מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

איך ווייס נישט וואו עס באלאנגט שטעל איך עס אהער

0127191410a-1.jpg


חוץ פון דעם אומ'אחריות און הפקירות צו שטעלן לעבנס אין סכנה, און דער זלזול אין חכמה און די פארשער, און א ביטול צו די רעגירונג און איר סדר אינעם לאנד און סתם א ארויסווייזונג פון דעם אייגענעם איגנאראנץ, האט מיך דאס מערסטע אמוזירט וואס מען איז ענדליך געקומען צום איינפאל אז "מען נוצט די מוסדות החינוך אלס שטעקן צו טעראריזירן", וועם? נישט די עלטערן און קינדער וועגן אינטערנעט און צניעות, וועלכע רבי מען פארט און וואו מען דאוונט, וועמען? "די געטרייע עסקנים און מנהלי המוסדות, זיי דערשטיקן מיט נאכאנאדע פאדערונגען און ארויפווארפן אומ'יושר'דיגע קנסות".
נישטא ווער ס'זאל לאכן.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

:NPR
New York Declares Health Emergency As Measles Spreads In Parts Of Brooklyn
https://www.npr.org/2019/04/09/71143279 ... f-brooklyn

In Williamsburg, the immunization rate is particularly low among the Hasidic and Orthodox Jewish communities, causing the virus "to increase at an alarming rate," according to the Health Department.


:Brooklyn Eagle
https://brooklyneagle.com/articles/2019 ... med-cases/
The announcement comes a day after DOH threatened to close Williamsburg yeshivas that allow unvaccinated students to attend school in light of the epidemic


Since October, the city has barred all kids who don’t have the vaccine from attending school, including the private yeshivas

A 2013 measles outbreak in the Hasidic Jewish areas of Borough Park and Williamsburg cost the city’s Department of Health and Mental Hygiene nearly $400,000, according to a study published in the Journal of the American Medical Association


:The New York times

Monkey, Rat and Pig DNA’: How Misinformation Is Driving the Measles Outbreak Among Ultra-Orthodox Jews
Handbooks distributed in some Jewish communities in New York, as well as messages on hotlines, contradict the scientific consensus that vaccines are safe and highly effective.
https://www.nytimes.com/2019/04/09/nyre ... ation.html

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

:Associated Press
Ultra-Orthodox community reacts to measles vaccine
https://www.youtube.com/watch?v=N3GJEVbXbO0
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נו, וואס איז די מסקנא פון די אלע רעפארטס אין די מידיא וכו'...?! וואו איז דער געשריי פון די אלע רבנים ועסקנים. וואו זענען די אלע קול קורא'ס...אז דער עולם זאלל גיין און געבן וואקסינען פאר די קינדער...?!

לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דער איצטיגער מצב פון גלייכגילטיגקייט מצד אונזערע מנהיגים ועסקנים, וועט ח"ו ברענגען אן אויפוואכונג פון אנטיסעמיטיזם און שנאה לגבי אלע אידן. (ביי גויים שונאי ישראל איז נישטא קיין חילוק צווישן קנאים און ציונים, למינהם.). און אונז וועללן מיר נישט האבן קיין פתחון פה...היל"ת...!
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער

שליחה דורך גראף »

berlbalaguleh האט געשריבן:נו, וואס איז די מסקנא פון די אלע רעפארטס אין די מידיא וכו'...?! וואו איז דער געשריי פון די אלע רבנים ועסקנים. וואו זענען די אלע קול קורא'ס...אז דער עולם זאלל גיין און געבן וואקסינען פאר די קינדער...?!

לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דער איצטיגער מצב פון גלייכגילטיגקייט מצד אונזערע מנהיגים ועסקנים, וועט ח"ו ברענגען אן אויפוואכונג פון אנטיסעמיטיזם און שנאה לגבי אלע אידן. (ביי גויים שונאי ישראל איז נישטא קיין חילוק צווישן קנאים און ציונים, למינהם.). און אונז וועללן מיר נישט האבן קיין פתחון פה...היל"ת...!
אפשר קומט דער גלייכגילטיגייט פון מענטשן איבער די פופציג וואס האבן קיינמאל באקומען דער מיזעלס וואקסין.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער

שליחה דורך אונטער חכם »

קאצקע ציקער האט געשריבן:זיי האלטן?? ס'איז א מציאות אז מען לייגט אריין אלעמעניום און heave metals אין וועקסינען וואס איז נישט גיט פארן מוח.
און נישט נאר ס'נישט קיין סכנה מיזעלס פארקערט ס'איז גאר געזינט , און בויעט די מיון סיסטעם פון דער מענטש
אין דעם בראשור וואס עס איז יעצט געווען פארשפרייט אין די העלט צענטערן שרייבן זיי נאך פון איינעם אז אין א סלייס סעלמאן פיש איז דא מער מעטאל ווי אין א וואקסין.

Sent from my XT1526 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דער עיקר פראבלעם ווערט נאר ווען מ'גיבט אפאר וואקסינען אויפאמאל פאר א קליין קינד פון אפאר טעג/חדשים אלט, דאס קומט שוין אויס אביסל מער מעטאל ווי א כזית פיש וואס געווענליכע קינדער אין דעם עלטער קענען ניטאמאל עסן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גראף: די מענטשן אין די פופציגער יארן זענען נישט אין א היי ריזק קאטעגאריע. ווייל רוב פון זיי האבן שוין געהאט מיזעלס. און זיי האבן א נאטירליכע אימוניטעט צו דעם וויירוס...!
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער

שליחה דורך גראף »

berlbalaguleh האט געשריבן:גראף: די מענטשן אין די פופציגער יארן זענען נישט אין א היי ריזק קאטעגאריע. ווייל רוב פון זיי האבן שוין געהאט מיזעלס. און זיי האבן א נאטירליכע אימוניטעט צו דעם וויירוס...!
איך האב געוואוסט אז דו וועסט פארשטיין.. [emoji3]

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער עיקר פראבלעם ווערט נאר ווען מ'גיבט אפאר וואקסינען אויפאמאל פאר א קליין קינד פון אפאר טעג/חדשים אלט, דאס קומט שוין אויס אביסל מער מעטאל ווי א כזית פיש וואס געווענליכע קינדער אין דעם עלטער קענען ניטאמאל עסן.


וואקסינען זענען נישט גורם קיין פראבלעמען פריעד. נישט ווען מען געט איינציקווייז, און נישט ווען מען גוט אסאך וואקסינען אויפאמאל. נישט פאר עלטערע און נישט פאר פיצלעך קינדער, (חוץ אן ממש גאר אוטסנאמליכע פעלער, איינס אין א מיליאן).

די טיימערסאול מערקורי וואס מ'פלעגט "אמאל" אריינלייגן אין וואקסינען איז נישט קיין העווי מעטאל וואס די גוף קען נישט ארויסווארפן ווי די מערקורי וואס געפינט זיך אין פיש, אפילו אויב זאל א מענטש באקומען פון די טיימערסאול מערקורי טויזענט מאל אזויפיל ווי עס איז דא אין א סלייס פיש פון די עכטע מערקורי, וועט ער אויך נישט ליידן פון א מערקורי פארגיפטונג.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שמערל האט געשריבן:וואקסינען זענען נישט גורם קיין פראבלעמען פריעד.

אדער יא אדער נישט, בכל אופן האב איך מיך נאר באצויגן צום צושטעל צו פיש, וואס דאס איז א נארישע צושטעל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איז דא א פרוי וואס שרייט פאר דו מידע זי דארף דאבעל בליינדעד פלאסיבו סטאדיעס, כדי צי זיין רואיג און זיכער אז וועקסין איז נישט שעדליך. כבין זייער אימרפרעסד ווי א היימיש ווייבעל ווייסט צי פארלאנגן שטארקע סטענדארטן צי מבחין זיין בין אמת לשקר.
איך וויל אבער וויסען דו ספיריטול לידער אויף וועם זי פארלאז זוך אויף יא שניידן נישט שניידן האט צי אפשר אויך בודק געווען מיט דאבעל בליינדעד פלאסיבו סטאדיעס?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

נולד מאוחר האט געשריבן:איז דא א פרוי וואס שרייט פאר דו מידע זי דארף דאבעל בליינדעד פלאסיבו סטאדיעס, כדי צי זיין רואיג און זיכער אז וועקסין איז נישט שעדליך. כבין זייער אימרפרעסד ווי א היימיש ווייבעל ווייסט צי פארלאנגן שטארקע סטענדארטן צי מבחין זיין בין אמת לשקר.
איך וויל אבער וויסען דו ספיריטול לידער אויף וועם זי פארלאז זוך אויף יא שניידן נישט שניידן האט צי אפשר אויך בודק געווען מיט דאבעל בליינדעד פלאסיבו סטאדיעס?


שטותים און הבלים.

א גרויסע חלק סטודי'ס האבן נישט דאבעל בליינדעד פלאסיבאס. די אנטי-וועקסערס הענגן זיך אן אינדעם, די מדובר איז ביי די דריטע שטאפל טעסטס, וואס א גרויסע חלק מעדס "טאר" מען נישט מאכן אזעלעכע טעסטס, נישט "מ'וויל נישט" ווייל מ'איז פויל אדער מ'נער'ט אפ. שטעל די פאר א מענטש וואס האט א טומאר אין קאפ ל"ע זאל זיך טעסטען מיט א פלעסיבא!

דארט ווי מ'דארף האבן א ריכטיגע מעד וועט קיינער נישט סיינען צו זיין א 50 פערצענט טשענס פון נישט באקריגען זיין לעבנס וויכטיגע טריטמענט. די זעלבע איז ביי וועקס. קיינער חתמ'ט נישט אונטער צו נעמען א פלאסיבא חוץ א מאמע וואס גייט נישט אן אז איר קינד זאל קאנטאקטן א טויטליכע דיזיז.

און פארשטייט זיך אז די FDA וועט אין אזא פאל נישט צולאזן אזא טעסט. אין אזא פאל איז דא רעפלעיסמענט דעטע פון אנדערע וואס זענען רעקארדעד צו זיין ענדליך פונקטליכערהייט וואס האבן נאכנישט גענומען די טעסטעד מעדיקעישאן.

די דאבעל בליינד פלאסיבא טעסט, די שטאפל 3 טעסט, ווערט געמאכט ביי מעדיקעישאנס וואס זענען אן עדישאן צו א מעד וואס איז דא, אדער א קעיסעס ווי ס'ממילא דא אנדערע טריטמענטס. דאס איז נישט שייך ביי וועקסינעישאנס פשוטערהייט, אדער ביי אסאך אנדערע מעדס.

די באשעפער זאל אפהוטען אז מ'וואלט געמאכט אזעלעכע פלאסיבא טעסטס אין קאנטראלד גרופס פון מענטשן וואס דארפן א לעבענס וויכטיגע מעד און זיי באקומען דאס נישט.
וואלט געווען א ריכטיגע היומעניסטיק סקאנדאל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
ביסט גערעכט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 1:24 am
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער

שליחה דורך ביסט גערעכט »

berlbalaguleh האט געשריבן:נו, וואס איז די מסקנא פון די אלע רעפארטס אין די מידיא וכו'...?! וואו איז דער געשריי פון די אלע רבנים ועסקנים. וואו זענען די אלע קול קורא'ס...אז דער עולם זאלל גיין און געבן וואקסינען פאר די קינדער...?!

לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דער איצטיגער מצב פון גלייכגילטיגקייט מצד אונזערע מנהיגים ועסקנים, וועט ח"ו ברענגען אן אויפוואכונג פון אנטיסעמיטיזם און שנאה לגבי אלע אידן. (ביי גויים שונאי ישראל איז נישטא קיין חילוק צווישן קנאים און ציונים, למינהם.). און אונז וועללן מיר נישט האבן קיין פתחון פה...היל"ת...!

איך זעה נישט פאר וואס דאס זאל זאל ברענגען אן אויפוואכונג פון אנטיסעמיטיזם(אן אויפוואכונג איז שוין סיי ווי דא פאר אנדערע סיבות/אדער אן קיין שום סיבה) די מיזעלס אויסברוך איז יעצט דא אין 19 סטעטס פין די פאראייניגטע שטאטן אין דעם זעננען די אידן אויך שילדיג?
אויב עפעס אסאך נישט אידישע אקטיוויסטען זעננען אראפגעפארען קיין אלבאני זיך אנצונעמען פאר די אידעלעך וואס געבען נישט קיין וועקסינען. און דער באקאנטער אקטיוויסט Robert F. Kennedy Jr פלאנט אריינצוגעבען א לאסוט זיך אנצונעמען פאר די ניו יארקער אידן.
בדרך אגב איז ער דער וואס האט אויפגעדעקט אז מ׳האט נישט גענומען קיין סעפטי סטאדיס פאר די וואקסינען פאר איבער 30 יאר.
http://times-herald.com/news/2018/08/go ... ty-studies
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@וואלווי, איך פארשטיי נישט אייער טענה.

מען רעדט נישט דא פון קיין חולה, מען רעדט דא בס"ה פון נעמען א קי"ל פון געזונטע קינדער וואס הויבן הערשט איצט אן זייער ליסטע, פאר א חלק זאל מען גיבן די געהעריגע וואקסינען מיט אלומינום וכו' וואס די אנטי-וואקסערס זענען חושד אלץ פראבלעמאטיש, און פאר א חלק זאל מען גיבן א פלאסיבא. כמובן זאלן אלע קינדער זיין גוט אפגעהיטן במשך די זמן פון אבזערוואציע, און אויב עס שטעלט זיך ארויס אלץ אומשעדליך קענען נאכדעם די פלאסיבא קינדער נעמען די וואקסינען פונדאסניי. איך פארשטיי בכלל נישט דיין צושטעל פון א חולה מסוכן.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ריכטיג האט געשריבן:@וואלווי, איך פארשטיי נישט אייער טענה.

מען רעדט נישט דא פון קיין חולה, מען רעדט דא בס"ה פון נעמען א קי"ל פון געזונטע קינדער וואס הויבן הערשט איצט אן זייער ליסטע, פאר א חלק זאל מען גיבן די געהעריגע וואקסינען מיט אלומינום וכו' וואס די אנטי-וואקסערס זענען חושד אלץ פראבלעמאטיש, און פאר א חלק זאל מען גיבן א פלאסיבא. כמובן זאלן אלע קינדער זיין גוט אפגעהיטן במשך די זמן פון אבזערוואציע, און אויב עס שטעלט זיך ארויס אלץ אומשעדליך קענען נאכדעם די פלאסיבא קינדער נעמען די וואקסינען פונדאסניי. איך פארשטיי בכלל נישט דיין צושטעל פון א חולה מסוכן.


די אבזערוואציע קען אויך נעמען א גוטע פאר יאר. פארוואס זאל א מאמע חתמ'נען און לאזן איר קינד אן עמיוניזעישאן אפילו אין דעם תקופה?

עכ"פ, די FDA וועט דאס קיינמאל נישט צולאזן, אפי' נאר כדי צו עוואוידן א לאו סוט, נאכדערצו, ווען לשיטתם פון די FDA איז די אלע חששות נאר conspiracies, ווייל זיי זענען דאך די סייענטיסטן וואס האבן בדרך כלל קראנטע אינפארמאציע אין באזיץ.

נ"ב, די פראבעס פאר א מעד נעמט א תקופה פון 10 יאר.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אבזערוואציע ברויך "נישט" נעמען א פאר יאר. און אפילו אויב יא, ס'זענען דא גענוג וואקסינען וואס קענען ווארטן, מען גיבט סייווי נישט אלעס פאר א נייגעבוירן קינד, מען גיבט די ליסטע אין א משך פון א פאר יאר און עס איז סייווי נישטא קיין פאראייניגטע הארטע פראטאקאל דערויף. אלזא וואס איז דען די גרויסע סכנה צו מאכן אזא שטודיע?

אויסערדעם, לדעתי, אפילו נניח אז דיין טענה איז גערעכט, איז לפי"ז די גאנצע טענה פון די דאקטוירים אז "וואקסינען זענען סייענטיפיש אנגענומען אלץ פארזיכערט" איז לכאורה נפל פיתא בבירא. לויט דעם אנגענומענע כלל אז א זאך קען נישט ווערן פעסטגעשטעלט אן קיין פאלסיפיקאציע.

(קלארשטעלונג: איך מיט מיינע קינדער זענען אלע ערליך וואקסינירט, איך האב נישט קיין אגענדע, און אייגנטליך בכלל נישט קיין מיינונג אין די נושא)
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

כ'פארשטיי נישט די גאנצע קשיא.

די געדאנק אז מען ניצט א דאבל בליינד סטאדי, איז כדי זיכער צומאכן אז דער דראג ארבעט בכלל און איז נישט סתם א פלאסיבא עפעקט. צו מעסטן פאר שעדלעכע סייד עפעקטס ברויך מען נישט קיין דאבל בליינד סטאדיס, אויב געט מען פאר א גרופ פון מענטשן א נייע דראג און מען אבזערווירט ווי די ראטע פון קענסער איז ארויף ביי זיי מער ווי ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג אפילו דורך א שוואכע קאליבער אבזערוועישענעל סטאדי, וועט מען תיכף ומיד אפשטעלן דעס באנוץ פונעם דראג. וואס פעלט זיך אויס און וואס קען א דאבל בליינדעד סטאדי העלפן פאר די אנטי וועקסערס וואס שרייען אז וואקסינען זענען שעדלעך, ווען יעדע גרויסע סטאדי וואס איז נאר געמאכט געווארן אויף וואקסינען, האט נישט געוויזן קיין שום סייד עפעקטס? א דאבל בליינד סטאדי וועט קיינמאל נישט ווייזן מער סייד עפעקט ווי א אבזערוטעישענאל סטאדי נו וואס ווילסטו?


וואס באדערט מיר נאכמער איז ווי די וואס פרעגן אזא קשיא זענען נאך כלומר'שטע אינטעליגענטע מענטשן, און זיי רעדן דאך אזוינע שטותים והבלים וואס מאכט בכלל נישט קיין סענס, און נישט נאר דאס נאר אפילו די וואס פראבירן זיי אפציענטפערן ווערן שוין אויך צומישט און אנשטאט זיי אפענטפערן אויף זייער טיפשות און מסביר זיין פארוואס די קשיא מאכט בכלל נישט קיין סענס, וועלן זיי אנהייבן ענטפערן אז דאבל בליינדעט אין אזא פאל איז נישט עטיש, ווי כאילו יענער האט בכלל עפעס געפרעגט דא.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער

שליחה דורך אונטער חכם »

אין דעם פריערדערמאנטן בראשור איז טאקע אויך געווען א גאנצע ארטיקל וועגן די דאבל בליינדעד סטאדי וואס מען האט דורכגעפירט אין קרית יואל אויפן העפעטייטיס בי וואקסין, זעהט אויס אז מען מאכט יא דאבל בליינדעד סטאדיס צו זעהן צו די וואקסינען זענען עפעקטיוו, וכדברי שמערל.

Sent from my XT1526 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אונטער חכם האט געשריבן:אין דעם פריערדערמאנטן בראשור איז טאקע אויך געווען א גאנצע ארטיקל וועגן די דאבל בליינדעד סטאדי וואס מען האט דורכגעפירט אין קרית יואל אויפן העפעטייטיס בי וואקסין, זעהט אויס אז מען מאכט יא דאבל בליינדעד סטאדיס צו זעהן צו די וואקסינען זענען עפעקטיוו, וכדברי שמערל.

Sent from my XT1526 using Tapatalk


א קשיא אויף א מציאות?

ס'דא צענדליגע אנדערע וואקסינען.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

פלאסיבו איז דען שייך אויף קליינע בעביס וואס פארשטיין בכלל נישט אז סדארף העלפן?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

נולד מאוחר האט געשריבן:פלאסיבו איז דען שייך אויף קליינע בעביס וואס פארשטיין בכלל נישט אז סדארף העלפן?


די מוהל פרעגט די בעבי צי די מעסער איז געווען צו שארף?

מ'רעדט פון די גאורדיען, די עלטערן און דאקטאר, וואס זיי ריפארטן ריזאלטס וואס זיי זעהן, במקום ערספעריענס וואס אן עדאלט וואלט געפיטערט צו וועמען ס'איז נוגע.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אונטער חכם האט געשריבן:אין דעם פריערדערמאנטן בראשור איז טאקע אויך געווען א גאנצע ארטיקל וועגן די דאבל בליינדעד סטאדי וואס מען האט דורכגעפירט אין קרית יואל אויפן העפעטייטיס בי וואקסין, זעהט אויס אז מען מאכט יא דאבל בליינדעד סטאדיס צו זעהן צו די וואקסינען זענען עפעקטיוו, וכדברי שמערל.

Sent from my XT1526 using Tapatalk


יעצט איבער געליינט פון פריש, און געריבען די אויגען צו איך לייען גוט.

א דאבעל בליינד סטאדי אין "קרית יואל" ?!

האסט אן אנונג וואס פאר א טעסט מ'רעדט דא בכלל?

די טעסט וואס די אנטי-וועקסערס פארפירן וועגען, איז די דריטע שטאפל טעסט, די גרעסטע און שטארקסטע טעסט פון די בערך 10 יאר פראסעס, א קאנטראלד בליינד טעסט, וואס אסאך מאל נעמט אריין טויזענטער סאבדזשעקטס אינ'ם טעסט פון "א ברייטע דעמאגרעפיק", דורך געפירט שטרענגערהייט דורך די אויפזיכט פון די FDA, עפ"ר מיט אינטענסיוו לעב וואורק, און ס'קען נעמען א זייער לאנגע תקופה.

סא, די אשת חיל בעיביס אין ווילעדזש אוו קרית יואל סאפלייט מער ווי גענוג, אז מ'האט נישט געזען פאר נייטיג צו טעסטען עני פון די מיליאנע אנדערע בעיביס אין אמעריקע?

איך הער...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט