קאך_לעפל האט געשריבן:א געזונטע מענטש מעג זיך ע''פ הלכה אריין לייגן אין א ספק סכנה? עמיצער וואס איז געזונט ווי א פערד, ליידט נישט אויף גארנישט, האט א רעכט צו נעמען איינשפריץ וואס קען אים קאליע מאכן די מוח? איך קוק עס בלויז אן פון הלכה שטאנדפונקט.
איז דער דין פון דינא דמלכותא דינא אויך אקטועל ווען די רעגירונג צווינגט זיך זעלבסט אריין צולייגן אין א חשש סכנה?
אויב עמיצער נעמט נישט די איינשפריצן, ווערט ער דעם פארברענט לעבעדיג אויפן שייטער הויפן? גייט ער דען אפילו אין טורמע?
וואס איז דא די גאנצע סומוטאכע? יעדער זאל טאן וואס ער וויל, און זיך זעלבסט עסן די קאנצעקווענצן און נאכווייען.
ניין!
אויב למשל סאיז דא א מגיפה אויף די גאס רח״ל און די דאקטורים קומען ארויס מיט א ספעציעלע איינשפריץ וואס דאס קען ראטעווען די מענטש פאר א גאנץ לעבן דארף מען פאלגן די דאקטורים, סיי ע״פ הלכה און סיי ע״פ שכל.
סאיז טאקע נישטא קיין מגיפה אבער מיזעלס און אנדערע קרענק קענען האבן א שטארקע עפעקט אויף די קינדס גאנצע לעבן.
די סומטאכע איז אז סאיז דא עלטערן וואס מיינען זיי זענען קלוגער פון די גרעסטע חכמים אויף די וועלט און שטעלן איין זייערע קינדערס וויואלזיין מיט זייער אויבער-חכמים-שאפט ווען אין פאקט זענען זיי טרוקענע עמי הארצים און פשוטע טיפושים וואס פירן זיך אויף מיט אכזריות צו זייערע קינדער.