גלות יוד האט געשריבן: וואס באדערט דיך מיט ממקומך? איך ווער משוגע פאר די טעיפ, די ארענזשמענטס אויף היום הרת עולם איי גא קרעזי, א שטיקל דארט ביי די ווארט כעבדים האב איך ממש פארלוירן די אטעם, און די ניגון כי ל' המלוכה דאס האט מונה געצייגט פאר זיין מוזיק דיפלאמע.
יוסי גיל האלט פונקט ווי דיר, ער רימט אויס ביזן הימל דער ארעינדזשמענט און ווי אויך דער קוויער אויף היום הרת עולם, ווי פראפעשנל, פילהארמאניש, רייך, און פראכטפול עס איז אראפ געשפיעלט. איך אליין ווער אויך נתפעל דערפון, אבער מיר קוקט אויס נישט רייף, לעכעריג, נישט צאמגענומען, און נישט גענוג ערנסט ווי עס וואלט געפאסט, ווי אויך דער קווייער געפעלט מיר אינגאנצן נישט. בקיצור לויט מיין אויער פעלט שלימות אין דעם. איך האלט אז טאמער לאם וואלט געמאכט אזא סארט ארעינדזשמענט וואלט עס ענדערש געווען א דבר השלם מיט מער א בכבוד'יגער געשטעל, באפעסטיגט, צאמגענומען און סמוד.
אבער אז יוסי גיל און גלות איד ווערן פון דעם נתפעל טראכט איך אז אפשר איז עס נאר אן ענין פון טעיסט, אדער פארשטיין דעם סטייל. אדער איז מעגליך אז וויבאלד איך האב עס געהערט צום ערשטן מאל ליידנדיג פון א קאלד האט געמאכט א נישט גיטן רושם אויף מיר די מאוים'דיגע שטיקלעך און קארדס און שווייגעניש דארט.
די ארעינדזשמענט אויף כי לד' המלוכה וואס איז נאך א מדובר ביז היינט ביי די וואס קענען ירמי'ס טעיפס, ווי מונה מאכט אזעלעכע בארוק סטיל שטיקלעך ווי באך וכדו', איז אויך נישט ביי מיר נושא חן, בפרט אז ער ריקט דארט אריין א גראבער דראם מיט היינטיגער ריטעם, וואס פאסט ניטאמאל צום סטייל וואס ער ניצט.
דער אינסטרומענטאלע וואסער ניגון (קוקט אויס ווי לעקטאראנישע פיאנא מיט עפעקטן, און אקארדיאן) איז נישט נושא חן ביי מיר, לאם מיט די סטרינגס וואלט מיר בעסער אפגעשפילט דעם ניגון.
לא תבושו, א קלאונישע ארעינדזשמענטס (אן סטרינגס און ברעס. דער דראם ווייס איך נישט צו ס'איז ריעל אדער עלעקטאריניש), האט ביי מיר נישט קיין חן.
שובו לכם: צו אנגעפאקט מיט סטרינגס
ו
ואס איך האב יא מורא'דיג ליב פון דעם טעיפ איז חסל סידור פסח (הרב פנחס פרידמן. הער די פידלעך דארט), מהרה, שירה חדשה, און ועל כולם ירמי'ס קול וואס איז ריין ווי גאלד, בעסער ווי אין כמעט אלע אנדערע זיינע טעיפס.
אבער בכלליות האב איך מער ליב דעם טעיפ אדיר הוא יבנה, ווי ממקומך, און דאס וואלט איך אריין געריקט אין אונזער ליסטע פון שלימות'דיגע שפרידלדיגע קולטור טעיפס. ווער ס'האט געהערט דעם טעיפ ווייסט וואס איך מיין. בורא עולם, אדיר הוא, אב הרחמים, יברכך השם מציון, ניגונים וואס זענען היטס עד היום הזה, און אנדערע הערליכע ניגונים, מיט זייער לעבהאפטע ארעינדזשמענטס.
אויב רעדט מער פון א פילהארמאנישע טעיפ פון ירמי' מיט מונה, איז עס ביי מיר ענדערש דער טעיפ "זה היום" מיט די פרענטש הארן'ס.