אונזער מצב הפרנסה: עד שתכלה פרוטה מן הכיס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך האב שוין אסאך געשריבן וועגן דעם, דערווייל שריי איך כקול קורא, ס'קוקט אויס ווי נאר מיר קרענקט עס.

איך בין לעצטנס געווען ביי עטליכע חתונות, און ווידעראמאל מיטגעהאלטן ווי בעת מען הייבט אן צו טאנצן קומען די וועיטערערס און שמייסן אריין אין מיסט צענדליגער גאנצעטע פארציעס פון טייערע פליישן... איך וואלט מיך מחי' געווען מיט די אלע פלייש, אסאך טעלערס זענען ממש נישט געווען אנגערירט, נאר וויבאלד א פעטער איז געזיצן דארט האט מען אים אהין געלייגט א פארציע; אנדערע זענען יא געווען אנגערירט למחצה לשליש ולרביע, אבער דאס רוב עסן איז נאך איבערגעבליבן אינעם טעלער, אבער וויבאלד עס האט שוין געהאט א סימן נגיעה איז עס מער נישט ראוי צו עסן און ווערט מוקצה מחמת מיאוס, און עס באלאנגט אין גארביטש... די בל תשחית איז דאך איום ונורא, בפרט נאך אז דאס קומט פון אויסגעהארעוועטע אידישע געלט מיט בלוט! און דאס פאסירט נאכט נאך נאכט, ואין פוצה פה!!!

פארוואס האב איך זיך אצינד דערמאנט? ווייל איך טראכט אז אפשר האב איך געפינען אן עצה צו דעם פראבלעם.
איינע פון די חתונות בין איך געווען ביי א גאר מאדערנע חתונה, איינער פון מיינע נאנטסטע קאסטומערס מיט וועמען איך ארבעט שוין יארן. איך האב געמוזט גיין, כאטש כ'האב מיך נישט געשפירט צו באקוועם זייענדיג א חסידישער אחת בין שבעים מאדערנע.
די חתונה איז גראדע געווען גאר א רייכע חתונה, ער קומט פון א רייכע משפחה, און עס איז געווען צו רוקן וויפיל עס לאזט זיך, אין א הערליכן זאל. (אגב - א הערליכע אינדאר חופה, כמעט א שעה, מיט זינגער'ס און מוזיק, בעת דער גאנצער עולם האלט מיט שטיל מיט דרך ארץ - ווי אנדערש פון אונז וואס מען טוט א גאנצע טובה און מען קומט ארויס פאר 20 מינוט זיך צו פטר'ן, קוים וואס מען זינגט מיט, מען שמועסט און מען שטערט. מען קען זיך לערנען פון זיי).

עכ"פ ווען עס איז געקומען צו די סעודה, האב איך געזעהן גאר אן אנדער בילד ווי ביי אונז. בילקעלעך (נישט מער ווי עטליכע צענדליג) איז געווען ביי א זייטיגע טיש, און נאר ווער עס האט זיך געהאלטן ביים וואשן האט גענומען איינס. דערנאך איז געווען א לאנגער טיש, שיין אויסגעשטעלט מיט זופן, כל מיני פליישן און סייד דישעס, מיט סארווירער - און יעדער איז געשטאנען אין א רייע און גענומען בלויז וואס - און וויפיל - מען האט געוואלט. מאנכע האבן גענומען נאר אביסעלע, און אז מען איז נישט געווארן זאט האט מען שפעטער געקענט בעטן נאך.

איך האב געקוואלן! ס'רוב טעלערס זענען געווען אויסגעליידיגט!! כ'טראכט צו מיר, ווי אזוי איז מעגליך אז פאר אונז איז נאך נישט איינגעפאלן אזא איידיע?
דאס קען זיין א דורכברוך ביי אונזערע חתונות אויכעט, ווייל נישט יעדער ברויך א פולע פארציע מיט כל מיני מטעמים ומעדנים!

די שאלה איז נאר צי מיר האלטן זיך ביים טוישן און אזוי ארום אפקומען ביליגער? אדער גייט מען ווייטער נישט טוישן די מסורה מיט קיין זיז כל שהוא און זיך נישט אפלערנען פון די מאדערנע רח"ל?

וואס זאגט דער עולם???
וירח ה' את ריח הניחוח
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

עצות זיך צו שפארן געלט, קען נאר העלפן פאר דעם אידיווידואלן ארימאן ל"ע וואס זיכט עצות אדורכצושטיפן די טעגליכע הוצאות. אבער פאר א סאסייעטי בכלליות, קען פארמינערן אירע הוצאות גארנישט טוהן איר צו מאכן רייכער, פארקערט אסטעריטי מאכט די סאסייעטי ארימער. ווען יעדער שפארן זיך געלט, איז יעדער ארימער.

אודאי דארף יעדער מענטש פראבירן צו פארמערן זיינע הכנסות די מקסימום וואס איז שייך. אבער אויך נישט דאס איז עפעס וואס פלאגט אונזער סאסייעטיס עקאנאמי בכלליות. מיר פארדינען אלע זייער שיין, אין עווערעדזש מער ווי א גויישער פארדינער, און הגם מיר פעלן איטעלעקטואלן ווי דאקטורים און לויערס, פארדינען נאך אונזערע היימישע עמעזאן סעללערס און ריעל עסטעיט בראוקערס, עניטיים אזויפיל.
דאס איז חוץ די מיליאנען דאללערן דוטי פרי הכנסות, וואס פליסן במחננו, ווי אידיוידואלע און מוסדות פראגראמען, ווי אויך די פילע קהל'ישע און שנאר ארגעניזעציעס מיט זייערע איינגעשטעלטע, וואס לעבן א חיים טובים אינטערן טיש. הכלל עס איז נישטא צופיל מער וואס מען קען נאך טוהן צו נאכמער פארמערן אונזער סאסייעטיס הכנסות.

נאר וואס יא? די איינציגסטע שוואכקייט וואס אונזער עקאנאמי פארמאגט, איז די צאל דיפענדענטס אויף אירע פארדינער. איך וועל פראבירן עס מסביר זיין. אין א נארמאלע געזונטע מאדערנע עקאנאמי, ארבייטן די צוויי עלטערן און האלטן אויס זייערע פיר קינדער, ווי אויך באצאלן זיי טעקסעס אוסצוהאלטן די עלטערע, קראנקע, און סתם ארימעלייט, דאס הייסט אז די ratio פון די פארדינער צו די וואס דארפן צוקימען צו זיי איז מאקסימום איין פארדינער צו פיר דיפענדענטס. איינמאל א מענטש פארדינט מער ווי עס קאסט אוסצוהאלטן פיר מענטשן, איז ער א נגיד, ער האט שוין איבעריג געלט צו קענען קויפן א קאר, הויז, און א מעקבוק.

משא"כ ביי אונז דארף איין טאטע אויסהאלט זיין ווייב און זיבן קינדער פלאס די עלטערע, קראנקע, כלי קודש, גרים, און די ארץ ישראל'דיגע משולחים, דאס הייסט אז די ratio ביי אונז פון פארדינער צו דיפענדענטס שטייט ביי איין פארדינער צו מינימום צען דיפענדענטס. דאס הייסט אז ביי אונז צו האבן איבעריג געלט צו קענען הייסן א נגיד און קענען עפארדן א יוקאן, ברויך מען צו פארדינען צווי און אהאלב מאל אזוי סאך ווי א עווערעדזש גוי. נו א וואונדער אז דער עולם קרעכטצט?

נו וואס איז אויף דעם די עצה פרעגט איר?! אה, עס איז דא א אויספראבירטע מיטל וואס אייגענטליך דער מיטל האט באוויזן ארויפצוברענגען די אלע פארגעשריטענע עקנאמיעס צו דעם שטאפל ווי זי האלט יעצט, און מען באנוצט זיך נאך מיט דעם עד היום הזה אין די דריטע וועלט מדינות זיי ארויסצוברענגען פון פאווערטי.

עס הייסט ב.ק.
ואידך פירושא זיל גמור.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

סתם נאריש גערעדט. מיר ווייסן מאן דיהיב חיי יהיב מזוני און תינוק בא לעולם ופתו בידו ,אלע פון אונז קענען גענוג מענטשן מיט 2-3 קינדער וואס מוטשן זיך פאר פרנסה ווס. אנדערע מיט6-7 קינדער וואס מאכן ברייט פרנסה.

א שיעור אין בטחון/אמונה וואלט דיר נישט געשאדט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך אויך האט געשריבן:מיר ווייסן מאן דיהיב חיי יהיב מזוני און תינוק בא לעולם ופתו בידו

פאר יור אינפא, מענטשן באנוצן זיך מיט דעם חז"ל ווי כאילו מען האט ליגן מיליאנען אין באנק סאו וואס קערסטו, אבער פשוט פשט איז אז די מאמע באקומט מילך צו זייגן ווען דאס קינד ווערט געבוירן, און גארנישט מער.
די איינציגסטע אויפטו פון דעם תינוק וככר בידו איז טאקע פאר די וועלכע באקומען פוד סטעמפס, און תיכף ווען דאס קינד ווערט געבוירן באקומט מען א העכערונג, כאטש אין גראסערי קאסט דערווייל גארנישט מער (פאר א זייגעדיג קינד, כ'רעד נישט פון די וועלכע נעמען פארמולע).
און דער מאמר מאן דיהיב חיי יהיב מזוני (עכ"פ אויף דעם סגנון הלשון) האט נישט קיין מקור אין חז"ל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זעהט אויס ווי דער מלבי''ם און דער רבי ז''ל האבען נישט געוויסט וואס דו ווייסט אז עס האט נישט קיין מקור.

העי עס איז אפילו א בפירושע שמעקי איי איי וואס א יאר אין ק''ש קען טוהן מיט א מענטש..

אבער ווייסטו וואס, דער ''כל מזונותיו של אדם קצובים לו מראש השנה ועד יום הכפורים חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו"ט והוצאת בניו לתלמוד תורה שאם פחת פוחתין לו ואם הוסיף מוסיפין לו'' (מס' ביצה/ביעה דף ט"ז עמ' א') איז דיר נישט גענוג?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

זאג. די ווייסט נאר וואס די ווילסט?
פון אסור לשמש בשנת רעבון איז דיר נישט געשמאק צו רעדן. דיינע אמונות טפילות שמעקן דיר בעסער. כ'הער, און כ'פארשטיי. אבער וואס דרייסטו אריין דעם חובת הלבבות דא?
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

מניעת הריון.
זאכן וואס מען טאר נישט אויסזאגן ביז די חתונה, שרייבט ביי אונז מיט ר"ת.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שמעקעדיג האט געשריבן:קיין וואונדער אז סאטמאר רב האט נישט גורס געווען דעם גאנצן ענין פון כוללים.

ס'האט מיר פארציילט א איד א בן שבעים, אז בשעתו האט ער געהאט א חבר וועלכע האט געוואלט גיין אין כולל, און זיין רייכע שווער איז געווען גרייט אים אויסצוהאלטן, אבער דער רבי האט בשום אופן נישט מסכים געווען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ווי אזוי ס'גויאישט זיך אזוי אידישט זיך. פונקט היינט איז דער אשכול ארויפגעשווימען אויף אייוועלט נאך א לאנגע תקופה פון אפוועזנהייט....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איסר האיטלקי: לשיטתך. ווער זענען דא די אידן. און ווער זענען די גויים...?!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אונזער מצב הפרנסה: עד שתכלה פרוטה מן הכיס

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וויל איך דא פרעגן דער עולם. מ׳זאגט אז עס איז געפערליך, די געלט געיעג פשוט צו דעקן די חודש בארויבט יעדעם פון יעדער ברעקל פון ישוב הדעת, מ׳קען נישט דאווענען און מ׳קען נישט לערנן. לאמיר זען צו דאס איז טאקע אמת. די גבירים וואס דו קענסט, די באזעסענע מענטשן וואס פארדינען מער ווי זיי דארפן, זיי דאווענען עפעס בעסער, זיי לערנען עפעס מער ווי אנדערע? מיינסט טאקע אז טאמער די לעבן וואלט געווען ביליגער און מ׳וואלט זיך געלערנט א פאך געהעריג וואלט מען גענוצט די איבעריגע צייט אויף גוטע זאכען, אדער ח"ו פארקערט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אוודאי נישט און מען וואלט פארברענגט די צייט צו שרייבן אויף קאוועשטיבל. און אונזער פליכט איז צו שפילן גאט און מאכן זיכער אז אנדערע חלילה קומען נישט אן צוטוהן דאס וואס מיר דמיון'נען זיי וועלן טוהן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אונזער מצב הפרנסה: עד שתכלה פרוטה מן הכיס

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וועלכע איז שפילן גאט, טוישן די סיסטעם אדער לאזען וואויל גיין?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

שליחה דורך זאפטיג »

איך האב נארוואס געליינט דעם קעפל נאכנישט געהאט געדולד און ישוב הישוב אדרוך צו לעזן אלע תגובות. עס זעהט אויס שיין. איך האב שוין לאנג געוואלט שרייבן איבער דעם וועל איך יעצט אביסל שרייבן אויל המשך יבוא

מיין עקספיריענס האט מיר געוויזן אז דער גרעסטע פראבלעם פון פרנסה ביי מיר און מיינע היימישע חברים איז MONEY MISMANAGEMENT
איך וועל אביסל שרייבן בקיצור

אמאל
נישט גענדיגט דעם חודש
געווען שולדיג גמח'ן
געווען שולדיג גראסעריס
גענוצט נישט ריספאנסיבל קרעדיט קארדס
געהאלטן און איין בארגן פון חברים משפחה
געגעבן געלט צו צדקות וואס איך האב געמוזט מער ווי מעשר
געקויפט מתנות העכער פון מיין באדז'עט און געשאלטן
געארבעט אסאך מער ווי מען האט מיך באצאלט UNDEREARNED
געלט וואס איז אריין איז געפלויגן אין סעקונדעס אין וואסער אריין

היינט
מיט כמעט דער זעלבע באדזעט ווי פריער!!
אויסגעצאלט גמח'ן
נישטא גראסעריס אויפשרייבן
קרעדיט קארד נאר פאר ביזנעס
יעדער חודש ווערט אפגעצאלט חלקים פון אלטע חובות
איך ווער נישט דעשראקן צי זאגן פאר מיין פארטיי , ביהמ''ד וכו' אנטשלודיגט איך האב יעצט נישט צי געבן
איך קען אויף א געזונטע אופן זאגן אנדערהיים דאס קען איך יעצט יא קויפן דאס נישט..
זייער א קלארע קאנטראקט מיט מיין בעה''ב און ווער עס נוצט מיין סערוויסעס קען איך קלאר און רואיג מאכן א געהעריגע פרייס ליסט
יעדער אגורה / סענט פון אינקאם האט א גענויער אדרעס . כך וכך פאר ביסנעס עקספענסעס און כך וכך פאר וועקעישן און פאר חובות, פסח , חתונה פאליסיס וכו'

ווי אזוי?

אסאך זאכן געטוהן און טוה נאך ווייטער
צום ערשט וועל איך דא ארויף ברענגן דעם ביכל וואס האט געהאט א ריזיגע חלק צו טוישן מיין לעבן. אויך אן עקספיריענס פון א מענטש. איך בין גאר שטארק מציע דאס צו ליינען


https://www.amazon.com/Earn-What-You-De ... 0553572229

המשך יבוא אם הזמן ירשה
דערוויייל ווער עס וויל קען זיך פארבינדען מיט מיר באישי
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וויל איך דא פרעגן דער עולם. מ׳זאגט אז עס איז געפערליך, די געלט געיעג פשוט צו דעקן די חודש בארויבט יעדעם פון יעדער ברעקל פון ישוב הדעת, מ׳קען נישט דאווענען און מ׳קען נישט לערנן. לאמיר זען צו דאס איז טאקע אמת. די גבירים וואס דו קענסט, די באזעסענע מענטשן וואס פארדינען מער ווי זיי דארפן, זיי דאווענען עפעס בעסער, זיי לערנען עפעס מער ווי אנדערע? מיינסט טאקע אז טאמער די לעבן וואלט געווען ביליגער און מ׳וואלט זיך געלערנט א פאך געהעריג וואלט מען גענוצט די איבעריגע צייט אויף גוטע זאכען, אדער ח"ו פארקערט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איינס פרעגט נישט אפ די צווייטע. ס'דא ניסיון העוני און ניסיון העושר, א יעדע איז באזונדער אין זיין פלאץ.

איך גלייב אז רוב מענטשן האפן כאטש צו דעקן די חודש רואיגערהייט כדי ס'זאל זיין אביסל הרחבת הדעת. ס'איז לאו דווקא אז די דבר והפיכו איז עוני און עושר.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

זייער קלאר וואלווי. ביידע נעמען אוועק דעם קאפ און מוח.

פונעם עני פעלט הרחבת הדעת און פונעם עושר ישוב הדעת.

הרחבת הדעת אינאיינעם מיט ישוב הדעת איז א ברכה צו וואס אפי' עשירים זענען נישט זוכה.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'דאך שוין אן אלטע מחלוקת צווישן די צדיקים צו אידן דארפן זיין רייך אדער ארעם. האט איינער פון די צדיקים געזאגט אז ער האט א ראיה אז אידן דארפן זיין רייך, ווייל אויב די נסיון העושר איז טאקע אזוי געפערליך, וואלט שוין דער בעל דבר זיכער געמאכט אז אלע אידן זאלן האבן געלט...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

שליחה דורך זאפטיג »

האט עטס שוין אמאל געהרט ווי דער ליובאוויטשער פרעגט ביי א פאברענג ווער וויל זיך נעמען אויף זיך דעם נסיון העושר. דא האט איר א רעקורדירונג . דאכט זיך מיר אז גוטניק איז געווען איינער פון די דריי מענטשן וואס האבן געהויבן דער פינגער

https://www.dropbox.com/s/27euzovfm4jr8 ... 9.mp4?dl=0
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
הייליגע קאקאש קעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

שליחה דורך הייליגע קאקאש קעיק »

יעצט ווען מען שטייט שוין אפאר יאר שפעטער און גארנישט איז נישט געטוישט אויב יא נאר ערגער, און אפילו די וואס האבן געמיינט אז קורונא וועט עס טוישן האבן אויך שנעל אוועקגעלייגט זייער געקראכטע באלאן, פרעג איך אויב איינער האט א עצה וואס גייט ארבעטן נישט קיין יחדיו\תקנות\כח יחיד וכד', א געהעריגע פלאן וואס גייט מאכן א רעוואלוציע, האט איינער?
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:יעצט ווען מען שטייט שוין אפאר יאר שפעטער און גארנישט איז נישט געטוישט אויב יא נאר ערגער, און אפילו די וואס האבן געמיינט אז קורונא וועט עס טוישן האבן אויך שנעל אוועקגעלייגט זייער געקראכטע באלאן, פרעג איך אויב איינער האט א עצה וואס גייט ארבעטן נישט קיין יחדיו\תקנות\כח יחיד וכד', א געהעריגע פלאן וואס גייט מאכן א רעוואלוציע, האט איינער?
לייג אריין יעדע חודש $200 פער קינד אין די s&p און טאטש עס נישט ביז די מאכסט חתונה די קינד וועסט האבן ניינציג אלפים עים צו חתונה מאכן.

ווען מען לייגט אריין 200 א חודש פאר אכצן יאר מיט א עווערידזש פון 7 פערסענט אינטרעסט שטייט מען ביי ניינציגK נאך אכצן יאר
מען דארף זיך נישט דערשרעקן ווען די מארקעט קראכט ווייל היסטאריקלי איז עס אלעמאל צוריקגעקימען מיט ריבית
דאס איז די איינציגסטע רעאליסטישע מהלך פון חתונה מאכן די קינדער
יא איך ווייס אז די סיסטעם איז שילדיג און מען דארף תקנות וכו למעשה אם אין אתה לך אף אחד לך
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

כיהודה ועוד לקרא איז די וואך דא א אינטערוויו אין עמי מעגעזין מיט קעווען א׳ליערי המכונה מר. ווינדערפול, וואס ער זאגט דארט אז ער האלט 40 פראצענט פון זיינע אינוועסטמענטס אינעם s&p
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
פארשפארט