חרדישע קאסטעדי קעיסעס אין די ענגלישע פעמילי קאורטס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
הירץ אייכל גומפרץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

חרדישע קאסטעדי קעיסעס אין די ענגלישע פעמילי קאורטס

שליחה דורך הירץ אייכל גומפרץ »

מיר וועקן זיך טעגליך אויף צו סטאריס אין די ניוז פעיפערס העדליינס איבער סעלעבריטי דיווארסעס. דיווארסעס צווישן סעלעבריטיס ציען זיך אריין אין מיליאנען אין קאסט און ווערן אויסגעקעמפט אין די געריכט הייזער ביי די בעסטע און די שענסטע וואס די פעמילי קאורט לאו דעוויזשען האט פארצושלאגן - לויערס וואס טשארדזשן £275 א שעה מינימום און בעריסטערס וואס פארדינען צווישן א מיליאן און א מיליאן אהאלבן פונט איאר. ווייניג אבער ווייסן אז די חרדים - יא די זעלבע וואס שרייען כלו לנו הכסף - נוצן די זעלבע געזעץ פירמעס און בעריסטערס וואס די רייכסטע רוסישע אויליגארכן, ענגלישע פרינצן און האליוואד סעלעבריטיס קענען זיך עפארדן. פרעגט זיך א קשיא נאר, פון וואו ערלויבן זיי זיך עס? ווער פינאנצירט דאס און ווער [נאך] פארדינט דערפון?

ממילא ווען מען רעדט פון רייכע אינדיווידועלס איז איין זאך אבער דא רעדט מען פון פלעינע פאמיליעס וואס ווערן געהאלפן פון עסקנים מיט מאכערס אונטערן שלייער פון ארגענאזאציעס מיט אזעלכע פאני נעמען ווי עזר ליולדות און ביקור חולים וואס שלעפן ווארשיינליך ארויס די געלטער מצד אחד פון אונזערע קעשענעס ביי כל מיני טיי אווענטס און קאמפיינס און מצד שני דורכן עמבעזלען די לאקאלע גאווערנעמענטס אונטערן אנשטעל פון אלע ערליי גרענטס כדי צו העלפן די "נויטבאדערפיגע". דאס אלעס איז נאך א האלבע צרה אבער די בושה וחרפה און חירופים וגידופים וואס זיי מאכן אונז אן אין די גויאישע ערכאות בשמנו איז דאך א וועלטס-געשריי. עס איז אזא עפידעמיק געווארן אז ווען איר גייט ארום אין די ענלישע קאורט הייזער וועט איר שטענדיג געפונען חסידישע אידן זייט ביי זייט מיט פעדזשאמעטע מוסלעמענער - געס וואט ביידע ארגומענטירן (קרעדיט קאך-לעפל) מער ווייניגער עלאנג די סעים ליינס: מיר ווילן לעבן אין א דעמאקראטיע אבער ס'זאל נישט אפלייען צו אונז.

אקארשט ווייס איך פון צוויי קעיסעס, איינס א גערע און א צווייטע א סאטמערע אוואו די חרדים אין סטעמפארד הילל פרובירן אוועקצוכאפן די קינדער פון זייערע טאטעס און זיי לאזן זיך צאלן הון תועפות מיט אזעלכע פירמעס און בעריסטערס וואו די פאלגנדע (אינטרעסאנט אז בשעת ווען די וועמען די חרדים קעמפן אנטקעגן נוצן ע"פ רוב אידישע און צומאל אפילו שומרי תורה ומצות ברויכן די חרדים אנקומען צו פאלנע גוים, איירישע און קאטאליקן, צו מאכן די פוינט אז נאר זיי זענען די עכטע אידן, ה"י צו די חילול השם):

https://www.1kbw.co.uk/barrister/deborah-eaton-qc/
https://1gc.com/barristers/profile/alison-ball-qc
https://36group.co.uk/members/je
http://www.qeb.co.uk/lucy-stone-qc-2/
https://www.4pb.com/barrister-profile/e ... h-coleman/
https://www.collyerbristow.com/
https://goodmanray.com/
https://www.gnlaw.co.uk/
https://www.4pb.com/barrister-profile/ruth-kirby/
https://www.bindmans.com/
https://www.familylaw.co.uk/news_and_co ... -barrister
https://www.4pb.com/barrister-profile/n ... -fairbank/

ezer.jpg


ליינט אביסל איבער די קעיסעס וואס פון די אויבנדערמאנטע האבן ליטיגעיטעד, צווישן זיי פרינצעסן דייענע.

די גרויסע וויץ איז אבער אז די אלע געלטער איז געווארפן אין מיסט אריין ווייל זיי כאפן מפלות איינס נאכאנאנדערס, פארוואס? ווייל די געזעץ איז נאך אלעם די געזעץ און ווי ביוראקראטיש ס'איז נאר איז עס נאך אלץ מיט מער חסדים ווי די קארופטירטע בתי דינים. איינע פון די קעיסעס ציט זיך שוין זעקס יאר (געדענק 9 מיליאן £ פאר איין באריסטער אליינס) און ס'האט זיי געהאלפן א מכה מיט א רעטעך.איינעם, זענען די קינדער ביים טאטן יעדער אנדער שבת, מיט א מינימום פון תנאים, האלב פון די ימים טובים און האלידעיס און דער אנדערער איז עבאוט צו געווינען פול קאסטעדי פון די קינדער, און א איבערטויש פון די קינדער ארויס פון די חרדישע מוסדות צו אידישע סקולס ווי זיי וועלן עקשולי לערנען עפעס.

מער דעטאלן וועט נאכפאלגן. ווער ס'האט נאך אינפא ווערט געבעטן מיטצוטיילן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום הירץ אייכל גומפרץ, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הירץ איכל גומפרץ:כ'פארשטיי נישט. דיין הויפט נקודה דא איז, אז ס'דרייען זיך א סאך היימישע קעיסעס אין פעמילי קאורט. און דאס קאסט שווערע סכומים. און פון וואו נעמט מען די שווערע געלטער. אויב נישט פון אומ'יושר'דיגע שנאר קאמפעינס...!

איז, וואס איז מיר א נפקא מינה אויב די ליטיגעישן פירמעס זענען אידישע אדער גוי'אישע...?! דו מיינסט מסתמא ארויסצוברענגען אז זיי נוצן און פארשווענדן שווערע, צוזאמגעשנארטע געלטער פאר די טייערסטע בארריסטער פירמעס. פיין. מ'דארף דאס טאקע חוקר ודורש זיין. און אפשטעללן. צי זיי זענען אידיש אדער גוי'איש איז א גאנץ קליינע נפקא מינה...!

איך קען נישט די מציאות (רעאליטי) אין ענגלאנד. אויב ס'איז פארהאן גענוג אידישע/היימישע לאו פירמעס וועלכע האבן א צוטריט צו די קאורטס. אזוי ווי אין אמעריקע..!
הירץ אייכל גומפרץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך הירץ אייכל גומפרץ »

דאס איז סתם א זייטיגע באמערקונג. וואס מיינען זיי די דזשאדזשעס טראכטן ווען זיי זעען אז בשעת ווען די צד הבוגד ווערט פארטרויטן דורך אידן ווערן זיי פארטרויטן דורך קריסטן און ווייסעך ווער. אז קאנטערערי צו זייערע טענה זענען זיי מסתמא די ווייטסטע פון אידישקייט וואס נאר.

אידישע געזעץ פראקטישענערס ווילן זיי נישט אננעמען צוליב זייער דיסיטפול נאמען וואס זיי האבן זיך שוין איינגעהאנדלט אין יעדן פעלד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הירץ אייכל גומפרץ, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הירץ אייכל גומפרץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך הירץ אייכל גומפרץ »

א דריטע קעיס איז יעצט אין די היי קאורט ווי די רעדע איז איבער א סאטמערע-סלאנימע פרוי וואס האט זיך אפגעשיידעט מיט איר א"י אימפארטירטע מאן פאר א ענגלישמען, א טעראפיסט, וואס האט געארבעט מיט זי פאר ביקור חולים. די עסקנים האבן איבערגערעדט אלע קינדער חוץ איינע, די קליינע צו אפהאקן מיט די מאמע. די קליינע האט די מאמע צוערשט מצליח געווען צו קריגן פול קאסטעדי און זי ארויסנעמען פון די היימישע מוסדות אריין צו אן ארטאדאקסישן מוסד. שפעטער נאך לאנגע יארן פון אויסמיטשען, אריין און ארויס פון בית-משפט, ווי די שטייגער פון חרדים איז, האט זי פון גרויס מאטערניש אויפגעגיבן דער פראנט (און דער קינד איז צוריק צום טאטן) און זיך גענומען צו די פינאנציעלע אספעקט. דא האט זי מצליח געווען אין אויפווייזן אז די טאטע האט אפגעשווינדלט די שטאט און נישט נאר וואס די הויז איז אירע נאר ער האט אויך ליגנט געזאגט און באצאלט פאר זיין אייגענע הויז (מארטגעדזש) מיט געלטער געשנארעט פון האוזינג בענעפיטס בשעת ער איז גאר געווען רייך און געמאכט געלט פון פראפערטיס. אבער ווארט, ס'ענדיגט זיך נישט דא. נאכוואס די קאורט האט געפסקנט דער מאן דארף צוריק באצאלן פאר די שטאט £315,000 דורכדעם וואס מען וועט פארקויפן די הויז, איז פלוצלונג ארויסגעשווימען די געלט פלעט און אלץ איז געקאווערט געווארן, כדי צו אויסמיידן א סעיל, ביי וועם? יא, ביי די זעלבע וואס א טאג פריער האבן געוויינט צום ציבור איז די מצב איז ממש שמאל און אויב פארפליכטעט זיך נישט יעדער שוין מיט ח"י פונט וועט מען דעם נעקסטן זמן ברויכן שפארן די חדר...

צווישן זיינע ווערטער האט די היי קאורט ריכטער זיך אויסגעדרוקט ביי די קעיס: “To be confronted by a plan of this nature which, on the evidence, is common practice amongst esteemed and respected religious and community leaders, is one which must cause very great concern to any court seeking to administer the law and the process of justice and legal remedy in this country if not elsewhere.

אין פרייע איבערזעצונג: צו געוואויר ווערן איבער א סטראטעגיע פון אזא פראפארציע, וואס איז לויט ווי עס ווייזט זיך ארויס, געווענליכע פרעקטיס (דבר הנהוג) ביי די מערסט חשובסטע און ארויפגעקוקסטע רעליגעיזע און קהילה פירער, איז עפעס וואס ברויך אויפברענגען גרויס זארג צו סיי וועלכע קאורט וועמענס תפקיד איז צו אפלייען די געזעץ, א תהליך פון יוסטיץ און לעגאלע תקנות און סעלושענס אין אונזער מדינה, ווייל אויב נישט אין אונזער מדינה איז וואו דען?
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

כבוד ר' הירץ איכל גומפרץ:
איז די מעשיות וואס דו פארציילסט געווען איינע פון די מעשיות וואס מען האט געמאכט פאר זיי א שנאר קאמפיין בערך צוויי יאר צוריק ווען דער ראחמיסטריווקא רבי און נאך זענען געקומען צו פארן צום גרויסע קאמפיין ?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמחה'לע קאפשטיק: דו קענסט זיין רואיג אז יא. איך רעד שוין נישט פון מענטשן וועלכע שלעפן גרויסע סכומים פון די ממשלה דורך קרומע וועגן. נאר מ'קומט צום היימישן עלם און מ'מאכט א געוואלד אז די קינדער וועללן ח"ו פארפאללן ווערן אויב מ'געט נישט די שווערע טויזנטער. אדער אז די משחה וועט זיך ח"ו צופאללן. און די זעלבע מענטשן גייען און פארשווענדן טויזנטער דאללערס אדער פונט אויף שטותים והבלים. וואס די מענטשן די נדבנים וואלט זיך קיינמאל נישט ערלויבט...!

איך האב אויפגעהערט צו גלייבן אין די אלע רעש'יגע ..."עמערדזשענסי קאמפיינס"... ביי דעם קעיס פון די יאפאנעזער בחורים...! כאטש די עסקנים ווי דער חיד"ו זענען ערליכע מענטשן וועלכע האבן עס אמת'דיג געמיינט...!
פארשפארט