אז מ'רעדט פון "קומזיץ" קען איך נישט זיצן אזוי אינדרויסן
,
מיימון זייער שיין באשריבען, אבער דאס וואס די שרייבסט אז די מאטיווען פון די רבנים קומען אלץ מוחאה צו די איבריגע הנאת עוה"ז וואס אזא קומזיץ טוט רעפלעקטירען זעהט נישט אויס צו זיין ריכטיג,
וויליאמסבורג איז א דוגמא ווי א ערליכע בעה"ב האט נישט קיין פראבלעם צו הנאה האבן פון עוה"ז , צי מיט'ן שיינעם שטריימעל, אויפגעריסענע חתונות און אנדערע מסיבות,באקוועמע קאר, הויז און קאנטרי, א גיט שטיקל פלייש פון איינע פון די באקאנטע רעסטאראנטען , א וואקאציע און פלארידא און נאך...., וואס עפעס דא האבן זיי זיך דערמאנט?
און זייט ווען איז אזא קומזיץ א פשוט'ן תאוה , אז א מענטש האט הנאה פון עפעס מאכט עס נישט קיין הנאת עוה"ז , אז א מענטש שפירט אז עס נעמט עם ארויס פון זיין געווענטליכע לעבנסשטייגער און מאכט עם פארגעסן אביסל פון די מיטשענישען און דאגות און העלפט עם אביסל זיך קאנצעטרירען אויף רוחניות און ווארימקייט צו עבודת השם ווערט נישט אנגעריפען סתם תאוות עוה"ז , און בפרט ווען ס'קומט נאך מיט א שיעור חיזוק ,
זייער פראבלעם איז, אז ביי זיי ווי מער נעגעטיוו מען איז אלץ מער ערליך איז מען און נעגעטיוויטי שפיגלט אפ ביי זיי א ערליכע יוד ,
איז כל זמן מען ווייקט זיך אין הנאות און איבריגע באקוועמליכקייטן בלויז לשם הנאה איז נישט קיין פראבלעם ,
אבער ווען מען ברעגט אריין רוחניות , יודישקייט און א פאזיטיווע אטמאספערע כאפט זיי די קדחת ווייל זיי האבן מער גארנישט וואס צו פארקויפען פארן עולם ווייל קיינער דארף מער נישט זייעער זויער פנים מיט פארקנייטשטע שטערן.