איך בין ברוגז אויפן רבי'ן (מסאטמאר) זי"ע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אויב איז עס דעם בעל ויואל משה'ס שולד אז מיר וואונען אין ניו יארק, איז דא אסאך וואס צו זיין בייז אויף אים.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

חאצקל האט געשריבן:מיר זענען געזעצן אפאר אידן פון פארשידענע קרייזן און ארום גערעדט ווער ס'איז ווירקליך געווען דער וואס א דאנק אים שפרידלט היינט דאס היימישע פרומע אידישקייט אין אמעריקא.

נמנו וגמרו צווישן אונז, אז פארפאלן, מ'מוז מודה זיין אז ווען נישט סאטמער רבי זי"ע וואלט אמעריקא נישט געווען דאס וואס ס'איז היינט. ס'וואלט'ן טאקע געווען תלמודי תורות וישיבות מיט אלע אידישע צוגעהערן. אידישקייט, און אין א געוויסער זין אפילו חסידישקייט וואלט טאקע געשפרידלט מיט די מנהיגים ווי באבובער רב, קלויזנבורגער רב, וכו' אבער ס'וואלט נישט געווען דאס אמאליגע אידישקייט, ס'וואלט געווען אמעריקאניזירט.

איך פערזענליך האב אויך אנגענומען אז עס איז ווארשיינליך אזוי ווי זיי זאגן, אז דער היינטיגער היימישער פרומער עכט חסידישער אידישקייט, איז צו פארדאנקען דעם רבי'ן זי"ע, אבער בעת אנדערע האבן באוואינדערט דעם כוחו של אותו זקן, האט עס מיר געברענגט אויפברויז אויפן סאטמאר רבי. ס'טייטש, ווער האט אים געבעטן איינפירן אזא סארט אידישקייט, אז מ'איז שוין יא פטור געווארן פון דעם אלטן פארקוועטשטן וועג, איז לאז, און דא קומט ער און ס'גייט אים אין לעבן עס צוריק צוברענגען, וואס האט ער געוואלט פון אונזער לעבן, וער האט אים געבעטן? ער קען זיך נישט ארויס זען פון דעם חשכות פון די אמאליגע פאנאטיקער מוז ער דאס אנברענגען אהער, און אט איז אים געלונגען דא איינצוזייען פארפרומטקייט און פאנאטיזם מיט די גאנצע חסידישער סיסטעם. ווער האט אים געבעטן? פארוואס האט ער נישט געקענט בלייבן אין פוילן אדער אונגארן און דארטן אנגיין מיט זיינע שטיק, און לאזן די מיטגעמאכטע אידן נצולי אש און די קומענדיגע דורות זייערע פריי אטעמען און געניסן אין דעם פרייען אמעריקא?!

אים דעם סאטמארער רבי זי"ע האבן מיר צו פארדאנקען אונזער פארקוועטשט און אומגעבילדעטער לעבן!


למען האמת דאכט זיך אז עס נישט אזוי.
דער רבי זי"ע האט טאקע אוועק געשטעלט סאטמאר, אבער אלע האבען געטוהן די זעלבע. חומרות זענען איבערגעגאנגען פין איין פלאץ צום אנדערען, אזוי אז מען האלט יעדעם'ס חומרות איבעראל.
ווי אויך קען מען זעהן נאך דריי דורות דא זיין, ווי די שייטלעך זענען איבעראל בערך די זעלבע לאנג, די זעלבע היטלעך און ווייסע זאקען און היטען פאר מענער, און די זעלבע גי און גי בגדים פאר אלע.

צו זאגען אז סאטמאר רב האט געוואלט א כולל איז נישט אמת, כידוע, ער האט דייקא געוואלט מער בעלי בתים יראי ד', ווי אויך דער קלויזער וואס האט געוואלט טאקע בעלי בתים וואס ארבעטען אבער קענען בעסער לערנען, און פאר זיין דור תלמידים איז אים גוט געלונגען, ווי אויך דער באבאווער וואס האט געוואלט בעלי בתים בעלי מדות און עס איז אים געלונגען ביז דער בייזער ווינטען האבען איבער גענומען דארט.

אבער אלע האבען געוואלט בערך דער זעלבער, און צו זאגען אז איינער איז מער צו דאנקען ווי דער אנדערע איז נאנסענס.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

קאנצעפט האט געשריבן: כ'קען אסאך סאטמארע וואס זייערע ווייבער גייען פונקט ווי.... (אויב רעגסטו זיך אז ביסט געבוירן ביי פרומע עלטערן, טאף לאק פאר יו)


איך קען אויך סאטמארע מענער וואס גייען פונקט ווי...
איך רעד פון דער דורכשניטליכער היימישער פאלגזאמער איד, אדער פארפרומטער איד, ווייל סוף כל סוף וועמען האבן מיר צו פארדאנקען אז פארפרומטקייט האט א מקום אין אונזער וועלטל דא אין אמעריקא?!
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך קווארטין »

חאצקל האט געשריבן:
קאנצעפט האט געשריבן: כ'קען אסאך סאטמארע וואס זייערע ווייבער גייען פונקט ווי.... (אויב רעגסטו זיך אז ביסט געבוירן ביי פרומע עלטערן, טאף לאק פאר יו)


איך קען אויך סאטמארע מענער וואס גייען פונקט ווי...
איך רעד פון דער דורכשניטליכער היימישער פאלגזאמער איד, אדער פארפרומטער איד, ווייל סוף כל סוף וועמען האבן מיר צו פארדאנקען אז פארפרומטקייט האט א מקום אין אונזער וועלטל דא אין אמעריקא?!

און דו האסט געוואלט וואס?


דרך אגב, אין "עולמו של אבא" שרייבט זיין זון, אז זיין טאטע דער מחבר האט בכלל נישט באלאנגט צו דעם חסידישן חדר, ער איז געווען א פרעשבורגער תלמיד, און פון זיין בוך קוקט אויס אז פון "הונטער זיין באוואוסטזיין" האטער געלאכט פון געוויסע זאכן ביי די חסידים, אבער עכ"ז, שרייבט ער אז זיין טאטע האט געסטיקט צו די חסידים, ווייל ער האט געהאלטן אז די ווארעמקייט פון חסידות איז א דיירעקטע גורם פארן קיום פון אידישקייט, מיר דארפן נישט קיין ראיות, און כ"ש אויפן מנהיג הדור, רביה"ק, אבער אמאל קען מען יוזן א ראי' דייקא פון אשכנעזישן חדר אז חסידות, און טאקע די פארקוועטשטע אבער ווארעמע, איז די "פיול" פאר אידישקייט.
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

קווארטין האט געשריבן:
חאצקל האט געשריבן:
קאנצעפט האט געשריבן: כ'קען אסאך סאטמארע וואס זייערע ווייבער גייען פונקט ווי.... (אויב רעגסטו זיך אז ביסט געבוירן ביי פרומע עלטערן, טאף לאק פאר יו)


איך קען אויך סאטמארע מענער וואס גייען פונקט ווי...
איך רעד פון דער דורכשניטליכער היימישער פאלגזאמער איד, אדער פארפרומטער איד, ווייל סוף כל סוף וועמען האבן מיר צו פארדאנקען אז פארפרומטקייט האט א מקום אין אונזער וועלטל דא אין אמעריקא
]און דו האסט געוואלט וואס?



זיין א פאלקס איד, וואס לייקנט נישט שמש בצהרים און אין אנדערע נאטורן פון אונזער וועלטל
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

קווארטין האט געשריבן:
חאצקל האט געשריבן:
קאנצעפט האט געשריבן: כ'קען אסאך סאטמארע וואס זייערע ווייבער גייען פונקט ווי.... (אויב רעגסטו זיך אז ביסט געבוירן ביי פרומע עלטערן, טאף לאק פאר יו)


איך קען אויך סאטמארע מענער וואס גייען פונקט ווי...
איך רעד פון דער דורכשניטליכער היימישער פאלגזאמער איד, אדער פארפרומטער איד, ווייל סוף כל סוף וועמען האבן מיר צו פארדאנקען אז פארפרומטקייט האט א מקום אין אונזער וועלטל דא אין אמעריקא?!

און טאקע די פארקוועטשטע אבער ווארעמע, איז די "פיול" פאר אידישקייט.

איך וויל נישט זיין אט דער "פיול" פון אידישקייט
באניצער אוואטאר
שמייכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך שמייכל »

מדהים!

דער פותח האשכול ערקלערט בערך ווי איינער זאל ווען זאגן: גענוג זיך געלאזט נאר׳ן פאר די לעצטע 25-30 יאר, אויפגעהערט מיט די בלינדע חסידות קרענק, ס׳איז א אפענע וועלט, און מ׳דארף פעיסן פעקט, וואס עפעס האט אויסגעפעהלט דער סאטמאר רבי מיט זיינע פרומע איינפירעכץ, וואס וואלט אונז שלעכט געווען אן אים.

עס געפעלט מיר אייע צוגאנג רב חאצקל (נישט אזויווי אין מוזיק אבער נאכאלס...), ס׳איז שיין צו זעהן אז איר נעמט עדווענטעדזש אויף ׳קאווע שטיבל׳ אז מען קען גיין ׳סטרעיט טו דע פוינט׳ אן מורא פון וואס פרעמדע וועלן זאגן, אצינד הערט וואס איך האב צוצולייגן צו אייערע ווערטער.

וואס א דורכגעטראכטער מענטש וואלט געענטפערט אויף אייער שאלה ווייס איך נישט, אבער וואס דער פשוט׳ער שכל הישר גיבט מיט איז אז אזויווי די וועלט זאגט ׳צו בייגן דעם אייזן פון לינקס ביז אינמיטן מוז מען אים קודם בייגן אינגאנצן צו רעכטס אזוי אז ווען ס׳וועט צוריקשפרינגען וועט זיך עס שטעלן אינדערמיט׳ און דאס איז וואס דער סאטמאר רבי ז"ל האט געוואלט, און פאר דיין אינפא - ער האט געהאט מער שכל פון אונז אלע (נישט נאר מער יר"ש) און ער איז געווען גוט באקאנט מיט אלעם (יא ער איז אויך געווען אן אויפגעקלערטער אמעריקאנער) ער איז אויך געווען א געשמאקער מענטש, ווייט נישט קיין פארביסענער כאראקטער אזויווי דיין ערשטע תגובה דא האט געקענט ארויסברענגען (דאנ׳ט געט מי ראנג, איך קריטיקיר נישט, i'm not complaining i'm just explaining).

דאס וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער ׳סיסטעם׳ איז קאראפטעד דאס איז אויסדרוקליך ׳נישט׳ זיין שולד, עס איז די שולד פון דעם דור יתום וועלכע לעבט אין א פארשקלאפטקייט און פארמאכטקייט, מען לייגט נישט צו קיין קאפ, מען נעמט ארויס פון סאטמאר רבי׳ן בלויז וואס מען וויל און מען טייטשט דאס אויס לויט די אייגענע נגיעות, וד"ל.

מ׳בלייבן מיר גוטע פריינט חאצקל, איך בין בלויז מגיב אויף דיינע ווערטער
If you smile when no one else is around, you really mean it
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ביזט גערעכט אז א ביימעלע וואס איז געבויגן אויף לינקס, בייגט מען עס אויף רעכטס וועט ער סוף כל סוף שטיין גראד, אבער איך מיין אז מ'קען עס בעסער צוגלייכן צו א ספרינג וואס איז מער-ווייניגער גראד, און אז מ'ציט עם צו שטארק אויף רעכטס, די סעקונדע וואס דו לאזט עם אויס פלאצט ער און שפרינגט צוריק אינגאנצן אויף לינקס.
פארשפארט