אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
הודעות: 20420 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:
שליחה
דורך berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 24, 2018 11:25 pm
אבטולמוס האט געשריבן: א וואך נאכדעם וואס דער "המודיע" איז איבערגעמאכט געווארן, סעפטעמבער 17, איז ערשינען
א FAQ איבער דעם נייעם אויסשטעל , וואו די רעדאקציע האט געענטפערט עטליכע פראגעס פון די לייענער. עס האט מיך פארדראסן די אראגאנץ און צינישקייט וויאזוי די רעדאקציע האט דא געענטפערט. קיין שום פראפעסיאנאלע רעדאקציע רעדט נישט אזוי צו אירע לייענער!
ראובן: איך ליין עס נישט לעצטנס. (דאס איז מיין ווייב'ס קדשי קדשים. אן דעים קענמען קיין שבת נישט מאכן. אבער אפשר איז עס טאקע נישט מער ווי אן אילוזיע. אויב ס'איז אזוי ווי זי זאגט . אז די רעדוקציע איז נישט מער ווי 3%. אפשר איז די ספעיסינג מער צוזאמגעקוועטש. און ס'איז נישט דא די גרויסע ריווחים בין פרשה לפרשה. דאס איז אמאל מער ווי די סייז פון די פאנט...!
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
הודעות: 20420 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:
שליחה
דורך berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 24, 2018 11:31 pm
ונבנתה העיר האט געשריבן: מו"ר ר' שמוטער שיחי' איז די וואך אריינגעפאלען מיט א נוצרישען קעפל - Dust to dust.
ונבנתה העיר: ס'איז אייגנטליך א פסוק. .."כי מעפר לוקחת. ואל עפר תשוב"...!
נאר ווייל די נוצרים האבן עס אויפגעכאפט. פונקט אזוי ווי זיי האבן א וועלט בארימטן מאמר.. אז דער וועג צום גהינום איז אויסגעפלאסטערט מיט גוטע כוונות...! דאס איז דאך אן אייגנארטיגער מוסר השכל. אז א מענטש קען נישט זיין קיין היפאקריט. און טענה'ן מיינע כוונות זענען געווען גוטע. אפילו די מעשים זענען נישט גוט...! אויף דעם איז דא א חסיד'ישע טייטש אויפ'ן פסוק ..."בטח בה' ועשה טוב"...! דו זאלסט טאקע האבן ביטחון אין השי"ת. אבער דיינע מעשים דארפן אויכעט זיין גוט...!
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
הודעות: 20420 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:
שליחה
דורך berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 24, 2018 11:38 pm
ונבנתה העיר האט געשריבן: בערל, עס האט מיר גראדע גענומען א צייט צו קומען צום טעם, ער האט אן אייגנארטיגע מהלך [מסתמא האט עס אן אפיציעלע נאמען], ער שטעלט זיך נישט אוועק זאגן 'דזשאוקס', ער שרייבט כאילו אראפ וואס ס'לויפט איהם דורך בשעת'ן קלאצן, ער קען רעדן און רעדן און גארנישט זאגן, אויך באנוצט ער זיך כסדר מיט פאנס - פון דיינע פעיוואריטס.
ונבנתה העיר: די פאנס האביך טאקע ליעב צו ליינען און הערן. אבער צומאל ברענגט ער א גאנצע מעשה און ער שילדערט א מצב. און ס'פרעגט זיך די פראגע..."מ'קען שוין לאכן"...! ווען מ'ליינט א גוטן דזשויק אדער א הומאריסטישע שילדערונג פון א געוויסן מצב, קענמען קוילערן פאר געלעכטער...! און ביי מר. שמוטטערער'ס ארטיקלען איז דאס אין 90% נישט דער פאל...!
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
הודעות: 3795 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
שליחה
דורך ונבנתה העיר » מוצ"ש מערץ 24, 2018 11:50 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: ונבנתה העיר האט געשריבן: מו"ר ר' שמוטער שיחי' איז די וואך אריינגעפאלען מיט א נוצרישען קעפל - Dust to dust.
ונבנתה העיר: ס'איז אייגנטליך א פסוק. .."כי מעפר לוקחת. ואל עפר תשוב"...!
נאר ווייל די נוצרים האבן עס אויפגעכאפט. פונקט אזוי ווי זיי האבן א וועלט בארימטן מאמר.. אז דער וועג צום גהינום איז אויסגעפלאסטערט מיט גוטע כוונות...! דאס איז דאך אן אייגנארטיגער מוסר השכל. אז א מענטש קען נישט זיין קיין היפאקריט. און טענה'ן מיינע כוונות זענען געווען גוטע. אפילו די מעשים זענען נישט גוט...! אויף דעם איז דא א חסיד'ישע טייטש אויפ'ן פסוק ..."בטח בה' ועשה טוב"...! דו זאלסט טאקע האבן ביטחון אין השי"ת. אבער דיינע מעשים דארפן אויכעט זיין גוט...!
דער מקור איז טאקע פון פסוק, אבער דער לשון איז פון די תפלה הידועה earth to earth וכו'.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה : אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » מיטוואך מאי 08, 2019 4:05 pm
קומענדיגע וואך פאנגט המודיע אהן ארויסקומען מיט א נייעס מעגעזין
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » דאנערשטאג מאי 09, 2019 9:00 am
.
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » דאנערשטאג מאי 09, 2019 9:02 am
המודיע און דער איד דריקן ביי די זעלבע פרינטינג קאמפעני. זעהט אויס אז זיי האבן א גוטע דיל אויף מעגעזין פעיפער און דערפאר זענען ביידע געגאנגען צו מעגעזין סטייל