ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

בן ישי האט געשריבן:איך האב געהערט אז יששכר גוטמאן און פינקי וועבער האבן ביידע געדאפט קענסעלן זייער אויפטריט ביים קומזיץ נאך וואס איינער פון די דריי דיינים וואס האבן אונטערגעשריבן האט זיי פערזענליך אנגערופן.

איינער ווייסט צו זיי זענען דארט געווען?
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
אלטער_איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

Re: ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג

שליחה דורך אלטער_איד »

קאווע קריטיק האט געשריבן:איך בין נישט קיין אויבער חכם, אז די רבנים הייסן פאלג איך.
כ'האב צעריסן מיין טיקעט וואס כ'האב איינגעהאנדלט צום שיעור ושבח פארברענג, אנשטאט וועט מען אויסנוצן די צייט צוצוענדיגן אפאר שויס אויף נעטפליקס וואו איך בין אונטערשטעליג.
אויף דיר זאגט דער פסוק. לץ אחד דוחה מאה תכס

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

שליחה דורך זאפטיג »

אלטער_איד האט געשריבן:
קאווע קריטיק האט געשריבן:איך בין נישט קיין אויבער חכם, אז די רבנים הייסן פאלג איך.
כ'האב צעריסן מיין טיקעט וואס כ'האב איינגעהאנדלט צום שיעור ושבח פארברענג, אנשטאט וועט מען אויסנוצן די צייט צוצוענדיגן אפאר שויס אויף נעטפליקס וואו איך בין אונטערשטעליג.
אויף דיר זאגט דער פסוק. לץ אחד דוחה מאה תכס

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

גראדע איז דאס נישט קיין ליצנות בכלל, עס איז א ביטערע ריאליטעט
די אלע קומזיצן פאברענגעכץ וכדומה איז פשוט א הצלה פאר אינגערלייט און בחורים, א פלאץ צו קענען פאברענגן און הנאה האבן אויף א געזונטע ריינע וועג
אפשר האבן די רבנים דאס געאסרט ווייל עס איז א קאנקערעץ מיט די רביש'ע טישן ווי מען פלעגט אמאל צו לויפן און היינט אינטרעסירט עס ליידער שוין נישט דער יונגווארג

כגדענק יארן צוריק תוא''י רבי געווארען רבי, געמאכט שיינע וויזניצע טישן גטאנצט ביז דריי אינדערפרי, אלע בחורים זענען געווען ביזי דערמיט, היינט איז שוין קיינער נישט אינטרעסירט אינדעם
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

שליחה דורך זאפטיג »

איך וואלט אבער דאך געוואלט אויב איינער קען ביטע שרייבן דער צד פון די רבנים, וואס איז זייערע נימוק. פארוואס זיי האלטן פאר וויכטיג צו אסר'ן און וואס מיינען זיי אז דער עולם גולם וועט נאכטאנצן ווי שעפעלעך.
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
באניצער אוואטאר
אלטער_איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

Re: ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג

שליחה דורך אלטער_איד »

איז דאס אמת?
IMG-20190424-WA0021.jpg


Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

וואס ווילן די רבנים ?

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

אקעי, איך וועל מקדים זיין מיט א מעשה שהי':
אין מאנסי ! וואס ווערט אנגערופען דורך מאנכע "עיר התורה והחסידות" האט זיך פאר פינף יאר צוריק געעפענט א בית מדרש אין פארשעי מיטן נאמען "אור חיים" געגרינדעט דורכ'ן באקאנטען פילאנטראפ ר' לואי שיינער, בשעתו ווען ער האט עס געעפענט האבן זיך די רבנים צוזאם גענומען און מטכס עצה געווען הלמאי עפעס א יחיד עפענט זיך אויף א בית מדרש ווי מען לאזט יעדעם אריין וכל איש אשר בשם ישראל יכונה איז דארט עקסעפטעט אוי וויי עס איז א סכנה פאר יהדות מאנסי וואס וועט דא זיין ???????
און זיי האבן מחליט געווען פה אחד אז מען מוז דעם בית מדרש אויפלייזען נישטא אזא זאך.
האבן זיי געלאזט רופען דעם שיינער'ן און ער האט געשיקט איינע פון זיינע מענטשן (גראדע א ת"ח עצום און איז היינט פון די גרויסע רוחניות'דיגע אנפירערס פון דעם פלאץ) און איינער פון די רבנים האט איהם פארגעהאלטען דערויף און געזאגט "עס טאר נישט זיין אזא פלאץ ווי די שוואכע עלעמענטן קענען אריינקומען" !! "איך בין רב אין שטאט און איך בין גוזר אז ענק זאלן שוין פארמאכן דאס פלאץ"...
דער שליח האט זיך נישט דערשראקען און האט איהם געזאגט מי אתה ? אןו איהם קלארגעשטעלט מיטן זעלבען טאן פונעם רב "מיר גייען נישט פארמאכען דעם פלאץ הי' לא תהי'"
און אויף דיין טענה אז מען גיט א פלאץ פאר די שוואכע = זיי צופרידען אז זיי קומען נישט אין אייער בית מדרש... און אז איר ווילט זיי נישט האבן ביי אייך - לאזט זיי קומען ביי אונז... ע"כ המעשה בערך.

און למעשה אז מען קוקט צוריק זעהט מען אז מאנסי פארדינט זיך דעם טיטל "עיר התורה והחסידות" מעגליך נאר אדאנק דורך דעם ביהמ"ד, ווי מען איז מקרב יעדע איד, אומצאליגע היימישע חסידישע אינגעלייט זענען מעיד אויף זיך אז זינט זיי האבן דאס ערשטע מאל אדורךגעטרעטן דעם שוועל פונעם ביהמ"ד האבן זיי אנגעהויבן דאווענען מיט מנין טעגליך, א פלאץ ווי יעדע פילט זיך אנגענומען, א פלאץ פאר יעדע איד חסידישע- ליטווישע- בני תורה- ספרדים, אגב: רובא דמינכר זענען בכלל נישט פון די שוואכערע סארט אידן. נאר פשוט היימישע אידן וואס לעכצען פאר א נארמאלער פלאץ,
וויפיל שיעורי תורה ווערט דארט צוגעשטעלט, א פארטאגס כולל, א ביינאכט כולל, א במשך'ן טאג כולל פאר היימישע אינגעלייט בבחי' תורה שיש עמה מלאכה, א דיין אויפ'ן פלאץ ווי יעדער! קען פרעגן זיינע שאלות, דרשות און תורה פראגראמען מידי שבת ומועד, בפרט פאר די יונגווארג, ועל כולם דער מגיד הר"ר yy יאקאבסאהן ווי ער דינט דארט אלס דער מגיד מישרים צו ציעהנדיג טויזענטער מענטשען, --- צדקות וחסד וואס קומט ארויס פון דארט, מען קען זאגן אז ר' לואי שפארט נישט קיין געלט ווען עס קומט צו דערהייבען הרמת קרן התורה בעיני עמך ישראל.
שתהא שם שמים מתאהב על ידך...
און נאך און נאך,
שטעלט זיך די פראגע וואס האבן די רבנים געוואלט מתחילה ?
נאר די תירוץ איז די רבנים ווילן פילן אז זיי זענען "אין קאנטראל" אז זיי האבן די מאכט, און אויף יעדע נייע זאך קוקען זיי אן מיט פארדאכט אפפס ס'גייט ארויס פון קאנטראל מען גייט שנעל אסר'ן די קומזיצען, וכולהו וכולהו, מען מאכט א עירוב אסיפה יעדע חוה"מ צו ווייזען יא מיר זענען נאך (!) אין קראפט מיר זענען נאך מושל בכיפה אויף ווילי, (...)
איי דו האסט נישט אריינגעלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער צו העלפן פאר די בחורים און אינגעלייט, וויפיל אינגעלייט רעדן זיך אפ אז אפילו דער רב וועמען זיי פרעגן זייערע שאלות החמורות פילן זיי אז זיי ווערן בלויז אראפגעקוקט אדער דער רב גיט א קאלטען ענטפער און רעדט נישט קיין איבריגע ווארט מיטן אינגערמאן און פרעגן וויאזוי גייט עס ? מיט וואס קען איך דיר העלפן ?

מיין מטרה איז נישט יעצט צו בארעדן די רבנים נאר איין זאך צו פארשטיין זייערע מהלך המחשבה און וואס זיי ווילן
יעצט קען שוין יעדער צוענדיגען און אליינס טראכטען וואס פעילט טאקע פון די א.ג. ראשי הדור
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום שמחהלע קאפשטיק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אלטער_איד האט געשריבן:איז דאס אמת?
IMG-20190424-WA0021.jpg


Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

מסתמא נישט, ווייל אזא גילוי דעת וואלט נישט גענומען די זעלבע ברכות פון די פאלשע נעכטיגע קול קורא.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס איז א געוואלדיגע זאך אז עס איז שווער צו דערקענן די חילוק צווישען עכטע צעטליך און פאלשע.

עד היכן הדברים מגיעים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

היינט דאס באקומען, לכאורה נישט אמת.
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

"ולמזהיר ולנזהר..." זאגט דאך אויס דעם סוד
וקרב פזורינו מבין הגויים
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

די ווערטער זענען גראד און דאס צעטל שיף.

(בד"וו רבותי כ'קען אייך נישט זאגן וואספארא תענוג יו"ט איך האב פון דער גאנצער סומאטאכע...)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיימון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

בדו כקען נישט זאגן וואסערע צער און עגמת נפש כהאב פון דעם סומאטוכע.
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

פארוואס? איך מיין אז דאס איז דער "עסט'ס קעיק" מאמענט פון דער רעוואלוציע. האפנטליך. (מער רעאליסטיש אבער וועט מסתמא ארויסקומען א הבהרה מטעם עפעס א לעדערהעד אז היות עס איז געווען פארשידענע פראבלעמען וועט מען פון היינטמאל מוזן האבן א היתר פון די רעבנים וואס וועלן פארלאנגען זאכן לשם ווייזן ווער איז באלעבאס, והציבור הנאנחים והנאנקים וועט טון א קרעכץ און גיין ווייטער. מיר קענען בלויז דאנקען אז שלא שם חלקינו עמהם).
בשםואין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 19, 2013 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

שליחה דורך בשםואין »

ביי מיר איז עס א בחינה פון ויחד

סטוט מיר באנג אז מ'באראבעוועט אזויפיל קינדער און עלטערן פון האבן א שמחת יום טוב, אהן קיין ערקלערונג.

ס'דערפרייט מיך אבער צו זעהן וויאזוי די ראדיקאלע שיסן זיך זעלבסט אין די פיס, די דור בחורים וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן די רשעות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די געשעעניש וועט האבן ווייטע קאנסעקווענצן. אויסער דעם וואס די רבנים האבן דא קלאר געשטעלט אז זיי זענען גרייט צו אסר'ן זאכן וואס האבן נישט קיין צל של איסור. האבן זיי דא געצווינגען עטליכע הונדערט אידן צו עובר זיין אויף עפעס וואס זיי האבן גע'אסר'ט. צווישן זיי, און מסתמא רוב פון זיי, אידן וואס וואלטן דאס קיינמאל נישט געטון. זיי זענען אידן וואס שיקן נישט די קינדער צו די אונטער'ן פלעיס ווייל די רבנים לאזן נישט. אבער יעצט האבן זיי בעל כרחם עובר געווען.
קומענדיגע מאל ווען די רבנים וועלן עפעס אסר'ן וועט עס שוין ביי דעם איד זיין ''עבר נעשה לו כהיתר". יא די רבנים אסר'ן טאקע, אבער זיי האבן אויך געאסר'ט די ''שירים ושיעורים'' מעמד און איך בין געבליבן אן ערליכע איד כאטש איך בין יא געגאנגען.
באניצער אוואטאר
לולקע באנוצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 13, 2019 11:10 pm
האט שוין געלייקט: 993 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

Re: ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג

שליחה דורך לולקע באנוצער »

יעצט קומט אריין די נייעס אז די גאנצע זאך איז געווען א טעות...בילד
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג

שליחה דורך נעגעל וואסער »

לולקע באנוצער האט געשריבן:יעצט קומט אריין די נייעס אז די גאנצע זאך איז געווען א טעות...בילד

דאס איז שוין די דריטע מאל געפאוסטעד דא. מוז זיין אז ס'איז טאקע אמת.
באניצער אוואטאר
אלטער_איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

Re: ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג

שליחה דורך אלטער_איד »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:די געשעעניש וועט האבן ווייטע קאנסעקווענצן. אויסער דעם וואס די רבנים האבן דא קלאר געשטעלט אז זיי זענען גרייט צו אסר'ן זאכן וואס האבן נישט קיין צל של איסור. האבן זיי דא געצווינגען עטליכע הונדערט אידן צו עובר זיין אויף עפעס וואס זיי האבן גע'אסר'ט. צווישן זיי, און מסתמא רוב פון זיי, אידן וואס וואלטן דאס קיינמאל נישט געטון. זיי זענען אידן וואס שיקן נישט די קינדער צו די אונטער'ן פלעיס ווייל די רבנים לאזן נישט. אבער יעצט האבן זיי בעל כרחם עובר געווען.
קומענדיגע מאל ווען די רבנים וועלן עפעס אסר'ן וועט עס שוין ביי דעם איד זיין ''עבר נעשה לו כהיתר". יא די רבנים אסר'ן טאקע, אבער זיי האבן אויך געאסר'ט די ''שירים ושיעורים'' מעמד און איך בין געבליבן אן ערליכע איד כאטש איך בין יא געגאנגען.
זייער ריכטוג .. זיי וואלטן געדארפט שרייבן מער ווי טוב למנוע. בעסער זיך צו זיכן עפעס מער טראדיצינאל..
די פראבלעם וואס די רבנים האבן מן הסתם, איז אז מען ווייסט נישט וואס קומט נעקסט.. זיי ווילן בלייבן ווי 50 יאר צורים... און עס קען זיין אז הלכה'דיג איז עס ביטול תורה, לא ניתנה ימים.... אבער זיי דארפן אויך כאטש העלפן מיט אן אלטארנעטיוו.. נישט יעדער ווי למשל איך וואס איך האב הנאה פון א פאר טאג פון נישט ארבעטן, האב געדילט צו פארן מיט די קינדער און פארקס א.ד.ג. וואס איז נאר פאר קינדער.... און ווען עס איז א זאך וואס ביידע האבן הנאה. אדער כאטש לאקאל ריידס ווי מען קען שיקן די קינדער אליין..
ווי איך וואוין פלעגן עסקנים ברענגן ריידס און די לאך וואס עס האט געקאסט האט מען געשאפט עסקנים... ני ווער האט עס אפגעשטעלט? די פארפרימטע זענען געלאפן צו די רבנים אז עס קומען אויך פרויען פון אנדערע קרייזן ווי בעלז ל"ע. און זיי האבן עס אפגעשטעלט....
די פאקט איז אז די וועלט טוישט זיך. מען לאזט נישט אלע אלגעמיינע פארברענג ווי טעלעוויזיע. מאוויס. סמטארט פאונס. .... לאז כאטש וואס איז נישט טריפה. אדער וועט מען מער נישט הערען ווען מען דארף ווען יא הערען

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
לולקע באנוצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 13, 2019 11:10 pm
האט שוין געלייקט: 993 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

Re: ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג

שליחה דורך לולקע באנוצער »

נעגעל וואסער האט געשריבן:
לולקע באנוצער האט געשריבן:יעצט קומט אריין די נייעס אז די גאנצע זאך איז געווען א טעות...בילד

דאס איז שוין די דריטע מאל געפאוסטעד דא. מוז זיין אז ס'איז טאקע אמת.
כ'וואלט געזאגט פארקערט, שקר אין לו רגלים - דער שקר קען נישט אויפהערן ארומצופארן.

(כ'האב נישט געהאט דורכגעקוקט אלע תגובות פאר'ן פאוסטן די בילד. אנטשולדיגט.)
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

כ'האב גערעדט מיט א חבר מיינע, א ערליכע בעל הבית וואס איז דארט געווען.
ער איז איינער וואס פאלגט אלע קול קורא'ס פון די רבנים און ער איז געווען פאר פסח ביי די סטעדיום צו שטיצן מוסדות על טהרת הקודש...בקיצור א יוד וואס נעמט זיך אייביג אן פאר די רבנים און וואלט קיינמאל געווען פארקערט.
פרעג איך עם וויאזוי קען זיין אז ער איז געגאנגען, זאגט ער מיר אז די קול קורא איז זיכער א גרויסע טעות!
ס'געווען א ווארעמע ערליכע מעמד, מ'האט נישט געזונגען קיין ניגונים וואס די בעל מחבר לעבט נאך אלעס איז געווען ערליך און שיין, די דרשות האבן אפילו גערעדט און מעורר געווען וועגן די היינטיגע נגינה, די גאנצע עולם האט הערליך מיטגעזונגען וכו'
פרעג איך עם אבער ס'איז דאך געווען א קלארע איסור?
זאגט ער אז עס מיז זיין אז מ'האט זיי פארפירט און איינגערעדט שטותים.
זאג איך פאר מיין חבר הייסט די האלטסט יא אז מ'קען די רבנים פארפירן און מ'דארף נישט אייביג פאלגן...יעדער האט זיין פלאץ ווי סוף כל סוף קומט ער אן צו פארשטיין וואס א קול קורא היינט מיינט.
דוד בן ישי עבדך משיחך
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג

שליחה דורך טמיר »

אנטשולדיגט פארן אריינהאקן באותו ענין. איך פארשטיי נישט עפעס אנדערש. ווער גייט צאלן 120 טאלער צי זינגען צוזאמען מיט שירה און הערן הרב מאלך??
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

טמיר האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן אריינהאקן באותו ענין. איך פארשטיי נישט עפעס אנדערש. ווער גייט צאלן 120 טאלער צי זינגען צוזאמען מיט שירה און הערן הרב מאלך??

קרוב צו 600 יודן
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

בן ישי האט געשריבן:מ'האט נישט געזונגען קיין ניגונים וואס די בעל מחבר לעבט נאך

:lol:
וקרב פזורינו מבין הגויים
פארשפארט