געווענליך ווען איך זע די סקאנדאליעזע באריכטן איבער "בייעס" פון דעם "ניו יארק טיימס" לטובת די פאלעסטינער קאסט מיר א שמייכל די נאאיווקייט פון די שרייבער און פון זייערע פעלערהאפטיגע "רידינג קאמפרעהענשאן" פעאיגקייטן. אבער יעצט האב איך געזען א באריכט פון "קאמערא" - א פרא-ישראלישער ארגאניזאציע וואס רופט זיך ווי די "קאמיטע פאר פינקטליכקייט אין מיטלן מזרח באריכטונגען אין אמעריקע", און וועלכן זיי צייגן אן א שטארק פאלעסטינער-גענויגטן העדליין אין דער אינטערנאציאנאלער אויסגאבע פונעם "ניו יארק טיימס", פון פארגאנגענעם מיטוואך.
לויט דעם העדליין קוקט אויס אז ישראל האט צוערשט אטאקירט עזה, און אין ערשט אין רעאקציע האט כאמאס צוריקגעשלאגן.
איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?
דער אשכול פארמאגט 137 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן