צדיקים ואדמורי"ם לבית וויזניץ

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

איסר האטלקי האט געשריבן:
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:וואס מיינט דער אלע סימנים איך פארשטיי נישט
פליז זייטס מסביר

ייש''כ

דרך אגב וואס איז מיט ר' מענדל פין בני ברק?

וואס די סימנים מיינען ווייס איך נישט, אבער נאך ר' מענדל דארף לכאורה צו שטיין EDP...


אין וואס מיינט EDP?
אנטשולדיגט פאר די עם הארצית...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

Emotionally disturbed person ל"ע
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ריכטיג האט געשריבן:ר' ישראל ממאנסי אינטראווערט? ר' מענדל מקיימישע אזויווי איינשטיין?


יא ריכטיג. ר׳ ישראל ממאנסי איז אינטראווערט. ר׳ מענדל מקיימישע איז א INTP מיינט נאך נישט אז ער איז א איינשטיין. נאר אז ער האט די זעלבע מעקעניזים. נישט יעדע INTP איז א איינשטיין... און ח״ו נישט צו באליידיגן קיינעם די INTP כאראקטאר איז טאקע די קלוגסטע אבער די ווייניגסטע מידות און מענטשליכקייט מיט די שוואכסטע סאושעל סקילס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:וואס מיינט דער אלע סימנים איך פארשטיי נישט
פליז זייטס מסביר

ייש''כ

דרך אגב וואס איז מיט ר' מענדל פין בני ברק?


כוואלט דיר גערן מסביר געוועהן. אבער סאיז זייער א לאנגע מגילה און כהאב נישט קיין נערווען צו טייפן. קענסט אויפקוקן אויף גוגל וואס די מייערס-בריגס MBTI איז. סאיז בעסיקלי די מענטש׳ס כאראקטער. געבעיסט לויט וויאזוי ער באקומען אינפארמאציע (Intuition/Sensing), וויאזוי ער גלייכט אויסצוברענגן זיין ענערדזשי, (Extrover/ introvert) און צי ער ארבעט מעהר מיט ׳געפילן׳ אדער ׳טראכטן׳ (thinking/feeling) וכו׳ יעדע מענטש אויף די וועלט איז איינס פון די זעכצען כאראקטארס.

אפשר וואלט געוועהן כדאי, איינער וואס קען עס גוט דא זאל שרייבן וועגן דעם אין די נעקסטע אויסגאבע פון ״די וועקער״ סאיז זייער א אינטערסאנטע נושא און גוט צו זיך באקענען דערמיט און וויאזוי ס׳ארבעט. סקען העלפן אסאך פארשטיין די מענטשהייט.

ר׳ מענדל פון בני ברק ווייס איך נישט פונקטליך וואס ער איז, סאיז שווער אים צו דיאגאנזירן. אבער לכאורה איז ער ESTP מיט א external factor.
עכ״פ א EDP איז ער זיכער לויט איסר האטלקי... און לויט יעדע נארמאלע מענטש... :lol:
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

maybe I'm wrong
אבער איך האב אלץ באטראכט ר' ישראל ממאנסי ווי א פאלאטישן וואס חלש'ט צו מאכן א גוטע אימעדזש, מער עקסטראווערט, ניין?

ווידער דער קייאמישער ווי איינער מיט הייסע בלוט וואס וואגלט זיך מיט זיינע הרגשים, לכאורה מער F, ניין?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ריכטיג האט געשריבן:maybe I'm wrong
אבער איך האב אלץ באטראכט ר' ישראל ממאנסי ווי א פאלאטישן וואס חלש'ט צו מאכן א גוטע אימעדזש, מער עקסטראווערט, ניין?

ווידער דער קייאמישער ווי איינער מיט הייסע בלוט וואס וואגלט זיך מיט זיינע הרגשים, לכאורה מער F, ניין?


אמת ער איז אזא פאליטשאן וואס זוכט יעדעם צוגעפעלן און שפילן די געים- נא טיפיקל ISTP
א אינטראווערט קען אויך זיין א פאליטשאן. און מאכן א גיטע אימעדזש.

:Characteristic of an ISTP

Adaptable
Logical
Independent
Active
Adventurous
Problem solver
Self-reliant
Analytical
Technical
Practical
Unemotional
Flexible
Impersonal
Logical
Concrete
Realistic
Direct
Fearless
Positive
Handy
Objective
Hands-on

:Typical Strengths

Good at listening
Self-reliant
Handles conflict well
Positive outlook on life
Excellent at problem solving

:Possible Weaknesses

Long-term planning can be difficult
Uncomfortable in emotional situations
Feels trapped easily, needs personal space
Can get in trouble when instigating action




קייאמישער איז קיין F נישט. ער קאכט זיך נישט אין געפילן. נאר איז סתם ציווילדעוועט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אדמור מקרייניץ זצל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 8:30 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך אדמור מקרייניץ זצל »

כבר כמה שבועות שהם מודאגים מאז שהם שמעו מתי עושה הרבי הקדוש והטהור מויזניץ ר' מנדלי את התנאים לנכדו בבורו פארק, הם חששו שירצה להגיע ליארצייט של דודו ר' מאטאלע וזה הדאיג אותם מאוד. בין בני ר' מאטאלע והקדוש והטהור מחלוקת קשה, בגלל הגבאי יוקיל ווייס שדיבר בפני הבחורים בענין ר' מאטאלע וקילל את האדמו"ר ממונטריאול אמר עליו 'ימח שמו', ולטענתם ר' מנדלי לא מיחה על שאמר כך, זו הסיבה מדוע בני ר' מאטאלע כשהם באים לארץ ומבקרים אצל הרבי'ס אינם הולכים אליו למרות שהוא בן דודם

בשביל למנוע את בואו של ר' מנדלי הם שיגרו דרכו של האדמו"ר מלונדון בקשה לר' ישראל שאף הוא לא יבא, מפני שאם הוא בא לא יוכלו לומר לר' מנדלי אל תבא ואינם רוצים שיבא, ר' ישראל הבין שאף הוא יכול להקלע למחלוקת קשה עם אחיו על שלא מחה בהם והודיע כי הוא לא נוסע למרות שעל פי התכנית המקורית מאנטוורפן אמור היה ר' ישראל להמשיך לארצות הברית בשביל להיות ביארצייט במונסי

לר' מנדלי מאידך נוצרה בעיה, הוא יהיה בניו יורק בזמן היארצייט ואם לא יבא יאמרו אחר כך שהוא פגע בהם כך שמה שהוא לא יעשה לא יהיה טוב. ולכן הוא פנה וביקש שיאפשרו לו לבא וכאן לא היתה עוד ברירה לבני ר' מאטאלע והאח הגדול ר' ישראל פנה לבנו של ר' מנדלי הרב הצדיק רבי חיים מאיר הגר מבורו פארק וביקש ממנו להסביר לאביו שמאחר והוא לא מחה על שיוקיל ווייס קילל את האח שלהם ממונטריאול בקללת 'ימח שמו' הם כל האחים שחיים בשלום חייבים לשמור על כבודו, ובלי התנצלות עדיף שלא יבא, ואם יבא, חלילה לא יגרשו אותו אבל לא יכבדו אותו. ר' חיים מאיר ניסה להסביר שלא האבא שלו עשה זאת אלא איזה גבאי ואין זה מספיק בשביל מחלוקת כזו, אבל ר' ישראל הבהיר כי הוא לא מדבר בשמו אלא בשם האחים כולם ואין לו ברירה זה המצב

הבן ר' חיים מאיר לאחר שהעביר את המסר לאביו צלצל שוב לר' ישראל ממונסי ואמר לו כי אביו מגיע ביום ראשון לניו יורק והוא מבקש להיפגש איתו. אמר לו ר' ישראל שזה בלתי אפשרי לא אצלו במונסי וגם הוא לא יבא לר' מנדלי, רק במקום נייטרלי הוא יהיה מוכן להיפגש עמו, ולכן קבעו כי המפגש יהיה בבית האדמו"ר מקאלוב במונסי שהוא מחותן של ר' מאטאלע שמה יפגשו, ובשביל להוכיח כי לא מדובר בו בלבד הוא הודיע כי הוא יגיע עם עוד שניים מאחיו, האדמו"ר מקאמישא והאדמו"ר מוילימסבורג, וככה נקבעה ישיבת פיוס להערב

עתה ממתינים לראות מה יקרה שם, האם יגיעו להסכמה על נוסחת פיוס ושלום, ואז בני ר' מאטאלע יגיעו ביום שני לתנאים שעושה ר' מנדלי בבורו פארק וכמובן שהוא יגיע לאירצייט, אם זה יתפוצץ הערב אף אחד מהם לא יבא לתנאים וגם ר' מנדלי לא יגיע ליארצייט

בויזניץ ממתינים בחוסר סבלנות להערב לשמוע על ההתפתחויות בניו יורק

*נייעס ראשוני! ביקורו של האד' מויזניץ מרכז בארה"ב ממשיך לעורר סערה בקרב חסידי וויזניץ בכל קצווי תבל, בעקבות דרישת האחים* *האדמורי"ם לבית וויזניץ שליט"א שלא יופיע בבית המדרש לטיש ההילולא הראשון על אביהם כ"ק האדמו"ר זצ"ל, לאור הדיבורים הקשים שדיבר בפני קהל עם ועדה על אביהם זיע"א ועל אחיהם האדמו"ר ממאנטריאל:*

האדמו"ר מויזניץ מרכז העושה דרכו בשעות האחרונות לארה"ב לקחת חבל בשמחת ארוסי נכדו בכורו בן בנו הגדול הרב חיים מאיר קיבל בימים האחרונים מסר מש"ב בני דודיו האחים האדמורי"ם לבית וויזניץ שהוא אורח לא רצוי בקרבם כל זמן שהוא לא מגנה את דבריו של משמשו יוקל וייס שנאמרה לפני שנה, בה מתבטא יוקל בלשונות הכי גרועים ונבזים נגד אביהם הק׳ זיע״א, השמועס של יוקל וייס אף זכה לגיבוי מוחלט מהאד׳ רמ״מ, שמינה את יוקל לראש הישיבה של מרכז החסידות בבני ברק ובהוראתו מכבדים אותו בסידור קידושין בחופות החסידים. בנוסף לזה, ׳זכה׳ יוקל לקבל גיבוי מוחלט ופומבי מרבו, בתחילת קיץ שעבר, עת דיבר האד׳ לקהל עדתו בעיר ב״פ בתוך הדברים, מילה במילה מההקלטה: *טאמער למשל - און איך זאג אפילו גראב, איך האב מיך נישט געהאט, קיינער איז נישט מיר אויף פאסן, אפילו מיין זון, וואס איך האב געהאלטן אויף דער טעיפ פון יויקל ווייס, איך רעד נישט פון דעם, ס'נישט אינטרעסאנט פאר קיינעם, איך האב מיר מיין מיינונג, ביי מיר, איך גיי נישט זאגן נישט לטוב נישט לרע. אבער טאמער די שיטת הטמאה שיטת הבאטשים, כאפן זיך ארויף דערויף, און מאכן פון דעם אין שטיבל א ליצנות, און שרייען, זאלט איהר יונגעלייט אויפהייבן דאס מויל, איך זאג נישט זאל ווערן א רידעריי "שגץ", "מורד", איך האב נישט ליב דעיע ווערטער, אבער ס'געפעלט דיר נישט קענסט דיך גיין געזונטערהייט. און איך האב ליב יעדעם איינעם, איך וויל נישט קיינער זאל גיין, אבער ער זאל זיך פילן א אויסגעקלאפטע הושענא, ער זאל נישט טרויען צו עפענען דאס מויל, פארוואס? ווייל דו האסט דיך ארויף געכאפט אויף א זאך, וואלט מען געדארפט, אין שטיבל, וויליאמסבורג און בארא פארק, עפענען דעם טעייפ און מאכן א לחיים, און נאכדעם אויפשטעלן זיך און זינגען: "ווער ס'גייט מיט די שיטה הקדושה פון בעל ישועות משה דהיינו שוואנצנות, ווער ס'גייט מיט די שיטה הקדושה פון בעל ישועות משה דהיינו שוואנצנות" - אויפן גראבן אופן!*

האחים מרנן האדמורי״ם שליט״א דרשו פה אחד מבן דודם, שאם הוא רוצה שישתתפו בשמחותיו כפי שהוא אוהב להראות לעולם שהוא איש השלום, איש שקרובי משפחה יקרים אל ליבו לפני הכל, ושיחזרו אליו לביקורי גומלין וכו׳ כנהוג בחצרות האדמורי״ם, שהוא חייב לגנות את השמועס של יוקל וייס המלא דברי שנאה ובוז, וגם הדברי בלע שנאמרו ע״י משפיע החסידות פישל ויזל, שנאמרה בקו רשמי של החסידות, בה דיבר ויזל הנ״ל נגד אביהם הק׳ זיע״א ונגד להבחל״ח אחיהם, הרבי שליט״א ממאנטריאל.

האד׳ רמ״מ שקיבל את המסר דרך בנו הרב חיים מאיר לקח המסר בתדהמה מוחלטת והתחנן שיתנו לו להסביר את עצמו. כ״ק הרבי שליט״א ממאנסי, ששואף לשלום ואחווה בין החצרות, הסכים לפגוש את בן דודו רמ״מ, בכדי ללבן הנושא ולהגיע להבנות, בתקווה שהאד׳ רמ״מ יגנה את דברי יוקל וייס ואת דברי פישל ויזל. הרבי שליט״א ממאנסי סירב לקבלו בביתו של אביו הק׳ זיע״א כל זמן שאין גינוי מוחלטת נגד דברי הבלע, אשר על כן הוחלט שהפגישה יתקיים בבית פרטי באיזור מאנסי, היום, יום א׳ פרשת פקודי. והאמת והשלום אוהבו.

כפי הנראה האדמו"ר ימשיך בשיטתו הקדושה (עפ"ל) להתנתק כליל ממשפחת דודו האדמו"ר זיע"א, אולם כלפי חוץ רוצה להמשיך לשחק כאיש השלום כאמור.

הפגישה הסתיימה ללא תוצאות.

הדרישה היה מאוד ברור, דיברת נגד הרבי זצ"ל תבקש סליחה, צא במחאה נגד האנשים הקרובים שלך שדיברו סרה ברבי, אבינו זצ"ל.
וכל זמן שזה לא מתבצע, אנו לא נגיע אליך
ואתה לא תגיע אלינו.

אירוסין לחיים מאיר כנראה שרק הנכדים ישתתפו, האדמורי"ם שליט"א לא. (אולי הרבי שליט״א מב״פ כן, לאות הכרת הטוב, רמ״מ מקרב מאוד את בנו שרולי מב״ב)

מהמקורות שלי רמ״מ חטף מהרבי שליט״א ממאנסי כדבעי בכל העניינים.

יש פה מהלך מאוד רציני שצריך עדיין ללמוד,
אחד הטענות שהועלה שבהתנהגות של רמ״מ הוא מביא למצב כללי בציבור החרדי שעושים צחוק מכל האדמורים, האם אין שו"ע לאדמו"ר זעק מכאב לבו הרבי שליט״א ממאנסי.
רמ״מ היה מוכן ללכת לקראתו בסה"כ שימתן את מקורביו מלדבר יותר,
ולכן לא נראה שיש התקדמות בשיחות.

ימים יגידו האם השלש שעות שיחה עזרו, ככה״נ שלא!
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

וואס האט מרכז רבי ספעציעל אקעגן וויזניץ מאנטריאל רבי?
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
מארמאראשער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:35 am
האט שוין געלייקט: 274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

Re: צדיקים ואדמורי"ם לבית וויזניץ

שליחה דורך מארמאראשער »

מאנטריאלע רבי איז געגאנגען צו א ראש חודש סעודה, ביי א באטשי משה ניימאן א שיינער עושר,
און איינע פון די חשובע ביי מענדעלע האט גערעדט גאר מיס אנטקעגן די מאנטריאלע רבי זאגענדיג אפילי ימח שמו

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

שוין דא עטליכע אנגעפירקלטע אשכולות אין צימעס איבער דעם
קוקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קוקי »

אה! די היינטיגע מסיבה מיט הרה''ק ר' דוד מלונדון ווישניץ שליט''א, ווי ער צעכליפעט זיך פאר קרבת אלוקים.
מ'זעט אז דער עולם קלעבט צו עהם דאס מערסטע; בכלל האט ער ביז היינט דאס מערסטע אויסגענומען אין די וועלט, א אמת'ע איש האמת, אן קיין ווישניצע שטיק
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אויף דעם זאגט שוין דער משורר, הנה מה טוב ומה נעים שבע אחים גם אחד...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
קוקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קוקי »

וועלן זיי קומען נעקסטע חודש אויך?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

סאיז א באוואוסטע מעשה וואס ר׳ מאטעלע פלעגט אלץ פארציילן. הגה״ק ר׳ מאיר שפירא זצ״ל איז נישט געוועהן וואקסינירט :lol: און אלץ קינד האט ער ליידער באקומען פאליא רח״ל און ער האט נישט געקענט גיין אויף
די פוס זיין טאטע איז געוועהן א וויזניצער חסיד (און אויך א קרוב זייענדיג א אייניקל פון משפחת שפירא- אייניקלעך פון הרה״ק ר׳ פנחסל קאריצער מתלמידי הבעש״ט, פון וועמען אלע וויזניצער רביס זענען דאפעלטע אייניקלעך) האט ער אים גענומען צום אמרי ברוך מוויזניץ זצ״ל (טאטע פון די אהבת ישראל) זאל אים אנוואונטשען א רפואה. און ער האט געזאגט פארן רבין ״די אינגל איז א גרויסע עילוי, די רבי קען אים פארהערן״ ער קען אבער נישט גיין אויף די פוס.

די אמרי ברוך האט אריינגערופן זיין זוהן ר׳ חיים אנטוניער זצ״ל (יונגערע ברודער פונעם אהבת ישראל) און געזאגט ״ר׳ חיים לערן אים אויס צוגיין אויף די פוס״
די אנטוניער איז געגעאנגען שפאצירן מיט אים און אים אויסגעלערנט וויאזוי צוגיין.
(אפשר האט ער שוין געהאט עקספירענס אין יענע יאהרן וויאזוי אונצוגיין מיט אזעלכע קעיסעס אלץ א טעראפיסט :P )

הרה״ק ר׳ מאיר שפירא איז געבליבן א גאנץ לעבן זייער נאנט צו ר׳ חיים אנטוניער און בכלל געוועהן נאנט צו די גאנצע וויזניצער גזע, ספעציעל צום אהבת ישראל זצ״ל וועמען ער האט געהאלטן פאר איינע פון זיינע רבי׳ס. זי״ע.

און וועגן די אנטוניער רבי דארף מען שרייבן א באזונדערע ארטיקל ער איז געוועהן א מוראדיגע מענטש וואס מהאט כמעט נישט געזעהן...
נאר איין קלייניקייט וואס איז באוואוסט אז ער האט געהאט אסאך לאנגע אפראציעס אין זיין לעבן און ער האט נישט געלאזט מען זאל אים איינשלעפן נאר געהייסן אנצינדען אסאך ליכט און ער האט זיך פארטוהן און פארמוחט אין א סוגיא במשך די גאנצע פראדעצור זייענדיג וואך אן קיין איין קרעכץ! די דאקטורים זענען געוועהן פארוואונדערט. סאיז דעמאלטס ברייט באשריבן געווארן אין אסאך צייטונגען!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

שליחה דורך שקד »

שבת אחים האט געשריבן:סאיז א באוואוסטע מעשה וואס ר׳ מאטעלע פלעגט אלץ פארציילן. הגה״ק ר׳ מאיר שפירא זצ״ל איז נישט געוועהן וואקסינירט :lol: און אלץ קינד האט ער ליידער באקומען פאליא רח״ל און ער האט נישט געקענט גיין אויף
די פוס זיין טאטע איז געוועהן א וויזניצער חסיד (און אויך א קרוב זייענדיג א אייניקל פון משפחת שפירא- אייניקלעך פון הרה״ק ר׳ פנחסל קאריצער מתלמידי הבעש״ט, פון וועמען אלע וויזניצער רביס זענען דאפעלטע אייניקלעך) האט ער אים גענומען צום אמרי ברוך מוויזניץ זצ״ל (טאטע פון די אהבת ישראל) זאל אים אנוואונטשען א רפואה. און ער האט געזאגט פארן רבין ״די אינגל איז א גרויסע עילוי, די רבי קען אים פארהערן״ ער קען אבער נישט גיין אויף די פוס.

די אמרי ברוך האט אריינגערופן זיין זוהן ר׳ חיים אנטוניער זצ״ל (יונגערע ברודער פונעם אהבת ישראל) און געזאגט ״ר׳ חיים לערן אים אויס צוגיין אויף די פוס״
די אנטוניער איז געגעאנגען שפאצירן מיט אים און אים אויסגעלערנט וויאזוי צוגיין.
(אפשר האט ער שוין געהאט עקספירענס אין יענע יאהרן וויאזוי אונצוגיין מיט אזעלכע קעיסעס אלץ א טעראפיסט :P )

הרה״ק ר׳ מאיר שפירא איז געבליבן א גאנץ לעבן זייער נאנט צו ר׳ חיים אנטוניער און בכלל געוועהן נאנט צו די גאנצע וויזניצער גזע, ספעציעל צום אהבת ישראל זצ״ל וועמען ער האט געהאלטן פאר איינע פון זיינע רבי׳ס. זי״ע.

און וועגן די אנטוניער רבי דארף מען שרייבן א באזונדערע ארטיקל ער איז געוועהן א מוראדיגע מענטש וואס מהאט כמעט נישט געזעהן...
נאר איין קלייניקייט וואס איז באוואוסט אז ער האט געהאט אסאך לאנגע אפראציעס אין זיין לעבן און ער האט נישט געלאזט מען זאל אים איינשלעפן נאר געהייסן אנצינדען אסאך ליכט און ער האט זיך פארטוהן און פארמוחט אין א סוגיא במשך די גאנצע פראדעצור זייענדיג וואך אן קיין איין קרעכץ! די דאקטורים זענען געוועהן פארוואונדערט. סאיז דעמאלטס ברייט באשריבן געווארן אין אסאך צייטונגען!

רבי מאיר שפירא זצוק''ל איז געווען באוואוסט אלץ א טשארטקעווער חסיד.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער איז געווארן א טשארטקובער נאך די חתונה, א דאנק זיין שווער וואס איז געווען א טשארטקובער. ושמעתי אז דער אנטוניער האט זיך אויסגעדרוקט דאן "איך האב איהם טאקע געלערנט גיין, אבער נישט ביז טשארטקוב...".
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ריכטיג האט געשריבן:ער איז געווארן א טשארטקובער נאך די חתונה, א דאנק זיין שווער וואס איז געווען א טשארטקובער. ושמעתי אז דער אנטוניער האט זיך אויסגעדרוקט דאן "איך האב איהם טאקע געלערנט גיין, אבער נישט ביז טשארטקוב...".


יא גערעכט.

ער איז אבער געבליבן זייער נאנט צו וויזניץ. פלעגט קומען צום אהבת ישראל.

ער האט אלץ געזאגט:
תורה האב איך געלערנט אין גער. עבודה אין וויזניץ. חסידות אין טשארטקוב.

דער אהבת ישראל איז אויך געוועהן א טשארטקובער.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

ריכטיג האט געשריבן:ער איז געווארן א טשארטקובער נאך די חתונה, א דאנק זיין שווער וואס איז געווען א טשארטקובער. ושמעתי אז דער אנטוניער האט זיך אויסגעדרוקט דאן "איך האב איהם טאקע געלערנט גיין, אבער נישט ביז טשארטקוב...".


ס'איז א דבר ידוע די מימרא נאר כ'האב געהערט מיט יארן צוריק מיט אביסל א אנדערע גירסא כמעט ענדליך בזה"ל "איך האט איהם טאקע געלערנט גיין, אבער אזוי ווייט אוועק גיין דאס האב איך איהם נישט אויסגעלערנט",...
קוקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קוקי »

לאור הידיעה אז ר' מאטעלעס בענקל האט דער ווישניץ לאנדענער רבי באקומען בירושה, וואונדערט מיר זייער, וויאזוי האט מען צוגעלאזט דעם אלטן דיין זיך זעצן אויפ'ן בענקל - אלץ א טריק עס צו ברענגן קיין לאנדאן.
קודם כל, ס'דא דערפאר אימפארט עקספארט צו שיקן פעקלעך. שנית, ס'ווייזט וואספארא דרך ארץ מ'האט דערפאר - אנגעהויבן מיטן אלטן דיין.. ער זאל זיצן אויפן רבינס בענקל? ס'איז עפעס פיקוח נפש? און איז ער טאקע דער פעקל טרעגער...???
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קוקי האט געשריבן:לאור הידיעה אז ר' מאטעלעס בענקל האט דער ווישניץ לאנדענער רבי באקומען בירושה, וואונדערט מיר זייער, וויאזוי האט מען צוגעלאזט דעם אלטן דיין זיך זעצן אויפ'ן בענקל - אלץ א טריק עס צו ברענגן קיין לאנדאן.
קודם כל, ס'דא דערפאר אימפארט עקספארט צו שיקן פעקלעך. שנית, ס'ווייזט וואספארא דרך ארץ מ'האט דערפאר - אנגעהויבן מיטן אלטן דיין.. ער זאל זיצן אויפן רבינס בענקל? ס'איז עפעס פיקוח נפש? און איז ער טאקע דער פעקל טרעגער...???


דער דיין איז א טרעגער...
ס'דען פיקוח נפש?...
חוצפה צום רבי'ן - אנגעהויבן מיט'ן דיין...
אויסגעשפילט די אימפארט עקספארט...
היתכן מ'האט ציגעלאזט אזא טריק...

ווייסט וואס?

ביסט א מומחה עצום צו אריין רוקן אין אזוי ווייניג שורות אזוי פול גרף של רעי.

why don't you just shut the he'll up and get lost
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דער קאסובער רבי׳ס זיידע דער זאַלישטשיקער רבי. ברודער פונעם אהבת ישראל האט זיך באזעצט אין די מאדערענע שטאט טשערנאוויץ הויפט שטאט פון בוקעווינע ביי די ערשטע וועלט קריג.

לכתחילה האט געהייסן אז דער אהבת ישראל גייט זיך באזעצן אין די שטאט וויען. פאר פארשידענע סיבות האט דאס אויסגעקוקט די בעסטע. אבער למעשה האט זיך די אהבת ישראל ארויפגעזעצט אויפן באן און זיך גענומען פאָרן, קיינער האט נישט געוואסט פונקטליך וואו. ווען מ׳איז אנגעקומען קיין גרויסווארדיין האט ער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט ״כאן צוה ה' את הברכה״ און זיך באזעצט אין א גענצליכער פרעמעדע שטאט.

שפעטערע יאהרן פלעגט ער זאגן "ווען איך באזעצט זיך אין וויען וואלט דען אויסגעוואקסן אזא יודעלע״ מיינענדיג זיין אייניקל הרהגה״צ ר׳ יודעלע האראוויץ זצ״ל. אזא מאדערענע שטאט ווי וויען וואלט אזא קאפּ ווי ר׳ יודעלע געקענט פארכאפט ווערן צווישן די אויפגעקלערטע און משכילים. אדער עכ״פ האבן א שטיקל השפעה אויף אים.



http://yiddish.forward.com/articles/215 ... zernowitz/

בײַ די פֿרומע קרײַזן אין אַמאָליקן טשערנאָוויץ

איבערגעדרוקט פֿון פֿאָרווערטס, דעם 26טן מאַרץ 2010

געוויינטלעך ווען מע רעדט וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון דער שטאָט טשערנאָוויץ באַטאָנט מען איר וויכטיקייט ווי אַ צענטער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור.

וועגן איין אַספּעקט הערט מען כּמעט גאָרנישט: דאָס לעבן פֿון די פֿרומע ייִדן אין טשערנאָוויץ. ס׳איז טאַקע אַ שאָד, ווײַל אין יענער תּקופֿה האָבן אין דער שטאָט זיך געפֿונען נישט ווייניקער ווי פֿינף חסידישע רביס, האָט איבערגעגעבן הרבֿ מאיר מאָסקאָוויץ, דער טשערנאָוויץ־געבוירענער מחבר פֿון אַ בוך זכרונות אויף העברעיִש, “כזה ראה וקדש” (אַזוי געזען און פֿאַרהייליקט).

הרבֿ מאָסקאָוויץ, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין 1927, איז יאָרן לאַנג געווען אַ תּנ״ך־לערער אין דער אָנגעזעענער ניו־יאָרקער ייִדישער מיטלשול רמ״ז און דינט הײַנט ווי איר ייִדיש־לערער. בעת אַן אינטערוויו מיטן “פֿאָרווערטס” אין זײַן דירה אויף איסט 82סטער גאַס, האָט ער דערציילט, אַז ער אַליין איז געווען דער זון פֿונעם שאָצער רבין. עס האָבן אין טשערנאָוויץ דעמאָלט אויך געוווינט פֿיר אַנדערע רביס: דער באָיאַנער רבי, ר׳ משה פֿרידמאַן; דער נאַדווערנער רבי, איתמר ראָזענבאַום; דער קיטעווער רבי, גראָסמאַן; דער זאַלישטשיקער רבי, האַגער און דער שאָצער רבי, ר׳ אַבֿרהם־חיים מאָסקאָוויץ. אַלע רביס זענען געווען קרובֿים, ווײַל אַלע האָבן געמאַכט שידוכים צווישן זיך.

יעדער רבי האָט געהאַט אַ הויף מיט חסידים, האָט הרבֿ מאָסקאָוויץ דערציילט, אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט די רביס, וואָס האָבן שבת און יום־טובֿ געטראָגן אַ שטרײַמל, האָבן די מתפּללים זיך שוין געהאַלטן פֿאַר “מאָדערנע מענטשן” — האָבן זיי נישט געהאַט קיין באָרד אָדער פּאות, און זענען געקומען צום מנין טראָגנדיק אַ צילינדער און פֿראַק. הרבֿ מאָסקאָוויצעס אייגענע משפּחה האָט געוווינט אינעם זעלבן בנין פֿון דער שיל. “איך אַליין האָב געהאַט קליינע פּאהלעך,” האָט ער צוגעגעבן.

הרבֿ מאָסקאָוויצס מאַמע, אַלטע־שיינדל, איז געווען אַ טאָכטער פֿונעם פּידײַעצער רבין, האָט זי געטראָגן אַ שייטל, אָבער זי, און די אַנדערע “רבישע קינדער”, ווי מע פֿלעג זיי רופֿן, זענען פֿאָרט געווען אונטער דער השפּעה פֿון דער מאָדערנער שטאָט. אין פֿאַרגלײַך מיט איר מאַן, וועלכער האָט גערעדט ייִדיש מיט די קינדער, האָט די רביצין גערעדט דײַטש. זי פֿלעג גיין אין טעאַטער, לייענען ייִדישע פּאָעזיע און געבן מענער די האַנט. מוטערס־טאָג האָט דאָס קליינע “מאירל” איר געבראַכט בלומען, און סילוועסטער־נאַכט האָבן די רביצין און די אַנדערע פֿרויען פֿון רבישע היימען געפּראַוועט אַ שׂימחה.

“סילוועסטער זענען זיי געקומען צו אונדז אויפֿן צווייטן שטאָק, עלעגאַנט אויסגעפּוצט, און געגעסן און פֿאַרבראַכט שעהען לאַנג אין איינעם,” האָט הרבֿ מאָסקאָוויץ דערציילט. און כאָטש קיין משקה האָבן זיי נישט געטרונקען, “האָבן די שנורן פֿונעם באַיאָנער רבין יאָ גערייכערט סיגאַרעטקעלעך.”

הרבֿ מאָסקאָוויץ געדענקט נאָך זײַן ערשטן טאָג אין חדר צו דרײַ יאָר. “מײַן טאַטע־מאַמע זענען קיין מאָל נישט געגאַנגען שפּאַצירן צוזאַמען, אָבער יענעם טאָג האָבן זיי מיר אָנגעטאָן נײַע קורצע הויזן, נײַע שיך און אַ נײַעם טלית־קטן, און ביידע האָבן מיך גענומען בײַ דער האַנט אין חדר אַרײַן. ווען מיר זענען אָנגעקומען האָט דער טאַטע מיך אַרומגענומען מיט אַ טלית און אַרײַנגעטראָגן. אויפֿן טיש איז מיט גרויסע גאָלדענע אותיות געווען אָנגעשריבן ׳מאירל׳. יעדעס מאָל וואָס איך האָב ריכטיק נאָכגעזאָגט ׳קמץ אלף אָ, קמץ בית באָ׳ איז אַראָפּגעפֿאַלן אַ האָניק־קיכעלע. כ׳האָב טאַקע געמיינט, ס׳איז פֿון הימל! אַזוי ווי סע שטייט אין משלי: לערנען תּורה איז אַזוי ווי האָניק און מילעך, זיס צו דער נשמה און ס׳היילט די ביינער.”

אין יאָר 1975, איז הרבֿ מאיר מאָסקאָוויץ צוריקגעפֿאָרן מיט אַ וויזיט אין טשערנאָוויץ. רעכטס: די מתפּללים פֿון דער איינציקער שיל, וואָס געפֿינט זיך הײַנט אין דער שטאָט. לינקס: הרבֿ מאָסקאָוויץ, בײַם עמוד COURTEST OF MOSKOWITZ FAMILY
אין יאָר 1975, איז הרבֿ מאיר מאָסקאָוויץ צוריקגעפֿאָרן מיט אַ וויזיט אין טשערנאָוויץ. רעכטס: די מתפּללים פֿון דער איינציקער שיל, וואָס געפֿינט זיך הײַנט אין דער שטאָט. לינקס: הרבֿ מאָסקאָוויץ, בײַם עמוד
בײַ 5 יאָר האָט מאירל אָנגעהויבן לערנען חומש. “ס׳איז געווען אין אַ שבת נאָכמיטאָג. משפּחה און פֿרײַנד און אַלע פֿינעף רביס זענען געקומען. מע האָט מיך געשטעלט אויפֿן טיש, כ׳האָב געטראָגן אַ ברוינעם סאַמעטענעם אָנצוג, און ביידע זיידעס האָבן מיר אָנגעטאָן גאָלדענע זייגערס אויף קייטן. דערנאָך האָט מען מיך געפֿרעגט: וואָס לערנסטו אין חומש?”

נאָכן פֿאַרהערן דאָס קינד האָט מען אָנגעהויבן טאַנצן און זינגען, עסן טאָרט און פּירות. אַלע רביס האָבן געטראָגן שטרײַמלעך, געזעסן און אויסגעטיילט שיריים. ער, מאירל, איז געזעסן צווישן ביידע זיידעס.

יעדן אינדערפֿרי האָט מאירל זיך געלערנט אין חדר, און דרײַ מאָל אַ וואָך איז ער נאָך מיטאָג געגאַנגען אין אַ ציוניסטישער העברעיִשער שול, “בית ספֿרי”. אין 1936 איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין וויזשניץ זיך לערנען אין דער וויזשניצער ישיבֿה. ער פֿלעג אַהיימקומען בלויז שבת־חנוכּה, פּסח און יום־טובֿ.

סוכּות אין טשערנאָוויץ געדענקט הרבֿ מאָסקאָוויץ זייער גוט. אַ גאַנץ יאָר האָבן די מענער און פֿרויען געגעסן צוזאַמען, אָבער סוכּות — נישט. די מאַמע האָט געבענטשט ליכט, געקומען אין סוכּה פֿאַר קידוש און המוציא, אָבער דערנאָך אַרײַן אין הויז, וווּ זי האָט פֿאַרבראַכט מיט די אַנדערע פֿרויען.

די סוכּה איז געווען אַ גרויסע; ווען דער טאַטע האָט געפֿירט טיש די צווייטע נאַכט סוכּות, לכּבֿוד דער שׂימחת־בית־השואבֿה, פֿלעגן אַרײַנקומען אין דער סוכּה 150 מענטשן. מ׳איז דאָרט אָבער נישט געשלאָפֿן. “ס׳איז געווען קאַלט, און אַ סכּנה.”

דעם שאָצער רביס הויז האָט אויך געדינט ווי אַן אכסניה פֿאַר די רביס פֿון די אַרומיקע שטעטלעך, ווען זיי האָבן געמוזט קומען קיין טשערנאָוויץ זען אַ דאָקטער. די פּשוטע אַרענדאַרן פֿלעגן אויך קומען, כּדי צו זען זייער רבין. “זיי זענען געווען פּשוט אָנגעטאָן — עמך — געטראָגן שטיוול, און געבראַכט פּירות אַ מתּנה דעם רבין.”

אָפֿט פֿלעגן די גײַסטיק קראַנקע קומען צו זייער טיר בעטן נדבֿות. “איינער, פֿישעלע, פֿלעג זאָגן מײַן מאַמען, ׳איך האָב דיך ליב!׳ — זי איז געווען אַ שיינע פֿרוי — פֿלעג מען אים אַרײַננעמען אין הויז, און מע האָט אים געגעבן דאָס זעלבע שפּײַז, וואָס מיר האָבן געגעסן.”

עוואַ מאַרדער בענדער, אַן אײַנוווינערין פֿון בראָנקס, נ״י, איז אויך געבוירן געוואָרן אין אַ פֿרומער משפּחה אין טשערנאָוויץ, אין 1927, אָבער איר איבערלעבונג איז געווען אַ גאַנץ אַנדערע ווי בײַ הרבֿ מאָסקאָוויץ. “דער טאַטע איז געווען אַ ציוניסט און אַ מיזרחיסט,” האָט זי געזאָגט.

עוואַ בענדערס משפּחה אין טשערנאָוויץ: (פֿון רעכטס) די מאַמע, אסתּר מאַרדער; דער טאַטע, בערל מאַרדער; זייערע קינדער, שמואל און עוואַ; און אַ מומע, דבֿורה דיסטענפֿעלד COURTEST OF MOSKOWITZ FAMILY
עוואַ בענדערס משפּחה אין טשערנאָוויץ: (פֿון רעכטס) די מאַמע, אסתּר מאַרדער; דער טאַטע, בערל מאַרדער; זייערע קינדער, שמואל און עוואַ; און אַ מומע, דבֿורה דיסטענפֿעלד
אויף דער גאַס האָט דער טאַטע, בערל מאַרדער געטראָגן אַ שוואַרצן הוט, און אונטערן הוט — אַ יאַרמלקע. בײַם באַגריסן זיך מיט מענטשן פֿלעג ער אַראָפּנעמען דאָס היטל, אָבער נישט די יאַרמלקע; די מאַמע, אסתּר, האָט געטראָגן אַ היטל, נישט קיין שייטל. “מיר זענען נישט געווען אַזוי פֿאַנאַטיש,” האָט זי געזאָגט. “מיר זענען דאָך געווען אונטערן אײַנפֿלוס פֿון דער עסטרײַכישער קולטור.”

ווי אַ מיידל איז עוואַ, אַוודאי, נישט געגאַנגען אין חדר; די ערשטע פֿיר קלאַסן האָט זי זיך געלערנט אין אַ העברעיִשער, ציוניסטישער טאָגשול, “שׂפֿה איבֿריה”. נאָכן ענדיקן די שול האָט זי צוויי יאָר לאַנג שטודירט אין “גימנאַזיע האָפֿמאַן”, אַ שטאָטישער לערן־אַנשטאַלט פֿאַר מיידלעך, און דערנאָך — ווען די רוסן האָבן איבערגענומען בוקאָווינע — איז זי אַריבער אין דער ייִדישער שול, וווּ ס׳רובֿ פֿון די קינדער זענען געווען פֿון וועלטלעכע משפּחות. הגם די קלאַסן זענען אָנגעגאַנגען זעקס מאָל אַ וואָך, אַרײַנגערעכנט שבת, האָבן די פֿרומע תּלמידים נישט געדאגהט. “שבת האָבן מיר נישט געשריבן,” האָט זי געזאָגט. די פּראָבלעם איז אָבער געווען מיט די עקזאַמענס, וועלכע זענען אַלע פֿאָרגעקומען שבת.

“מיר, די פֿרומע תּלמידים, האָבן טאַקע געליטן פֿון דעם, ווײַל מע פֿלעג אונדז מאַכן דעם עקזאַמען זונטיק אָדער מאָנטיק און בכּיוון פֿרעגן שווערערע פֿראַגעס. עטלעכע פֿון די לערער זענען געווען ייִדישע, אָבער זיי זענען געווען נאָך ערגער ווי די רוסן. זיי האָבן געוואָלט, אַז מיר זאָלן פֿאָרשן וואָס עס קומט פֿאָר אין שטוב און מסרן די עלטערן. מיר האָבן זיך נישט נאָכגעגעבן, זענען זיי געוואָרן זייער אויפֿגערעגט.”

פּסח פֿלעג דער מאַמעס טאַנטע, וואָס האָט געוווינט נישט ווײַט פֿונעם שאָצער רבין, קומען אויפֿן גאַנצן פּסח. “די גאַנצע צײַט האָט זי בלויז געשיילט קאַרטאָפֿל און מערן, מערן און קאַרטאָפֿל… דאָס איז געווען איר אויפֿגאַבע. און מיר, מיידלעך, האָבן נישט אַרויסגעהאָלפֿן, תּמיד זיך געשפּילט.”

זי פֿלעג שפּילן אין באַל אָדער אין שאַך — סײַ מיט מיידלעך, סײַ מיט ייִנגלעך, סײַ מיט פֿרומע, סײַ מיט פֿרײַע — “ווער ס׳איז נאָר געווען אין גאַס. ס׳האָט נישט אויסגעמאַכט ווײַל אין אונדזער געגנט זענען אַלע געווען ייִדן, בלויז די ׳סופּערס׳ (סטרוזשן) זענען נישט געווען קיין ייִדן.”

רעדנדיק מיטן “פֿאָרווערטס” האָט פֿרוי בענדער זיך דערמאָנט אין אַן אינצידענט פֿון די קינדער־יאָרן, וואָס האָט איר שטאַרק וויי געטאָן. יעדעס יאָר פֿלעג זי אַרויסקוקן, אַז דער זון פֿונעם מילניצער רבין זאָל קומען פֿון גאַליציע, כּדי מיטצופֿאָרן מיט די רביס און אַנדערע ייִדן אויף קבֿר־אָבֿות. עוואַס טאַטע פֿלעג זי אויך מיטנעמען. מע האָט אײַנגעשפּאַנט די פֿערד־און־וועגענער, און געפֿאָרן צום סאַדיגערער רבין.

“דאָס פֿאָרן האָט גענומען עטלעכע שעה, און ס׳איז געווען זייער שיין און לעבעדיק. מ׳איז געגאַנגען אויפֿן בית־עולם, און שפּעטער האָט מען געמאַכט אַ סעודה.” ווען עוואַ איז געוואָרן אַכט יאָר אַלט, האָט דעם מילניצער רבינס זון אָבער אָנגעזאָגט איר טאַטן, אַז אַ מיידל אין אירע יאָרן טאָר מער נישט פֿאָרן, האָט זי געמוזט בלײַבן אין דער היים. “כ׳בין געווען זייער אויפֿגערעגט,” האָט פֿרוי בענדער באַמערקט.

פֿון דעם וואָס הרבֿ מאָסקאָוויץ און פֿרוי בענדער האָבן אַזוי פּרטימדיק איבערגעגעבן, איז קלאָר, אַז טשערנאָוויץ איז נישט געווען אַ שטאָט פֿון בלויז סעקולערע ייִדן. הגם די ווינטן פֿון מאָדערנקייט און אַסימילאַציע האָבן זיכער משפּיע געווען אויף די פֿרומע קרײַזן, און אַרײַנגעבראַכט דאָס דײַטשישע לשון און עלעמענטן פֿון דער אַרומיקער קולטור, האָבן זיי ווײַטער אָפּגעהיט די מיצוות און אָנגעהאַלטן די טראַדיציעס, אויף ווי ווײַט עס האָט זיך געלאָזט.


Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דאס האט ער אויך געזעהן ביים טאטען ז״ל? אויף דאטשע אין שווייץ? ער ווערט מיר א גרעסערע סעלעבערטי פון טאג צו טאג... פארלירט זיין חן און די מאנסיער פשטות און אמתקייט. אז ער פירט זיך נישט ווי זיין טאטע דארף איך מיך אויך נישט פירן ווי מיין טאטע. עכ״פּ דריי נישט קיין קאפּ פאר אנדערע וואס ווערן אביסל מאדענערזירט.

עני וועי ר׳ דוד האגער פון לאנדאן איז א אמת׳ע צדיק! איך האב אים זייער ליעב. זאל ער זיך געזונטערהייט ענדזשויען. זייטס מיר נאר ביטע מודיע די טאג ווען ער הייבט אן צו פליען מיט פריוואטע פליגערס. ווייל דעמאלטס רייס איך אים ארויס פון מיין ״צדיקים ביכל״... :lol:

סאיז נאר א joke...


https://twitter.com/AdmorimShlita/statu ... 6894761990
לונדון: כ"ק מרן רבינו שליט"א ביים אנקומען קיין דאוואס - שווייץ ווי מרן רבינו שליט"א וועט וויילן פאר די קומענדיגע 2 וואכן אויף אפרוה למנוחת הנפש

בילד
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
חיים יואל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 5:23 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך חיים יואל »

שבת אחים האט געשריבן:דאס האט ער אויך געזעהן ביים טאטען ז״ל? אויף דאטשע אין שווייץ? ער ווערט מיר א גרעסערע סעלעבערטי פון טאג צו טאג... פארלירט זיין חן און די מאנסיער פשטות און אמתקייט. אז ער פירט זיך נישט ווי זיין טאטע דארף איך מיך אויך נישט פירן ווי מיין טאטע. עכ״פּ דריי נישט קיין קאפּ פאר אנדערע וואס ווערן אביסל מאדענערזירט.

עני וועי ר׳ דוד האגער פון לאנדאן איז א אמת׳ע צדיק! איך האב אים זייער ליעב. זאל ער זיך געזונטערהייט ענדזשויען. זייטס מיר נאר ביטע מודיע די טאג ווען ער הייבט אן צו פליען מיט פריוואטע פליגערס. ווייל דעמאלטס רייס איך אים ארויס פון מיין ״צדיקים ביכל״... :lol:

סאיז נאר א joke...


https://twitter.com/AdmorimShlita/statu ... 6894761990
לונדון: כ"ק מרן רבינו שליט"א ביים אנקומען קיין דאוואס - שווייץ ווי מרן רבינו שליט"א וועט וויילן פאר די קומענדיגע 2 וואכן אויף אפרוה למנוחת הנפש

[img]http00[/img]

נאר אויף 2 וואכן? זייער ווייניג.
אגב. זיין זיידע די אמרי חיים, פלעגט פארן אויף דאטשע אין שווייץ.
פארשפארט