וואס מיינט סעקסיזם?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כ׳האלט נישט אז פרויען דארפן האבן מעהר רעכטן אדער עפעס. נאר איך האלט זיי דארפן האבן גלייכע רעכטן, כהאב נישט פיינט קיין ווייסע אדער קיין בלויע אויגן נאר דאס איז טרוקענע מציאות און פאקט אין היסטאריע. און די זעלבע איז מיט אלע בע״ח. פרויען זענען ווייניגער violent געווענטליך און קלענערע רוצחים. דאס מיינט נישט אז איך האלט אז היינטיגע צייטן דארף מען טראסטן א מאן ווייניגער ווי א פרוי.

איך בין נישט געקומען צו קיין שום מסקנא איך זאג נאר א פשוטע פאקט און יעדע זאל מאכן זייערע אייגענע conclusions.

איך פערזענליך בין פאר גלייכע רעכטן און איקוואלעטי פאר אלע Genders און פאר אלע races. און איך שטרעב צולעבן אין א וועלט ווי סאיז נישטא קיין שום prejudice and bigotry פאר קיינעם און ווי מ׳לעבט זיך אין הארמאניע.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וויפיל פראצענט פארברעכער זענען פרויען? קוקט דא און איבערצייגט אייך אליין...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

נאט אייך גאנצע ביכער:
The Mammoth Book of Women Who Kill
Women Criminals [2 volumes]: An Encyclopedia of People and Issues

א שיינע זאך דאס קאנפידענס פון שבת אחים, הלואי אויף מיר געזאגט.

איר זאלט מיר מוחל זיין, אבער איר טענה'ט מיט אזא פעסטקייט, כאילו דער וואס האלט אנדערש איז עפעס א נארעלע, און דערביי כאפט איר נישט אז איר פרעגט זיך אליינס אפ. ס'הייבט זיך אן מיט "יעדע דיקטעטאר, רוצח, רשע, אין היסטאריע איז געוועהן א מאן, פרויען קענען אזעליכע רשעות נישט טוהן." ווען מ'פרעגט אפ מיט היסטארישע ביישפילן קומט א שטורמישע רעאקציע, "אזא היסטאריש-אומריכטיג סטעיטמענט ווי יאהר אויף פרעה! רוב דיקטעטארס זענען געוועהן מענער. בככל רוב מענטשען וואס האבן געוועלטיגט איבער אנדערע מענטשען אין היסטאריע זענען געוועהן מענער... סאיז נישט געוועהן קיין פרויען קעניגען, פריצים, וכו׳ זיי האבן נישט געהאט קיין שום פאוער אמאל. מהאט זיי בכלל נישט צוגעלאזט.", און "וואו איז געוועהן פרויען דיקטעטארס אין היסטאריע? אדרבה לאמיר הערן. פרויען האבן בכלל נישט געוועלטיגט איבער קיינעם ביז 100-150 יאהר צוריק". אהא!, אבער אויב אזוי וואס איז בכלל די ראי' אז "פרויען קענען אזעליכע רשעות נישט טוהן"? בדליכא שאני!
(וואלט איך געוואלט אייך אביסל אונטערציפן, וואלט איך געשריבן אז אויב אן קיין שום פאוער זענען געווען אזויפיל נשים רצחניות, ווי שוין געברענגט, שטעלט אייך שוין פאר וואס וואלט געווען ווען מ'אונטערדרוקט זיי ווען נישט. וויל איך אבער נישט אזוי זיך ווערטלען).
ואגב, די פרישע חידוש, אז נישט נאר זענען נישט געווען קיינע פרויען דיקטאטארן, רוצחים, און רשעים, נאר אויך נישט קיינע קעניגן, פריצים, און געוועלטיגערס, האט איר געשריבן אלס פאראדיע? ווייל ערנסט האט איר עס מסתמא נישט געמיינט. אין יעדן היסטאריע ביכל קענט איר טרעפן פרויען קעניגן, פריצים, און געוועלטיגערס, פיל פריער ווי 150 יאר צוריק.

בכלל דארפט איר באשליסן וואו איר שטייט. זענען די צוויי געשלעכטן בעצם די זעלבע, אלע חילוקים צווישן זיי זענען בלויז social norms? דאן דארפט איר זאגן אז פרויען זענען בעצם פונקט אזוי שלעכט ווי מענער. אויב מעג מען זאגן אז פאקטישע חילוקים צווישן זיי עקזיסטירן, און פרויען האבן א קלענערע נייגונג צו violence (גראדע אמת לדעתי), דאן מעג מען אויך זאגן אז מענער האבן שטערקערע מעגליכקייטן צו ווערן נעיווי סיעלס, למשל. אוודאי, אויסנאמען מאכן זיך, און א פרוי וואס ארבעט זיך ארויף דארף מען לאזן זיין א סיעל, פונקט ווי מ'דארף א מאסן-מערדערקע איינזעצן. (דאס געבט נישט קיין היתר פאר מענער צו אונטערדרוקן פרויען, אקוראט ווי פרויען - און self hating misandrists - באקומען נישט די רעכט צו באשמוצן מענער).
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער גרויסער אדלער שרייבט אין הלכות מלכים פ''א, אין מעמידין אישה במלכות, שנאמר "מלך" ולא מלכה. און ער לייגט צו וכן כל משימות שבישראל אין ממנים בהם אלא איש. דער הייליגער רמב"ם פסקענט להלכה אז א פרוי טאר נישט פארמאגן קיין שום שטעלע. נישט קיין רב, ריכטערן, מצלי אש, גיבערנאטור, גארנישט.
דער מחבר פסקענט אין הלכות מגילה, אז מעיקר הדין מעג א פרוי ליינען די מגילה פאר מענער, ווייל זי איז מחיוב מיט קריאת המגילה, שאף הם היו בנס. זאגט אבער דער הייליגער מג''א אז למעשה זאל מען דאס נישט טאן, צוליב כבוד הציבור.
פונעם הלכה'דיגער שטאנדפונקט, זענען פארהאן צוויי פאנדאמענטליכע מאטיווען פארוואס א פרוי זאל נישט באזיצן קיין עמטליכע שטעלע. צניעות, און כבוד הציבור.
זאגאר אין די ווירקליכקייט טרעפן מיר אין די היסטאריע ווי פרויען האבן יא באזיצט עמטליכע שטעלעס ביי אידן און אויך ביי גוים.

דבורה די ווייב פון דעם קנויטן-קניפער, הער לפידות, איז טאג איין און טאג אויס געזעצן אונטערן טייטעלבוים און געריכטעט די אידן. זי האט אפילו אנגעפירט מיט די העלדישע קאמפן קעגן גענעראל סיסרא, וואס האט באדראהט דער זיכערהייט פון יהודה און שומרון אין יענע פארכטיגע טעג.
מיר זעען אז אין שבא איז געווען א קעניגן וועלכע איז געקומען קיין יהודה צו לערנען קליגשאפט פון שלמה המלך. און ווי די לעגענדע דערציילט האט שלמה איר גאר געהייראט, און פון זייערע קינדער זענען געווען דער באוויסטער בבלישער טיראן נבוכאדנעצר.
עטליכע גענעראציעס שפעטער זעען מיר ווידער ווי א פרוי קעניגט אין לאנד יהודה. קעניגן עתליה דער טאכטער פון אחאב דער גרויזאמער. זי איז געווען א שקלאפטע וואס האט נישט געהאט איר'ס גלייכן. זי האט ברוטאליש פארניכטעט דעם גאנצן קעניגליכער פאמיליע בלויז צו פארזיכערן איר קעניגרייך. בלויז דעם קליינעם יואש איז געלונגן פאר יהודע הכהן אפצוראטעווען פון איר גרויזאמע הענט, ער האט אים באהאלטן אין קדשי קדשים ביז צו די טויט פון עתליה.
אין די עפאכע פון די חשמונאים-מארטירער טרעפן מיר ווידער ווי א פרוי קעניגט. שלומית אלכסנדרה (שלומציון) די שוועסטער פונעם גראנדיעזער תורה ריז רבי שמעון בן שטח, האט געקעניגט אין יהודה פאר 9 יאר מיט א שטארקע האנד.
אין די מיטל-אלטער עפאכע געפונען מיר די לעגענדארער שקאלפטע איזאבלע וואס האט געקעניגט אויף קאַסטילע, איידער זי האט געהייראט איר מאן פערנאַנדאָ דער צווייטער דער קעניג פון אַראַגאָן. וואס דאן איז דער שפאנישע קעניגרייך פאראייניגט געווארן צו איין גרויסע מעכטיגע קעניגרייך.
נישט צו לאנג צוריק האט אין רוסלאנד געקעניגט די קעניגן קאַטערין די גרויסע. זי איז געווען גאר א העלדישע פרוי, זי האט פארפירט שטורעמישע שלאכטן קעגן די רוסישע פיינט.

פרויען האבן אפילו געדינט אלס חסידישע רבי'ס, א שטייגער ווי די די לאדמירער מויד. (זעט מער דא: www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=8&t=12936)

וואס מיר זען איז ווי פאלגענד. ס'איז אלעמאל געווען העלדישע פרויען וועלכע האבן ארויסגעשטארצט מיט זייער אויסנאמקייט און האבן באזיצט מאכטפולע שטעלעס. אבער דער אלגעמיינער קאלטור איז געווען אז א פרוי איז אין א נידעריגער שטאנד פון א מאן. אין מערסטייל פון די וועלט איז אפילו נישט געווען ערלויבט פאר א פרוי צו שטימען אין וואלן. אפילו אין די פאראייניגטע שטאטן וואס גלייכבארעכטיגקייט זענען פון אירע הויפט פרינציפן.

אפגעזען פון דעם, האט די תורה ה'ק פארט פארפליכטעט פאר א מאן צו שעצן זיין פרוי, אפילו מער פון זיך זעלבסט. א אידישע פרוי איז דער פאנדאמענט פון א אידישע שטוב, און מער דארף זיי האלטן הייליג און טייער, און מ'טאר נישט גרינגשעצן און זיי. אבער די אפיצעלע שטעלעס באלאנגען אין אלגעמיין אויסשליסליך פאר מענער.[/justify]
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קאך_לעפל האט געשריבן:וואס מיר זען איז ווי פאלגענד. ס'איז אלעמאל געווען העלדישע פרויען וועלכע האבן ארויסגעשטארצט מיט זייער אויסנאמקייט און האבן באזיצט מאכטפולע שטעלעס. אבער דער אלגעמיינער קאלטור איז געווען אז א פרוי איז אין א נידעריגער שטאנד פון א מאן.

איך ווייס נישט וואו דו האסט עס געזען, ווי ווייט איך ווייס איז יעדע צייט און פלאץ געווען אנדערש. אין א"י אין די צייטן פון דבורה אשת לפידות וואו מאכטפולע פרויען איז געווען א נארמאלע ערשיינונג, האט קיינער נישט געזען קיין פראבלעם זיך צו גיין קוויטלען און הערן שירה ביים גרויסן צדיקה. ווידעראום אין מצרים ביי די מוסולמענער וואו פרויען זענען געווען א ממוצע צווישן א מענטש און א בהמה, האט דער רמב"ם נישט געקענט פארשטיין אזא מין זאך, כמבואר בספר היד הלכות דעות פ"ו וז"ל: "דרך ברייתו של אדם להיות נמשך בדעותיו ובמעשיו אחר רעיו וחבריו ואנשי מדינתו...", האט ער געפסקנט וואס ער האט פארשטאנען.

ועיין עוד כאן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: וואס מיינט סעקסיזם?

שליחה דורך אונטער חכם »

טרויבן88 האט געשריבן:בכלל האב איך נאך א וועג צי מסביר זיין וואס סעקסיזם מיינט... די בילדער זענען אין רעזולטאט פון העץ און דעות אז פרויען האבן אזויפיל שכל, מען איז עס ביזי מעסטן ביז מען זעט די בילדער פארשטייט מען אז עד כאן. דאס זענען בילדער פון די חשוב לאנד אפגאהאניסטאן ווי א לעבן אוז ווערט א קארן, איינע פון די בילדער זענען פון א פרוי מיט א אפגעשניטענע נאז... איך האב מיך אפגעהאלטן פון לייגן נאך בילדער...
בילדבילדבילדבילד
וויפיל מענער זענען געהארגעט, געראצחעט, צושניטן, און צופליקט געווארן די לעצטע עטליכע צענדליג יארן אין אפגאניסטאן? מסתמא סאך מער ווי פרויען.

כאטש א גרויס טייל איז טאקע וועגן די מענער זענען עפי רוב די קעמפער, צאלן אבער ציווילע מענער אויך א גרעסערע פרייז ווי פרויען פשוט צוליב זייער ענליכקייט צו די קעמפער .

Sent from my XT1526 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שליח האט געשריבן:נאט אייך גאנצע ביכער:
The Mammoth Book of Women Who Kill
Women Criminals [2 volumes]: An Encyclopedia of People and Issues

א שיינע זאך דאס קאנפידענס פון שבת אחים, הלואי אויף מיר געזאגט.

איר זאלט מיר מוחל זיין, אבער איר טענה'ט מיט אזא פעסטקייט, כאילו דער וואס האלט אנדערש איז עפעס א נארעלע, און דערביי כאפט איר נישט אז איר פרעגט זיך אליינס אפ. ס'הייבט זיך אן מיט "יעדע דיקטעטאר, רוצח, רשע, אין היסטאריע איז געוועהן א מאן, פרויען קענען אזעליכע רשעות נישט טוהן." ווען מ'פרעגט אפ מיט היסטארישע ביישפילן קומט א שטורמישע רעאקציע, "אזא היסטאריש-אומריכטיג סטעיטמענט ווי יאהר אויף פרעה! רוב דיקטעטארס זענען געוועהן מענער. בככל רוב מענטשען וואס האבן געוועלטיגט איבער אנדערע מענטשען אין היסטאריע זענען געוועהן מענער... סאיז נישט געוועהן קיין פרויען קעניגען, פריצים, וכו׳ זיי האבן נישט געהאט קיין שום פאוער אמאל. מהאט זיי בכלל נישט צוגעלאזט.", און "וואו איז געוועהן פרויען דיקטעטארס אין היסטאריע? אדרבה לאמיר הערן. פרויען האבן בכלל נישט געוועלטיגט איבער קיינעם ביז 100-150 יאהר צוריק". אהא!, אבער אויב אזוי וואס איז בכלל די ראי' אז "פרויען קענען אזעליכע רשעות נישט טוהן"? בדליכא שאני!
(וואלט איך געוואלט אייך אביסל אונטערציפן, וואלט איך געשריבן אז אויב אן קיין שום פאוער זענען געווען אזויפיל נשים רצחניות, ווי שוין געברענגט, שטעלט אייך שוין פאר וואס וואלט געווען ווען מ'אונטערדרוקט זיי ווען נישט. וויל איך אבער נישט אזוי זיך ווערטלען).
ואגב, די פרישע חידוש, אז נישט נאר זענען נישט געווען קיינע פרויען דיקטאטארן, רוצחים, און רשעים, נאר אויך נישט קיינע קעניגן, פריצים, און געוועלטיגערס, האט איר געשריבן אלס פאראדיע? ווייל ערנסט האט איר עס מסתמא נישט געמיינט. אין יעדן היסטאריע ביכל קענט איר טרעפן פרויען קעניגן, פריצים, און געוועלטיגערס, פיל פריער ווי 150 יאר צוריק.

בכלל דארפט איר באשליסן וואו איר שטייט. זענען די צוויי געשלעכטן בעצם די זעלבע, אלע חילוקים צווישן זיי זענען בלויז social norms? דאן דארפט איר זאגן אז פרויען זענען בעצם פונקט אזוי שלעכט ווי מענער. אויב מעג מען זאגן אז פאקטישע חילוקים צווישן זיי עקזיסטירן, און פרויען האבן א קלענערע נייגונג צו violence (גראדע אמת לדעתי), דאן מעג מען אויך זאגן אז מענער האבן שטערקערע מעגליכקייטן צו ווערן נעיווי סיעלס, למשל. אוודאי, אויסנאמען מאכן זיך, און א פרוי וואס ארבעט זיך ארויף דארף מען לאזן זיין א סיעל, פונקט ווי מ'דארף א מאסן-מערדערקע איינזעצן. (דאס געבט נישט קיין היתר פאר מענער צו אונטערדרוקן פרויען, אקוראט ווי פרויען - און self hating misandrists - באקומען נישט די רעכט צו באשמוצן מענער).


קיינער האט מיך נישט אפגעפרעגט ווייל מהאט געטראפן דריי פרויען צי אפילו 10 פרויען וואס זענען געוועהן שלעכט אין היסטאריע. אוואדי איז געוועהן שלעכטע פרויען. אבער קעגן מענער??? פאר יעדע פרוי וואס איז געוועהן שלעכט האסטו קעגן דעם מסתמא דריי טויזנט מענער... גיי צוריק וואס איך שרייב ״רוב״ אפשר פארשטייסטו נישט וואס מיינט ״רוב״.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך בין נישט אריין אין די חילוקים פון מענער און פרויען און די מעלות פון זיין ״שטערקער״ נעווי סיעלס וכודומה. איך האב בכלל נישט געמאכט קיין שום מסקנות. די פאקט איז א פרויען זענען ווייניגער Violent. און זיי האבן געמאכט אסאך ווייניגער פראבלעמען אין היסטאריע ווי מענער עד היום הזה.

נאר דאס האב געשריבן!

דינגסט זיך אויף דעם הרב שליח???

ווילסט אריינגיין אין נומבערס???
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איה״נ אז סאיז social norms. אדער בעסער געזאגט זייער DNA make up. יעדע לעבעדיגע זאך ארבעט אזוי. א פיינע מענטש געווענטליך איז פיין ווייל ער האט גע׳ירשנט גיטע מידות און א פיינע הארץ נאך אין זיין מאמעס בויך. און די זעלבע איז שלעכטע מידות.

און דא קען מען אריינגיין אין טיעפע פילאסאפיע צי סאיז דא א בחירה און דעטערמיניזם וכו׳
און יעדער קען בעבלען זייער שיטות אזויווי אלע גרויסע פילאסאפערס האבן געטוהן די לעצטע צוויי טויזנט יאהר.


אבער קודם פאקטן בלייבן פאקטן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אז דו ווילסט קען מען גיין נאך ווייטער. רוב פרויען זענען געוועהן פארקנעכטיגט פאר מענער אין די היסטאריע פון די וועלט. בעסער געזאגט רוב פרויען זענען געוועהן אינטערטעניגט פאר מענער. טאקע ווייל די מאן איז די שטארקע נעיווי סיעל פון וואס דו רעדסט. ממילא ווען דער שטארקער מאן איז אהיימגעקומען און די עסען איז נישט געוועהן גענוג הייס האט איר דער שטארקער מאן קודם דערלאנגט אפאר פעטש...

סאיז א נארמאלע זאך נאך עד היום הזה אין די צוריקגעשטאנענע אומציוויליזירטע לענדער.

איך האב געהאט א שכן נאך מיין חתונה וואס איז געוועהן א בכארישע און זיין ווייב פלעגט כאפן מכות פון אים טאג טעגליך. מהאט געהערט קולות ביז מיין דירה. זי פלעגט זיך אויסרעדן צו מיין עקס אז איר מאן שלאגט איר. ביז מיין געוועזנע האט איר צוגרעדט זי זאל רופן די פאליציי.

די פרויען האבן אסאך געליטן אין היסטאריע פון מענער. ווייל מענער זענען בטבע dominant. מ׳קען עס זעהן בחוש אין אלע בעל חי.
און דאס מיינט אפשר די גרויסע פילאסאפער פרידריך ניטשע מיט די “The will to power”...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת, איך זעה אז דו ביסט א מעריץ פון ארטור שאפנהויער. אפשר ברענגסטו צו וואס ער האט צו זאגן דערויף? (איך האב מורא אז אויב דו וועסט דאס אפירזוכן וועסטו פארלירן דיין גאנצע רעספעקט צו איהם).
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ריכטיג האט געשריבן:שבת, איך זעה אז דו ביסט א מעריץ פון ארטור שאפנהויער. אפשר ברענגסטו צו וואס ער האט צו זאגן דערויף? (איך האב מורא אז אויב דו וועסט דאס אפירזוכן וועסטו פארלירן דיין גאנצע רעספעקט צו איהם).


איך האב שוין אלעס געליינט וואס שאפענהויער האט געשריבן. און אסאך זאכן קען איך אפילו אויף אויסענווענדיג אינמיטן שלאף. יא שאפענהויער איז געוועהן א Genius און מסתם איינע פון די קלוגסטע מענטשען וואס האבן אמאל געלעבט. נישט איך זאג דאס נאר דאס האט געזאגט די חכם מכל אדם אלבערט איינשטיין, ער האט אים גערופן א Genius. איינשטיין האט אייביג געהאט זיין בילד הענגן העכער זיין ארבעטס טיש לעבן די בילדער פון פאראדעי און מעקסוועל (צוויי גרעסטע פיזיקער און סייענטיסטן וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן) אלע גרויסע קלוגע מענשטען כמעט וואס האבן געלעבט נאך שאפענהויער האבן געהאלטן אז ער איז געוועהן איינע פון די גרעסטע פילאסאפערס און זיי זענען געווארן באיינפלוסט פון זיינע ווערק, א שטייגער ווי קארל יונג, זיגמונד פרויד, ניטשע, וויטקענשטיין, עמיל צ׳יראן וכו׳ וכו׳

איך האלט אז שאפענהויער האט די בעסטע ארויס געהאט די וועלט און עקזיסטענס. ער האט געזאגט אפילו זאכן אויף וואס מ׳זעהט קלאר דארוויניזם נאך פאר דארווין׳ס צייטן. אבער זיינע ווערק זענען נישט קיין ״תורה מסיני״ ער האט א טעות געהאט מיט פרויען... ער אליינס האט צוריקגעצויגן סוף ימיו כידוע.

איך פארליר נישט קיין שום רעספעקט פאר א מענטש וואס איז געבוירן אין די 1700 יאהרן וואס האט פארזעהן די איין זאך. יעדער מעג האבן א בליינד ספאט. קוק וואס די פריערדיגע פילאסאפערס ספעציעל די גריכן ווי פלאטא און אריסטו האבן געשריבן וועגן פרויען און אסאך אנדערע זאכן וואס איז ממש שטותים מיט הבלים און יעדער חדר יונגל לאכט היינט דערפון. מיט דעם אלעמען האט פלאטא און אריסטו און די גריכישע פילאסאפערס ממש געטוישט די וועלט מיט זייער דברי חכמה. זיי האבן געהאט אסאך מעהר ״בליינד ספאטס״ ווי שאפענהויער.

שאפענהויער איז מיי לאוו... מיי לייף... ווער סאיז זוכה צו פארשטיין אלעס וואס ער זאגט קומט אן צום סוף צו נירוואנע. און ווי איינשטיין האט געזאגט ״ווען איך וויל מיך טרייסטן לייען איך שאפענהויער״.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

די שמועס דא האט מיר דערמאנט פון די ערשטע קאממענט אונטער דעם קליפ...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט