חול המועד אויפשטאנד
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
חול המועד אויפשטאנד
דער רבי שליט''א האלט געהאלטן זיין פייערדיגע דרשה.
דער רבי ברענגט ווארעם ארויס דער סיבת האיסור.
לא תעשון כן לשם אלוקיכם, היות דעס איז דער וועג וויזוי זיי קומען זיך ציזאם, איז דאס נישט אינזער וועג, נישט דעס איז דער וועג וואס מען טוט, אפילו יעדע זאך קען האבן א כוונה טובה.
אז דאס איז זיכער נישט געווען דער וועג וואס אינזערע זיידעס האבן געהאט שמחות יום טוב.
אויב איז מען זיך נישט מתבונן אין דעם, וועט זיין ווי דער רבי פלעג זאגן היום אומר לו עשה כך ומחר אומר לו עשה כך עד שאומר לו עבודה זרה.
עס ברויך ווערן דן געוועזן בכובד ראש, דורך רבנים ודיינים וואס דאגן וואס זענען עומד און דאנגענען אלע מאל ווי זוי מען זאל זיך קענען פירן און קענען האלטן ווי דער רבי זכותו יגן עלינו האט אוועקגעשטעלט.
פון דארט צו קאנטרי'ס און מאגעזינען.
קודם כל איז ממש א שוד אז דער רבי שליט''א'ס הייסע רייד זענען געקומען אביסל צו שפעט, ווייל ווען עס וואלט ווען געקומען און די ריכטיגע צייט, דהיינו איידער דער קומזיץ - וואלט זיכער קיין איין זיץ נישט געווען פיל.
און זיכער וואלט יעדער פארשטאנען זיינע דברים של טעם, און דער וואס האט געלאזט און גאנג די וואויס נאוט'ס וואלט זיכער דיליטעד איידער די 7 מיניט וואלט אריבער, ווייל נאכן הערען דע קלארע דיבורים פארשטייען שוין א אפילו די גאר קליינע דעם הארבן איסור אפילו אן די כובד ראש וואס די דיינים שליט''א'ס האבן איבערמידלעך אריין געלייגט אינעם ענין.
יעצט צוריק צום עצם איסור בין איך גריידע קלאר דערין אבער איך בין נאך סטאק מוט עטליכע צריך עיון גדול'ס וואס איך האף עס וועט מיר פארענטפערט ווערן.
די ערשטע סיבה לאיסור איז לפע''ד טאקע זייער א שטארקע, אבער איך וואלט נאר געוואלט וויסן אויב עס אינקלודעט דער רבין'ס עסקאלאדע, צו איז דעם רבין'ס אפזיצען אין פלארידע גאנץ ווינטער און דעם שענסטען הויז אין נארט מיאמי יא פטור, און דאס פלעגען אינזערע זיידעס אויך טוען אלס אינגע לייט, צי לאמיר שמיעסן פונעם טיש וואס דער רבי רעכט אפ אינעם גארטן לכבוד חמישה עשר צי דער פעטער אדער טאטע פלעגען אויך אזוי אויפרייסן יערלעך, אדער לאמיר קאמפערן שטריימלעך צו דער ברך האט אויך פארמאגט א נייעם שטריימל פאר יעדע יומא דפגרא וכן נוהגים.
צו איז דער ברך געווען נהג צו פארלאנגען פונעם ציבור זאכן וואס ער אליינס איז געווען נכשל?, צו האט דען נישט יעדער געזען די אויפליקערישע שבע ברכות פארן אייניקל לבית רבינו לבית הרב יעקב בער וואס די בילדער זענען פיל ערגער ווי דער קומזיץ, ווי שעמט ער זיך נישט צו האקן ווען ער גיבט נישט קיין אלטערנאטיוו, סתם אראפ רייסן אן א חשבון.
היום אומר לו עשה כך, קענט איר מיר אולי אויסהאקן מיין טשייניק, וואס רעדט איר דא, דאס איז חוקת הגוי, האט איר אמאל געזען א גויאישע קאנצערט, זענט איר מדמה דעס צום גוי, האלא דאס איז א קומזיץ - און דאס איז נאך נישט געווען אין סטייל ביז לעצטענס.
און גריידע איז דאס אלע יארן געווען אין די הייזער פון נגידים און אוהבי נגונים - ווי מען פלעגט אריבער ריפן חזנים מיט בעלי מנגנים און דאס איז געווען בעסט סעלערס, צום ביישפיל ביי יאקאב אדער סאקס ועוד, דאס איז נאר אזוי ציוואקסן און געווארן גאר אויפגעכאפט, ממילא איז דאס פליצלינג געווארן דעם גוי'ס וועג וואדע פליפ איז אייער פראבלעם.
מען איז דאס דן בכובד ראש, מיין אחורייעם, איר זאגט ליגענט, דער איסור איז נישט געווען בכובד ראש, עס איז געווען אסור בתחלית איידער עס האט געקענט קומען לשיעור חימץ, וועם רעדט איר איין, זענען מיר נעכטען געבוירן, ווען עס וואלט געווען עטוואס כובד ראש וואלט איר געמאכט די נויטיגע ריסערטש און געוואויר געווארן אז קומזיצען פאסירן אלל אווער, יעדע קאנטרי האט קומזיצען 10 מאל א זימער, יעדע שמחה האט א קומזיץ, אפילו חתונות האבן שוין, יעדע פאנקציע וואס וויל לייזען מער ווי דעם לעצטען כינוס מאכט א קומזיץ, איר רבנים דיינים זענען דיסקאנעקטעד מיטן אלגעמיינעם עולם, איר מאכט א אנשטעל ווי איר זענט דער פאסטעך און אלעס ליגט אויף אייער אחריות, ווילן מיר אייך מגלה סוד זיין אז די דיינים מיטן פאלק זענען אויף אנדערע פלאנעטן, איר האט נישט קיין אהנונג וואס מיר ברויכן אדער טוהן, איר שלאפט און א טיפן שלאף, און ווען איר וועקט זיך אויף פון צייט צו צייט און איר שמייצט ארויס א איסור, קוקט איר אויס ווי חוני המגעל, איר זענט נאך פארנימען מיט פראבלעמען וואס מיר האבן שוין לאנג נישט, ממילא ווען איר זענט כאטש שטיל, און גיבט נישט דעם הויכן געינעץ אויפן מייקראפאון וואלטן מיר כאטש נישט געוויסט אז איר שלאפט, נאר פון אייערע איסורים און נאך מסביר זיין אייער טענות, ווערן מיר מער און מער געוואויר אז איר זענט נישט דאהו בכלל, איר לעבט און א אנדער וועלטעל.
ווען איר וואלט געמיינט אינזער גוטס וואלט איר דאך געוויסט אז מיר זענען לעצטענסט גאר שטארק פארנימען מיטן געטאר, מיר האבן זיך פארליבט מיט ר' שלמה'לע, און מיר זענען ממש פארכישפט פון זיין נגינה, מיר גלייכן לעצטענס זייער די רבנים וואס ווייסן דאס און מיר ריפן זיי אויף שבתונ'ס און נסיעות, מיר ברויכן אייך נישט, און כאטש מאכט נישט קיין פורים פון אייך, כאטש זייטס שטיל.
איך וואלט געוואלט פארשטיין נאך איין נקידה, ווער איז שילדיג אינעם דורכפאל אז די רבנים קומען זיך נישט דורך מיטן כלל, ווער איז שילדיג אז מיר המון עם ווען מיר האבן געהערט דעם געפערליכן איסור האבן מיר געפערעגט איש את רעהו ואיש את קרובו מן הוא וואס ווילן זיי, קיינער פארשטייט נישט וואס איר ווילט, וויל איך וויסן פארוואס זענען מיר די צאן לטבח שילדיג אינעם דורכפאל וואס די בעאמטע די מנהיגים די דיינים האבן געכאפט, און צייגט אויף אינז די פינגער, אולי זענט איר שילדיג מיט אייער עקטרעמע שטעלונג, אפשר איז נישט דער וועג אז אלעס איז אסור כאטשיג קיינער הערט אייך נישט אויס, פארוואס שפירן נישט די רבנים אז מען טאר נישט איבער ציען קיינע שטריקן.
היינט איז שוין א זמן וואס מיר קוקן בכלל מער נישט אויף זייער זייט, עס ווייסט שוין יעדע אן ספק אז זייער איסור מיינט נישט גארנישט נאר א מנהג לאסור וכן נוהגים לאסור ולא למעשה, קיינער קוקט שוין נישט אויף זיי בכלל.
אבער ווען כלל ישראל די המון איז צוטיילט מיר זענען אויף א שייד וועג, אוו מיר דערמאנען זיך אז אמאל איז געווען עפעס א זאך וואס האט געהייסן רבנים, און מיר קוקן אויף זיי, זיי זאלן מפרש זיין דעם פסוק ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, צו מיינט עס יא געבען א שאט אדער נישט געבען א שאט, סברות פליען לכאן ולכאן, יעדער מר ברב אשי אדער תינוק בן יומו האט א גאנץ חיבור אויפן פסוק, אפילו נשים שדעתן געווענטליך זענען כלות, זענען דא בעובי הקורה און נעמען גלייך צו די פרעסע, אויב גייט עס נישט - מאכן זיי א נייע רעליגיע מיט אייגענע מוסדות, בקיצור די וועלט שטורעמט, קינדער זענען שוין אינדערויסן פון חדר און סקולס פאר וואכען לאנג, און מיר ברויכן איין קול קורא פון אלע רבנים פון שטאט, וואס עס איז דער טייטש פון פסוק ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, און ווי נאר דער רב פאסקענט זענען מיר גרייט מיטן חלק המסירות נפש, אבער סארי דער רב שלאפט, ער שפירט נישט געניג וויכטאג איבערצורייסן זיין עבודת הקודש, ער האלט דאך אינמיטן פרעסן די מאסט, אדער גליען דעם קערה.
וואס דער המון זעט באשיינפערלעך אז דער רב וואס אויף אים איז געזאגט געווארן דער פסוק לא תגורי מפני איש, ווען זיי האבן איין מינימאלע ניסיון נעמען זיי דעם גרינגען וועג ארויס, זיי האבן מורא פון וואס פון וועם מייסטענס א פאני קאל, און זיי הינען אוועק, דרייען זיך איבער אויפן לינקען זייט עד יעבר זעם.
און ווען זיי קוקן זיך אן און פרעגען ביי זייערע מיטינגען ווי איז דער כוח התורה, הלמאי קיינער קוקט זיי נישט אן, הלמאי קיינער לאכט שוין אפילו נישט פון זיי, די רבנים זענען ווי דורכזיכטיג, קיינער שפעט שוין נישט אפילו פון זיי, זאלן זיי וויסן אז איר זאלט ארויס פון די איימער שולאכץ, און קוקן ווי דער דור איז, קוקן אינזערע אישו'ס, נישט שפילן הייליגער ווי איר מיינט איר זענט, נידערט צום פאלק, אינזער דור איז גאר קליג און מיר פארטראגן נישט קיין בית סמך.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חול המועד אויפשטאנד
ביסט גערעכט, עס איז א געפערליכע עוולה אז די צוויי פעלקער האבען זיך אזוי דערווייטעד איינער פון די צווייטע. איך האב צוויי עצות דעפאר.
א. מ׳דארף גרינדען אן ארגאניזאציע מחנך צו זיין איינער אין די לעבן פון די צווייטע. מ׳דארף מאכן שיעורים און שוי׳ס ווי מ׳ווייזט דער עולם וויאזוי דיינים לעבן, אן א סמארטפאון ביי זיך אין בוזעם (נאר ביים שמש), אן א קאר וואס דארף זוכן פארקינג ווי אימער מ׳גייט, אן חול המועד טריפס צום זו מיט די קינדער, אן שטיין אין ריי ביים פסח חלוקה ועוד ועוד. ווען מיר וואלטן פארשטאנן זייער לעבן, וואלטן מיר בעסער פארשטאנן זייער איסורים.
ב. או כלך לדרך זה, מ׳דארף מאכען א טיילונג, רבנים לחוד ואנשים לחוד. זיי זאלען נישט קומן ביי אונז אין בית המדרש, זיי זאלען נישט משדך זיין מיט אונז צו נעמן אונזער געלט. מ׳זאל רעדן אן אייגענעם באזונדערע שפראך, טראגן א קליידונג אנדערש ווי זיי, און זיך גענצליך אפהאקן, אזוי ווי אונזער זיידעב אין דער הייליגע היים.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
איינער האט א בילד פונעם סאטמער בוטשער פונעם רבין ז''ל צייטן?
כ'וויל קאמפערן סיי די דיזיין און סיי די פרעס מעניו וואס זיי האבן היינט. חסידישע אידן האבן געגעסען יאפטשיק מיט ראסטעד גארליק אויף דער זייט? דאס איז דאך זיין קאמפעני, זאל ער גיין מאכן סדר דארט.
די אלע האטעלס קאנטריס קומזיץ און קינדער מעגזינס באשטעלן ביי עם דאס עסן.
כ'וויל קאמפערן סיי די דיזיין און סיי די פרעס מעניו וואס זיי האבן היינט. חסידישע אידן האבן געגעסען יאפטשיק מיט ראסטעד גארליק אויף דער זייט? דאס איז דאך זיין קאמפעני, זאל ער גיין מאכן סדר דארט.
די אלע האטעלס קאנטריס קומזיץ און קינדער מעגזינס באשטעלן ביי עם דאס עסן.
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: חול המועד אויפשטאנד
אידיש נייעס מיט אן אויפרייס
https://www.yiddish.news/2019/04/Shirim ... n.html?m=1
https://www.yiddish.news/2019/04/Shirim ... n.html?m=1
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פליקער האט געשריבן:אידיש נייעס מיט אן אויפרייס
https://www.yiddish.news/2019/04/Shirim ... n.html?m=1
דיין אויפרייס איז שענער און שטערקער
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חול המועד אויפשטאנד
דער גייסטישע פירער פון די זאלונים האט דערמאנט דער פרמ"ג וואס אסר׳ט ריקודים ומחולות אום חוה"מ?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
- האט שוין געלייקט: 90 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל
אזווי איך האב געשריבן אין אן אנדערע אשכול
דער איינציגע עצה איז אז כלל ישראל וועט ארויסקומען פון די באהאלטענע ק''ש ניקן און עפענטליך מאכן א מרידה. אראפווארפן פון בענקל אלע רבי'ס מיט זייערע שרצים לדורותם. אלע רבנים וראשי קהילותים. אלע מנהלים וועדי מוסדותיהם און מען וועט פאדערן ערליכע בחירות פארן הנהגה פון כלל ישראל
מען וועט אויפשטעלן א חרדישן פארלימענט ווי יעדער וועט קענען אריינשיקן קאנדידאטן לויט זיין געשמאק און מאכן געהעריגע וואלן און זיי וועלן זיך באשעפטיגן עפ''י אחרי רבים להטות מיט'ן טעכנאלאגיע, אינטערן, און אלע עניני הכלל

ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חול המועד אויפשטאנד
אין אנדערע ווערטער, גארנישט טון.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 290
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 523 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
איינער וואס זיין טאטע אדער זיידע האבן שווער געארבעט אויפצושטעלן א קהילה אדער חסידות
און איז יא געוועהן ראוי לאותו איצטלא און יעצט האבן זיינע קינדער ג'ירשנט די מוסדות וכד'
האבן אונז נישט קיין רעכט עם ארויסצוווארפען ,
אז מען וויל קען מען עפענען נייע מוסדות און פראבירן מיט א בעסערע מהלך און האפן אויף סייעתא דשמיא
און איז יא געוועהן ראוי לאותו איצטלא און יעצט האבן זיינע קינדער ג'ירשנט די מוסדות וכד'
האבן אונז נישט קיין רעכט עם ארויסצוווארפען ,
אז מען וויל קען מען עפענען נייע מוסדות און פראבירן מיט א בעסערע מהלך און האפן אויף סייעתא דשמיא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
- האט שוין געלייקט: 90 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל
קומזיץ האט געשריבן:איינער וואס זיין טאטע אדער זיידע האבן שווער געארבעט אויפצושטעלן א קהילה אדער חסידות
און איז יא געוועהן ראוי לאותו איצטלא און יעצט האבן זיינע קינדער ג'ירשנט די מוסדות וכד'
האבן אונז נישט קיין רעכט עם ארויסצוווארפען ,
אז מען וויל קען מען עפענען נייע מוסדות און פראבירן מיט א בעסערע מהלך און האפן אויף סייעתא דשמיא
דאס איז א טעות
אויב די געדענקסט ביי דער משפט הספריה פון חב''ד האט רביצין חיה מושקא געזאגט אין געריכט אז א רבי וכל רכושו געהערט צו די חסידים
אזוי אויך ווען רבי' אברהם חיים ראטה פון שומרי אמונים איז געלאפן צום עדה החרדית אז עס קומט אים די חסידים בתורת ירושה האט מען אים געזאגט אז בהמות גייט בירושה
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
- חוקר ודורש
- היימישער באניצער
- הודעות: 423
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
- האט שוין געלייקט: 738 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
Re: חול המועד אויפשטאנד
פליקער סאיז א נחת צו ליינען דיינע דברי פי חכם חו
Sent from my iPhone using Tapatalk
Sent from my iPhone using Tapatalk
שוב יום אחד לפני מיתתך
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
קומזיץ האט געשריבן:איינער וואס זיין טאטע אדער זיידע האבן שווער געארבעט אויפצושטעלן א קהילה אדער חסידות
און איז יא געוועהן ראוי לאותו איצטלא און יעצט האבן זיינע קינדער ג'ירשנט די מוסדות וכד'
האבן אונז נישט קיין רעכט עם ארויסצוווארפען ,
אז מען וויל קען מען עפענען נייע מוסדות און פראבירן מיט א בעסערע מהלך און האפן אויף סייעתא דשמיא
איך האב אן עצה. מ'זאל מאכען דער ווידערשטאנד, און דער יורש זאל האפן אויף סייעתא דשמיא.
נישט אז איך בין מסכים צום ווידערשטאנד עצה. עס וועט פאראורזאכען פיל מער פראבלעמן ווי עס וועט לעזן, כמובן מאליו און ווי די היסטאריא האט אונז אויסגעלערנט. אבער דער זיידע דער מייסד איז דא נישט די נושא.
אז מ׳דארף א ווידערשטאנד, דארף מען עוקר זיין דער פאסטן פון געירשנטע מושל בכפה׳ס. א פאסטן פון איינער וואס דארף זיך פאר קיינעם נישט פארענטפערן איז מסוכן ביז גאר. די גדולי ישראל וואס חכמים וטובים האבן אויף זיך געקרוינט, האבן געמוזט עפעס ווייזן דערפאר. די יורשים באקומען עס אומזיסט. און דעריבער טון זיי ככל העולה על רוחם. א פאסטן וואס א בשר ודגים קען טון ככל העולה על רוחו, ובפרט ווען נישט פאלגן קען זיין מסוכן פאר דיין גאנצע באקוועמליכקייט אין דער וועלט, איז א פרצה הקוראה לגנב. עס איז שיער אוממעגליך אז דער בעל הפאסטן זאל בלייבן ערליך.
און וויסען זאלסטו אז מיין נגיעה דארף זיין פונקט פארקערט, ואכמ"ל מחשש גילוי.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חול המועד אויפשטאנד
ווייז מיר א נידון אין פוסקים פון א ׳נאמען׳.