חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

שליחה דורך מי אני »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די אלע וואס פארן אפ, איז עס נאר ווייל אונזער סאסייעטי שפייט זיי אויס, זיי טרעפן זיך נישט דאס פלאץ צווישן אונז. פארשטייט זיך אז ווען זיי וואלטן געהאט "די ריינע אמונה" וואלטן זיי געבליבן דא בלית ברירה, אבער אזויווי זיי זענען נאר דא ווייל זיי פילן זיך באקוועם דא, איז די מינוט וואס ס'ווערט זיי צו ענג האבן זיי שוין נישט קיין שום סיבה דא צו בלייבן.

כדבריך. אויך פון דארט.
IMG_4499.jpg

Sent from my iPhone using Tapatalk
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קיינער פארט נישט אפ פון קשיות, איך דריי מיך שוין ארום מיט קשיות און אפיקרוסישע מיינונגען פון די אכצן יאר און איך בין נאכנישט אפגעפארן. די אלע וואס פארן אפ, איז עס נאר ווייל אונזער סאסייעטי שפייט זיי אויס, זיי טרעפן זיך נישט דאס פלאץ צווישן אונז. פארשטייט זיך אז ווען זיי וואלטן געהאט "די ריינע אמונה" וואלטן זיי געבליבן דא בלית ברירה, אבער אזויווי זיי זענען נאר דא ווייל זיי פילן זיך באקוועם דא, איז די מינוט וואס ס'ווערט זיי צו ענג האבן זיי שוין נישט קיין שום סיבה דא צו בלייבן.

קיינער פארט נישט פון קשיות והא ראי׳ איך בין נאכנישט אפגעפארן וכו׳.

פתח ב"קיינער" וסיים ב "איך"....

איי איך קען דאך איבער גענוג מענטשען וואס האבן פארלאזט אידישקייט נאר ווייל זיי גלייבן נישט דערינען און האבן קשיות???

אלא מאי וועט מען מוזן איינזעצן אז אלע וואס זענען אפגעפארן זענען פשוטע בעלי תאווה ווייל והא ראי׳ איך בין נאך דא.

א גוטע נאכט. סאיז צייט זיך צו לייגן און בייגן נאכן זיך אנפרעסן לכבוד התנא...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שבת אחים האט געשריבן:איך קען דאך איבער גענוג מענטשען וואס האבן פארלאזט אידישקייט נאר ווייל זיי גלייבן נישט דערינען און האבן קשיות???

וויפיל מענטשן קענסטו וואס די לעבן האט געשמייכלט צו זיי, און אלעס איז געפארן על מי מנוחות, זיי האבן געהאט געלט, כבוד, גוטע שלום בית, געלונגענע קינדער, שיינע שידוכים, און מיט דעם אלעם האבן זיי אפגעמאכט אלעס אפצולאזן און גיין וואוינען אין יאפיסוויל? אפילו אויב ס'איז דא אזא מין זאך, איז עס ממש יחידים.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך קען דאך איבער גענוג מענטשען וואס האבן פארלאזט אידישקייט נאר ווייל זיי גלייבן נישט דערינען און האבן קשיות???

וויפיל מענטשן קענסטו וואס די לעבן האט געשמייכלט צו זיי, און אלעס איז געפארן על מי מנוחות, זיי האבן געהאט געלט, כבוד, גוטע שלום בית, געלונגענע קינדער, שיינע שידוכים, און מיט דעם אלעם האבן זיי אפגעמאכט אלעס אפצולאזן און גיין וואוינען אין יאפיסוויל? אפילו אויב ס'איז דא אזא מין זאך, איז עס ממש יחידים.

הייסט די תאוות האלטן זיי ביי אידישקייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בת קול, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך קען דאך איבער גענוג מענטשען וואס האבן פארלאזט אידישקייט נאר ווייל זיי גלייבן נישט דערינען און האבן קשיות???

וויפיל מענטשן קענסטו וואס די לעבן האט געשמייכלט צו זיי, און אלעס איז געפארן על מי מנוחות, זיי האבן געהאט געלט, כבוד, גוטע שלום בית, געלונגענע קינדער, שיינע שידוכים, און מיט דעם אלעם האבן זיי אפגעמאכט אלעס אפצולאזן און גיין וואוינען אין יאפיסוויל? אפילו אויב ס'איז דא אזא מין זאך, איז עס ממש יחידים.

אמת ויציב, עכ"פ לפי הנראה לעינים. דאך, וואלסטו געדארפט צו לייגען צום רשימה פונ'ם גוטער לעבן, נישט נאר חיצוניות'דיגע גוטס, נאר אויך גייסטישע צופרידענע לעבן, ווייל א שטארקע שטיפ אויף אפצוהאקן יודישקייט איז אינערליכע אומצופרידענהייט, און ס'קען גאר זיין אז דאס איז נאך א שטערקערע פעקטאר ווי די גשמיות'דיגע אומצופרידענהייט.

עכ"פ דער מענטש איז נישט באקוועם. די נסיון העוני, גייסטיש און פיזיש וואס איז מעביר א מענטש מדעת קונו, איז פול שטערקער פון נסיון העושר ווען מ'לעבט א גוט טאג און דאך ווערט מען אן אפיקורוס, וואס דאס איז זעלטן.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

בת קול האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך קען דאך איבער גענוג מענטשען וואס האבן פארלאזט אידישקייט נאר ווייל זיי גלייבן נישט דערינען און האבן קשיות???

וויפיל מענטשן קענסטו וואס די לעבן האט געשמייכלט צו זיי, און אלעס איז געפארן על מי מנוחות, זיי האבן געהאט געלט, כבוד, גוטע שלום בית, געלונגענע קינדער, שיינע שידוכים, און מיט דעם אלעם האבן זיי אפגעמאכט אלעס אפצולאזן און גיין וואוינען אין יאפיסוויל? אפילו אויב ס'איז דא אזא מין זאך, איז עס ממש יחידים.

הייסט די תאוות האלטן דיי ביי אידישקייט.

למעשה אזוי איז עס. תאוות זעטיגט א מענטש און ער איז רואיג.

א געזונטע סעודה לייגט א שמייכל אויף א מענטש. און ווען מ'איז פארהונגערט בלאזט מען.

וכן לשאר תאוות...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כ'וואלט עס נישט גערופן תאוות, ס'איז מער אן ענין פון באקוועמליכקייט. און אין דעם ווענדט זיך אלעס, באקוועמליכקייט האלט ביי אידישקייט, און באקוועמליכקייט מאכט אוועקגיין פון אידישקייט. אבער צו ס'איז יא אדער נישט דא א גאט גייט קיינעם נישט אן קיין כי הוא זה, ס'איז בכלל נישט די נושא, ס'איז אלץ גוט זיך צו מתווכח זיין בין כותלי בית המדרש ותו לא מידי.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'וואלט עס נישט גערופן תאוות, ס'איז מער אן ענין פון באקוועמליכקייט. און אין דעם ווענדט זיך אלעס, באקוועמליכקייט האלט ביי אידישקייט, און באקוועמליכקייט מאכט אוועקגיין פון אידישקייט. אבער צו ס'איז יא אדער נישט דא א גאט גייט קיינעם נישט אן קיין כי הוא זה, ס'איז בכלל נישט די נושא, ס'איז אלץ גוט זיך צו מתווכח זיין בין כותלי בית המדרש ותו לא מידי.

איך בין מסכים מיט דיר. אבער ס'קען אמאל זיין איינער וואס פארלירט זיין אמונה, און דאס מאכט איהם אומבאקוועם זיין לעבן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'דא איבער גענוג כולל אינגעלייט און כלי קודש וועלכע זענען האלבע אדער גאנצע אפיקורסים, און לאמיר זיך נישט נארן, דער מחבר פון די דרייצן עיקרים איז אויך נישט געווען פון די גרעסטע מאמינים. און צווישן מיר און דיר, ווען די רע בנים זאלן ווען באמת גלייבן אין שכר ועונש וואלטן זיי זיך אנדערש אויפגעפירט... נאר וואס דען? אז די לעבן גייט גוט דארף מען זיין א שוטה זיך אלעס חרוב צו מאכן וועגן אזעלכע נארישקייטן, ס'איז נאר די חברה וועלכע האבן סייווי נישט וואס צו פארלירן וואס פארן אפ בפועל. ס'מן הסתם דא אזעלכע חברה וואס געבן אלעס אויף נאר וועגן די קשיות, אבער זיי זענען ממש יחידים.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך קען דאך איבער גענוג מענטשען וואס האבן פארלאזט אידישקייט נאר ווייל זיי גלייבן נישט דערינען און האבן קשיות???

וויפיל מענטשן קענסטו וואס די לעבן האט געשמייכלט צו זיי, און אלעס איז געפארן על מי מנוחות, זיי האבן געהאט געלט, כבוד, גוטע שלום בית, געלונגענע קינדער, שיינע שידוכים, און מיט דעם אלעם האבן זיי אפגעמאכט אלעס אפצולאזן און גיין וואוינען אין יאפיסוויל? אפילו אויב ס'איז דא אזא מין זאך, איז עס ממש יחידים.

גענוג און נאך...

דו האקסט אין קאפ אריין.

מסתמא די לעצטע הונדערט יאהר זענען ״מיליאנען״ אפגעפארן פון אידישקייט וועגן זיי האבן אויפגעהערט צוגלייבן. מיליאנען מיט א גרויסע מ...

וואס רעדסט?

יחידים??? מיליאנען!

רבי איד איר מאכט ליצנות פון זיך אליינס... פשוטו כמשמעו... רעדסט ווי איינער וואס איז סטאק אין א קליין באקס!

איך פערזענליך קען גענוג און נאך מענטשען וואס האבן זייער גוט געלעבט אין די קאמיונטי און סהאט זיי גארנישט געפעלט און האבן עס אפגעלאזט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כהאב מיך לעצטענס באקענט מיט א געוועזענע ליובאביטשער וואס איז א professor in sociology אין א קאלעדזש אין מאנהעטן ער מיט זיין ווייב מיט זייערע קינדער זענען ביידע אפגעפארן.

זיי וואוינען אין ניו דזשערזי און ווען זיי קומען אריין קיין קראון הייטס באזוכן די עלטערן שפילן זיי א גאנצע געים... ווייל זיי ווילן נישט וויי טוהן די עלטערן.

זיי האבן אפגעלאזט אלעס ווייל זיי גלייבן נישט דערינען. ער האט נאכאלץ ליב חב״ד און עס ליגט אים נאך אין די ביינער...

רבי! גיי ארויס אויף די וועלט שא עניך וראה...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שבת אחים האט געשריבן:מסתמא די לעצטע הונדערט יאהר זענען "מיליאנען" אפגעפארן פון אידישקייט וועגן זיי האבן אויפגעהערט צוגלייבן. מיליאנען מיט א גרויסע מ...

וואס רעדסט? יחידים??? מיליאנען!

רבי איד, איר מאכט ליצנות פון זיך אליינס... פשוטו כמשמעו... רעדסט ווי איינער וואס איז סטאק אין א קליין באקס!

איך פערזענליך קען גענוג און נאך מענטשען וואס האבן זייער גוט געלעבט אין די קאמיונטי און סהאט זיי גארנישט געפעלט און האבן עס אפגעלאזט!

די מיליאנען וואס דו רעדסט פון, אינקלודט ניצולי השואה וואס מ'דארף ניטאמאל מסביר זיין זייערע צרות, פעסקיוטעד רוסישע יודן וואס האבען עמברעיסד קאמיוניזם, נרדפים פון ספרדישע לענדער, אמעריקאנער אימיגראנטן וואס אויסגייענדיג פאר הונגער האבן זיי זיך געמוזט צושטעלען צו אמעריקאנער סאסייעטי. ועוד ועוד, רובן מאכן די טויש דורך צער און ליין. א מיעוטא דמיעוטא איז פון לויטער פארשטענדעניש וואס פארמאגט גארנישט קיין פלאג אפילו עמאשינאל אדער עני אינטערנעל טורמאול.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

און אמעריקאנער אידן וואס האבן געוואוינט אין ניו יארק נאך פאר די שואה???
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שבת אחים האט געשריבן:כהאב מיך לעצטענס באקענט מיט א געוועזענע ליובאביטשער וואס איז א professor in sociology אין א קאלעדזש אין מאנהעטן ער מיט זיין ווייב מיט זייערע קינדער זענען ביידע אפגעפארן.

זיי וואוינען אין ניו דזשערזי און ווען זיי קומען אריין קיין קראון הייטס באזוכן די עלטערן שפילן זיי א גאנצע געים... ווייל זיי ווילן נישט וויי טוהן די עלטערן.

זיי האבן אפגעלאזט אלעס ווייל זיי גלייבן נישט דערינען. ער האט נאכאלץ ליב חב״ד און עס ליגט אים נאך אין די ביינער...

רבי! גיי ארויס אויף די וועלט שא עניך וראה...

מהיכי תיתי וואס טוט זיך אפ ביי זיי אינענווענדיג? דו דערציילסט זייער יעצטיגע מצב וואס איז בכי טוב, די שאלה איז וואס איז געווען זייער שטופ צו נעמען דעם סטעפ.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כ'האב אסאך גערעדט מיט זיי. דאס איז וואס זיי קלעימען. אפשר ווייסט רביה"ק בעסער פון זיי אליינס...

דער "מהיכי תיתי" קען מען אויך פרעגן אויף די סטעיטמענט פון רביה"ק אז "קיינער" לאזט נישט אפ די רעליגע פון קשיות... קענסט דאך נישט וויסן וואס טוט זיך אינעווענדיג...

בול ש...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שבת אחים האט געשריבן:
און אמעריקאנער אידן וואס האבן געוואוינט אין ניו יארק נאך פאר די שואה???

דאס דערמאן איך אויך. חוץ פון די לעצטע תקופה פאר'ן קריג זענען רוב רובם געוווען געצווינגען זיך צו אריינגלידערען אין די אמעריקאנער געמיינדע מחמת עוני פשוטו כמשמעו.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קען זיין. ווי אויך קען זיין אז א חלק פון זיי האבן אויפגעהערט צו גלייבן דערינען...

פון וואנעט ווייסטו??? מהיכי תיתי???
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

[tag]שבת אחים[/tag]: דו ווייסט גאנץ גוט אז זייער ווייניג היימישע אידן ווייסן אין וואס זיי גלייבן בכלל, די אויסגעבויעטע מאמינים זענען בטל בששים, רובא דרובא עולם אינטערעסירט עס א בוידעם, נאר פארוואס זעט מען נישט אז דער עולם זאל אפפארן אין די מאסן?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שבת אחים האט געשריבן:קען זיין. ווי אויך קען זיין אז א חלק פון זיי האבן אויפגעהערט צו גלייבן דערינען...

פון וואנעט ווייסטו??? מהיכי תיתי???

קען דען זיין אנדערש?

וועלכע הייליג יודיש קינד וויל דען נישט זיין פון די קליינע הייפעלע יודען וואס אויף זיי וועט משיח צדקנו (קומען זאל ער נאר...) ווייזען מיט'ן פינגער און אויסרופען "ראו בני חביבי, זרע ברך השם, וואס האבן זיך דערהאלטן אינ'ם ביטערען גלות מיט ריינע אמונה מתוך מסירות נפש ממש".

דעמאלטס וועלען די נשים צדקניות פאררוקן די פורהאנג פון די מחיצה און ווישן אפאר הייסע טרערן פון גרויס התרגשות.

אשרי עין ראתה כל אלה. מי ראה אלו יוצאים ולא יצא. א יעדעס יודיש קינד האט א פייער אין הארץ. ס'ניטאמאל דא א הוה אמינא פון א קלער אז ס'ספיקה'עט זיך אדער ס'וואקעלט די נקודה הפנימית....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:[tag]שבת אחים[/tag]: דו ווייסט גאנץ גוט אז זייער ווייניג היימישע אידן ווייסן אין וואס זיי גלייבן בכלל, די אויסגעבויעטע מאמינים זענען בטל בששים, רובא דרובא עולם אינטערעסירט עס א בוידעם, נאר פארוואס זעט מען נישט אז דער עולם זאל אפפארן אין די מאסן?

מיין טייערער, איך האב באמת ליב רוב פון דיינע תגובות. אבער כ'זאג דיר דו מאכסט א ריזיגע טעות...

זייער אסאך פאלן אוועק פשוט ווייל זיי גלייבן מעהר נישט. צו זאגן "קיינער", ממש קיינער??? רוב מענטשען וועמען איך קען וואס האבן אפגעלאזט די רעליגע האט זיי גארנישט געפעלט ווען זיי זענען געוועהן גלייביג.

א מענטש וואס הערט אויף צו גלייבן, פארוואס זאל ער בלייבן וואוינען אין עמיש טאון און גייען אנגעטוהן ווי פאר דריי הונדערט צוריק? חוץ אז זיין ווייב, משפחה, פרנסה וכו', ס'איז דאך דא א גרויסע וועלט אינדרויסן! א אנדערע וועלט.

פארוואס מענטשען פארן נישט אפ אין די מאסן ווי דו פרעגסט איז ווייל רוב מענטשען זענען סטאק אין די סיסטעם! זיי קענען נישט איבערלאזן די משפחה און די גאנצע סאסייעטי, בלייבן זיי שטעקן! פשוט.. זייער אסאך וואס איך קען פערזענליך!

אין אסאך פעלער ביסטו טאקע גערעכט אז מענטשען לאזן איבער די רעליגע נישט פון טראכטן נאר ווייל זיי זענען פארביטערט אדער ס'גייט זיי נישט גוט. אבער צו זאגן "קיינער" פארט אפ ווייל זיי הערן אויף גלייבן איז נישט אמת! בכלל נישט אמת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

לייען איבער מיין לעצטע תגובה כהאב עס אביסל פאראכטן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שבת אחים האט געשריבן:פארוואס מענטשען פארן נישט אפ אין די מאסן ווי דו פרעגסט איז ווייל רוב מענטשען זענען סטאוק אין די סיסעטעם! זייער אסאך!

און אסאך פעללער ביסטו טאקע גערעכט אז מענטשען לאזן איבער די רעליגע נישט פון טראכטן נאר ווייל זיי זענען פארביטערט אדער סגייט זיי נישט גוט. אבער צוזאגן ״קיינער״ איז נישט אמת! בכלל נישט אמת.

הקיצור, דו רופסט עס "סטאק אין די סיסטעם", און איך רוף עס "ס'איז זיי גוט אזוי".

נאכאמאל, כ'האב נישט געזאגט אז מענטשן פארן אפ פון נישט טראכטן, בכלל נישט, רובא דרובא ווייסן קלאר ביי זיך אז ס'איז אלץ בעלאוני. כ'האב נאר געזאגט אז נישט גלייבן איז נאכנישט קיין סיבה אפצופארן, והא ראיה אז רוב מענטשן גלייבן נישט אויף אן אמת און זיי זענען נאך אלץ צווישן אונז, וויניג מענטשן קימערן זיך בכלל מיט די זאכן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דאס איז לכאורה ברור אז אלעמאל זענען דא א טוץ פאקטארן וואס זענען צוזאמען cumulatively גורם דערצו (אזויווי רוב זאכן אין לעבן). און ווילאנג מ׳האט נישט קיין דאטא/שטודיע אויף פארקערט קען מען לכאורה אננעמען אז די אלגעמיינע סארט מענטשן אין די אט״ד קאמיוניטי זענען אין נאטור וכו׳ ענליך צו די אלגעמיינע חרדי׳שע פאפולאציע פון וואו זיי קומען. אין אנדערע ווערטער, מ׳קען היפאטיזירן אז רוב זענען נישט קיין טיפע טראכטערס וואס דאס האט זיי גענוגט אפצולאזען אידישקייט, אזויווי די אלגעמיינע חרדי וואס לאו דוקא ליגט אין שכליית. (איך פארשטיי אז מ׳קען היפאטיזירן פונקט פארקערט. דהיינו, אז דאס עצם באלאנגען צו די אט״ד פאפולאציע ווייזט אז ער/זי איז דייקא יא קלוג און טראכט יא טיף און וועגן דעם טאקע האבן זיי איבערגעלאזט זייער פריערדיגע לעבנסשטייגער ודוק. אבער מאידך גיסא קען מען טענה׳ן, אזויווי מ׳טענה׳ט דא, אז רוב פארן אפ וועגן מער אויבערפלעכליכע סיבות). דאס ווערט אביסל אונטעגעלאנט פון די נישמה שטודיע וואס צייגט (עכ״פ פון זייער סעמפל) אז רוב זענען נישט אפגעפארן פון pull-out פאקטארן, וואס איז לכאורה כולל ידיעות און קשיות וואס מען ווערט געוואר, נאר ענדערשער פון push-out פאקטארן, וואס איז כולל אינאנגענעמליכקייטן וכו׳. (מ׳קען אפשר אזוי אויך זעהן פון דר. דעווידמען׳ס case studies אין איר בוך Becoming Un-Orthodox .)

אבער מ׳קען אויך זאגן אז אפילו מ׳עט מודה זיין אז די קשיות אליין זענען אין אלגעמיין נישט די מכריע פאר אזא לעבנסטויש, שאפן זיי אבער דאך פאר א מענטש cognitive dissonance. (דאס איז בפרט שטארק אין די חרדי׳שע געזעלשאפט, וואו מ׳טוט אסאך שטערקער און ערנסטער די רעליגיעזע מעשים.) דאס געט אסאך צו צו זיין/איר סטרעס און אומבאקוועמליכקייט. יעצט, ווען עס קומט צו צו דעם נאך אויך אנדערע, טאקע מער אויבערפלעכליכע, פאקטארן, קען דאס אים/איר געבן דעם ענדגילטיגן שטופ וואס וואלט נישט פארגעקומען מצד די אויבערפלעכליכע פאקטארן לכשלעצמם.

אגב, הרב סליפקין שרייבט אין זיינע ביכער די מימרא ״אז פון א קשיא שטארבט מען נישט [בנוגע אידישקייט]״ אבער ס׳איז אסאך מאל דא ״די״ קשיא וואס דרייט איבער א מענטשן׳ס געמוט און שלוות הנפש, וואס מיט דעם פרובירט ער [סליפקין] זיך צו ספראווענען [פאר יענעם, דורך שאפן א מהלך] ע״ש. דאס מיינט נישט אז ״די״ קשיא מאכט אים/איר אפפארן, אבער עס געט שטארק צו צו די אנדערע פאקטארן וכנ"ל.