קענען מיר איבערלעבן א סקולענלאזע אידישקייט?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שקד האט געשריבן:השתדלו והרבו תחינה לרפואת הקוה''ט כ"ק גאב"ד מאנטשעסטער שליט"א וועלכער איז זקוק לרחמי שמים מרובים, רבי מנחם מענדל בן שרה באבטשא לרפואה שלימה בתושח"י, והן קל כביר לא ימאס תפילת הרבים.
דער מאנטשעסטער רב איז דער עמוד העולם, דער איינציגער געבליבענער אמת'ע רב אויפן כדור העולם.


וואו קומט עס אריין אין די אשכול?

דא רעדט מען דאך פון סקלען?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שקד: ווי קענסטו האלטן אז הרב שנעבאלג איז די איינציגסטע אמתער רב אויפן כדור העולם? איז ער נישט קיין מאנסיער חסיד? דו ביסט דאך פייער קעגן מאנסי-וויזניץ?


כבין נישט הונדערט פראצענט זיכער אויב מיר רעדן פון די זעלבע מענטש.
אויב רעדסטו פון די פאטער פון די חשובע ברידער: הרה״ג הצדיק ר׳ משה שנעבאלג דער טשערנאוויצער רב, הרה״ג ר׳ חיים פייבל פון מאנסי, הרב
ר׳ ישראל דער באלחובער פון ב״פ, און הגאון ר׳ אייזיק פון ווימסב״ג?


חוץ אויב דו ביסט סארקאסטיש, שטימט שוין אלעס...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

שליחה דורך שקד »

איך בין פייער קעגן מאנסי ווישניץ? חס ושלום! איך קען רובם ככולם אלץ גרויסע צדיקים בעלי חסד בעלי מדריגה, ר' דוד פון לאנדאן איז עפעס א קלייניקייט? ר' יצחק יוחנן איז עפעס א חדר יונגל? ר' אליעזר זאב איז אוועקצומאכן? דער פון בארא פארק איז גאר חשוב. ווי קומט צו דיר אזא געדאנק?
אגב, און טאמער וואלט איך יא געווען פייער, ווערט עפעס יענער פסול ווייל ער איז א חסיד פון יענעם?

כ'זע אז אסאך וואס לויפן צום סקולענער זענען אזעלכע וואס האבן ליב רבנים מיט א הויקער און וואס זאגן נישט פערזענליך קיין מוסר. ממילא פאר זיי דארף שטיין פאר די אויגן הרב שנעבאלג וואס האט אויך א הויקער און זאגט נישט פערזענליך קיין מוסר, און איז אויך א מצפה לישועה..
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

שקד האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
שקד האט געשריבן:לא אלמן ישראל.. האמער דאך מיילעך בידערמאן, און יואלי ראטה, און יודא גרין, און ליפא..
וואס דארפמער, א רבי א קוגל טיילער? א זאגער א בעל דרשן? א שיינע רבי פאר בילדער? וואס דארפמער גענוי?

פון דא איז משמע אז אויב די רעדע איז ר' מענדל פון בני ברק, קען כלל ישראל יא נוצן א קוגל טיילער און שיינע בילדער....

די זעלבע זאך איז מיט הקדוש והטהור פון סקולען, וואס אויסער בילדער און קוגל טיילן האט כלל ישראל פון עהם גארנישט מער.


רעדטסט ווי א שוטה וגס רוח און א מח דחוק וואס איז נישט ווערד אפילו דיך צו ענטפערן, אבער שלא יאמרו מדשתקי רבנן.
סקולענער רבי איז א איד וועלכער איז כמעט אומגעקומען על קידוש ה' צוליב זיין מסירת נפש פאר אידישקייט און געליטן עניים קשים ומרודים אנדערש ווי רוב רובו פון רבי'ס וואס זענען אויפגעוואקסן על סיר הבשר און נישט געפעלט קיין פויגל מילך מנעוריהם.
אן ערליכער איד א צוגעלאזענער מענטש, מיצר ודואג בצרתן של ישראל און דאוונט פאר אידנס וועגן שוין ניינציג יאר, פאר זיך דארף ער גארנישט אויף דער וועלט (ווען ס'איז געווען די געביידע צום פארקויפן נעקסטע טיר פון סקולענער שול אין בארא פארק האט דער רבי נישט געלאזט עס קויפן ווייל ס'פעלט נישט אויס) אנשטאט בויען מגדלים גדולים להגדיל כבוד ולהאדירה איז זיך דער רבי מוסר נפש פאר פרעמדע קינדער אין ארץ ישראל וואס וועלן קיינמאל נישט שטיין אויף זיינע פארענטשעס און האט בכלל נישט קיין אייגענע מוסדות (אפגעזען די אנגעבליכע מיסברויכן פון די פאנדרעיזינג דעפארטמענט פון חסד לאברהם איז זיכער אז דער רבי מיינט עס ערנסט ומבחינתו טוט עס אויף גרויסע זאכן). א איד וואס לעבט פאר'ן אויבערשטן 24\7 (ביי די זופ שלאפט ער נעבעך איין פון גרויס מידעקייט), ברענגט אריין א חיות און אהבת ה' אין אידישע קינדער מיט ניגוני קודש און ווארעמע טישן, קיינמאל געטשעפעט קיין פליג אדער געפירט מחלוקת ווי רוב רבי'ס בזמנינו יעדער מיט אן אנדערן תירוץ (עי' ערך אין די מייל).
יא, ס'איז זיכער אז דער סקולענער איז אין א בחינה פון א צדיק הדור און כלל ישראל קוקט ארויס למען יאריך ימים על ממלכתו.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שלאפט נעביך איין - sleep apnea בלע"ז

פליז פליז, קיין איין קינד אין א"י פארדינט נישט פון זיין פאנדרעיזינג ביזנעס, און עס מאכט גארנישט אויס צו דער וועלט צו חסד לאברהם וועט ווייטער אנגיין, צו מ'וועט פאנדרעיזען פאר די גבאים אן אנדערען וועג.

ער איז געזעסן אין תפיסה מחמת מעשי אביו, נישט די אייגענע מעשים. עס האט גארנישט מיט אים. ער איז דערמיט נישט בעסער ווי סיי וועלכע רוסישע איד וואס איז געבליבן פרום אונטער די קאמיוניסטן. אויב עפעס זענען זיי געווען אומשמטענד צו פיל גרעסערע עינויים, עד ועד בכלל.

טאמער אידן קלאמערן זיך צו זען זיין פנים, און זיי מיינען אז דאס איז דער צדיק אויף וועמן מ'האט גערעדט, ווער בין איך צו בעטן אנדערש? זאל ער לעבן ביז הונדרעט און צוואנציג געזונטעהייט. אבער טרייב נישט איבער און צווינג גארנישט אויף דער וועלט צו דער דור. צדיק הדור איז לאו דוקא חסידיש, לאו דוקא א מנהיג, און לאו דוקא באקאנט. ער קען פונקט אזוי זיין א ספרדי און א קוימען קערער. (אויף די הנחה אז אזא מושג עגזיסטירט)

דאס וועל איך נאכגעבן, אסאך מענטשן זען איין די באנקראטקייט פון די קאמפאני אידישקייט, און זיי ווילען בלייבען פרום. אין לעיקוואד קען מען זיך לייכט אן עצה געבן, מ׳בלייבט אידיש פאר זיך, און מ׳פארלאזט זיך אויף די חברים און די אייגענע רב. רוב ערנסטע אין לעיקוואד ווייסען אז די יורשים זענען נישט ווערט א שפיי, נאר צו זיי האט עס נישט. ביי געוויסע חברה איז דאס נישט גענוג, זיי מוזען האבען עפעס העכער זיי, וואס איז א בריק צווישען זיי און גאט. אן דעם זענען זיי גענצליך פארלוירען. דאס איז א נאטור זייערע, צו א חינוך, נישט קיין הכרח עפ"י תורה. אבער פאר דער צוועק האבען זיי מחליט געווען אז סקולען שטעלט עס די מערסטע צו. ער גיבט מוסר, וועןצמ׳בעט אים א ברכה, און ער פירט טיש ווען עס פעלט אויס. און דער עולם מוז עס האבען, מ׳האט זיך נאך נישט אפגעוואוינט פון די נויט.
קוקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קוקי »

אין ערגסטן פאל, האב מיר דאך דעם צדיק עליון - מרן רבי ישעי' יעקב שליט''א - וואס איז שוין געווען א חידוש ביים זיידן אויך. ווי באקאנט וואס דער הייליגער נועם אליעזר האט אויף עהם געזאגט במקום דעם טאטן.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שלאפט נעביך איין - sleep apnea בלע"ז

פליז פליז, קיין איין קינד אין א"י פארדינט נישט פון זיין פאנדרעיזינג ביזנעס, און עס מאכט גארנישט אויס צו דער וועלט צו חסד לאברהם וועט ווייטער אנגיין, צו מ'וועט פאנדרעיזען פאר די גבאים אן אנדערען וועג.

ער איז געזעסן אין תפיסה מחמת מעשי אביו, נישט די אייגענע מעשים. עס האט גארנישט מיט אים. ער איז דערמיט נישט בעסער ווי סיי וועלכע רוסישע איד וואס איז געבליבן פרום אונטער די קאמיוניסטן. אויב עפעס זענען זיי געווען אומשמטענד צו פיל גרעסערע עינויים, עד ועד בכלל.

טאמער אידן קלאמערן זיך צו זען זיין פנים, און זיי מיינען אז דאס איז דער צדיק אויף וועמן מ'האט גערעדט, ווער בין איך צו בעטן אנדערש? זאל ער לעבן ביז הונדרעט און צוואנציג געזונטעהייט. אבער טרייב נישט איבער און צווינג גארנישט אויף דער וועלט צו דער דור. צדיק הדור איז לאו דוקא חסידיש, לאו דוקא א מנהיג, און לאו דוקא באקאנט. ער קען פונקט אזוי זיין א ספרדי און א קוימען קערער. (אויף די הנחה אז אזא מושג עגזיסטירט)

דאס וועל איך נאכגעבן, אסאך מענטשן זען איין די באנקראטקייט פון די קאמפאני אידישקייט, און זיי ווילען בלייבען פרום. אין לעיקוואד קען מען זיך לייכט אן עצה געבן, מ׳בלייבט אידיש פאר זיך, און מ׳פארלאזט זיך אויף די חברים און די אייגענע רב. רוב ערנסטע אין לעיקוואד ווייסען אז די יורשים זענען נישט ווערט א שפיי, נאר צו זיי האט עס נישט. ביי געוויסע חברה איז דאס נישט גענוג, זיי מוזען האבען עפעס העכער זיי, וואס איז א בריק צווישען זיי און גאט. אן דעם זענען זיי גענצליך פארלוירען. דאס איז א נאטור זייערע, צו א חינוך, נישט קיין הכרח עפ"י תורה. אבער פאר דער צוועק האבען זיי מחליט געווען אז סקולען שטעלט עס די מערסטע צו. ער גיבט מוסר, וועןצמ׳בעט אים א ברכה, און ער פירט טיש ווען עס פעלט אויס. און דער עולם מוז עס האבען, מ׳האט זיך נאך נישט אפגעוואוינט פון די נויט.


ביסט נישט גערעכט. ער איז יא געזיצן וועגן אנדערע אידנ'ס וועגן! ער מיט זיין טאטע האבן אויפגעטוהן אסאך פאר אידנ'ס וועגן. כמעט נישטא קיין רבי אויף די היינטיגע וועלט וואס האט געהאלפן אזוי סאך אידן ברוחניות ובגשמיות ווי דער סקולענער רבי. וואס רוסישע אידן? אבי געהאקט אין קאפ אריין! פארגינסט נישט קיין איין גוט ווארט אויף קיין איין חסידי'שע רבי? קאמאן!! איז דא איין רבי זינט דעם בעש"ט'ס צייטן וואס איז עפעס ווערד ביי דיר? אלע אן אויסנאם זענען געווען פוסטע שקצים און ליידיגייערס וואס האבן גערייכערט ציגארעטלעך און זיך געבאדן אין מארינבאד?

נאר ליטווישע גדולים זענען געווען גרויסע מענטשן? פרובירסט אפילו צו פארקויפן ליגיונת אז דער חזון איש האט אוועקגעמאכט וויזניץ, בשעת די מעשה איז פונקט קאפויער - ער האט גערופן וויזניץ "א הייליגע מקום" און געזאגט פאר ר' יודל'ע און פאר טשימפער רב זצ"ל אז דער אהבת ישראל איז געוועהן א "קדוש עליון".

איך קען א וויזניצער חסיד וואס איז געזיצן צוזאמען מיטן סקולענער רבי אין תפיסה אין רומעניע, ער הייסט הרה"ג ר' אנשיל זילבער לאויו"ט. ער פלעגט וואוינען אין וויליאמסבורג, היינט וואוינט ער אין א"י. ער האט פארציילט אסאך אינטרעסאנטע ערשט-האנטיגע מעשיות פון די גרויסע מסירות נפש וואס דער סקולענער רבי האט געטוהן פאר אנדערע אידן, ער האט זיך איינגעשטעלט זיין לעבן ממש פאר אנדערע אידן, אויפגעהאדעוועט יתומים ווי זיינע אייגענע קינדער וכו' וכו'. זאג, וואס האסטו געטוהן פאר אנדערע מענטשן'ס וועגן? הא? וואס האקסטו אין קאפ אריין? ער האט עפעס געטשעפעט איינעם? זיך געקריגט מיט איינעם? וואס? ער האט נאר געטוהן חסד זיין גאנץ לעבן, געדינט דעם אייבערשטן און אלעס געמיינט אמת'דיג! קאמא"ן, קא"ט די קרע"פ.

סקולען איז זייער חשוב ביי מיר. קודם כל איז ער מיט זיין טאטע געוועהן אמת'ע ערליכע אידן. זייערע ניגונים איז זייער טיעף און הארציג, מלא דביקות. וע"כ איז דער סקולענער רבי געוועהן א וויזניצער תלמיד און גאר נאנט געוועהן צו וויזניץ און צום אהבת ישראל'ס קינדער, ספעציעל צום הייליגען דמשק אליעזר. ער האט אפילו געשיקט א הערליכע ניגון פון תפיסה צום אמרי חיים פאר משלוח מנות (חכו ממתקים), ביי מיר איז דאס זייער חשוב. ער האט געטאנצן ביי מיין חתונה אזוי לאנג אז מהאט געמוזט אפשטעלן די מוזיק. ער איז א וואוילער מענטש, א גוטער איד, א זיסער איד, זאל ער טאקע זיין געזונט און שטארק.

רבי שרגא און די גבאים איז שוין א אנדערע מעשה... אבער די רבי אליינס איז א הייליגע טייערע איד, נאך אזוי גרויס ווי אסאך פון דיינע פארביסענע ליטוואקעס!
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

אביסעלע קאקרעקשאנס מיסטער שבת אחים:
דעם ניגון חכו ממתקים האט ער נישט געשיקט פון תפיסה - אבער יא אין און אנדערע געלענגנהייט -- עס מאכט נישט אויס
בד"ו די עינויים וואס דער רבי זז"ג איז אדרוך אין תפיסה איז נישט מעגליך צו באשרייבען וויפיל מאל מען האט איהם געסראשעט צום טויט און געמוזט שטיין שעות ביים וואנט און נישט רירען קיין אבר ווייל זיי זענען געשטאנען מיט אויסגעשרעקטע ביקסען,
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:אביסעלע קאקרעקשאנס מיסטער שבת אחים:
דעם ניגון חכו ממתקים האט ער נישט געשיקט פון תפיסה - אבער יא אין און אנדערע געלענגנהייט -- עס מאכט נישט אויס
בד"ו די עינויים וואס דער רבי זז"ג איז אדרוך אין תפיסה איז נישט מעגליך צו באשרייבען וויפיל מאל מען האט איהם געסראשעט צום טויט און געמוזט שטיין שעות ביים וואנט און נישט רירען קיין אבר ווייל זיי זענען געשטאנען מיט אויסגעשרעקטע ביקסען,


ביסט זיכער נישט פון תפיסה? כהאב עס געהערט אסאך מאל פון פארשידנע אנדערע מקורות. אבער קען זיין ביסט גערעכט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

סאיז דא א באוואוסטע מעשה. רבי שמחה׳לע קאפשטיק, זאג מיר צו דו האסט אמאל געהערט די מעשה און צי איך זאג ריכטיג.

נאכן קריג האט ״אגודת ישראל״ געהאט א צדקה-פאנד וואס זיי פלעגן יעדע יאהר געבן א גרויסע סכום געלט פאר מלחמה-איבערלעבער און פאר יתומים וכו׳. יעדע קהילה פון אגו״י האט באקומען א געוויסע סומע צו קענען אויסטיילן פאר זייערע מענטשען. די אמרי חיים זצ״ל וואס איז געוועהן פון די פירער פון אגודה און האט געהאט צוטריט צו די קאסע האט יאהרן לאנג גענומען פאר וויזניץ א דאפעלטע חלק. געוויסע שישקעס אין אגודה האבן געשריגן אז סאיז נישט קיין יושר און אפילו אים באטיטלט אלץ א גזלן, אבער ר׳ חיים מאיר׳ל האט זיך נישט געקימערט מיט וואס זיי זאגן און די קומענדיגע יאהר האט ער גענומען נאכאמאל א דאפעלטע חלק. און אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר יאהרן לאנג, מהאט אים אסאך מאהל פארגעהאלטן פאר דעם און ער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט. ווען די סקלענער רבי איז ארויסגעקומען פון רומעניע האט ער זיך באדאנקט פאר ר׳ חיים מאיר׳ל און געזאגט ער פלעגט מיר שיקן ריזיגע סכומים קיין רומעניע. האבן זיי זיך הערשט דעמאלטס געכאפט אז ער האט נישט גענומען א דאפעלטע חלק פאר וויזניץ נאר ער פלעגט שיקן די געלטער פארן סקלענער רבי זצ״ל וואס האט ארויסגעהאלפן אסאך צובראכענע אידן אין רומעניע, ווי באוואוסט איז זיין שטוב געוועהן ממש ווי א ערי מקלט פאר אלע צובראכענע אידן. און קיין געלט אין רומעניע איז נישט געוועהן דאן.

האט מען געפרעגט דעם אמרי חיים פארוואס האסטו עס באהאלטן? פארוואס האסטו נישט קלאר געזאגט איך שיק געלט קיין רומעניע פאר סקלענער רבי? האט ער געזאגט איך האב מורא געהאט אז איך גיי זאגן איך שיק דאס געלט קיין רומעניע וועט מען מיר נישט לאזן ווייל די פאונד איז נאר געמאכט געווארן פאר ארץ ישראלדיגע אידן און נישט פאר חוץ לארץ און איך האב נישט געוואלט אריינגיין אין קיין וויכוחים דעריבער האב איך ענדערש געקענט באשטיין מזאל מיך באשולדיגן אלץ א גנב ווי איידער דער סקלענער רבי זאל נישט האבן קיין געלט צו געבן צועסען פאר אידן אין רומעניע...

יעצט פארשטייסטו פארוואס איך בין אזא פייערדיגע חסיד פונעם אמרי חיים? אזא וואוילע מענטש ווי אים איז געוועהן שווער צוטרעפן.
זכותו יגן עלינו ועכ״י.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קוקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קוקי »

שבת אחים האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שלאפט נעביך איין - sleep apnea בלע"ז

פליז פליז, קיין איין קינד אין א"י פארדינט נישט פון זיין פאנדרעיזינג ביזנעס, און עס מאכט גארנישט אויס צו דער וועלט צו חסד לאברהם וועט ווייטער אנגיין, צו מ'וועט פאנדרעיזען פאר די גבאים אן אנדערען וועג.

ער איז געזעסן אין תפיסה מחמת מעשי אביו, נישט די אייגענע מעשים. עס האט גארנישט מיט אים. ער איז דערמיט נישט בעסער ווי סיי וועלכע רוסישע איד וואס איז געבליבן פרום אונטער די קאמיוניסטן. אויב עפעס זענען זיי געווען אומשמטענד צו פיל גרעסערע עינויים, עד ועד בכלל.

טאמער אידן קלאמערן זיך צו זען זיין פנים, און זיי מיינען אז דאס איז דער צדיק אויף וועמן מ'האט גערעדט, ווער בין איך צו בעטן אנדערש? זאל ער לעבן ביז הונדרעט און צוואנציג געזונטעהייט. אבער טרייב נישט איבער און צווינג גארנישט אויף דער וועלט צו דער דור. צדיק הדור איז לאו דוקא חסידיש, לאו דוקא א מנהיג, און לאו דוקא באקאנט. ער קען פונקט אזוי זיין א ספרדי און א קוימען קערער. (אויף די הנחה אז אזא מושג עגזיסטירט)

דאס וועל איך נאכגעבן, אסאך מענטשן זען איין די באנקראטקייט פון די קאמפאני אידישקייט, און זיי ווילען בלייבען פרום. אין לעיקוואד קען מען זיך לייכט אן עצה געבן, מ׳בלייבט אידיש פאר זיך, און מ׳פארלאזט זיך אויף די חברים און די אייגענע רב. רוב ערנסטע אין לעיקוואד ווייסען אז די יורשים זענען נישט ווערט א שפיי, נאר צו זיי האט עס נישט. ביי געוויסע חברה איז דאס נישט גענוג, זיי מוזען האבען עפעס העכער זיי, וואס איז א בריק צווישען זיי און גאט. אן דעם זענען זיי גענצליך פארלוירען. דאס איז א נאטור זייערע, צו א חינוך, נישט קיין הכרח עפ"י תורה. אבער פאר דער צוועק האבען זיי מחליט געווען אז סקולען שטעלט עס די מערסטע צו. ער גיבט מוסר, וועןצמ׳בעט אים א ברכה, און ער פירט טיש ווען עס פעלט אויס. און דער עולם מוז עס האבען, מ׳האט זיך נאך נישט אפגעוואוינט פון די נויט.


ביסט נישט גערעכט. [פארוואס האלט איך שבת אחים אזוי? ווייל..] סקולען איז זייער חשוב ביי מיר. [פארוואס פארוואס???..] ווייל דער סקולענער רבי געוועהן א וויזניצער תלמיד און גאר נאנט געוועהן צו וויזניץ און צום אהבת ישראל'ס קינדער, ספעציעל צום הייליגען דמשק אליעזר. ער האט אפילו געשיקט א הערליכע ניגון פון תפיסה צום אמרי חיים פאר משלוח מנות (חכו ממתקים), ביי מיר איז דאס זייער חשוב. ער האט געטאנצן ביי מיין חתונה אזוי לאנג אז מהאט געמוזט אפשטעלן די מוזיק. ער איז א וואוילער מענטש,
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

יא ! הרב שבת אחים, די מעשה איז אמת ויציב ונכון וקיים ויישר
נאר די מעשה גייט נאך ווייטער אז דער אמרי חיים איז אויסגעשטאנען גרויסע רדיפות וועגן דעם - אזוי ווייט אז אפילו א גרויסע רב בימים ההם האט איהם באשמוצט ברבים וועגן דעם, און ער איז געווען גרייט צו נעמען בזיונות אויף זיך
לימים האט יענער רב באזוכט דעם אמרי חיים אין בני ברק - האב איך געהערט פון איינע פון די תלמידים פון ישיבה בימים ההם, אז דער אמ"ח האט אנגעזאגט בכל לשון של שטרענגקייט אז מען זאל נישט טוהן קיין שום זאך נגד דעם רב -
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

שליחה דורך שקד »

וועלקאם צו די אונטערגעגאנגענע וועלט.. אן סקולענע רעבע.. חחחחח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שקד: דו האסט עס נישט ריכטיג ארויס. (וגם ליטוואק בתוכו). צי די יורשים פון די רעבעס וואס זענען אקארשט נפטר געווארן, זענען יא ווערט אדער נישט. אפילו קיין שפיי. איבער דעם מציאות קענמען זיך דינגען. אבער דער פרינציפ פון דור ההמשך איז חי וקיים. אנישט וואלטן מיר היינט נישט געהאט קיין חסידות בכלל. לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דאס איז בבחינת די מסורה פון קבלת התורה. ווי סש'טייט אין די משנה אין מס' אבות...."משה קיבל תורה מסיני ומסרה ליהושע. ויהושע לזקנים, וכו'"... די מסורה איז א גרויסער עיקר אין אידישקייט...! און אפילו אויב די יונגע רעבעס, וועלכע האבן אקארשט איבערגענומען די הנהגה, וועללן מיט די צייט זיך פארדינען דעם רעספעקט און כבוד הראוי בזכות עצמם...! פארשטייצעך אויב זיי וועללן עס נישט קאליע מאכן...אבער. בכל אופן. מ'דארף זיי געבן א טשענס
פארשפארט