אפענער חינוך, עד היכן הדברים מגיעים?
- קאנצעפט
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
אפענער חינוך, עד היכן הדברים מגיעים?
אקעי, ערלעדיגט, לאמיר זאגן אז מ'דארף מחנך זיין די קינדער צו אפנקייט, זיי אלעס דערציילן, וואו מאלט מען די ליין? וואו שטעלט מען זיך אפ אז, עד כאן, דאס דערצייל איך נישט, אדער דאס וויל איך נישט ער זאל זען/וויסן?
איך וועל זיך מסביר זיין מיט אפאר משלים:
זאל איך דערציילן מיינע קינדער איבער אלע מחלוקת וואס איז פארגעקומען אין כלל ישראל? (מיין געפיל לאזט מיר נישט עכט, כ'זע נישט די תועלת, אבער כ'ווייס עלטערן וואס טוען דאס).
זאל איך נעמען מיינע קינדער אין וואלמארט? (אפשר איז גוט ער זאל זען אלע מיני גוים, און וויסן אז מיר זענען אנדערש?)
זאל איך זיי לאזן ליינען די שטערן, שפאקטיוו, בלאט, איד, צייטונג?
זאל איך זיי לאזן הערן ליפא שמעלצער? וואס איז מיט ניגונים אויף עברית וואס איך גלייך זייער, ווי למשל חיים ישראל?
זאל איך זיי אריינלייגן א פחד קעגן פגם הברית, מיט די שוידערליכע שטראפן פון זוהר דערויף? (אפשר איז בעסער אז ער האט נישט א לעבן פיל מיט טארטשור פון דורכפאלן און זיין צובראכן, אדער פארקערט, דאס וויל דער אויבערשטער פון זיי?)
איך פארשטיי מדארף מחנך זיין אז ס'איז דא כל-ערליי אידן, און אלע זענען ערליך, אונז זעמיר אנדערש וכו', דאס האב איך אויך געוואוסט אלץ אינגל, אבער אויב ווי מ'זאגט אז מחנך זיין די קינדער מיט אפנקייט העלפט פאר זיין עתיד, דאן פארוואס זיי נישט נעמען צו א באולינג געים, טראגן צו קאנצערטן, וכו'?
כ'קען באשטיין צו זען די מיינונגען פון די מגיבים דא, וואס איז 'נארמאל' און 'געזונט' פאר א חסיד'ישע אינגעלע וואס וואקסט אויף צווישן די פרומסטע ש'בפרומסטע?
(אויב ס'איז שוין דא אן אשכול דערויף (פראבעבלי...) דאן צייכנט עס צו, און סארי פארן באדערן...)

-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
אויש 'יאנקל' איך האב דיר שיעור געלייקט... נאר דער לעצטער שטיקל מיט'ן 'שטערן' געפעלט מיר נישט! וויאזוי מאכסטע א שב ואל תעשה פון א קום ועשה? און בכלל לויט דיין מהלך פון נישט זיך זעצן אויפקלערן די קינדער, נאר זיי נישט אפהאלטן פון פרעגן; וואלט מער געפאסט צו זאגן אז אויב דאס קינד קומט אהיים מיט א שטערן, פראטעסטיר נישט! דאס איז פיין. אבער אים גיין קויפן א שטערן איז אזוי ווי דו זאלסט זאגן פאר'ן טאט'ן אז ער זאל אזוי לאנג רעדן מיט'ן קינד פונעם האלאקאוסט אז דער קינד זאל אויטאמאטיש פרעגן פארוואס דער אייבישטער האט עס געברענגט...
אבער העי, איך אגריע מיט'ן רוב, זייער גוט ארויסגעברענגט. איז נאדיר א לייק.

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- קאנצעפט
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
יאנקל האט געשריבן:קאנצעפט,
איך מיין אז דו האסט עס נישט ארויס. א נארמאלע אפענע חינוך איז נישט עפעס וואס מ'טוט אקטיוו - מ'גייט געבן אן "אפענעם חינוך". דו שטעלסט זיך פאר א קאמישער בילד פון א טאטע וואס איז געווארן 'אויפגעקלערט', און אין א ווינטערדיגן מוצאי שבת נעמט ער צוזאם זיין טוץ קינדער כשתולי זתים סביב לשלחנו, און פאנגט אן א דרשה:
קעי קעי קעי... האסט זייער פיין געענטפערט אין דזשענעראל, און איך האב אזוי געהאלטן מתחילה. איך האב ספעציעל געגעבן אפאר עקזעמפלס ווייל אז נישט מיינט מען אז איך בין דא אויף א מיסיע צו אויפקלערן.
פון די זיבן משלים/שאלות וואס איך לייג ארויס, האסטו נאר דירעקט געענטפערט אויף צוויי. האסט געמאכט א אייזערנע פוינט, און איי עגרי. לאמיר זען וואס דערוילעם קען ענטפערן אויף די ספעציפישע שאלות.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
יאנקל האט געשריבן:קאנצעפט,
איך מיין אז דו האסט עס נישט ארויס. א נארמאלע אפענע חינוך איז נישט עפעס וואס מ'טוט אקטיוו - מ'גייט געבן אן "אפענעם חינוך". דו שטעלסט זיך פאר א קאמישער בילד פון א טאטע וואס איז געווארן 'אויפגעקלערט', און אין א ווינטערדיגן מוצאי שבת נעמט ער צוזאם זיין טוץ קינדער כשתולי זתים סביב לשלחנו, און פאנגט אן א דרשה:
"הערט זיך איין, טייערע קינדערלעך, עס איז אמאל געווען א מענטש (דו זאגסט נישט "א צדיק" - פארגעס נישט, דו ביסט 'אויפגעקלערט') וואס האט געהייסן רבי יהונתן אייבעשיץ, און ער האט געהאט א ריזיגע 'פייט' מיט אן אנדערן מענטש וואס האט געהייסן רבי יעקב עמדין. עטץ הערטס קינדערלעך, ס'איז געווען א פייט מיט אלע מפרשים - מ'האט זיך ארומגע'הרג'ט מיט ציין און נעגל. נישט ווי מ'וויל ענק איינרעדן אז ס'איז געווען העכערע זאכן בלא בלא בלא... און רבי יעקב עמדין איז דאך געווען א גערעגטער בטבעו, איז די גאנצע פייט געווארן איבער כבוד און געלט וכו'... נאך א זאך וויל איך אייך זאגן, טייערע קינדערלעך, אז גוים זענען פיינע מענטשן. ס'איז גארנישט ראנג מיט א 'בלעקי', ער איז א מענטש פונקט ווי איך און דו. און פאר איך פארגעס, לאמיך ענק ווייטער זאגן, אז ליפא שמעלצער מאכט זייער שיינע טעיפס, און דער שטערן און שפאקטיוו זענען הערליכע אויסגאבעס, און אלע רבנים זענען א באנדע ליידיגגייער."
אזא דרשה איז דאך אוודאי אבסורד אויפ'ן העכסטן גראד, און דאס איז ווייט פון אן אפענעם חינוך וואס קען ביישטיין דעם זרם העולם פון דעם פלייץ פון אינפארמאציע צו וועלכע אונזערע קינדער וועלן האבן צוטריט יעדע רגע פון זייער לעבן - אפגעזען פון וואס די עסקנים גייען טון. דער אנגענומענער חינוך איז אריינצובראקן אין די קינדער פאלשע אינפארמאציע, אוועקמאכן זייערע פראגעס, איגנארירן פאקטן, זיך נישט צוטון מאכן פון רעאליטעט - דאס אין אן אקטיווער מהלך פון שטערן דעם פלייץ פון אינפארמאציע בקום ועשה. אן אפענער חינוך איז 'שב ואל תעשה'. לאז דיך אפ פון אקטיוו שטערן דיינע קינדער פון האבן אין זיך אמת'ע אינפארמאציע, און טו וואס א מענטש וואלט נאטירליך געטון פאר זיינע קינדער ווען נישט דעם געיעג נאך פארקויפן פאלשע אינפארמאציע. ווען דיין קינד זאגט דיר עפעס איבער וואס איז נישט אמת ("דיינעסארס האבן קיינמאל נישט עקזיסטירט"), זאג אים אז ס'איז נאריש אזוי צו זאגן. אז ער פרעדיגט שנאה ("חסידים פון [...]ער רבי זענען משוגעים"), זאג אים אז מ'טאר נישט פיינט האבן קיין מענטשן און גיב זיי א בליק אויף דעם מושג פון סטעריאטיפן. אז ער פרעגט דיר א פראגע ("פארוואס האט דער אויבערשטער געטון אזא זאך ווי דעם האלאקאסט?"), פאטש אים נישט אוועק; הער אים אויס, פרוביר צו ענטפערן, אנערקען אז די קושיא איז א גוטע און אז ער איז א קלוג קינד אז ער פרעגט דאס.
פארשטייט זיך אז ס'איז נאטירליך אז עלטערן זאלן וועלן געבן פאר זייערע קינדער וויסנשאפט; אז די קינדער זאלן לייענען אינטערעסאנטע ידיעות און אנפילן דעם קאפ מיט חכמה. א נארמאלער חרדישער טאטע וואלט אוודאי געקויפט דעם "שטערן" - ווי די איינציגסטע אויסגאבע מיט זאכליכע ליטעראטור אן די חסידישע איבלען. ווען דו קויפסט אים דעם "שטערן" איז דאס נישט אן "אויפגעקלערטער" אקט וואס דו טוסט; דו טוסט וואס איז נאטירליך. די וואס מאכן קול-קורא'ס קעגן דעם "שטערן", די וואס גייען ארום אין די געשעפטן אז מ'זאל עס נישט פארקויפן - זיי טוען עפעס וואס איז קעגן נארמאלקייט בקום ועשה. דיין קויפן דעם "שטערן" איז שב ואל תעשה.
אין קורצן: א נארמאלער חינוך וואס קען ביישטיין די היינטיגע תקופה מאכט נישט קיין עסק פון די אלע זאכן וואס דו דערמאנסט. אוודאי איז נישטא וואס צו באהאלטן, און מ'רעדט פון אלעם אפן ווען עס קומט אונטער. דער עיקר איז נישט דערשטיקן אינפארמאציע, און נישט זיך באנוצן מיט שקר, און די וויכטיגסטע (און פאר טייל די שווערסטע) איז אליין זיך אויפבויען, לייענען און וויסן, כדי די קינדער זאלן קענען הערן פון די עלטערן זייער פערספעקטיוו אויף אינפארמאציע פאר זיי הערן עס פון דער גאס.
איך טוה בערך ווי די זאגסט, זאג אלעס פאר מיינע קינדער.
בדרך אגב מיט די מעשה פין ר"י מיט ר"י עמדין, זאג איך איין נקודה אנדרעש, אז ר"י עמדין איז געווען גערעכט און רר"י איז געווען א שטיקעל שבתאי כידוע ליודעים.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
חס ושלום צו זאגן אזוי אויף די גדולים,
לויט ווי איך האב געהערט איז די מחלוקת געווען נאך די תקופה פון כת ש"ץ ווען מ'האט מורא געהאט פאר יעדע התחדשות, ממילא איז די מחלוקה יא געווען לש"ש, עכ"פ למחצה לשליש ולרביע.
זיי זענען ביידע געווען צדיקים, און אויפגעטון אסאך פאר אידישקייט, מיר לערנען די ספרים פון ביידע און ווערן ערשטוינט פון זייער גאונות און צדקות, ממילא לאמיר נישט מגשם זיין אלעס.
צוריק צום "אפענע חינוך" טעמע.

וירח ה' את ריח הניחוח
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
שמעקעדיג, ס'דא צויי מיני "לשם שמים"'דיגע מחלוקות. רבי יעקב עמדין האט ווארשיינליך טאקע געמיינט אויסצוראטן שבתאיות פון כלל ישראל האט מסתמא געגלייבט מיט אן אמת אז רבי יונתן איז א ש"צ'ניק. דאס איז טאקע געווען לשם שמים. אבער ס'דא וואס ווען זיי זאגן לשם שמים מיינען זיי אז ס'געווען "א העכערע מחלוקת", א שטייגער וואו א מחלוקת צווישן ר' זושא און רבי ר' אלימלך צו עשה טוב קומט פריער אדער סור מרע... און דא איז אויסדרוקלעך נישט געווען אזא מחלקות. אלזא, רוף עס נישט לשם שמים, נאר זאג אז ס'נישט געווען לשם פאליטיק. נאך א נקודה: די סיבת המחלוקת איז טאקע געווען ריין וויבאלד הר"י עמדין האט געהאלטן אז ר"י אייבשיץ איז א ש"צ'ניק. אבער די אלע זייטיגע באשמיצונגען און רדיפות (פון מענטשן וועלכע האבן זיך געדרייט ארום ר' יעקב עמדין) דאס איז שוין זיכער סתם געווען א מחלוקות לשם מחלוקות.
לגבי קאנצעפט'ס פראגעס: איך ווייס נישט פארוואס דו מישט אויס צווישן זיין אפן, און טון זאכן וואס זענען "דיפרענט". וואו יאנקל האט אזוי עלאקוואנט ארויסגעברענגט איז אן אפענער חינוך בסך הכל א נישט פאלשער און פארמאכטער חינוך.
דארפסט זיי נישט פארציילן, אבער אז זיי פרעגן זאלסטו זיי זאגן. און דו מעגסט אמאל דערמאנען אז עס זענען געווען מחלוקות צווישן צדיקים אן אריינגיין אין ספעציפישע דעטאלן (נישט אז עפעס איז שלעכט אין אריינגיין אין דעטאלן, נאר אז דיין געפיל לאזט נישט איז נישט). וואס איז די תועלת אין דעם? איינס, אז ער זאל וויסן די היסטאריע פון כלל ישראל במלואה. צוויי, אז דיין זון זאל וויסן אז עס זענען געווען תמיד מיינונגס פארשידנהייטן צווישן גדולי ישראל, און דאך זענען ביידע פאראייביגט געווארן ביי כלל ישראל אלץ גדולי ישראל.
ניין, דארפסט נישט מאכן אן אויספלוג קיין וואלמארט, אבער אז דו גייסט קיין וואלמארט און דיין זון בעט מיטצוקומען, זע איך נישט פארוואס זאלסט אים נישט מיטנעמען. איך זע אויך נישט וואס די שאלה האט מיט א אפענע חינוך.
אז זיי בעטן? פארוואס נישט? נאר אויב דו האלטסט אז דארט איז דא אן אומגינסטיגע זאך, שמועס אויס מיט אים נאכן ליינען פארוואס דו האלטסט אז עס איז אומגינסטיג און פרעג אים וואס ער האלט. (פארשטייט זיך אז געוואנדן לויטן יארגאנג. געוויסע ארטיקלן זענען נישט געמאכט פאר א קליין קינד.)
לדעתי יא, אז דו גלייכסט עס זייער זאג נישט ליגנט. קענסט זיי אפשר אין א געלעגנהייט זאגן אז די און די ניגון האסטו נישט ליב ווייל עס איז צו ווילד (אויב דו האסט עס טאקע נישט ליב) אדער אז דו האלטסט אז עס איז א שאד אז חיים ישראל זינג אין עברית ווייל דו וואלסט ווען סך מער הנאה געהאט ווען ער זינגט אין אידיש (פארוואס?).
זאג אים ביידע. זאג אים אז עס איז הארב, אבער זאג אים אויך אז אויב מ'פאלט דורך טאר מען נישט ווערן צובראכן ווייל אפילו גרויסע אידן זענען דורכגעפאלן.
איך פארשטיי בכלל נישט וואס נעמען צו א באולינג געים אדער צו א קאנצערט האט מיט אפנקייט. חוץ אויב דו האלטסט אז מ'מעג בעצם טון די זאכן, דאן פארוואס טאקע זאלסטו אים נישט נעמען צו די פלעצער? אדער קענסטו אים אולי בדרך אפשר מסביר זיין אז כאטשיג דו האלטסט אז עס איז נישט קיין פראבלעם, איז דאס אין אונזער סאסייעטי אראפגעקוקט און ס'לוינט נישט טון זאכן וואס אונזער קאמיוניטי קוקט אראפ. דאס איז דעפיניטלי בעסער ווי אים זאגן עפעס א פאלשע תירוץ פארוואס דו ווילסט נישט ער זאל גיין צו אזא פלאץ.
לגבי קאנצעפט'ס פראגעס: איך ווייס נישט פארוואס דו מישט אויס צווישן זיין אפן, און טון זאכן וואס זענען "דיפרענט". וואו יאנקל האט אזוי עלאקוואנט ארויסגעברענגט איז אן אפענער חינוך בסך הכל א נישט פאלשער און פארמאכטער חינוך.
זאל איך דערציילן מיינע קינדער איבער אלע מחלוקת וואס איז פארגעקומען אין כלל ישראל? (מיין געפיל לאזט מיר נישט עכט, כ'זע נישט די תועלת, אבער כ'ווייס עלטערן וואס טוען דאס).
דארפסט זיי נישט פארציילן, אבער אז זיי פרעגן זאלסטו זיי זאגן. און דו מעגסט אמאל דערמאנען אז עס זענען געווען מחלוקות צווישן צדיקים אן אריינגיין אין ספעציפישע דעטאלן (נישט אז עפעס איז שלעכט אין אריינגיין אין דעטאלן, נאר אז דיין געפיל לאזט נישט איז נישט). וואס איז די תועלת אין דעם? איינס, אז ער זאל וויסן די היסטאריע פון כלל ישראל במלואה. צוויי, אז דיין זון זאל וויסן אז עס זענען געווען תמיד מיינונגס פארשידנהייטן צווישן גדולי ישראל, און דאך זענען ביידע פאראייביגט געווארן ביי כלל ישראל אלץ גדולי ישראל.
זאל איך נעמען מיינע קינדער אין וואל מארט? (אפשר איז גוט ער זאל זען אלע מינע גוים, און וויסן אז מיר זענען אנדערש?)
ניין, דארפסט נישט מאכן אן אויספלוג קיין וואלמארט, אבער אז דו גייסט קיין וואלמארט און דיין זון בעט מיטצוקומען, זע איך נישט פארוואס זאלסט אים נישט מיטנעמען. איך זע אויך נישט וואס די שאלה האט מיט א אפענע חינוך.
זאל איך זיי לאזן ליינען די שטערן, שפאקטיוו, בלאט, איד, צייטונג?
אז זיי בעטן? פארוואס נישט? נאר אויב דו האלטסט אז דארט איז דא אן אומגינסטיגע זאך, שמועס אויס מיט אים נאכן ליינען פארוואס דו האלטסט אז עס איז אומגינסטיג און פרעג אים וואס ער האלט. (פארשטייט זיך אז געוואנדן לויטן יארגאנג. געוויסע ארטיקלן זענען נישט געמאכט פאר א קליין קינד.)
זאל איך זיי לאזן הערן ליפא שמעלצער? וואס איז מיט ניגונים אויף עברית וואס איך גלייך זייער, ווי למשל חיים ישראל?
לדעתי יא, אז דו גלייכסט עס זייער זאג נישט ליגנט. קענסט זיי אפשר אין א געלעגנהייט זאגן אז די און די ניגון האסטו נישט ליב ווייל עס איז צו ווילד (אויב דו האסט עס טאקע נישט ליב) אדער אז דו האלטסט אז עס איז א שאד אז חיים ישראל זינג אין עברית ווייל דו וואלסט ווען סך מער הנאה געהאט ווען ער זינגט אין אידיש (פארוואס?).
זאל איך זיי אריינלייגן א פחד קעגן פגם ברית, מיט די שוידערליכע שטראפן פון זוהר דערויף? (אפשר איז בעסער אז ער האט נישט א לעבן פיל מיט טארטשור פון דורכפאלן און זיין צובראכן, אדער פארקערט, דאס וויל דער אויבערשטער פון זיי?)
זאג אים ביידע. זאג אים אז עס איז הארב, אבער זאג אים אויך אז אויב מ'פאלט דורך טאר מען נישט ווערן צובראכן ווייל אפילו גרויסע אידן זענען דורכגעפאלן.
איך פארשטיי מדארף מחנך זיין אז ס'איז דא כל ערליי אידן, און אלע זענען ערליך, אונז זעמיר אנדערש וכו', דאס האב איך אויך געוויסט אלץ אינגל, אבער אויב ווי מ'זאגט אז מחנך זיין די קינדער מיט אפנקייט העלפט פאר זיין עתיד, דאן פארוואס זיי נישט נעמען צו א באולינג געים, טראגן צו קאנצערטן, וכו'?
איך פארשטיי בכלל נישט וואס נעמען צו א באולינג געים אדער צו א קאנצערט האט מיט אפנקייט. חוץ אויב דו האלטסט אז מ'מעג בעצם טון די זאכן, דאן פארוואס טאקע זאלסטו אים נישט נעמען צו די פלעצער? אדער קענסטו אים אולי בדרך אפשר מסביר זיין אז כאטשיג דו האלטסט אז עס איז נישט קיין פראבלעם, איז דאס אין אונזער סאסייעטי אראפגעקוקט און ס'לוינט נישט טון זאכן וואס אונזער קאמיוניטי קוקט אראפ. דאס איז דעפיניטלי בעסער ווי אים זאגן עפעס א פאלשע תירוץ פארוואס דו ווילסט נישט ער זאל גיין צו אזא פלאץ.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
יידל איך הייב דעם הוט פאר דיר
יעדעס ווארט גין גאלד
איך האב אזוי געטראכט און עס אליינס נישט געקענט אזוי גיט ארויס ברענגען
=
אויב איז מעגליך שרייב עס איבער אן אריינצוהאקן מיט די ציטיראציעס
און לייג עס אראפ אויף א וועג אזוי ווי יאנקל
יישר כח נאכאמאל עי וואן

דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:
איך טוה בערך ווי די זאגסט, זאג אלעס פאר מיינע קינדער.
בדרך אגב מיט די מעשה פין ר"י מיט ר"י עמדין, זאג איך איין נקודה אנדרעש, אז ר"י עמדין איז געווען גערעכט און רר"י איז געווען א שטיקעל שבתאי כידוע ליודעים.
תאלמנה שפתי שקר הדוברות על צדיק עתק בגאוה ובוז
הלאוי זאל עס דיר נישט שאטן
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 33
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
אן אפענע חינוך? ומה יעשה הבן שלא יחטא?
פאר א קינד מוז מען אריינבאקען נאכאנאנד ווי אומווערדיג די גוים זענען, און - וויכטיגער - ווי גליקלעך מיר זענען אז מיר האבען א שייכות מיטען בורא עולם ית' און מיר האבען די זכיה זיך מדבק צו זיין אין די תוה"ק.
איי דער טאטע ווייסט ביי זיך אז ער אליין האלט נישט דערביי, און ער כאפט נאך יא א שטיקעל התפעלות פון גוי'אישע סעלעבס (אדער יודישע וד"ל) וכדו', און איהם פארגליסט יא אמאל צו הערן אן אויסגעלאסענעם ניגון (פון א יוד) א.א.וו?
שתי תשובות בדבר:
1. ווער וויל דען נישט זיינע קינדער זאלען איהם איבערשטייגען ביראת אלקים ובעבודת ה'?
2. אפשר פון אזויפיהל רעדן וועט זיך עפעס אנקלעבען אינעם טאטען זעלבסט, צי מחמת התעוררות צי מחמת בושה.
מען דארך אריינגעבען אין די קינדער א געפיהל זיי זאלען מכיר זיין אינעם חשיבות פונעם עם הנבחר אז מיר זענען בני מלכים, אזוי ארום וועט זיי גארנישט פאסען צו הערן א 'ליפא' טעיפ, און נישט זיי זאלען שפירען פארצוימט אז זיי 'טארען' נישט הערן א ליפא טעיפ.

אל תאמר קבלו דעתי - איך שרייב בלויז הנלע"ד והרוצה לחלוק יבוא ויחלוק.
א ייש"כ פאר אלע וואס ליעבען מיינע תגובות.
א ייש"כ פאר אלע וואס ליעבען מיינע תגובות.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
אז דו פילסט נישט באקוועם, דאן איז דאס א פאלטשע חינוך, ווי אפען ס'זאל נאר זיין.
חינוך דארף זיין אמת'דיג
קודם דארפסטו זיין זיכער ביי דיר.
לויט ווי ס'שיינט ביסטו ערשט געווארן געוווארן יסודות הדת דא אין קאווע שטיבל (דא)
ע"כ איז נאך נישט צייט דערפאר...

Under influence
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
אנעים זמירות האט געשריבן:פאר א קינד מוז מען אריינבאקען נאכאנאנד ווי אומווערדיג די גוים זענען
און דערנאך ווען ער וועט ביי די צוואנציג געוואויר ווערן אז אך שקר נחלה לי אבי, וועמענס שולד וועט עס זיין?
אבער ביסט אין די ראנג אשכול, דא רעדט מען נישט צו אן אפענער חינוך איז נויטיג צו נישט, דא רעדט מען וויאזוי צו געבן אן אפענער חינוך.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
מאוהבי תחכמני.
די בעלי חינוך שרייען אייביג אז דער טאטע'ס הנהגה פארזיך איז די שטערקסטע חינוך.
טו דאס זעלבע.
ווען זיי הערן דיך מגיב זיין אויף איינער וואס שעלט - למשל - ליפא שמעלצער, זאגענדיג: "ביסט אים מקנא? ער זינגט שיין, ער מאכט געלט. וואס גייט דיך אן? האסט אים נישט ליב? הער אים נישט!"
אדער ווען איינער האקט אויף די עירוב, און די ביסט מגיב: דו קענסט די הלכה? ניין, נאר וואס יא? ס'איז דא רבנים וואס אסר'ן, נו, ס'איז דאך דא רבנים וואס זענען מתיר"
דאן וועלן דיינע קינדער גיין אויפן ריכטיגען וועג, אי"ה.
די בעלי חינוך שרייען אייביג אז דער טאטע'ס הנהגה פארזיך איז די שטערקסטע חינוך.
טו דאס זעלבע.
ווען זיי הערן דיך מגיב זיין אויף איינער וואס שעלט - למשל - ליפא שמעלצער, זאגענדיג: "ביסט אים מקנא? ער זינגט שיין, ער מאכט געלט. וואס גייט דיך אן? האסט אים נישט ליב? הער אים נישט!"
אדער ווען איינער האקט אויף די עירוב, און די ביסט מגיב: דו קענסט די הלכה? ניין, נאר וואס יא? ס'איז דא רבנים וואס אסר'ן, נו, ס'איז דאך דא רבנים וואס זענען מתיר"
דאן וועלן דיינע קינדער גיין אויפן ריכטיגען וועג, אי"ה.
Under influence
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
יידל האט געשריבן:אנעים זמירות האט געשריבן:פאר א קינד מוז מען אריינבאקען נאכאנאנד ווי אומווערדיג די גוים זענען
און דערנאך ווען ער וועט ביי די צוואנציג געוואויר ווערן אז אך שקר נחלה לי אבי, וועמענס שולד וועט עס זיין?
די איינע זאך וואס איך וויל פרעגן,
איך זעה דא אסאך אין שטיבל ווי מען איז מסביר אז די גויים זענען בכלל נישט אזוי שלעכט,
מען האט אונז אויסגעלערנט אז מיר זענען העכער די גויים, חסד לאומים חטאת איז א פסוק, אפילו זייערע טובות מיינען זיי נאר זיך,
אבער ס'איז 2 לכאורה באזונדערע חלקים - די גשמיות און די רוחניות.
בגשמיות, ס'מיינט בחיצוניות, קען מען נאך טרעפן וואוילע גויים וואס העלפן יענעם, אין די היסטאריע טרעפן מיר גענוג "חסידי אומות העולם", ס'איז בכלל נישט אויסגעשלאסן;
אבער ברוחניות ווייסן מיר אז מיר אידן זענען די תכלית הבריאה, עם הנבחר, אתה בחרתנו מכל העמים, דער גוי טאר נישט זיין געשעצט אין אונזערע אויגן,
א איד האט א נשמה, א חלק אלוק ממעל, א גוי איז נידריג, מגושם, ארציות, זיין קאפ ליגט נישט אין העכערס, נאר טיף אין די גשמיות און תאוות,
א איד ארבעט אויף קדושה, טהרה, פרישות, כ"א לפי מצבו ולפום דרגא דיליה,
איך דארף נישט מאריך זיין דערין...
וואס מיינט "שקר נחלה לי אבי"??
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 279
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
עס איז א יסודות'דיגע נקודה..
לכאורה דא אין קאווע שטיבל וויל מען ארויסברענגען אז דער וועג וויאזוי מען האט אלץ אויסגעלערנט אז א גוי איז נידריג און שמוציג קומט צום סוף אן צו א סתירה. ווען עס וועט קומען די צייט אי"ה ווען דיינע קינדער וועלן ארויסגיין אויף דער וועלט וועט ער זעהן אז ס'זענען דא זייער פארשטענדליכע און נארמאלע גוים.
וואס מ'דארף וויסן און לערנען איז אז זיי זענען נארמאלע מענטשליכע ברואים, אויך מיט טאלאנט און געפיל, און נאך אלץ זענען מיר דער עם הנבחר וואס וועגן אונז שטייט די וועלט, מיר זענען די ארמיי, פון די ארמיי ווערט פארלאנגט פיל מער ווי פון דער פשוט'ער המון עם, פון די צווייטע זייט זענען זיי - די ארמיי - דער סיבה פארוואס/אויף וואס די לאנד שטייט.
ווי אויך האבן מיר א מצוה פון ובחוקותיהם לא תלכו, און דאס ווענדט זיך שוין יעדער לויט זיין געפיל. דאס קענסטו נישט אריינלייגן אין דיינע קינדער. עס ווענדט זיך ווי ווייט מען זעהט אליינס איין אז ס׳איז דא עפעס אין אונזער פאלק וואס מאכט אונז מער דערהויבן, משא״כ א גוי וואס נאך אלעם - חוץ א רעליגיעזער גוי וואס דאן ווערט ער אוועקגעמאכט אלץ דינען נישט ריכטיגע ווערדן - ליגט ער אין זיינע תאוות און דאס איז זיין איינציגסטער לעבנס-ציל.
מיר זענען דא אויף א מיסיע, פאר א איד איז די וועלט נאר א דורכגאנג. ועיין בדברי שמעקעדיג אין די פריערדיגע תגובה
בדרך אגב, (אפשר פארלאנגט זיך אן עקסטערער אשכול דערפאר) וואו איז דער מקור אוועקצומאכן דעם גוי? (אויב ס'איז דא..) עס איז דא א לאו פון "לא תחנם" וואס מיינט נישט "ארויסהייבן" דעם גוי, און דאס דארף מען אויף וויסן צו מען רעדט פון א יעדן גוי אדער נאר פון עובדי ע"ז. ווי אויך -לכאורה - אלעס וואס ווערט געברענגט אין די תורה אקעגן דעם גוי איז לכאורה נאר קעגן עובדי ע"ז.

וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
אנעים זמירות האט געשריבן:אן אפענע חינוך? ומה יעשה הבן שלא יחטא?
פאר א קינד מוז מען אריינבאקען נאכאנאנד ווי אומווערדיג די גוים זענען, און - וויכטיגער - ווי גליקלעך מיר זענען אז מיר האבען א שייכות מיטען בורא עולם ית' און מיר האבען די זכיה זיך מדבק צו זיין אין די תוה"ק.
איי דער טאטע ווייסט ביי זיך אז ער אליין האלט נישט דערביי, און ער כאפט נאך יא א שטיקעל התפעלות פון גוי'אישע סעלעבס (אדער יודישע וד"ל) וכדו', און איהם פארגליסט יא אמאל צו הערן אן אויסגעלאסענעם ניגון (פון א יוד) א.א.וו?
שתי תשובות בדבר:
1. ווער וויל דען נישט זיינע קינדער זאלען איהם איבערשטייגען ביראת אלקים ובעבודת ה'?
2. אפשר פון אזויפיהל רעדן וועט זיך עפעס אנקלעבען אינעם טאטען זעלבסט, צי מחמת התעוררות צי מחמת בושה.
מען דארך אריינגעבען אין די קינדער א געפיהל זיי זאלען מכיר זיין אינעם חשיבות פונעם עם הנבחר אז מיר זענען בני מלכים, אזוי ארום וועט זיי גארנישט פאסען צו הערן א 'ליפא' טעיפ, און נישט זיי זאלען שפירען פארצוימט אז זיי 'טארען' נישט הערן א ליפא טעיפ.
אנעים זמירות ושירים אערוג דיין אינגל וועט איין טאג אנקומען צו נוצן א נישט אידישן דאקטער און וועט אויסגעפונען דער אומווערדיקער גוי גיט זיך אוועק זיין לעבן צו היילן מענטשן און האט פארדעם שטודירט יארן לאנג און ער גיט זיך אוועק פאר יעדן נישט קיין חילוק וואס דער הויט קאליר אדער צו ער האלט אז דער דאקטאר איז אומווערדיק צו נישט. וויפיל אומווערדיקע זענען אריינגעשפרונגען אין טווין טאוער צו ראטעווען אנדערע און פארברענט געווארן? ווער האט למעשה באפרייט בוכענוואלד פאר דיין אינגל'ס עלטער זיידע איז אויגעגאנגען צום לעצטן מאל. און בכלל ווי שטייט אין די ספרי קודש א גוי איז אומווערדיק? אדרבה ברענגט אראפ א מקור ויוכיח בין שנינו.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
יידל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:וואס מיינט "שקר נחלה לי אבי"??
א פאראפראזע פונעם לשון הפסוק אין ירמיהו טז, יט "אך שקר נחלו אבותינו".
יידל, נישט דאס האב איך געמיינט.
איך האב געוואלט פרעגן, וואו וועט דער קינד איינזעהן אז מען האט אים געזאגט שקר?
לויט ווי איך שרייב, איז עס דאך הונדערט פראצענט אמת!
וירח ה' את ריח הניחוח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צו זר זהב
זר זהב האט געשריבן:אויש 'יאנקל' איך האב דיר שיעור געלייקט... נאר דער לעצטער שטיקל מיט'ן 'שטערן' געפעלט מיר נישט! וויאזוי מאכסטע א שב ואל תעשה פון א קום ועשה? און בכלל לויט דיין מהלך פון נישט זיך זעצן אויפקלערן די קינדער, נאר זיי נישט אפהאלטן פון פרעגן; וואלט מער געפאסט צו זאגן אז אויב דאס קינד קומט אהיים מיט א שטערן, פראטעסטיר נישט! דאס איז פיין. אבער אים גיין קויפן א שטערן איז אזוי ווי דו זאלסט זאגן פאר'ן טאט'ן אז ער זאל אזוי לאנג רעדן מיט'ן קינד פונעם האלאקאוסט אז דער קינד זאל אויטאמאטיש פרעגן פארוואס דער אייבישטער האט עס געברענגט...
אבער העי, איך אגריע מיט'ן רוב, זייער גוט ארויסגעברענגט. איז נאדיר א לייק.
מיט דיין מיינונג איבער דעם שטערן בליק אויפ'ן שטערן בין איך נישט מסכים. דער שטערן מעג און דארף זיין בקום ועשה אין א אידישע שטוב. א קינד, און אפילו א דערוואקסענער דארף עפעס ליינען. אפגעזעהן פון דעם פאקט אז ס'זענען דא רבנים האוסרים. איידיעל, וואלט געווען ווען יונגע קינדער קענען ליינען אזעלכע אויסגאבעס ווי "דאס אידישע ליכט". אבער ס'איז דאך שוין ליידער נישט דא צו באקומען. דא"ג. ס'ליגט מיר אין זכרון אז דו האסט אין איינס פון דיינע מאמרים אוועקגעמאכט דאס חשיבות, אדער אינטעליגענץ פון ד.א.ל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שאלה צו איחוד פעלד
דו זאגסט אין דיין ענטפער צו קאנצעפט אז ר"ר יונתן פון אייבשיץ "איז געווען א שטיקל שבתאי". ילמדינו רבינו, איך בין מודה אז איך ווייס דאס נישט איך האב עס קיינמאל נישט געהערט. אויב אזוי האב איך איין קשיא, פארוואס לערנט מען פון זיינע ספרים. פארוואס האט מען זיי נישט מחרים געווען. חוץ מזה. רעדט מען אין אלע ערליכע קרייזן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ און רעספעקט וועגן אים.