קאמענטארן אויף אונטערשריפטן
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
[tag]הקטן[/tag] אינטערשריפט:
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
מיט דעם אלעמען איז ער אליינס נאכאלץ נישט קיין גלויביגער!
:In his work Mind and Cosmos, Nagel notes that he is an atheist, writing
I confess to an ungrounded assumption of my own, in not finding it possible to regard the design alternative as a real option. I lack the sensus
divinitatis that enables—indeed compels—so many people to see in the world the expression of divine purpose as naturally as they see in a
smiling face the expression of human feeling
https://www.mbird.com/2014/10/these-are ... mas-nagel/
He had no religious upbringing, but regards himself as a Jew
ער איז שטארק באיינפלוסט געווארן פון וויטגענשטיין און בערנארדט וויליאמס פילאסאפיע. זיי ביידע זענען קיין גרויסע ״יראי שמים״ נישט געוועהן... ליידער ליידער!
כאטש האלט ער זיך פאר א אידיש קינד - א שטיקל נחמה׳לע אין א אידישע נשמה׳לע...

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
שבת אחים האט געשריבן:[tag]הקטן[/tag] אינטערשריפט:
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
מיט דעם אלעמען איז ער אליינס נאכאלץ נישט קיין גלויביגער!
דאס איז עקזעקטלי די פוינט! - די ווערטער קומען פון איינעם וואס איז א שטארקער אטעאיסט, ער האט אבער די קוראזש, און זיין אמת מיט זיך, אפן און שרייבן
I want atheism to be true
ווייניג קענען זיך אזוי גוט.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
במחילת כבודו איז ער ווייט פון גערעכט. רוב אינטעלעקטן זענען קיין גלייביגע עכ״פ אין די לעצטע צוויי דריי הונדערט יאר צוריק זיכער זינט מענטשן האבן אנגעהויבן טראכטן מיט לאגיק. און וואס מעהר די וועלט האט געטראכט אלץ ווייניגער האבן זיי געגעלייבט...
אפשר זאגסטו מיר פון וועמען ער רעדט? געב מיר נאר פינף גרויסע חכמים וואס האבן געגלייבט אין די מאדערענע ערא און איך וועל דיר פאר יעדען וואס דו ברענגסט געבן 300 חכמים וואס האבן נישט געגעלייבט.
וואס גערעכט? ווען גערעכט???
בכלל נישט גערעכט! אבסולוטי נישט!
אפשר זאגסטו מיר פון וועמען ער רעדט? געב מיר נאר פינף גרויסע חכמים וואס האבן געגלייבט אין די מאדערענע ערא און איך וועל דיר פאר יעדען וואס דו ברענגסט געבן 300 חכמים וואס האבן נישט געגעלייבט.
וואס גערעכט? ווען גערעכט???
בכלל נישט גערעכט! אבסולוטי נישט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
שבת אחים האט געשריבן:במחילת כבודו איז ער ווייט פון גערעכט. רוב אינטעלעקטן זענען קיין גלייביגע עכ״פ אין די לעצטע צוויי דריי הונדערט יאר צוריק זיכער זינט מענטשן האבן אנגעהויבן טראכטן מיט לאגיק. און וואס מעהר די וועלט האט געטראכט אלץ ווייניגער האבן זיי געגעלייבט...
אפשר זאגסטו מיר פון וועמען ער רעדט? געב מיר נאר פינף גרויסע חכמים וואס האבן געגלייבט אין די מאדערענע ערא און איך וועל דיר פאר יעדען וואס דו ברענגסט געבן 300 חכמים וואס האבן נישט געגעלייבט.
וואס גערעכט? ווען גערעכט???
בכלל נישט גערעכט! אבסולוטי נישט!
some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
most intelligent מיינט נישט רוב וואס זענען intelligent
בכלל רעד ער פין וועם ער זעלבסט קען, קען זיין דו קענס מער אדער אנדערע, איז מיט וואס פינקטליך, איז ער נישט גערעכט?
ער קען חברה וואס זענען זייער זייער intelligent און זענען religious believers
דא רעדט מען פין אזאלכע וואס טאמעס-נעגל קען זיך מיט, און פין זיינע חברה איז דאס ממש די סמעטענע (טאמעס איז נישט קיין צייטאנג שרייבער, ער איז א גאר טיפער דענקער)
וועסטו וועלן זאגן יא זיי זענען intelligent אבער ס'פעלט זיי פשוט ידיעות, זאגט ער ניין! זיי זענען well-informed people זיי ווייסען נאך וואס א שבת אחים ווייסט, און דאך, אדער אפשר דערפאר, זענען זיי religious believers
קענען אביסל ענגליש קען ארויסהעלפן
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
וואלווי האט געשריבן:ה' יספור בכתוב עמים, ביינערי קאוד איז רעכטס אויף לינקס, קומט אויס אז ס'איז דא 01 מענטשען אויף די וועלט, דע וואס פארשטייען נישט אדער יא
וואלווי: ס'זעהט אויס אז מהר"א מקר"י שליט"א קען אויכעט ביינערי קאוד. ווייל ס'איז מרגלא בפומיה..."ווער ס'פארשטייט, פארשטייט"...איז ער 01... און ווער ס'פארשטייט נישט איז 00. לפי פשוטו. און לפי מדרשו...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לאז אפ טאמעס נעיגעל, די שאלה איז וואס ווילסטו זאל זיין אמת, און צו האסטו די קוראזש און אויפריכטיקייט עס צו מודה זיין...
טאמעס נעיגעל האלט נישט אז וואו באלד ער וויל זייער אז עטיאיזעם זייל זיין גערעכט, זענען זיינע מסקנות נישט valid
אויבערפלעכליך, עס-יאזשעל
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
הקטן האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:במחילת כבודו איז ער ווייט פון גערעכט. רוב אינטעלעקטן זענען קיין גלייביגע עכ״פ אין די לעצטע צוויי דריי הונדערט יאר צוריק זיכער זינט מענטשן האבן אנגעהויבן טראכטן מיט לאגיק. און וואס מעהר די וועלט האט געטראכט אלץ ווייניגער האבן זיי געגעלייבט...
אפשר זאגסטו מיר פון וועמען ער רעדט? געב מיר נאר פינף גרויסע חכמים וואס האבן געגלייבט אין די מאדערענע ערא און איך וועל דיר פאר יעדען וואס דו ברענגסט געבן 300 חכמים וואס האבן נישט געגעלייבט.
וואס גערעכט? ווען גערעכט???
בכלל נישט גערעכט! אבסולוטי נישט!
some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
most intelligent מיינט נישט רוב וואס זענען intelligent
בכלל רעד ער פין וועם ער זעלבסט קען, קען זיין דו קענס מער אדער אנדערע, איז מיט וואס פינקטליך, איז ער נישט גערעכט?
ער קען חברה וואס זענען זייער זייער intelligent און זענען religious believers
דא רעדט מען פין אזאלכע וואס טאמעס-נעגל קען זיך מיט, און פין זיינע חברה איז דאס ממש די סמעטענע (טאמעס איז נישט קיין צייטאנג שרייבער, ער איז א גאר טיפער דענקער)
וועסטו וועלן זאגן יא זיי זענען intelligent אבער ס'פעלט זיי פשוט ידיעות, זאגט ער ניין! זיי זענען well-informed people זיי ווייסען נאך וואס א שבת אחים ווייסט, און דאך, אדער אפשר דערפאר, זענען זיי religious believers
קענען אביסל ענגליש קען ארויסהעלפן
יא אז ער רעדט נאר פון מענטשען וועמען ער קען פערזענליך, קען טאקע מעגליך זיין אז ער דרייט זיך אין שומר שבת אדער אין מאנרא...
איך רעדט פון אלע קלוגע מענטשען וואס האבן געטוישט די וועלט. רוב גרויסע סייענטיסטן, פילאסאפערס און intellectuals וואס זענען באוואוסט
רובא דרובא זינט דארווין׳ס צייטן זענען קיין גלייביגע.
ממילא זעה איך נישט וואס איז בכלל דא צו נתפעל ווערן פון זיין סטעיטמענט. סאיז אייביג דא רעליגעזע מענטשען אפילו צווישן די קלוגסטע מענטשען- ספעציעל אויב דער יעניגער איז אזוי נתחנך געווארן און אויפגעוואקסן גלויביג... וואס איז שוין די ביג דיעל אז ער האט געטראפן אפאר מענטשען וואס גלייבן?
אפילו זיי זענען קלוג מיינט עס גארנישט ווייל רוב קלוגע מענטשען אין די מאדערנע צייטן גלייבן נישט אין גארנישט וואס מקען נישט אויפווייזן סייענטיפיש און אז א קליינע מיעוט פון אינטעלעקטולס זענען גלויביג איז געדרינגן אז וואס פונקטליך????
לאמיר שוין הערן פון וועמען מ׳רעדט דא? מקען שוין מיינען.
ממילא זעה איך נישט בכלל וואס ער איז אזוי אנטציקט אז א מיעוט קלוגע מענטשען זענען געבליבן גלייבן נאכדעם וואס אונז מענטשען האבן אלע געגעלייבט פאר צענדליגער טויזנטער יאהרן. קיין גרויסע חידוש איז עס זיכער נישט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שליח
- ידיד השטיבל
- הודעות: 167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
- געפינט זיך: th dimension'∞
- האט שוין געלייקט: 459 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל
שבת אחים האט געשריבן:יא אז ער רעדט נאר פון מענטשען וועמען ער קען פערזענליך, קען טאקע מעגליך זיין אז ער דרייט זיך אין שומר שבת אדער אין מאנרא...
זיכער אזוי! האסט נישט געוואוסט? נעגל (ע"ש הלחש הידוע "וויפיל נעגל אויפן דאך") איז א פלאטשיגע אפגעריסענע שוטה מיט א פלאכע ביבער היט און פארשטאפטע נאז, זיין IQ איז ארום 83 (כמנין נג"ל) אין די גוטע טעג. איך באגעגן אים יעדע 12 אזייגער פארטאגס עסן פת שחרית אין די ראדני שטיבלעך אונטן.
לידיעתך, איז Thomas Nagel פון די טיפזיניגסטע פילאזאפער אין אונזער דור. צווישן זיינע פילע אויסצייכענונגען האט ער אויך באקומען דעם Rolf Schock פרייז אויף לאגיק און פילאזאפיע, וואס ווערט באטראכט ווי דער נאבעל פרייז. זיין נאמען קומט אויף יעדן shortlist פון אינפלוסרייכע פילאזאפער, אינטעלעקטועלן און שרייבער פונעם 20-21'סטן יארהונדערט. (איך האלט אז ער האט מער ארגינעלע געדאנקען ווי שאופענהויער, למשל, אבער אויף דעם קען מען שוין מחולק זיין).
ער איז קלוגער פון דיר, און די מיט וועמען ער דרייט זיך זענען קלוגער פון דיר. סארי עבאוט דעט.
די סארט צמצום און פארמאכטקייט וואס מאכט איינעם נישט קענען פארנעמען אז אסאך פיל קלוגערע ווי אים זענען רעליגיעז, מאכט א צווייטן האלטן אז דער אהבת ישראל איז געווען דער גרעסטער צדיק מימות משה רבינו. צומאל איז עס אפילו דער זעלבער מענטש.
דאס אז געוויסע גאר קלוגע זענען רעליגיעז איז נישט קיין הוכחה למציאות הבורא, (פונקט ווי פארקערט איז נישט קיין ראי' אויף פארקערט), עס צייגט אבער אז רעליגיע איז נישט קיין בלויזע נארישקייט, און נעיגעל איז גענוג אויפריכטיג און אומאראגאנט דאס צו אנערקענען.
פונקטליך וויפיל קלוגע און גרויסע זענען רעליגיעז אדער נישט איז נישט די נושא, גענוג (מיס)אינפארמאציע דערוועגן דרייט זיך אויפן געוועב. די פאולסטערס (לשני הצדדים) נוצן גוט אויס די inherent ambiguity וואס ליגט אין אזעלכע טערמינען ווי "קלוג", "גרויס", "רעליגיעז", און "גלויבן". און דאס איז שוין חוץ פון די logical fallacies וואס קומען אלעמאל מיט מיט אזעלכע שאלות, (פיל רעליגיעז גענויגטע קלוגע ווערן גלחים, טעאלאגיקער, אדער רבנים, קלענער מאכנדיג די שאנסן צו ווערן סייענטיסטן, רעליגיעזע סייענטיסטן טרעפן אן מער שטרויכלונגען אויפן וועג צו ווערן גרויס, וכו' וכו'). אבער סיי וויאזוי איז די סטעיטמענט אז דו קענסט טרעפן 300 אטעאיסטן צו יעדן רעליגיעזן אויסטערליש גוזמא'דיג, כדרכך.
יעצט, איך האב זייער ליב גוזמאות. בפרט היינטיגע צייטן, אונטערן ממשלה פון פרעזידענט טראמפ יר"ה, זענען גוזמאות און ווילדע סטעיטמענטס כמעט בגדר דינא דמלכותא. אבער לתועלת הענין, צו קענען פירן ריכטיג א שמועס, איז כדאי צוצושטעלן אויך די ריכטיגע פאקטן. לדוגמא שרייבנדיג אז קעגן יעדע שלעכטע פרוי איז פארהאן דריי טויזנט שלעכטע מענער, (נאכן שרייבן אז קיינע שלעכטע פרויען האבן בכלל נישט עקזיסטירט, הגם דארט האלטסטו מיר פאר אז איך ווייס נישט וואס מיינט רוב), וואלט גוט געווען צוצולייגן א שטערנדל, און שרייבן פון אונטן אז די פונקטליכערע סטאטיסטיק איז, לויט די ערגסטע (און לכאורה אומריכטיגע) שאצונגען, 9 מענער קעגן יעדע פרוי. אזוי אויך דא, וואלט שיין געווען צוצולייגן, אז לויט געוויסע פאולסטערס זענען די סייענטיסטן וואס גלייבן נישט אביסעלע מער ווי העלפט, (און לויט אנדערע, זענען די איבערוויגנדע מערהייט מאמינים).
מיט "גרויסע" סייענטיסטן מיינסטו אפשר נאבעל פרייז געווינער? דאן כאפ א בליק.
שבת אחים האט געשריבן:ממילא זעה איך נישט וואס איז בכלל דא צו נתפעל ווערן פון זיין סטעיטמענט.
וויזשניצע עובדות און ניגונים זענען דען יא אינטערעסאנט פאר יעדן?
פאר [tag]הקטן[/tag] איז געווען אינטערעסאנט דער סטעיטמענט, ווי אן אטעאיסט בעל שיעור קומה איז זיך מודה בגילוי לב, האט ער עס גענומען אלס אינטערשריפט. ביסט נישט נתפעל? איז נישט. ליין עס נישט. וואס איז דא צו טענה'ן אזויפיל אהין און צוריק?
אגב, מיר עס געווען מערקווירדיג. ייש"כ הקטן.
(איך בעט איבער אלע חברים, פארוואס איך שרייב אזוי שארף ברבים. ס'איז נישט מיין דרך, אבער שבת אחים האט מיר געבעטן אין אישי כ'זאל אים "צופיצלען זיינע תגובות", כלשונו, האב איך אים א טובה געטון.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
- שליח
- ידיד השטיבל
- הודעות: 167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
- געפינט זיך: th dimension'∞
- האט שוין געלייקט: 459 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל
הדסים האט געשריבן:איך בין זייער פרייליך אז אזויפיל "אידן" האבן באקומען די נאבעל פרייז, אבער זיי גלייבן נישט אין גארנישט. (אפשר איינצעלנע).
די קריסטן זענען לכאורה בערך די זעלבע.
ערשטענס, תינח אידן, מיינט אויך א פאלק אדער עטנישע גרופע. וויפיל אומגלויביגע קענסטו וועלכע רופן זיך קריסטן?
אבער באמת איז דאס שוין א צאמגעשטעלטע ליסטע. מער דעטאלירט איז עס צוטיילט אין Shalev, Baruch Aba. 100 Years of Nobel Prizes, כדלהלן.
ווילט איר מיר זאגן אז אזעלכע וואס רופן זיך evangelical אדער Greek orthodox גלייבן באמת גארנישט? nice try.
רעכן אלע אידן אלס אינם מאמינים, בלייבן מאמינים פארט די לענדסלייד רוב.
צווייטנס, אין אידן זענען אויך נאר אריינגערעכנט אזעלכע וואס גלייבן אין 'עפעס' לכה"פ (א שיין חלק פון זיי), אדער וואס רופן זיך אידן און האבן קיינמאל נישט געזאגט אז זיי גלייבן נישט. אלע וואס האבן נאר סיי ווען במשך זייער לעבן זיך באצייכנט אלס אומגלויביגער, אגנאסטיקער אדער פריידענקער זענען צוזאמען 10.4 פראצענט.
אגב, איז אינטערעסאנט אז אין די סייענסעס, ווי פיזיקס און ביאלאגיע, איז עס פיל ווייניגער ווי 10 פראצענט. נאר די מאס אינם מאמינים אין ליטעראטור הייבט דעם סך הכל.
אמת טאקע אז מ'קען נישט פונקטליך מעסטן די זאכן, ווי איך האב שוין בארירט אויבן. אבער רעכן העלפט פון אלע אידן, קריסטן, און אנדערע וואס פאררופן זיך גלויביגע אלס אינם מאמינים, זענען די מאמינים 45%, כמעט העלפט. און דאס איז שוין נאכדעם וואס מ'גלייבט זיי נישט אויפן ווארט, וואס ברענגט נאר ארויס די prejudice אז נאבעל פרייז געווינער קענען נישט זיין גלויביגע.
נאכאמאל, איך זוך נישט אריינצוגיין אין די שאלה. איבער אינטעליגענציע בכלל (נישט נאר ביחס צו רעליגיע) זענען ברייט פארשפרייט פילע לופטיגע און הוילע טענות, שאין כאן מקומם. מיר פערזענליך וואלט נישט געשטערט ווען בלויז 10 פראצענט נאבעל פרייז געווינער זענען גלויביגע. איך האב עס נאר געברענגט צו ווייזן ווי אומנארמאל גוזמא'דיג עס איז די סטעיטמענט אז מ'קען טרעפן 300 אטעאיסטן קעגן יעדן גלויביגן (דהיינו אז די מאמינים זענען 0.3% ).
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
כ'זע דא איז דא א גאנצע דין ודברים איבער די חכמי העולם און וואס זיי גלייבען אדער נישט.
קודם פון די סטעיטמענט פון טאמאס נעגל זעט מען דאך אז נאר א מיעוט פון זיינע אינטעליגענטע חברים גלייבען, והא ראי' ער דרוקט זיך אויס SOME, איז אויב זאל מען אננעמען אז ער איז טאקע אזא חכם און ער דרייט זיך מיט חכמים, און אויב איז די סטעיטמענט א ריכטיגע איז דאך א ראיה אויף פארקערט אז רוב חכמים זענען נישט גלייביג. די וואונדער פון נאגעל איז הלמאי ס'איז דא א מיעוט חכמים ואס גלייבען יא, ס'טייטש לשיטתיה אז רעליגיע איז ממש טפשות איז פארוואס איז דא אפילו א מיעוט חכמים וואס גלייבען יא?
נו אויף דעם מוז מען צוקומען צו די מסקנא אז רעליגיע איז נישט אינגאנצען טפשות נאר רוב טפשות. כ'מיין אז דאס איז נישט קיין גוטע נייעס פאר א מאמין.
אלא מאי מוז מען על כרחך זאגען אז מיר רעכענען זיך נישט מיט נאגעל'ס חכמים.
בכלל איז טאמעס נעגל'ס וואונדער בכלל נישט אזא קשיא. צווישען חכמים קענסטו טרעפן אלע מיני סארטן נארישע מיינונגען און דעות. ווייל א מענטש איז א חכם מיינט נאכנישט אז יעדע מחשבה זיינע איז חכמה. נאר אויב רוב חכמים האלטן א געוויסע מיינונג מצד זייער חכמה, דעמאלטס קען מען אננעמען אז חכמה דיקטירט כך וכך. אבער די בלויזע פאקט אז ס'איז דא חכמים וואס גלייבען עפעס דארף גארנישט מיינען, פונקט ווי דאס אז ס'איז דא פילע חכמים רייכענען מיינט נישט אז רייכערן אז א קלוגע זאך.

"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
[left]I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers. It isn’t just that I don’t believe in God and, naturally, hope that I’m right in my belief. It’s that I hope there is no God! I don’t want there to be a God; I don’t want the universe to be like that.[/left]
”(”The Last Word” by Thomas Nagel, Oxford University Press: 1997)”
― Thomas Nagel
נעגל איז נישט ציפרידען פין גדליה'ס, נחמה, ער איז נאך אלץ uneasy מיט זיין מיינאנג און איז שוין גארנישט אזוי זיכער אז זיי רעדען טפשות, ווייסט פארוואס ווייל די חברה זענען some of the most intelligent and well-informed people I know
גדליה, SOME מיינט נישט א מיעוט ס'מיינט א חלק
דע מדיבר איז קיינמאל נישט געווען וואס די המון-עם האלט
ער רעדט נישט פין קיין מספר, זעט אויס ס'איז אים זייער ווייניג נוגע די מספר , די מעסעס זענען רוב מאל געווען wrong אין היסטערי אפילה די געלערענטע
למען האמת [tag]גדליה[/tag], ס'קיט אויס ביסט אויך אביסעל uneasy מיט דיין נחמה
קוק וואו די העדשעד דיין תגיבה:
גדליה האט געשריבן:... אויב זאל מען אננעמען אז ער איז טאקע אזא חכם
... און ער דרייט זיך מיט חכמים,
... און אויב איז די סטעיטמענט א ריכטיגע איז דאך א ראיה אויף פארקערט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:די וועלט זאגט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער לעצטער.
יואליש טענה'ט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער שטילסטער.
טאמבל סאס, לעומתו, ארגומענטירט: לאכן לאכט דער וואס לאכט אפילו ווען קיינער זעהט נישט.
ואני אומר : לאכן לאכט דער וואס לאכט.
מאנכע טענה'ן "דער וואס לאכט דער לעצטער... טראכט דער שטייטסטער"...
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
המלוכה והממשלה האט געשריבן:במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
הדא הוא דכתיב: וּבָא אִישׁ מִסְכֵּן חָכָם וּמִלַּט הוּא אֶת הָעִיר בְּחָכְמָתוֹ וְאָדָם לֹא זָכַר אֶת הָאִישׁ הַמִּסְכֵּן הַהוּא... (קהלת ט,טו)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: קאמענטארן אויף אונטערשריפטן
ראשעקאל האט געשריבן:איך האב ליב וואס "קליגער איד" שרייבט אין זיין אונטערשריפט:אויב האט קיינער נישט קיין טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!
“Those who seek to please everybody, please nobody.”
Aesop.
“There is only one way to avoid criticism: do nothing, say nothing, and be nothing.”
Aristotle.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
יואב האט געשריבן:וויאזוי קען מען איגנארירן יאיר'ס אונטערשריפט?
נאט אייך.
כִּי אֱוִיל עַמִּי, אוֹתִי לֹא יָדָעוּ. בָּנִים סְכָלִים הֵמָּה, וְלֹא נְבוֹנִים הֵמָּה; חֲכָמִים הֵמָּה לְהָרַע, וּלְהֵיטִיב לֹא יָדָעוּ. ~ ירמיהו הנביא (ד כב)
מקובלני שנבואה הזה נפלט מפיו של ירמיהו בעת שהראהו הקב"ה דור דור ודורשיו והגיע לתקופת החרדים בעקבתא דמשיחא
מיט דעם קען מען אויך אפשר זאגן אז אונז טרעפן מיר אין סנהדרין כא. אז יונדב די חבר פון אמנון איז געווען א חכם לרשעה/להרע (ע״ש במהרש״א). יונדב האט געגעבן אן עצה פאר אמנון ווי אזוי צו פארגוואלדיגן תמר (און נאכדעם האט אמנון זיך ארויסגעדרייט פון נעמען פאראנטווארטליכקייט דערויף וכו׳). דאס קען אפשר האבן אן אנאלאג צו דאס וואס מ׳טענה׳ט אז די חרדי׳שע פירערשאפט גיבט דאס מעגליכקייט (עכ״פ אינ׳ם עבר) פאר מאנכע צו פארגוואלדיגן (קינדער) און זיך ארויסדרייען פון די קאנסעקווענצן.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לגבי רביה״ק׳נס חתימה, איבער הרב קוק זצ״ל׳ס (בקובץ ח משמונה קבצים סימן רד) טיפע ווערטער בנוגע די הגדרה פון די צוויי סארטן אפיקורסים, האב איך געטראכט אז מ׳קען אפשר צושטעלן דערצו א געדאנק.
דהיינו, א חלק פון וואס הרב קוק זצ״ל זאגט איז אז איין סארט אפיקורס [סבה השפלה] איז דער וואס איז כופר מחמת חומריות ותאוות, און אין דעם גייט אריין (בדרך כלל) די יצר פון די כופרי אוה״ע. משא״כ די אנדערע סארט [סבה הרוממה] איז די וואס זענען כופר מחמת א (סארט בחינה פון א) רוחניות׳דיגע דראנג און זענען עולה במדריגה צו שנעל און צופיל אויפאמאל, וואס אין דעם גייט אריין די יצר פון די כופרי ישראל. און וויבאלד די כפירה ישראלית הרוממה קומט פון א העכערע פלאץ איז דאס שווערער צו בייקומען און וועגן דעם פאר א כופר ישראל זאל מען נישט ענטפערן (לכאורה מיינט ער עכ״פ נישט יעדער איינער; נאר איינער וואס איז פונקט אין אזא הויכע מדריגה בשכליות/רוחניות כנגדו), משא״כ צו די כופר אוה״ע וואס איז פון גרינגערע מקור ע״ש.
אין ליקוטי מוהר״ן (ח״א תורה סד) זאגט ער אויך אז עס זענען דא צוויי מיני אפיקורסות. דאס ערשטע קומט פון חכמות חיצוניות וואס דאס קומט בעצם ממקור האלקות ביי בריאת העולם (וכעין האחוריים של חכמה דקדושה בתניא פ״ח), און אויף דעם איז אפשר להשיב תשובה. דערנאך איז דא אן אפיקורסות וואס קומט פון חכמות וואס זענען באמת נישט קיין חכמות [זיי זענען פאלשע דילעממאס]. זיי קומען פון דעם חלל הפנוי בעת בריאת העולם וואס פון דארט האט הקב״ה כביכול מצמצם געווען אז עס זאל נישט זיין (ממש/כמעט) אלקות (הגם עס איז בעצם יא דא דארט אויך). און אויף די אפיקורסות איז נישט שייך אפצוענטפערן (הגם בעצם איז דא אויף דעם א תשובה אויך), און אידן דארפן אריבערגיין איבער די כפירה פון דעם ענין חלל. חוץ פון א צדיק בבחינת משרע״ה וואס ער קען יא אראפגיין אהין און האנדלען/אפענטפערן די סארט כפירה. (וע״ש אז ער איז מאריך דארט אז די חלל האט נישט מיט דיבור ווייל ס׳איז נישט א (געהעריגע) חלק פון די בריאה, וואס וועגן דעם איז די כפירה אזוי שווער, ווייל נאר מחשבה אליין איז העכער פון דעם. דאס רירט שוין אן אין וואס איז אויסגעשמועסט געווארן אין די אשכול בענין קשר בין מחשבה לדיבור.)
קען מען בדרך אפשר גמור זאגן אז די צווייטע סארט כפירה וואס הרב קוק זצ״ל דערמאנט, די כפירה ישראלית וואס קומט מחמת תשוקה לרוחניות, איז מקושר צו די צווייטע סארט כפירה וואס דער ליקוטי מוהר״ן דערמאנט וואס קומט פונ׳ם חלל הפנוי, וואס פון דארט פעהלט רוחניות, וממילא וויל די נשמה פונ׳ם איד דאס אנפולן (כעין הצדיק וואס קען זיך יא ספראווען דערמיט) ובא לכפירה וואס אויף דעם קען מען נישט (געהעריג) ענטפערן.
(מ׳קען זאגן פארקערט אז די אידישע כפירה קומט פון די ערשטע סארט וואס די ליקוטי מוהר״ן דערמאנט, ווייל דאס האט בעצם יא א שייכות מיט רוחניות וכו׳. און דעמאלטס ווערט א שטיקל סתירה בענין צו מ׳קען יא ענטפערן דערויף צו נישט. אדער אז אין די ערשטע סארט כפירה וואס די ליקוטי מוהר״ן דערמאנט ליגן די צוויי סארטן כפירות וואס הרב קוק זצ״ל דערמאנט.)

ספרא דמרא האט געשריבן:אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות
Why you shouldn't fear death
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that