לכבוד פסח איז ערשינען א חידוש אין דער וועלט פון אידישער לייען-מאטעריאל: א ביכל מיט'ן נאמען "איבער ביכער און בילדער", וואו דער בארימטער מעלער גדי פאלאק גיט איבער די יסודות פון מאלן, און וויאזוי ער מאלט אפ א ביכל ביז'ן גיין צום דרוק.
גדי פאלאק האט זיך בארימט געמאכט אין די לעצטע 15-20 יאר מיט זיינע הערליכע און קאמישע מעלערייען וואס פארכאפן די אינטערעסע פון יונג און אלט. איז דעריבער א דבר בעתו מה טוב אז ער גיט איבער זיינע טעכניקן פאר א נייעם דור, וואס קען איספירירט ווערן דורך זיינע טאלאנטן.
"איבער ביכער און בילדער", גדי פאלאק
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: "איבער ביכער און בילדער", גדי פאלאק
הקטן האט געשריבן:איז דאס אזוי אינטערסאנט וואו זיין אנדערע ביכער, אדער איז דאס פאר אן אנדערע קלייענטעל?
איך פלאן נישט צי ווערען א מעלער.
יעצט געקויפט די בוך, א דאנק @כוכב פארן אהער ברענגען.
הגם אויפן דעקל פון אונטן טענה'עט ער אז דאס איז א בוך געמאכט פאר יעדן, איז קלאר אז אזא בוך איז נאר געאייגענט פאר איינער וואס האט כאטשיג עפעס א טעם און מאלען, לאו דווקא איינער וואס פלאנט צו זיין א מעלער.
לדעתי איז אזא ביכל זייער א גוטע פתח וואו צו אנהייבן. אוודאי איז די חוש און די חכמה צו מאלן זייער א ברייטע נושא, און צו פארשטיין וואס ער שרייבט דארט איז נישט אייביג לייכט, אבער עס איז א שיינעם וועג אריין צום וועלט פון מאלען.
אויב אייער קינד האט א חוש צו מאלן, קויפט דאס פאר אפיקומן!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: "איבער ביכער און בילדער", גדי פאלאק
דאס איז א שנעלע סקעציע, אויפן זייגער 3 מינוט.
מיר האלטן שוין אויפן וועג...