רבש״ע, איך האב פארגעסן דעם לולב...
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
רבש״ע, איך האב פארגעסן דעם לולב...
איך בין אויפגעשטאנען היינט אביסל שפעט אבער מיט איין גרויסע שמחה. וואס הייסט? א קלייניקייט? ערב פסח? מ׳גייט פארברענען דעם חמץ! אבער ווי אנטוישט בין איך געווארן ווען איך בין אנגעקומען צום גרויסען מדורה אז איך האב פשוט פארגעסן מיטצוברענגן דעם לולב... איך בין געשטאנען דארט אינגאנצן צומישט, אלע גרויסע טאטעס שטייען דארט אזוי שטאלץ מיט זייערע ריזיגע לולבים און איך ווי נער האב קוים א בלאט פון א הדס. וואס טוט מען יעצט? צוריק לויפן אהיים איז שוין צו שפעט, סאיז דאך שוין באלד סוף זמן שריפת חמץ, ווידער איבעלאזן א חמץ׳דיגער לולב אינדערהיים און נישט יוצא זיין די מצוה וועט דאך נאר ברענגען עצבות און צושטערטע יו״ט אז איך האב נישט געהעריג יוצא געוועהן די מצוה מיט אלע הידורים... אבער ווי איבעראשט בין איך געווארן ווען כהאב מיך באגעגענט מיט א חבדסקר וואס איז דארט געשטאנען און איז מיר געוועהן גערן גרייט צו שענקן א נייע לולב איך זאל קענען יוצא זיין די מצוה כדבעי. איך האב באוואונדערט די גוטסקייט און גמילות חסדים פון די איד וואס האט אינזינען און באזארגן אנדערע אידן וואס האבן נישט קיין לולב פאר שריפת חמץ אלעס נאר פאר הידור מצוה.
למעשה ווייס איך נישט די הלכה וואס איך דארף טוהן מיט די אלטע לולב אינדערהיים? מאכן א קליינע שריפה נאכן זמן? האלטן ביז נעקסטע יאהר? אדער גאר מאכן רינגלעך דערפון? לאמיר שנעל כאפן א בליק אין נטעי גבריאל. אויב כ׳געדענק גוט דארפן מען עס האלטן עד שיבא אליהו און נאכדעם פאבריצירן קיישלעך דערפון און פארקויפן פארן מקוה-איד פאר כמו-צפת׳ער הדסים.
חג כשר ושמח.

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
שמעון וואלף: איך קען א איד וואס לייגט נישט קיין תפילין מחשש גוף נקי. ליינט נישט קיין קריאת שמע מחשש שלא יבטא האותיות כראוי. דאוונט נישט מחשש מחשבה זרה הפוסל את התפילה. מאכט נישט קיין ברכות משום ספק און הוצאת ש"ש לבטלה. עסט נישט קיין מצה מחשש חמץ. שאקלט נישט קיין לולב משום שמיטה. און ברוך השם ער איז א פיינער איד.
לגבי דעם לולב האב איך א שאלה צו פרעגן. וואס טוט מען מיט די הדסים און ערבות? איך ווייס נישט דער מנהג לייג איך אלעס אריין אינעם פלעסטיק ושורף ביחד לקיים מה שנאמר על ראשו ועל כרעיו ועל קרבו. איך הייב אבער אן צו טראכטן אז קיינער ווייסט נישט. בין איך גערעכט?

- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
ניין. די ענין איז בכלל נישט פארברענען די לולב! איינס מען האט גע'ענדיגט די מצוה פון נטילת לולב האט עס נישט קיין קדושה. אבער וויבאלד מען האט עס דאך גענוצט פאר א מצוה, טוט מען שוין נאך א מצוה דערמיט, דהיינו מען מאכט א שריפה'לע דערמיט, און אין די שריפה פארברענט מען די חמץ, האט מען דורך די לולב צוגעהאלפן מקיים זיין די דאורייתא פון תשביתו.מיימון האט געשריבן:
לגבי דעם לולב האב איך א שאלה צו פרעגן. וואס טוט מען מיט די הדסים און ערבות? איך ווייס נישט דער מנהג לייג איך אלעס אריין אינעם פלעסטיק ושורף ביחד לקיים מה שנאמר על ראשו ועל כרעיו ועל קרבו. איך הייב אבער אן צו טראכטן אז קיינער ווייסט נישט. בין איך גערעכט?
ס'זעהט מיר אויס א ליצנות ווי מענטשן פארברענען די חמץ, און נאכדעם וואס עס ברענט שוין גוט, גיט מען א ווארף אריין די לולב אויך, ווי כאילו מען דארף פארברענען די לולב.
ומהאי טעמא איז נישט קיין נפק"מ די לולב אדער די ערבות וכו'. מען קען עס פונקט אזוי נוצן צו באקן מצות אדער סיי וועלכע אנדער מצוה.
נ.ב. וויבאלד די אשכול איז אין שמייכל ציטער איך אז סדרן וועט מיר מאכן פליען פון דא מיט א טענה אז איך פארדריי עס צו תורה ומחשבה... #סארי
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
יין שרף האט געשריבן:ניין. די ענין איז בכלל נישט פארברענען די לולב! איינס מען האט גע'ענדיגט די מצוה פון נטילת לולב האט עס נישט קיין קדושה. אבער וויבאלד מען האט עס דאך גענוצט פאר א מצוה, טוט מען שוין נאך א מצוה דערמיט, דהיינו מען מאכט א שריפה'לע דערמיט, און אין די שריפה פארברענט מען די חמץ, האט מען דורך די לולב צוגעהאלפן מקיים זיין די דאורייתא פון תשביתו.מיימון האט געשריבן:
לגבי דעם לולב האב איך א שאלה צו פרעגן. וואס טוט מען מיט די הדסים און ערבות? איך ווייס נישט דער מנהג לייג איך אלעס אריין אינעם פלעסטיק ושורף ביחד לקיים מה שנאמר על ראשו ועל כרעיו ועל קרבו. איך הייב אבער אן צו טראכטן אז קיינער ווייסט נישט. בין איך גערעכט?
ס'זעהט מיר אויס א ליצנות ווי מענטשן פארברענען די חמץ, און נאכדעם וואס עס ברענט שוין גוט, גיט מען א ווארף אריין די לולב אויך, ווי כאילו מען דארף פארברענען די לולב.
ומהאי טעמא איז נישט קיין נפק"מ די לולב אדער די ערבות וכו'. מען קען עס פונקט אזוי נוצן צו באקן מצות אדער סיי וועלכע אנדער מצוה.
נ.ב. וויבאלד די אשכול איז אין שמייכל ציטער איך אז סדרן וועט מיר מאכן פליען פון דא מיט א טענה אז איך פארדריי עס צו תורה ומחשבה... #סארי
אויב ס'איז אלס טוהן נאך א מצוה, לאמיר זאגן איך לערן פלייסיג און פונקט קומט מיר אויס צו ענדיגען א מסכתא ד' אב פארנאכטס, קען איך מקיים זיין די "נאך א מצוה" דורך אנצינדען די בארבעקיו מיט'ן לולב פאר את סיום?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
יין שרף האט געשריבן:אויב דו האלסט אז הדלקה עושה מצוה ביי א בארביקיו דעמאלס אוודאי יא. אבל לעצם הדיון אינו מצוה דוקא לעשות בארביקיו אצל סיום, ואפילו אם נימא דמצוה לעשותה, מ"מ סבירא לי דהנחת הסטעיק על המנגול עושה מצוה ולא הדלקה גרידא. וצ"ע
כאפסט נישט. לאמיך נאכאמאל מסביר זיין, הער גוט אויס. לשיטת הנימוקי יוסף אין בבא קמא ביי אשו משום חציו קומט אויס אז די גאנצע כח פונ'ם פייער וואס געשענט שפעטער ווערט שוין פארעכענט מכח די ערשטע מינוט. ממילא קומט אויס אזוי. האלט קאפ. אויב די ערשטע שפענדל איז געווען פון א לולב, קומט אויס אז ווי לאנג עפעס וועט נאך ברענען ווערט עס פארעכענט מכח די לולב, אפילו די הארטבורן נאכדעם...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
וואלווי האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:אויב דו האלסט אז הדלקה עושה מצוה ביי א בארביקיו דעמאלס אוודאי יא. אבל לעצם הדיון אינו מצוה דוקא לעשות בארביקיו אצל סיום, ואפילו אם נימא דמצוה לעשותה, מ"מ סבירא לי דהנחת הסטעיק על המנגול עושה מצוה ולא הדלקה גרידא. וצ"ע
כאפסט נישט. לאמיך נאכאמאל מסביר זיין, הער גוט אויס. לשיטת הנימוקי יוסף אין בבא קמא ביי אשו משום חציו קומט אויס אז די גאנצע כח פונ'ם פייער וואס געשענט שפעטער ווערט שוין פארעכענט מכח די ערשטע מינוט. ממילא קומט אויס אזוי. האלט קאפ. אויב די ערשטע שפענדל איז געווען פון א לולב, קומט אויס אז ווי לאנג עפעס וועט נאך ברענען ווערט עס פארעכענט מכח די לולב, אפילו די הארטבורן נאכדעם...
נכון, אבל בסטעיק כולא עלמא לא פליגי שזהו אשו משום ממונו..