יין שרף האט געשריבן:ער העלפט הונדרעטע צו טויזענטע אידן א יאר! מיט שלום בית, מענטל העלט, און סתם אזוי אלס אוזן קושבת און מורה הוראה, ואכ"ז האט ער נישט קיין פרוטה! (מען שאפט אים געלט צו חתונה מאכן).
שיין באשריבן. איין זאך וואס איך בין בהחלט מחולק מיט דיר אז ער טוט אלעס בחינם. ס'איז א שוואכקייט ביי שרייבער און מספידים צו זאגן ליגנט אויף מענטשן וועמען זיי זענען מחשיב צוצולייגן אז "ער טוט אלעס בחינם."
איך האב גענוצט ר' שמואל מיט עטליכע יאר צוריק פאר א משפחה מיטגליד וועלכער איז א עני הגון. ס'איז געפאלן אויף מיינע פלייצעס צו פארשאפן געלט פון אנדערע בני משפחה (און פארשטענדליך, איך אליין האב אויך געדארפט ביישטייערן) צו באצאלן פאר די טעראפי סעשאנס. ר' שמואל, אזוי ווי רוב המוחלט פון היימישע "טעראפיסטס" האט נישט קיין שום אפיציעלע לייסענס צו פראקטיצירן טעראפי, אפגעזען צו ער העלפט יא אדער נישט (אין מיין בן משפחה קעיס, האט ער געהאלפן נישט בעסער און נישט ארגער ווי אנדערע היימישע טעראפיסטס). למעשה האט ער זיך געלאזט באצאלן ווי א פארק עוועניו דאקטער (ווייטער, נישט אנדערש ווי אנדערע אומלייסנסט היימישע טעראפיסטס).
איך בין מודה אז ער איז א וואוילער און אן ערליכער מענטש. מאך איהם אבער נישט פאר א "סעינט". קען זיין אז געוויסע קעיסעס ארבעט ער שלא ע"מ לקבל פרס. אבער אין מיין בן משפחה'ס קעיס, האט מען באצאלט טבין ותקילין.