאפולוס און נישט עסטאבילירטע) זשורנאלן. נאר דער פראבלעם פארשטיי איך איז אז צו פארשטיין ווי אזוי א מאשין ארבעט פעלט זיך אויס נישט נאר צו לייענען פריער דעם מאניול און האבן א גא עט איט אין פרעקטיס, נאר אויכעט ברויך מען נאך פאר מען נעמט זיך דערצו האבן דער ריכטיגער פארשטאנד, וואס איז דאס קאוז און עפעקט, אנישט איז מען פשוט, אין א פרעקטיקעל מציאות, נישט געמאכט פארדעם. נישט געמאכט פאר דער פעלד. גיי זיי א לויער אדער א סעילסמאן.
איך האב געשמועסט מיט מיין באבע זז"ג נישט לאנג צוריק, זאגט זי מיר אזוי בתוך הדברים אז היינט דארף זיין זייער געווארנט זיין און ליגן אין בעט אגאנצן טאג כדי נישט זיך איבערצושטרענגען; אזוי מיינט זי וועט זי לעבן ביז 120. אפנים, עס פאלט איר גארנישט איין אז ראסטיגן דעם קערפער פירט נאר שנעלער צו צום גרוב. זי איז שוין באלד אכציג און דורכאויס איר גאנצן לעבן האט זי מסתמא נישט געהערט דער מושג אז ווען מען מאכט עקסערסייז, וואס ברויך לכאורה אפשוואכן דעם קערפער, האט עס דער פארקערטער עפעקט, עס שטארקט דעם קערפער. נו, גיי טענה דיך מיט א פערפעקטלי לאגישע ארגומענט. און אזוי כהנה וכהנה קען מען טרעפן פיהלע משלים און דוגמאות אין אונזער אויפברענגונג אוואו מענטשן באשטימען דעם מציאות באזירט גענצליך אויף דער לאגיק אין זייער קאפ אדער געפיהל אין זייער קערפער און פארשטייען גארנישט אז דער מציאות קימערט זיך נישט מיט דיין איינזאמע וועג פון טראכטן. און אפילו ווען עס איז נישט אזוי איינזאם, די גאנצע וועלט זאל טראכטן אז מסברא זענען מיר די צענטער פון די יקום, קען מציאות דיך אויך פאטשן אין פנים.
אלזא, לדעתי איז דער שורש פון אזא וויסטע אנטי-וואקסינאציע שיטה מחמת אונזער אומפארשטענדעניש, פחד און בושה (אזא פון גאווה – ס'פאסט מיר נישט אז איך פארשטיי נישט דערצו) פון סייענס בכלל און מעקעניקעל ביאלאגיע (פאר וואנט פון א בעסערע טערם) בפרט. איך וואלט מוסיף געווען אז אונזער טענדענסי צו טיילן זיך נאכאנאנד, נאך ווען די עמבריאו איז פיצל, איז גורם אזא יהושע בן לוי ואליהו עפעקט, אוואו יעדערער איז א ראש; אוואו עס זענען דא צוויי צדדים און א הונדערט מיינונגען – ווייל מיך האט מען דאך אויסגעלערנט אז נאר מיין מיינונג איז קדוש און נאר מיר זענען די אמת'ע אידן. כאאס און אנארכיע.
ריכטיג מיר זענען נישט מאשינען, אבער ווי ווייט מיר זעען ביז אהער, האבן רובא דיסקאוועריס אין סייענס זיך ארויסגעוויזן געגן די אינטואציה און אנגעקומען מיט בלוט און פארעך (עיין ערך וויקי פאול ערליך – אפשר דאס וועט איבערצייגן די פת במלח תאכל'ניקעס וועלכע גלייבן, ווידער מיט בלויזע אינטואציה, אז נאר ווען מען לאזט זיך פייניגן (און די בני בית אויכעט) קען מען מגלה זיין נשגבות.), פארוואס? ווייל מיר-נישט-מאשינען אינטערעקטן מיט א פיזישע וועלט מחוץ פון אונזערע געווילטער (preferred) רעאליטי אין קאפ, און דער פיזישער וועלט, אזוי ווי אונזערע אייגענע קערפער, האבן רולס ווי אזוי עס פונקציאנירט, וואס מאכט נישט-דוקא אדער דוקא-נישט סענס מיט ווי אזוי זאכן וואלט געדארפט זיין אקארדינג צו אונזער מיינונגען, געפיהלן און מאראלישע איבערצייגונגען. א ראיה, כדי צו פארשטיין עני מעקעניקעל פענאמענאן, נעמט יגיעה. דו זאגסט דו פארשטייסט נישט? 'קלאר' (אין דער אנדערער אשכול וואס ליטוואק האט צוגעלינקט), שרייט מחמת געפיהל, 'פראפעסאר שפירא' שרייט מחמת אינטואציה און אדנירם ברענגט גאר הארטע לאגיק, צושטעלונגען און אומצאליגע לא הרי'ס אבער קלוגערע פון זיי האבן שוין מקדים געווען מיט די קשיא פון צדיק ורע לו, וואס לדעתי שטאמט פון דער זעלבער מקור. ווי קען זיין אז די וועלט ארבעט נישט לויט ווי אלעמענס קאפ זאגט אז ס'דארף? ווייל דו ווייסט נישט ווי אזוי דיין אייגענע קאפ ארבעט, זאלסטו ווילן וויסן שוין ווי אזוי, און גאר פארוואס, די וועלט ארבעט די וועג ווי זי ארבעט? אז דו ווילסט באמת וויסן, גיי זעץ דיך לערנען. נאר וואס דען, דו קענסט נישט קאופן מיט די דיטעיל - און כמאמר החכם, די דעוויל איז אין די דיטעיל.
ווען נישט וואס כ'ווייס וויפיל האפט דאס האט וואלט איך געזאגט אז דער 'איינס פון מיליאן' שאנס וואס שמערל זאגט עקזעסטירט אז וואקסינירן זאל עמיצן שאטן דארף אויך האבן אזא קינד וועמענס האדעוונג איז אויף די שיטה אז ארבעטן מאטערט אויס און ווי מער ליגן אין בעט אלץ בעסער, און מסתמא א קינד פון עלטערן – ערשטע קאזינס (ווי כאילו אן ארוני מיט א זלוני איז בעסער). אזא שוואכלינג איז דען א חידוש? דער וועט דאך אדערווייז זיין א לאסט אויף פובליק העלטה פאר'ן לעבן עפ"ל.

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
דיינע רענטס זענען העכסט פאני און ליינען זיך מיט פארגעניגען.
למעשה ווען רבנים לאזען נישט אינגע ווייבלעך אינדוסען ווען זיי גייען צו קינד, נאר אויב מען פרעגט זיי, און זיי פסק'ענען אז מען מעג אדער מען טאר נישט כנגד דעת ה' דאקטאר פארוואס קענען זיך נישט רבנים פונקט אזוי קעגען שטעלן און זאגען אז מען טאר נישט נעמען דער וואקסינאציע לדעתם דעת תורה?
איי וואס איז דער שייכות?
איז אזוי. דער באקאנטער פרוי אויף דער באקאנטער ווידעא וואס איז געגאנגען וויירעל זאגט עס קלאר, אז היות דער וואקסין קומען נישט פארמיידן פאר מיר און קינדער קיין שום סכנה, מען קען פיין לעבען מיט פאקס און מאזעלס, איז נעמען א רפואה נישט אויסגעהאלטן.
והיינו טעמא פארוואס רבנים זאגען אז מען טאר נישט אינדוסען לעבער פאר די צייט ווייל מען לייגט זיך אריין אין א סכנה.
והיינו טעמא פארוואס מען טאר נישט נעמען מיזעל שאטס לדעתם. ווייל עס איז דא א מקום סכנה.
קען זיין אז די פאקטן זענען אנדערש, אבער גראדע זענען זיי גערעכט.
איך גראדע האלט נישט אזוי, ווייל לדעתי אסר'ט נישט די תורה צו טוהן רפואות לטובת האדם אפילו אויב איז נישטא א סכנה, אבער לדעת הרבנים, די אנגענומענע, מאכט עס סענס.
גראדע דא, היות עס האט באקומען פאבליסיטי מאכן זיי חילוקים של תוהו, אבער לדעתם זענען די אנטי וואקסינאציע חברה גערעכט.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
און באמת איז דאס ווידער גאר א פחד פון נעמען עקשן אין די אייגענע הענט; מאכן דעסיזשנס. ענדישער לאזן פאר'ן באשעפער (לייען נאטור) אויספירן דעם גזירה (רוב מאל געחתמט מיט בלוט אבער א מאל איז עס א נס פון דער דאמאלטיגער צדיק הדור, א מיראקעלעס פארשוואונדונג פון דער טומער; א מצה אדער א מרור וואס דער דאקטער האט אנגעזאגט מען טאר נישט עסן, זעסטו?! ) ווי איידער טוהן שריט. דאס הייסט נישט זיין אומשטאנד צו נעמען די אחריות.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
א פיינע טעזע, אבער אויף דעם קומט נאך א קשיא. די אנטי-וואקסערס זענען נישט דומער צו ווייניגער עדיוקעיטעד ווי די פרא-וואקסערס. יעדער קומט פון די זעלבע חינוך, און איז מער ווייניגער די זעלבע בהמה. פערדעריי איז לאו דוקא פארבונדען מיט אנטי וואקסינירען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
לאמיר פרעגן א שאלה אין הלכות זיך אריינשטעלן אין א סכנה.
די סכנה צו ווערן געשעדיגט פון וואקסינס, איז געשאצט אויף איינס פון א מיליאן. (הגם עס איז נישטא אויף דעם קיין קלארע הוכחות, דאך לאמיר אזוי אננעמען פאר די סעיק אף די ארגומענט)
די סכנה פון שטארבן פון הערפיס פון מציצה בפה איז איינס פון הונדערט טויזענט.
די סכנה פון שטארבן פון מיזעלס איז איינס פון צען טויזענט. (געוויסע סטרעינס זענען פיל טויטלעכער, און דאס רעכנט נישט אריין טויט פעלער וואס קען זיך מאכן פון קאמפליקאציעס שפעטער אין לעבן א דאנק די מיזעלס, אויב רעכנט מען דאס אריין איז עס איינס פון פיר טויזענט).
אלזא ילמדינו רבינו, וועלכע סכנה איז מותר זיך אריינצושטעלן און וועלכע נישט?
די סכנה צו ווערן געשעדיגט פון וואקסינס, איז געשאצט אויף איינס פון א מיליאן. (הגם עס איז נישטא אויף דעם קיין קלארע הוכחות, דאך לאמיר אזוי אננעמען פאר די סעיק אף די ארגומענט)
די סכנה פון שטארבן פון הערפיס פון מציצה בפה איז איינס פון הונדערט טויזענט.
די סכנה פון שטארבן פון מיזעלס איז איינס פון צען טויזענט. (געוויסע סטרעינס זענען פיל טויטלעכער, און דאס רעכנט נישט אריין טויט פעלער וואס קען זיך מאכן פון קאמפליקאציעס שפעטער אין לעבן א דאנק די מיזעלס, אויב רעכנט מען דאס אריין איז עס איינס פון פיר טויזענט).
אלזא ילמדינו רבינו, וועלכע סכנה איז מותר זיך אריינצושטעלן און וועלכע נישט?
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: אנטי וואקסינירער זענען טעקניקעל עמי הארצים און בעד עט די
אז דו פרעגסט קאממאן סענס, האסטו שוין געענטפערט
די הלכה נעמט נישט אריין די סארט חשבונות. טאמער דער עולם טוט עס און ליידט געווענדליך נישט, איז די סכנה נישט קיין פראבלעם על פי דין. דעריבער איז מציצה בפה מותר. די שאלה איז נאר פארוואס דאס יא צו טון, ווען די גאנצע סבה איז נאר געזונט? וואקסינען זענען מותר, וויבאלד די סכנה איז נישט נייטיג. יעצט קענסטו פרעגן פארוואס יא וואקסינירען? ביסט גערעכט, די עצם סכנה וואלט עס מעגליך נישט געפאדערט, עפ"י דין. אבער די תועלת הציבור איז דאך עפעס אנדערש, ווייל איינער גייט מסתמא שטארבען טאמער דער ציבור וואקסינירט נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די הלכה נעמט נישט אריין די סארט חשבונות. טאמער דער עולם טוט עס און ליידט געווענדליך נישט, איז די סכנה נישט קיין פראבלעם על פי דין. דעריבער איז מציצה בפה מותר. די שאלה איז נאר פארוואס דאס יא צו טון, ווען די גאנצע סבה איז נאר געזונט? וואקסינען זענען מותר, וויבאלד די סכנה איז נישט נייטיג. יעצט קענסטו פרעגן פארוואס יא וואקסינירען? ביסט גערעכט, די עצם סכנה וואלט עס מעגליך נישט געפאדערט, עפ"י דין. אבער די תועלת הציבור איז דאך עפעס אנדערש, ווייל איינער גייט מסתמא שטארבען טאמער דער ציבור וואקסינירט נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמערל האט געשריבן:לאמיר פרעגן א שאלה אין הלכות זיך אריינשטעלן אין א סכנה.
די סכנה צו ווערן געשעדיגט פון וואקסינס, איז געשאצט אויף איינס פון א מיליאן. (הגם עס איז נישטא אויף דעם קיין קלארע הוכחות, דאך לאמיר אזוי אננעמען פאר די סעיק אף די ארגומענט)
די סכנה פון שטארבן פון הערפיס פון מציצה בפה איז איינס פון הונדערט טויזענט.
די סכנה פון שטארבן פון מיזעלס איז איינס פון צען טויזענט. (געוויסע סטרעינס זענען פיל טויטלעכער, און דאס רעכנט נישט אריין טויט פעלער וואס קען זיך מאכן פון קאמפליקאציעס שפעטער אין לעבן א דאנק די מיזעלס, אויב רעכנט מען דאס אריין איז עס איינס פון פיר טויזענט).
אלזא ילמדינו רבינו, וועלכע סכנה איז מותר זיך אריינצושטעלן און וועלכע נישט?
איך רעד שוין נישט פון דעם פאקט אז אלע החלטות אין די פעלד פון מעדיצין זענען באזירט אויף סטאטיסטיקס. און ס'איז כולי עלמא מודי אז נישט לאזן וואקסינירן די קינדער איז סטאטיסטיש א פיהל גרעסערע סכנה ווי דער פחד פון קאמפליקאציעס דורך יא וואקסינירן...!
א פאר פיפיגע אנטי ווואקסין פראפאגאנדיסטן וועלכע שטופן די אגענדא האבן געגעבן פאלשע און פארפיהרנדע דיסאינפארמאציע פאר די עמי הארצי'שע מידיא לייט אז וואקסינירן די קינדער איז אקעגן אונזער רעליגיע...! וואס זעמיר, אמיש. אדער גאר דזשעי וויטנעסעס, רח"ל...! ס'איז נישט נאר א בייזוויליגער שקר. נאר ס'איז גורם א גרויסן חילול ה'. און ס'קען ברענגען ח"ו אן אויסברוך פון אנטיסעמיטיזם אויף א שטאפל פון דעם גרויזאמען בלוט בילבול, היל"ת. און אונז וועלן נישט האבן קיין פתחון פה...!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: אנטי וואקסינירער זענען טעקניקעל עמי הארצים און בעד עט די
טאמער מ׳זעט דער עולם טוט עס, און נארמאל איז אז גארנישט געשעט, איז עס גענוג מתיר צו זיין. עס האט נישט מיט גענויע נומערן. דשו בה רבים איז די גמרא שפראךשמערל האט געשריבן:נישט פארשטאנען וואס דיין ענטפער איז, און וואס מיינט "געווענדליך" אין הלכה? איינס פון וויפיל?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
די ערשטע מאל איך הער אז איינער פרעגט א רב צו מען זאל איר אינדוסן, א ברכה פונעם רעב'ן אוודאי געוויס אבער וועלכע הלכה חלקים קענען זיין נוגע?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
בנימין האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:פארוואס קענען זיך נישט רבנים פונקט אזוי קעגען שטעלן און זאגען אז מען טאר נישט נעמען דער וואקסינאציע לדעתם דעת תורה?
וועלכע רבנים זענען קעגן וואקסינס?
האסט נישט פארשטאנען.
איך זאג אז אלע רבנים וואלטען געברויכט זיין קעגן וואקסינאציע, לויט זייערע גיידליינס וואס זיי פסק'ענען אנדערע שאלות, לגבי מאכען אפעראציעס וכו'.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
די אלע קלוגע אנטי-וואקסינער קענען טאקע טוהן וואס זיי ווילן אבער ווען זיי אדער זייערע קינדער ווערן ח״ו ערנסט קראנק זאלן זיי נישט גיין צו קיין שפיטעלער און צו דאקטורים וואס באנוצן זיך מיט די זעלבע סייענס נאר זיי זאלן דעמאלטס גיין צו די זעלבע רבנים און ספירטשועל לידערס וועמען זיי טראסטן מעהר ווי דאקטורים, סייענטיסטן און אלע חכמים אויף די וועלט. אז זיי טראסטן נישט דעם דאקטער מיטן וואקסין קום נישט צולויפן נאכדעם צום זעלבען דאקטער.
ווי אויך זאלן זיי נעמען ערענסט אין באטראכט צי מ׳מעג בכלל ארויסלאזן די קינדער פון דער היים. לאזן די קינדער פארן מיט די ״סקול באס״ איז א גרויסע סכנה. ליידער ליידער געשעהט אסאך עקסידענטס (אסאך מעהר קינדער זענען געשעדיגט געווארן אויפן סקול באס ווי פון וואקסינען) זיי טארן אויך נישט פארן מיט קיין פליגער. און אויך נישט גיין אויף די גאס, ווער ווייסט וואס קען אלץ געשעהן? סטאטיסטיקס ווייזט אז פון יעדע הונדערט טויזנט מענטשען וואס גייען אויף די גאס צוברעכט זיך איינער א פוס אדער ווערט איינער אראפגעקלאפט ח״ו. די הייס-וואסער קעסל אינדערהיים, די ביגלאייזען, די געיז-רענטש האט שוין אויך ליידער אפגעהארגעט אסאך קינדער... און ווער רעדט נאך פון די שבת-פלאטע? אוי רבש״ע! זאלן זיי אלע בלייבן זיצן אינדערהיים אינטער די דאכענע און זיך באהאלטן פון די אייגענע שאטן...

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 20
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 40 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
Re: אנטי וואקסינירער זענען טעקניקעל עמי הארצים און בעד עט די
שבת אחים האט געשריבן:די אלע קלוגע אנטי-וואקסינער קענען טאקע טוהן וואס זיי ווילן אבער ווען זיי אדער זייערע קינדער ווערן ח״ו ערנסט קראנק זאלן זיי נישט גיין צו קיין שפיטעלער און צו דאקטורים וואס באנוצן זיך מיט די זעלבע סייענס נאר זיי זאלן דעמאלטס גיין צו די זעלבע רבנים און ספירטשועל לידערס וועמען זיי טראסטן מעהר ווי דאקטורים, סייענטיסטן און אלע חכמים אויף די וועלט. אז זיי טראסטן נישט דעם דאקטער מיטן וואקסין קום נישט צולויפן נאכדעם צום זעלבען דאקטער.
ווי אויך זאלן זיי נעמען ערענסט אין באטראכט צי מ׳מעג בכלל ארויסלאזן די קינדער פון דער היים. לאזן די קינדער פארן מיט די ״סקול באס״ איז א גרויסע סכנה. ליידער ליידער געשעהט אסאך עקסידענטס (אסאך מעהר קינדער זענען געשעדיגט געווארן אויפן סקול באס ווי פון וואקסינען) זיי טארן אויך נישט פארן מיט קיין פליגער. און אויך נישט גיין אויף די גאס, ווער ווייסט וואס קען אלץ געשעהן? סטאטיסטיקס ווייזט אז פון יעדע הונדערט טויזנט מענטשען וואס גייען אויף די גאס צוברעכט זיך איינער א פוס אדער ווערט איינער אראפגעקלאפט ח״ו. זאלן זיי אלע בלייבן זיצן אינדערהיים אינטער די דאכענע און זיך באהאלטן פון די אייגענע שאטן...
וואס דער דאקטער האט געלערנט אין ער קען וועט מען גיין צו עם אין וואס נישט נישט.
נישט ארויסלאזן די קינדער פון דער היים, גיין אויפן סקול באס, פארן מיט א פליגער איז עפעס ואס מען קען זיך אנדעם נישט אומבאגיין. אן די שאטס קען מען זיך באגיין. מיינע קינדער האבן געהאט די מיזעלס אין ב״ה זיי פילען זייער גוט יעצט.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אישתישבי האט געשריבן:איך הער אז עס איז דא א סכנה פין נישט וואקסינירען, און א קלענערע סכנה פין יא וואקסינירען.
וואלט מען געברויכט זאגען שב ואל תעשה עדיף.
אויף דעם האבן שוין אונזערע פריערדיגע חכמים געפסקנט דינא דמלכותא דינא.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ביסט גערעכט האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:די אלע קלוגע אנטי-וואקסינער קענען טאקע טוהן וואס זיי ווילן אבער ווען זיי אדער זייערע קינדער ווערן ח״ו ערנסט קראנק זאלן זיי נישט גיין צו קיין שפיטעלער און צו דאקטורים וואס באנוצן זיך מיט די זעלבע סייענס נאר זיי זאלן דעמאלטס גיין צו די זעלבע רבנים און ספירטשועל לידערס וועמען זיי טראסטן מעהר ווי דאקטורים, סייענטיסטן און אלע חכמים אויף די וועלט. אז זיי טראסטן נישט דעם דאקטער מיטן וואקסין קום נישט צולויפן נאכדעם צום זעלבען דאקטער.
ווי אויך זאלן זיי נעמען ערענסט אין באטראכט צי מ׳מעג בכלל ארויסלאזן די קינדער פון דער היים. לאזן די קינדער פארן מיט די ״סקול באס״ איז א גרויסע סכנה. ליידער ליידער געשעהט אסאך עקסידענטס (אסאך מעהר קינדער זענען געשעדיגט געווארן אויפן סקול באס ווי פון וואקסינען) זיי טארן אויך נישט פארן מיט קיין פליגער. און אויך נישט גיין אויף די גאס, ווער ווייסט וואס קען אלץ געשעהן? סטאטיסטיקס ווייזט אז פון יעדע הונדערט טויזנט מענטשען וואס גייען אויף די גאס צוברעכט זיך איינער א פוס אדער ווערט איינער אראפגעקלאפט ח״ו. זאלן זיי אלע בלייבן זיצן אינדערהיים אינטער די דאכענע און זיך באהאלטן פון די אייגענע שאטן...
וואס דער דאקטער האט געלערנט אין ער קען וועט מען גיין צו עם אין וואס נישט נישט.
נישט ארויסלאזן די קינדער פון דער היים, גיין אויפן סקול באס, פארן מיט א פליגער איז עפעס ואס מען קען זיך אנדעם נישט אומבאגיין. אן די שאטס קען מען זיך באגיין. מיינע קינדער האבן געהאט די מיזעלס אין ב״ה זיי פילען זייער גוט יעצט.
איך האב געלערנט מיט איינעם אין ישיבה אין ארץ ישראל וואס האט געהאט מיזעלס אלץ קינד און איז געבליבן א קאליקע א גאנץ
לעבן. שטעלסט אריין דיינע קינדער אין אסאך א גרעסערע סכנה ווי געבן שאטס... און קלוגער פונעם דאקטער און סייענטיסט ביסטו נישט. אלזא וועל איך אויסהערן ענדערש דעם דאקטער און די סייענטיסטן ווי איידער אפאר אומגעלערנטע חסידישע אידן וואס הייבן נישט אן צו וויסן גארנישט וועגן דאקטעריי און מעדיצין.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טאמער מ׳זעט דער עולם טוט עס, און נארמאל איז אז גארנישט געשעט, איז עס גענוג מתיר צו זיין. עס האט נישט מיט גענויע נומערן. דשו בה רבים איז די גמרא שפראךשמערל האט געשריבן:נישט פארשטאנען וואס דיין ענטפער איז, און וואס מיינט "געווענדליך" אין הלכה? איינס פון וויפיל?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
כ'האב א מיסע ווערטל אבער כ'וועל מיך איינהאלטן..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: אנטי וואקסינירער זענען טעקניקעל עמי הארצים און בעד עט די
האהאהא, דו ווייסט טאקע נישט? יעדער ראש ישיבה פסקנ׳ט די זאכען פאר זיין געוועזענע תלמידים. איך זאג אלס א וויץ, ווען א יונגערמאן באקומט א פאסטן אלס ראש ישעבה, מוז ער די ערשטע זאך לערנען די ׳סוגיא׳. ס׳איז צרות ווי די אפרוחים שלא נפקחו עיניהם פסקנ׳ן על דעת עצמם. איך געדענק שוידערליכע מעשיות פון ראש ישיבות וואס הייסען טוישען דאקטארס אין מיטן לעיבאר.איך אויך האט געשריבן:די ערשטע מאל איך הער אז איינער פרעגט א רב צו מען זאל איר אינדוסן, א ברכה פונעם רעב'ן אוודאי געוויס אבער וועלכע הלכה חלקים קענען זיין נוגע?
עס שטימט צו פרעגן עצות, און א תלמיד חכם א בעל דעת איז בעסער ווי א נישט תלמיד חכם בעל דעת. אבער בעל דעת דארף דאך קומען ערשט. נישט ווייל ער קען זאגען א שיעור אויף איין סברא פון איין שיטת הראשונים אין איין פרט פון איינציגע סוגיות אין איינציגע מסכתות ווערט ער א תלמיד חכם און א בעל דעת.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- לולקע באנוצער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 83
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 13, 2019 11:10 pm
- האט שוין געלייקט: 993 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
Re: אנטי וואקסינירער זענען טעקניקעל עמי הארצים און בעד עט די
כ'האב געהערט אז ר' זלמן לייב האט געזאגט פאר איינעם אז וואקסינען איז קעגן די תורה. איינער ווייסט צי דאס איז אמת?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
א געזונטע מענטש מעג זיך ע''פ הלכה אריין לייגן אין א ספק סכנה? עמיצער וואס איז געזונט ווי א פערד, ליידט נישט אויף גארנישט, האט א רעכט צו נעמען איינשפריץ וואס קען אים קאליע מאכן די מוח? איך קוק עס בלויז אן פון הלכה שטאנדפונקט.
איז דער דין פון דינא דמלכותא דינא אויך אקטועל ווען די רעגירונג צווינגט זיך זעלבסט אריין צולייגן אין א חשש סכנה?
אויב עמיצער נעמט נישט די איינשפריצן, ווערט ער דעם פארברענט לעבעדיג אויפן שייטער הויפן? גייט ער דען אפילו אין טורמע?
וואס איז דא די גאנצע סומוטאכע? יעדער זאל טאן וואס ער וויל, און זיך זעלבסט עסן די קאנצעקווענצן און נאכווייען.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 225
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל
Re: אנטי וואקסינירער זענען טעקניקעל עמי הארצים און בעד עט די
א קענדי איז מער אומגעזונט ווי סיי וועלכע וואקסין.קאך_לעפל האט געשריבן:א געזונטע מענטש מעג זיך ע''פ הלכה אריין לייגן אין א ספק סכנה? עמיצער וואס איז געזונט ווי א פערד, ליידט נישט אויף גארנישט, האט א רעכט צו נעמען איינשפריץ וואס קען אים קאליע מאכן די מוח? איך קוק עס בלויז אן פון הלכה שטאנדפונקט.
איז דער דין פון דינא דמלכותא דינא אויך אקטועל ווען די רעגירונג צווינגט זיך זעלבסט אריין צולייגן אין א חשש סכנה?
אויב עמיצער נעמט נישט די איינשפריצן, ווערט ער דעם פארברענט לעבעדיג אויפן שייטער הויפן? גייט ער דען אפילו אין טורמע?
וואס איז דא די גאנצע סומוטאכע? יעדער זאל טאן וואס ער וויל, און זיך זעלבסט עסן די קאנצעקווענצן און נאכווייען.
איינער וואס ווערט נישט וואקסינירט איז א חב לאחריני (מענטשן מיט שוואכע אימיון סיסטעם).