זיך בייגן אדער לייגן! א היכי תמצא פון ביידע אינאיינעם
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

אזוי ווי ס'פארן ארום אסאך מעשה'ס לעצטענס ווי אידן זענען געהאלפן געווארן מיט גרויסע ישועות וואס איז אפילו מחוץ לדרך הטבע, און אלעס בזכותו של הצדיק ר' שייעלע, ווי נאר מ'האט צוגעזאגט צו שטיצן די הייליגע קעך דארט אין קערעסטיר אדער ווי נאר ס'דא עפעס א קיך אויפגעשטעלט לעילוי נשמתו ווי די הינגעריגע ווערן געזעטיגט פון די פיינע נארהאפטיגע מאלצייטן וואס ווערן פארטיילט, איז גלייך געקומען צופליען ישועות.
למעשה בין איך נישט קליין גלויביגער אין די אלע מעשה'ס אבער לעצטענס האב איך געהערט אזא שיינע מעשה וואס נאכן אויספארשן בין איך געקומען צו די מסקנא אז די מעשה קען יא זיין אמת.
והנה, בומי א מאן אין די פריע יארן נישט לאנג צוריק ארויס פון כולל און אריין געגאנגן ארבייטן אין די קאנסטראקשען ביזנעס און זיך ארויף געארבייט ביז צום זיין א טאפ מענעדזשער, אנפירענדיג ערענסטע דזשאב סייטס, ארום לויפענדיג יעדן טאג צו מערערע קאנסראקשען סייטס זיכער מאכן אז אלעס קלאפט און אלץ איז לעגאל אויסגעהאלטן.
איין שיינעם פרימארגן ווען בומי דרייט זיך אויף איינע פון די הויכע דעכער פון איינע פון די פולע ברוקלינער קאנסטראקשען סייטס באויבאכטענדיג די ארבייטער צו זעהן צו אלעס קלאפט און יעדער טוט זיין ארבייט. אין מיטן ווערט עם גוט פאר די אויגן, אומגעראכטענערהייט דערזעהט ער ווי נישט מער און נישט ווייניגער ווי אן אינספעקטארן איז דא און נישט סתם איינס נאר א הויכראנגיקע און נאך א פרוי דערצו, מילא מיט א מאן וואלט ער זיך ווען גרינגער אן עצה געגעבן, נאך אלעם קען ער רוב פון זיי, אבער די פרוי האט ער נאך קיינמאל פריער נישט אנגעטראפן.
און זי הייבט אן מיט איר ארבייט דרייט זיך אהער דרייט זיך אהין, כאפט בילדער, פרעגט קשיות, מאכט משוגע, פארוואס דאס אזוי און פארוואס יענץ אזוי, און הויבט אן דרייען מיט די קאפ צו אלע רוחות כאילו ווי צו זאגן אז זאכן טויגן נישט דא. און נעמט ארויס די ביכל פון טאש און הייבט אן שרייבן א גאנצע ליסטע מיט פראבלעמען און ווארענט בומי אז ס'דראעט א באלדיגע אפשטעל פון די ארבייט, און וואס דאס מיינט פאר אזא אינטערנעמונג אידאך איבעריג צן זאגן, צו בארשט ברויך מען נישט קיין ציין. פאר בומי ווערט פינסטער פאר די אויגן, וויפיל צייט און כוח און מוח מיט שווערע האראוואניע איז אריינגעגאנגן ביז ער האט זיך דערזעהן דא צו אזא הויכען אמט און יעצט וועלן זיינע בעלי בתים, נישט פון די גרינגסטע מענטשן, עם דערלאנגן קאלטס און ווארעמס פאר זיין נאכלעסיגקייט און קען נאך זיין אז ער וועט פארלירן זיין דזשאב.
בומי האט זיך אייביג געהאלטן פאר אן אויפגעקלערטער אינגערמאן, שטענדיג ביי קריה"ת שטייטסעך בין גברא לגברא איז ער פארנומען מיט פיליזאפישע קשיות, לאכט אפ פון אלע רבישע מעשה'לעך, ע"ז! האקט ער אייביג איבער די וואס דערציילען רבישע מופתים. האט ער אבער א נאענטע חבר יענקי, וואס מוטשעט עם אייביג ער זאל פארן צום ריבניצער'ס קבר. דארט קען מען ממש זעהן אותות ומופתים, ממש מיט א מחשבה'לה אהין צו גיין קען מען שוין דיפאזיטן דעם ישועה אזוי ווי ס'שטייט דארט והי' טרם יקרא ואני אענה. שוין מילא דו ווילסט נישט גיין קיין אומן ר"ה שפירסט שלעכט איבער צו לאזן ס'ווייב און קינדער פאר א וואך נו קען מען פארשטיין, אבער לאקאל קענסטו דאך גיין, און וואס קען שוין זיין העכסטענס איז עס נישט אמת האסט אבער פרובירט. בומי ווידעראום טענה'ט אז רובם ככולם פון די אלע רבישע מעשה'ס זענען סתם שקרים וכזבים, און מענטשן מאכן עס סתם אויף ווייל אזוי טויג זיי און אויב איז יא דא אמאל עפעס איז עס סתם אויפגעבלאזן אלף פעמים במילא איז בעסער אז מ'הייבט נישט אן און מ'שטאפט נישט אן דעם קאפ מיט שטותים און פאנטאזיעס, אזוי גייט אן א וויכוח מדי שבת בשבתו. יענקי איז שטענדיג פארנומען צו דערציילן אותות ומפתים, בומי האלט עם און איין איבערווייזן וואספארא שקרים וכזבים ס'איז.
אזוי שטייענדיג דארט אין די הייעך צוזאמען מיט די אינספעקטארן, זי איז פארנומען מיטן אפשרייבן גאנצעטע מגילות מיט כל מיני בוי פארלעצונגן, און בומי שטייט אזוי א פארטראכטער און דערמאנט זיך פון זיין חבר יענקי מיט אלע מיני ישועות פון נחמן בן פייגא, ר'שייעלע, דער ריבניצער, ראדישיץ, ענד אן. טראכט ער ביי זיך אזוי, אז יעצט איז די צייט זיך צו איבערצייגן צו ס'דא עפעס דערין צו נישט, אזוי ווי הרן אין אור כשדים. און ער טראכט ביי זיך וועלעכע פון די אלע מופתים מאכערס זענען יעצט אויף די מינוט די שטערקסטע, און דאס וועט ער אפירנעמען, האט ער אפיר געקראצט ר' שייעלע, ווייל דאס איז למעשה די לעיטעסט סטייל.
געזאגט און געטוהן ער זאגט צו א גאנצע קיא פאר א זבח השלמים פאר ר' שייעלע'ס קיך אין קערעסטיר, מיט נאך חי פעמים פלעשער משקה און געט א זאג ארויס שטייענדיג אין פארענט פון דעם אינספעקטארן ר' שייעלע אמר (די דריי ווערטער אין לשה"ק דייקא), אדער זיך בייגן אדער זיך לייגן! און קוקט דעם אינספעקטאר אין פנים און זעהט ווי זי קוקט ארויס אזוי זייטיג אבער מאכט זיך למעשה נישט וויסענדיג פון זיינע געמורמלערייען, און שרייבט ווייטער. בומי האט נאכאמאל איבער געזאגט דעם פזמון אבער דאס מאל אביסעל אויף א העכערע קול, אבער זי איז ווייטער ווי פריער קוקט אזוי זייטיג און ארבייט ווייטער אומגעשטערט. אבער בומי לאזט נישט נאך, פינקט ווי ביי קול נדרי גייט ער אויך העכער און העכער מיט זיין קול און איצטערט זאגט ער עס שוין ארויס הויעך אויפן קול, ר'שייעלע אמר אדער זיך בייגן אדער זיך לייגן!! און דא מיטאמאל געט זי א פלאץ אויס אין טיפע געלעכטער, און זאגט פאר בומי אויף אידיש אין אן אמעריקאנער אקצענט, גוט מ'האמער א געשעפט, איך בייג מיך און דו לייג דיך, און זי שטייט דארט און קוילערט זיך פאר געלעכטער און פרעגט עם נאך פארוואס מוז עס זיין אדער אדער מ'קען עס דאך מאכן צוזאמען אינישט אזוי אז דאפעלט איז שטערקער.
דער בומי שטייט דארט בלאס ווי דער וואנט נישט וויסענדיג וואס ס'האט עם אנגעטראפן דא, און זי שטייט קעגן איבער עם מאכט מיט די האנט און קוילערט זיך פאר געלעכטער, בומי שטייט דא אין ערענסטן קלעם וואס זאגט ער איר וואס מיינט דאס באמת, און דא פארשטייט זי נאך און רעדט א קלארן אידיש אויך, קיין שום הסברים גייט דא נישט זיין גענוג גוט אויסצוקלארן. טראכט ער צו זיך זאל ער נאך ניצן נאך אנדערע נעמען מיט לעילוי נשמת'ר ווער ווייסט אפשר פארשטייט זי דאס אויך?
די אינספעקטארן באמערקט ווי פארלוירן דער מיסטער בומי איז, הייבט זי עם אן צו בארואיגן אז זי איז אויך א איד און קומט פון א היימישע געגענט ווי אירע עלטערן זענען געווארן באטראכט ווי די שאבעס גויים און זי ווי די שיקסע און האבן געמוזט אוועק מופן צוליב די אינדענטיטי קריזיס וואס הערשט ביים היימישן עולם ווי אידישקייט מיט אידן זענען געווארן א "אינז" קעגן "זיי" און ס'הערשט ממש א פרישע טיילונג. הכלל אבער אזוי ווי זי איז אויפגעוואקסן אין א אידיש רעדענדיגע סביבה, און אויך געגאנגן אין היימישע שולעס איז אידיש איר צווייטע שפראך און אויך לשון הקודש/עברית אויך קען זי די גאנצע קאלטור ארום און ארום אלע שוואכקייטן און שטארקייטן פונעם היימישען ציבור.
זי האט עם אויך דערציילט ווי איר טאטע פלעגט אהיים קומען פון שול אינדערפרי נאך שחרית פלעגט ער אייביג דערציילן וועלעכע רבישע יארצייט ס'אויסגעפאלן יענעם טאג און וואספארא מעשה'ס און קרישקעלעך מ'האט ארום גערעדט באלד נאכן דאווענען ווען מ'האט איינגעטינקן דעם געלען ספאנדזש אין די ווייסע דורכזיכטיגע אלקעהאל.
און הערענדיג ווי בומי שרייט האלב לשון קודש און האלב אידיש האט זי גאנץ גוט פארשטאנען אז דער אידל סגולה'ט זיך דא ארום אויף איר חשבון, נאר זי האט נישט געוויסט וואס די סגולה איז פינקטלעך, ווייל ווען זי האט איבער געלאזט דעם היימישן געגענט שוין אסאך יארן פריער איז די סגולה געווען דעמאלטס נאר לוי יצחק בן שרה סאשע. האט זי עם געבעטן ער זאל זיך מסביר זיין די אפטייטש פון די סגולה, אבער שטייטסעך אז בומי האט זיך געזוכט ארויסצודרייען מיט אלע מיני דריידעלעך נאך דאס פעהלט עם אויס. און למעשה איז טאקע געלונגען פאר בומי צו פארדרייען דעם שמועס אבער איר האט זייער געפאלן דעם סגולה, און זי זאגט עם, אסאך סגולות קוקן מיר אויס מאדנע אבער די סגולה ברענגט כאטש פריינדשאפט. האבן מיר א דיעל מיסטער בומי? פירט זי אויס מיט סארקאזם! איך בייג מיך און דו לייג דיך און ס'וועט זיין א גרויסע ישועה...

- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
איסר האטלקי האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:האבן מיר א דיעל מיסטער בומי? פירט זי אויס מיט סארקאזם! איך בייג מיך און דו לייג דיך און ס'וועט זיין א גרויסע ישועה...
איז זי נישט קיין אשת איש?...
מיט'ן כח פון ר' שייעלע האט מען מעביר געווען די גזירת אשת איש.
וליהודים היתה אורה...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
לעצטענס איז ארומגעפארן א קליפ פון אידן טאנצן ביי א דזשאב-סייט נאך א אינספעקטאר וואס איז געקומען און זיך גלייך אפגעפיצט ווען זי האט באמערקט די בילדער פון ר׳ שייילע. די אינגעלייט האבן געטאנצן מיט גרויס פרייד און אפגעגעבן א שבח והודי׳ פארן אייבערשטען בזכות ר׳ שייעלע.
למעשה פארציילט מיר א יונגערמאן וואס איז דארט א סוב-קאנטראקטער און איז דארט געוועהן בשעת מעשה איז איינע פון זיינע גוים איז פונקט א שכן מיט די אינספעקטאר אין קווינס און זיי קענען זיך גוט. זי האט אים געזעהן ארבעטן דארט און זי האט געכאפט א שמועס מיט אים און אים געזאגט אז לכבודו וועט זי אפפיצן פון דארט.
דאס דערמאנט מיך די באוואוסטע אמתע מעשה פון א אמעריקאנער אויגן דאקטער וואס האט געשריבן א בוך (כהאב פארגעסן זיין נאמען אויף די מינוט) די דאקטער האט מחליט געוועהן אויף דער עלטער צופארן קיין אפריקע און היילן מענטשען וואס זענען בלינד ל״ע וואס אין די נארמאלע וועלט קען מען היילן און עס איז א קלייניקייט ווי מ׳מאכט א קליינע פראדעצור/אפאראציע און דער מענטש הייבט אן צוריק צו זעהן אויף די אויגן. אבער אין אפריקע איז נישט געוועהן עוועילעבעל די טעכנאלאגיע און דאקטורים וואס זאלן דאס טוהן. איז ער אראפגעפארן אהין און געאפפערט צו מאכן די אפאראציע גענצליך בחינם און ער האט פארברענגט אסאך צייט מיט געלט אויסצוהיילן די מענטשען דארט. פארציילט ער אז סאיז געוועהן מענטשען וואס האבן שוין דרייסיג יאהר נישט געזעהן אויף די אויגן. ״אבער די ערשטע זאך ווען זיי האבן געפענט די אויגן, האבן זיי געדאנקט דעם אייבערשטען״...

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
שבת אחים האט געשריבן:דאס דערמאנט מיך די באוואוסטע אמתע מעשה פון א אמעריקאנער אויגן דאקטער וואס האט געשריבן א בוך (כהאב פארגעסן זיין נאמען אויף די מינוט) די דאקטער האט מחליט געוועהן אויף דער עלטער צופארן קיין אפריקע און היילן מענטשען וואס זענען בלינד ל״ע וואס אין די נארמאלע וועלט קען מען היילן און עס איז א קלייניקייט ווי מ׳מאכט א קליינע פראדעצור/אפאראציע און דער מענטש הייבט אן צוריק צו זעהן אויף די אויגן. אבער אין אפריקע איז נישט געוועהן עוועילעבעל די טעכנאלאגיע און דאקטורים וואס זאלן דאס טוהן. איז ער אראפגעפארן אהין און געאפפערט צו מאכן די אפאראציע גענצליך בחינם און ער האט פארברענגט אסאך צייט מיט געלט אויסצוהיילן די מענטשען דארט. פארציילט ער אז סאיז געוועהן מענטשען וואס האבן שוין דרייסיג יאהר נישט געזעהן אויף די אויגן. ״אבער די ערשטע זאך ווען זיי האבן געפענט די אויגן, האבן זיי געדאנקט דעם אייבערשטען״...
פון 2:10 און ווייטער.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=p7RtFZCpyv0[/youtube]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: זיך בייגן אדער לייגן! א היכי תמצא פון ביידע אינאיינעם
עניינא דיומא http://cloud.tapatalk.com/s/5cc21b04982fa/VID-20190425-WA0005.mp4
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: זיך בייגן אדער לייגן! א היכי תמצא פון ביידע אינאיינעם
ער ניצט נאר די האלבע סגולהליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עניינא דיומא http://cloud.tapatalk.com/s/5cc21b04982fa/VID-20190425-WA0005.mp4
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 290
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 523 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
שבת אחים האט געשריבן:לעצטענס איז ארומגעפארן א קליפ פון אידן טאנצן ביי א דזשאב-סייט נאך א אינספעקטאר וואס איז געקומען און זיך גלייך אפגעפיצט ווען זי האט באמערקט די בילדער פון ר׳ שייילע. די אינגעלייט האבן געטאנצן מיט גרויס פרייד און אפגעגעבן א שבח והודי׳ פארן אייבערשטען בזכות ר׳ שייעלע.
למעשה פארציילט מיר א יונגערמאן וואס איז דארט א סוב-קאנטראקטער און איז דארט געוועהן בשעת מעשה איז איינע פון זיינע גוים איז פונקט א שכן מיט די אינספעקטאר אין קווינס און זיי קענען זיך גוט. זי האט אים געזעהן ארבעטן דארט און זי האט געכאפט א שמועס מיט אים און אים געזאגט אז לכבודו וועט זי אפפיצן פון דארט.
דאס דערמאנט מיך די באוואוסטע אמתע מעשה פון א אמעריקאנער אויגן דאקטער וואס האט געשריבן א בוך (כהאב פארגעסן זיין נאמען אויף די מינוט) די דאקטער האט מחליט געוועהן אויף דער עלטער צופארן קיין אפריקע און היילן מענטשען וואס זענען בלינד ל״ע וואס אין די נארמאלע וועלט קען מען היילן און עס איז א קלייניקייט ווי מ׳מאכט א קליינע פראדעצור/אפאראציע און דער מענטש הייבט אן צוריק צו זעהן אויף די אויגן. אבער אין אפריקע איז נישט געוועהן עוועילעבעל די טעכנאלאגיע און דאקטורים וואס זאלן דאס טוהן. איז ער אראפגעפארן אהין און געאפפערט צו מאכן די אפאראציע גענצליך בחינם און ער האט פארברענגט אסאך צייט מיט געלט אויסצוהיילן די מענטשען דארט. פארציילט ער אז סאיז געוועהן מענטשען וואס האבן שוין דרייסיג יאהר נישט געזעהן אויף די אויגן. ״אבער די ערשטע זאך ווען זיי האבן געפענט די אויגן, האבן זיי געדאנקט דעם אייבערשטען״...
אוודאי דארפען זיי דאנקען די באשעפער , ערשטענס האט ער געגעבן פארן דאקטאר די געדאנק צו פארן קיין אפריקע זיי היילן, און אז ער האט געוויסט פון דעם און באקומען די appointment ביים דאקטאר ,אז די אפאראציע איז געלונגען און נאך..., זיי האבן זיכער באדאנקט דעם דאקטאר אויך
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. די מעשה מיט בומי און די בילדינג אינספעקטארין וועלכע האט גערעדט אידיש איז זייער א זיסע מעשה.איך האב אויף דעם אויך עפעס צו זאגן. אבער צוערשט. א פערזענליכע עפיזאד וואס האטציך געטראפן מיט מיר אליינס...!
איך האב אויף מיין באס א זייער הויעכע פייפער. וואס מ'קען טויב ווערן, ח"ו. אבער ס'שטערט און מאכט נערוועז לכל הדיעות. איך פרוביר עס נאר צו ניצן לצורך גדול. ומעשה שהיה. איך האב מיך באנוצט מיט דעם טראמפייטער הגדול. איז געשטאנען דארט אויפ'ן סיידוואק א מענטש וועלכער האטציך אפגערעדט און מיך באוואשן. דער מענטש האט נישט אויסגעזעהן ווי א איד בכלל (אפילו נישט ווי א פרייער איד.) את חטאי אני מזכיר... איך האב איהם באוואשן מיט א זאפטיגע קללה. רופט ער זיך אן צו מיר מיט א היימישן אידיש...." ווער דו געהרג'עט, (רח"ל)...! איך בין געווארן אזוי שטארק סורפרייזט אז איך האב מיך גענומען קוילערן פאר געלעכטער...!
איך גלייב באמונה שלימה אז רוב פון די מופתים און ישועות וואס מ'פארציילט אויף די צדיקי הדורות זענען אמת ויציב. סיי אויף ר' שייע'לע מ'קרעסטיר. סיי אויפ'ן ריבניצער רבי. און סיי אויף טאהשער רבי זכר כולם לברכה...! נאר ווען איך בין דער אינספעקטאר. און ס'קומט זיך פאר דעם איד א טיקעט פאר ערנסטע ווייאלעישן'ס (ומעשים שהיו. נאר דאס איז פאר א באזונדערן אשכול.) און דער אידישער קאנטראקטאר מורמלט מיר עפעס א סגולה. וואלט איך איהם געזאגט...זכותו יגן עלינו. אבער דו באקומסט דאך א טיקעט...ענד אוו סטארי...!
נ.ב.: איך האף אז די מענטשן וועלכע האבן געוויינליך בויך ווייטאג אויף מיינע תגובות ומאמרים. ואין צורך לפורטם. כי רבים הם. (מלשון ויריבו רועי אברם עם רועי לוט) וועללן נישט קענען זיין קיין בא בטענה אז איך האב פארדרייט דעם אשכול...!
איך האב אויף מיין באס א זייער הויעכע פייפער. וואס מ'קען טויב ווערן, ח"ו. אבער ס'שטערט און מאכט נערוועז לכל הדיעות. איך פרוביר עס נאר צו ניצן לצורך גדול. ומעשה שהיה. איך האב מיך באנוצט מיט דעם טראמפייטער הגדול. איז געשטאנען דארט אויפ'ן סיידוואק א מענטש וועלכער האטציך אפגערעדט און מיך באוואשן. דער מענטש האט נישט אויסגעזעהן ווי א איד בכלל (אפילו נישט ווי א פרייער איד.) את חטאי אני מזכיר... איך האב איהם באוואשן מיט א זאפטיגע קללה. רופט ער זיך אן צו מיר מיט א היימישן אידיש...." ווער דו געהרג'עט, (רח"ל)...! איך בין געווארן אזוי שטארק סורפרייזט אז איך האב מיך גענומען קוילערן פאר געלעכטער...!
איך גלייב באמונה שלימה אז רוב פון די מופתים און ישועות וואס מ'פארציילט אויף די צדיקי הדורות זענען אמת ויציב. סיי אויף ר' שייע'לע מ'קרעסטיר. סיי אויפ'ן ריבניצער רבי. און סיי אויף טאהשער רבי זכר כולם לברכה...! נאר ווען איך בין דער אינספעקטאר. און ס'קומט זיך פאר דעם איד א טיקעט פאר ערנסטע ווייאלעישן'ס (ומעשים שהיו. נאר דאס איז פאר א באזונדערן אשכול.) און דער אידישער קאנטראקטאר מורמלט מיר עפעס א סגולה. וואלט איך איהם געזאגט...זכותו יגן עלינו. אבער דו באקומסט דאך א טיקעט...ענד אוו סטארי...!
נ.ב.: איך האף אז די מענטשן וועלכע האבן געוויינליך בויך ווייטאג אויף מיינע תגובות ומאמרים. ואין צורך לפורטם. כי רבים הם. (מלשון ויריבו רועי אברם עם רועי לוט) וועללן נישט קענען זיין קיין בא בטענה אז איך האב פארדרייט דעם אשכול...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איסר האטלקי האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:האבן מיר א דיעל מיסטער בומי? פירט זי אויס מיט סארקאזם! איך בייג מיך און דו לייג דיך און ס'וועט זיין א גרויסע ישועה...
איז זי נישט קיין אשת איש?...
איסר האיטלקי: דו ביסט א בחור...? אדער א פארצייטישער איד. נאך פון פאר'ן חרם דרבינו גרשון...?! ווייל איך בין א שדכן...לאל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
- האט שוין געלייקט: 90 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל
אביוזן ר' ישעיה'לע אויף צו טוהן אומלעגאלע מסוכנ'דיגע זאכן איז א געפערליכע עוולה.
ר' ישעיה'לעס בייגן לייגן מופתים אין אונגארן איז נישט געווען פאר פאליסלייט וואס שטעלן אפ דרייווערס וואס פארן טויזנט מייל א שעה און שטעלן אין סכנה מענטשן און צומאל קינדער. אזוי אויך נישט פאר רשלנות'דיגע ארכיטעקטן און קאנטראקטערס וואס קענען פאראורזאכן חורבנות און עס איז דא ב''ה א שטרענגע אינספעקציע פאר דעם (איך בין מסכים אמאל זענען זיי מגזים אויך..) אזוי איז זיין הייליגע צורה נישט געווען קיין שמירה פאר אומהיגיעניגע שמוציקע קיכן אדער בעקערייען וואס ווילן זיך ארויסדרייען פון אן אינספעקציע.
זיינע ווינדער זענען געווען בימים ההם ווען עס איז געווען א עולם הפקר און דם ישראל הפקר און יעדער גוי שונא ישראל וואס האט זיך געגלוסט האט זיך געקענט פארטשעפענען מיט א איד על לא דבר. איך גלייב אז דו קריגסט א טיקעט פארן רעדן אויפן סעלפאן אינמיטן דרייווען און דו לערנסט א לעסאן און פון היינט אן טוסטו דאס נישט און דו שטעלסט נישט איין לעבנס פון מענטשן דאן איז דאס אן אמת'ע מופת פון ר' ישעי' ב''ר משה, זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל קאווע שטיבל ניקס ועל כל ישראל אמן.... געב ארויף דעם סטעיק

ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאגט מיר איינער לעצטע וואך, אז זיינץ א חבר האט געשיקט אן אימעל צום גוי, זיך לייגן אדער בייגן , און דער ערל האט עס טרענזילעטעט, און איהם געריפען אין קארט פארן סטראשענען... למעשה האט ער זיך ארויסגעדרייט, נאר די אינטרעסאנטער חלק איז, ווי אזוי האט דער גוי געקענט פארשטיין וואס גאגל שרייבט דארט, עס קומט אייביג אויס פונקט פאקערט פון דער אמת...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
- האט שוין געלייקט: 90 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל
רעדנער האט געשריבן:זאגט מיר איינער לעצטע וואך, אז זיינץ א חבר האט געשיקט אן אימעל צום גוי, זיך לייגן אדער בייגן , און דער ערל האט עס טרענזילעטעט, און איהם געריפען אין קארט פארן סטראשענען... למעשה האט ער זיך ארויסגעדרייט, נאר די אינטרעסאנטער חלק איז, ווי אזוי האט דער גוי געקענט פארשטיין וואס גאגל שרייבט דארט, עס קומט אייביג אויס פונקט פאקערט פון דער אמת...
ר' ישעלה כל הכבוד
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
- ברוינשטיין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 404
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל
Re: זיך בייגן אדער לייגן! א היכי תמצא פון ביידע אינאיינעם
ספּאנטאַן אויסגעשאָסן ביים סוף, אַ פיינע חול המועד רייד.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איסר האטלקי האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:האבן מיר א דיעל מיסטער בומי? פירט זי אויס מיט סארקאזם! איך בייג מיך און דו לייג דיך און ס'וועט זיין א גרויסע ישועה...
איז זי נישט קיין אשת איש?...
איסר האיטלקי:ס'איז נישט גענוג אז זי איז נישט קיין אשת איש. זי דארף נאך וועללן חתונה האבן צו א חסיד. אויך. וויאזוי וועסטו איהר אריינברענגען קיין ראדני. נישט מיט א געדעקט שייטל. די קנאים (קרי משוגעים) אוי ווי ל. פ. וועללן דאך אראפרייסן דעם שייטל פון איהר. כדרכו. אזוי ווי ער האט געטון אין ביהמ"ד אויף ---טע עוו.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
זאפטיג האט געשריבן:אביוזן ר' ישעיה'לע אויף צו טוהן אומלעגאלע מסוכנ'דיגע זאכן איז א געפערליכע עוולה.
ר' ישעיה'לעס בייגן לייגן מופתים אין אונגארן איז נישט געווען פאר פאליסלייט וואס שטעלן אפ דרייווערס וואס פארן טויזנט מייל א שעה און שטעלן אין סכנה מענטשן און צומאל קינדער. אזוי אויך נישט פאר רשלנות'דיגע ארכיטעקטן און קאנטראקטערס וואס קענען פאראורזאכן חורבנות און עס איז דא ב''ה א שטרענגע אינספעקציע פאר דעם (איך בין מסכים אמאל זענען זיי מגזים אויך..) אזוי איז זיין הייליגע צורה נישט געווען קיין שמירה פאר אומהיגיעניגע שמוציקע קיכן אדער בעקערייען וואס ווילן זיך ארויסדרייען פון אן אינספעקציע.
זיינע ווינדער זענען געווען בימים ההם ווען עס איז געווען א עולם הפקר און דם ישראל הפקר און יעדער גוי שונא ישראל וואס האט זיך געגלוסט האט זיך געקענט פארטשעפענען מיט א איד על לא דבר. איך גלייב אז דו קריגסט א טיקעט פארן רעדן אויפן סעלפאן אינמיטן דרייווען און דו לערנסט א לעסאן און פון היינט אן טוסטו דאס נישט און דו שטעלסט נישט איין לעבנס פון מענטשן דאן איז דאס אן אמת'ע מופת פון ר' ישעי' ב''ר משה, זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל קאווע שטיבל ניקס ועל כל ישראל אמן.... געב ארויף דעם סטעיק
זאפטיג: איך בין אויף איין פעידזש מיט דיר. הרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א האט עס גוט מגדיר געווען, כלשונו. צוערשט האט מען געמאכט ר' ישעי'לע פאר אן עקסטערמינעיטאר, נאכדעים א קעיטערער. איך האב געליינט אין א ספר מי באר ישעיהו אז די גאנצע איינרעדעניש איבער לייגן דעם בילד פון ר' ישעי'לע קערעסטירער צו פארטרייבן די מייז און אנדערע שרצים ווען מ'דארף רופן אן עקסטערמינעיטאר, איז נישט מער ווי דאס. דארט ברענגט דער מלקט אז ס'איז געווען איין איינציגער פאל ווען א איד וואס האט געהאט א מאגאזין פון תבואה און די מייז האבן זיך דארט אריינגעכאפט. האט איהם ר' י"ק געהייסן לייגן זיין בילד און ס'האט געהאלפן, מ'האט געזעהן גאנצע מחנות פון מייז אנטלויפן. אבער די אלע ארומיגע מעשיות זענען הוילע פאנטאזיעס.
זיין צדקות מיט דערהאלטן ארעמע אידן מיט עסן און אויך פארשטארקן זייער אמונה, דארט איז געווען זיין גדלות.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 2
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 10:01 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
די לינק ארבעט שוין נישט. ווער קען מיך העלפן?ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עניינא דיומא
http://cloud.tapatalk.com/s/5cc21b04982 ... WA0005.mp4