לאמיר זיך זעצן לערנען! ספרי לומדות ומחשבה אין א גוטע סדר

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אנאליזירער האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:לגבי חסידות האב איך געזעהן זייער א שיין ספר, שפתי חן, א הקדמה צו לערנען און פארשטיין ספרי חסידות, וואו ער איז זייער שיין מסביר די קאנצעפטן וועלכע מען טרעפט אין די ספרי חסידות. עס איז א געוואלדיגע ארבעט, דער יסוד דערפון איז געשריבן געווארן דורך ר' שמואל קרויס ז"ל, אבער דער עיקר ארבעט איז געמאכט געווארן און ארויסגעגעבן געווארן דורך זיין תלמיד ר' חיים הערש מענדלאוויטש.

עס איז געמאכט ממש פאר מתחילים, און ער צולייגט עס זייער שיין.

טאקע א שיין ספר, אבער איז עס נישט מער מסביר צו זיין די יסודות פון קבלה?


ניין, דאס איז זייער ווייט פון קבלה, דאס איז יסודות פון ספרי חסידות. מען טרעפט די זאכן זייער אסאך אין ספרי חסידות, און אויב האט מען נישט די יסודות, איז זייער שווער זיך צו טרעפן די הענט און די פוס ביים זיי לערנען.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ייש"כ
תפסת מרובה לא תפסת.
כ'ווייס שוין נישט וואו אנצוהייבן

וואס איז מיט ?
דברי אברהם
דברי יצחק
דברי יעקב
דברי משה
ויחי יעקב
ויחי יוסף
תורת משה
תורת אליעזר
תורת אברהם
תורת יעקב
שפתי דוד
שפתי שלמה
שפתי תהילה
שפתי תפילה
שערי תורה
שערי עבודה
שערי שמים
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאווע טרינקער האט געשריבן:ייש"כ
תפסת מרובה לא תפסת.
כ'ווייס שוין נישט וואו אנצוהייבן

וואס איז מיט ?
דברי אברהם
דברי יצחק
דברי יעקב
דברי משה
ויחי יעקב
ויחי יוסף
תורת משה
תורת אליעזר
תורת אברהם
תורת יעקב
שפתי דוד
שפתי שלמה
שפתי תהילה
שפתי תפילה
שערי תורה
שערי עבודה
שערי שמים


קוקנדיג אויף דיין רעקארד זעהט מען אז די האסטו גאנץ א פיין קעפל, אלזא מאך דיר נישט ווי דער האן קוקט אריין אינעם בני אדם
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אקעי, אפשר קען מען טאקע מאכן דא א שטיקל סדר.

לאמיר דא מאכן א שטיקל רשימה, מסודר איינס נאך איינס. וועלכע ספרים זענען גוט אויף אריינצופירן דעם מענטש אין א געוויסן נושא, וועלכע איז פאר א בעגינער, און וועלכע קומט נאכדעם.

למשל, אויף חסידות האב איך דא געברענגט דעם ספר שפתי חן, וועלכע איז טאקע נישט פון א קדמון, אבער עס איז א געוואלדיגע ארבעט. יעצט, אויב איינער האט שוין דורכגעלערענט שפתי חן, וואס קומט נאכדעם, תניא? אנדערע ליובאוויטשער ספרים? ברסלב? ר' צדוק? לאמיר כאטש ארויסקומען מיט עפעס קראנט.

דאס זעלבע אויף לומדות, וועלכע איז פאר א בעגינער? שב שמעתתא? שערי יושר? און וועלכע קומט נאכדעם.

דאס זעלבע מיט מחשבה, לאמיר גיין איינס אויף איינס. פליז, ווער עס קען, קופערניקוס און אלע אנדערע, פליז טוט קאנטריביוטירען צו דעם רשימה.

א גרויסער יישר כח
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ווענט זיך וועם, סדא אזעלכע וואס סאיז זיי בעסער אנצופאנגען מיט היינטיגע מער מוסברדיגע ספרים, למשל חסידות מבוראת אין חסידות, אדער ר' חיים פרידלענדער'ס ספרים אין מוסר, [שפתי חיים?], אדער שב שמעתתא המבואר וכדו', רב זעווין, אין לומדות. און סדא אזעלכע וואס פאר זיי איז די בעסטע גיין גלייך צו די ריעל סטאף ווי תניא, ר' צדוק, וכו'. די וועלן זיך מער וייניגער אליינס טרעפן וואס זיי זיכען עכ"פ נאך איין אדער צויי ביגינער ספרים.

סווענדט זיך אויך וואס דו ווילסט אנקומען, צו וואסארא שניט אין חסידות? אין לומדות? יעדער איינער פון די דערמאנטע האט דאך א צוייטער גאנג,

אויב חב"ד איז כדאי פאר א ביגינער חסידות מבוארת, דערנאך אפשר מאמרים פון ריי"ץ, די קונטרסים פון רש"ב, מאמרים ושיחות פון לעצטער רבי [די ערשטער פאר בענדער ליקוטי שיחות האט ער עקסטער געשטעלט די מאמרים מער געאייגנט פאר מתחילים]. אויך איז מומלץ אנפאנגען מיט דרך מצוותיך בפרט שרש מצוות התפלה.

אויב אנדערע סארט חסידות איז כדאי אנפאנגען מיט צדקת הצדיק פון ר' צדוק, וואס גייט אויך מער וייניגער לויט ענינים און איז גרינג צו לערנען. ספרים עה"ת איז גוט שם משמואל, ישמח ישראל.

אויף ברסלב איז נישטא בעצם אזעלכע מסודר דיגע ספרים, אפשר משיבת נפש והשתפכות הנפש וואס זענען אויף קלארע נושאים און גרינג [משיבת נפש אויף חיזוק, השתפכות הנפש אויף התבודדות], פון ר' נחמן'ס ספרים קען מען אנהייבען מיט שיחות הר"ן וואס איז זיין גרינגסטע ספר און ענהאלט מעשיות מוסר רמזים חסידות. היינט איז אויך דא ליקוטי מוהר"ן מיט פארשידענע ביאורים וואס מקען גרינג לערנען און פארשטיין מער וייניגער. מקען זיך אויסוועלן די קלארערע שטיקלעך ליקוטי מוהר"ן. אין ליקוטי הלכות איז אויך דא אסאך גאר געשמאקע גרינגע און ברייט אויסגעשמועסטע שטיקלעך מדארף עס נאר טרעפן.

אויב וויל מען ארייגיין מער ערנסט אין קבלה ומחשבה איז כדאי אנפאנגען מיט רמח"ל, דרך ה', דערנאך דעת תבונות, דערנאך קל"ח פתחי חכמה. מער ערנסט קען מען לערנען פרדס רמונים פון רמ"ק וואס איז שטארק מסודר, אדער אור נערב פון עם.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס רעדט זיך נישט פון עלעקטעריק וואס מען קען פארשרייבן גענוי וויאזוי מען לערנט, עס רעדט זיך דאך פון מחשבה און לומדות, עס איז א וועלט פאר זיך, יעדער לויט וואס אים ציעט.
אין מחשבה איז דען שייך? איז דען שפתי חן א שוה לכל נפש? בכלל איז זייער שווער צוו מכבד זיין כלל ישראל צו לערנען שפתי חן ווען דער מחבר איז געווען אן איש פשוט, עס זענען דא גענוג גוטע ספרים, פארוואס זאל מען נישט ליבערשט לערנען עלי שור פון רבי שלמה וואלבע וועלכער גייט מדרגה לדרגה, און ער איז געווען גאר א קלוגער איד א תלמיד חכם און א צדיק?
שערי יושר אדער שב שמעתא? א שווערע שאלה. א מענטש איז נישט געבוירן מיט קיין אינסטרוקשענס, מען מוז אליין טרעפן די וועג אין אלעס, אריינגערעכנט אין לערנען
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

קופערניקוס האט געשריבן:עס רעדט זיך נישט פון עלעקטעריק וואס מען קען פארשרייבן גענוי וויאזוי מען לערנט, עס רעדט זיך דאך פון מחשבה און לומדות, עס איז א וועלט פאר זיך, יעדער לויט וואס אים ציעט.
אין מחשבה איז דען שייך? איז דען שפתי חן א שוה לכל נפש? בכלל איז זייער שווער צוו מכבד זיין כלל ישראל צו לערנען שפתי חן ווען דער מחבר איז געווען אן איש פשוט, עס זענען דא גענוג גוטע ספרים, פארוואס זאל מען נישט ליבערשט לערנען עלי שור פון רבי שלמה וואלבע וועלכער גייט מדרגה לדרגה, און ער איז געווען גאר א קלוגער איד א תלמיד חכם און א צדיק?
שערי יושר אדער שב שמעתא? א שווערע שאלה. א מענטש איז נישט געבוירן מיט קיין אינסטרוקשענס, מען מוז אליין טרעפן די וועג אין אלעס, אריינגערעכנט אין לערנען


איך פרעג יא ווייל איך בין אן עם הארץ. איך וויל אבער אנהייבן לערנען, און פון דאס ביסל וואס איך האב געלערנט שפתי חן, כאטש דער מחבר איז געווען אן איש פשוט (לפי דבריך. איך האב אים נישט געקאנט) קוקט עס מיר אויס צו זיין שוה לכל נפש, פאר א בעגינער, וואס וויל לערנען חסידות. אדרבה, רעד: עלי שור פון ר' שלמה וואלבע איז אויף חסידות, אויב יא וועל איך עס קויפן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין ספרי חסידות האב איך קיינמאל נישט געטראפן מיין taste חוץ אין דברי מנחם און פירוש מ"ן (שטיפנעשט)....
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הדד בן בדד האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:עס רעדט זיך נישט פון עלעקטעריק וואס מען קען פארשרייבן גענוי וויאזוי מען לערנט, עס רעדט זיך דאך פון מחשבה און לומדות, עס איז א וועלט פאר זיך, יעדער לויט וואס אים ציעט.
אין מחשבה איז דען שייך? איז דען שפתי חן א שוה לכל נפש? בכלל איז זייער שווער צוו מכבד זיין כלל ישראל צו לערנען שפתי חן ווען דער מחבר איז געווען אן איש פשוט, עס זענען דא גענוג גוטע ספרים, פארוואס זאל מען נישט ליבערשט לערנען עלי שור פון רבי שלמה וואלבע וועלכער גייט מדרגה לדרגה, און ער איז געווען גאר א קלוגער איד א תלמיד חכם און א צדיק?
שערי יושר אדער שב שמעתא? א שווערע שאלה. א מענטש איז נישט געבוירן מיט קיין אינסטרוקשענס, מען מוז אליין טרעפן די וועג אין אלעס, אריינגערעכנט אין לערנען


איך פרעג יא ווייל איך בין אן עם הארץ. איך וויל אבער אנהייבן לערנען, און פון דאס ביסל וואס איך האב געלערנט שפתי חן, כאטש דער מחבר איז געווען אן איש פשוט (לפי דבריך. איך האב אים נישט געקאנט) קוקט עס מיר אויס צו זיין שוה לכל נפש, פאר א בעגינער, וואס וויל לערנען חסידות. אדרבה, רעד: עלי שור פון ר' שלמה וואלבע איז אויף חסידות, אויב יא וועל איך עס קויפן.


איך וויל זיך אנטשולדיגן, איך מיין נישט חלילה אוועקצומאכן קיינעם, אויב שפתי חן איז אזוי גוט בעיניך, וויל איך עס נישט אוועקמאכן חלילה.
אין חסידות איז דא צען שטרעמונגען און מהלכים, ווי חב"ד, ברסלב, קאצק, איזביצא-רבי צדוק הכהן, און נאך.
עס איז דא חסידות וואס גרעניצט זיך מיט קבלה אזוי ווי בני יששכר און אסאך "היימישע" ספרים, אבער זענען פיל מיט דרוש און רמזים.
עס איז דא חסידות וואס איז געמישט מיט קבלה, אבער אן דרוש און רמזים, אזוי ווי ספרי חב"ד.
עס איז דא חסידות וואס פארמאגט אין זיך אסאך מענטשליכע פסיכאלאגיע, און אסאך חיזוק ווי ספרי איזביצא.
אןן עס זענען דא נאך צען מהלכים אין חסידות.
פאר א מתחיל קען זיין גוט ישמח ישראל, עס קען זיין גוט תניא מבוארת, עס קען זיין גוט שם משמואל, עס קען זיין גוט עלי שור פון רבי שלמה וואלבע, עס קען זיין גוט מכתב מאליהו וואס איז אן אריינפיר צו חסידות, עס קען זיין גוט אור גדליה פון רבי גדלי' שור, עס קען זיין גוט שפת אמת פאר ווער עס פארשטייט אים גוט. אבער עס איז שווער צו זאגן בכלליות. עס איז דא מענטשן וואס ווערן אנגעווארעמט און עקסיידעט פון א "ווארעמע ווארט", און עס איז דא וואס נאר א לאנגע לאגישע געביידע פון תניא רעדט צו זיי.
ואין הדבר תלוי אלא בך, ואין לך אדם שאין לו שעה ומקום וספר מיוחד
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און בדרך אגב, אין ליטעראטור ווייס איך דען יא וויאזוי אנצוהייבן? וויאזוי היייבט מען אן דעוועלאפן א טעיסט אין ליטעראטור? פון שעיקספיר? דוסטאיוועסקי? מארק טוועין? או הענרי? עגנון? גראדא? זינגער? אדער שלשה אחים.
וואס ליינט מען? פיקציע? פאנטאזיע? פאעזיע?
עס איז שווער צו געבן א מענטש מיט א לעפל אין מויל, מען דארף טרעפן די וועג און אנטוויקלען א געשמאק.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב איינעם אינטרעסירט נאך די נושא, שערי חיים פון ר' חיים פנחס שיינבערג איז לדעתי דער בעסטער ספר פאר א מתחיל אין לומדות.
נאטירליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

שליחה דורך נאטירליך »

אוהב דעת האט געשריבן:[
איך גלייך שטארק רב קוק אבער זיין שפראך איז שווער ,איז דא ערגעטץ איבערגעשריבען זיינע חידושים אויף א גרינגע שפראך ?איך וואלט מסתמה גרינגער פארשטאנען אויף ענגליש.....

עס איז דא שווערערע און לייכטערע ספרים פון אים פון זיינע תלמידים זאגט מען אריינצוקומען אין זיין תורה דארף מען אנהייבן פון זיינע בריוון.
אויך איז דא אסאך הערליכע ספרים פון אים וואס עס איז נישט אזוי באקאנט, ווי עין אי"ה אויף אגדות הש"ס ע"ד פון מהר"ל אויף מסכת ברכות און שבת ועוד
אויך איז דא שמונה קבצים און פניני מהראי"ה וואס איז גענומען פון זיינע כתבים געשריבן אויף א וועג אביסל ווי ר' צדוק'ס ספרים אן א ספעציעלע סדר, הערליכע (און אסאך לייכטע) נפלא'דיגע שטיקלעך אין עבודה און השקפה אז מען קען זאגן מי שלא ראה אור זה לא ראה אור מימיו
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

הכשרת האברכים קען זיין א גיט ספר פאר חסידות פאר דאמיס
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

ריכטיג האט געשריבן:אויב איינעם אינטרעסירט נאך די נושא, שערי חיים פון ר' חיים פנחס שיינבערג איז לדעתי דער בעסטער ספר פאר א מתחיל אין לומדות.

צ"ל "משמרת חיים" (שאגב, כבר יצא לאור חלק ד').
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

קופערניקוס האט געשריבן:פון הרב עמיאל איז דא א נפלא'דיגע ספר לחקר הלכה, דער חזון איש האט עס זייער נישט געגליכן

אפהאנדלונג איבער דעם (מרב יהושע ענבל) אין פורום אוצר החכמה.
וקרב פזורינו מבין הגויים
מודיעין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 19, 2016 12:22 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך מודיעין »

פאר מתחילים אין חסידות ווי האט מען געקענט פארגעסן פון נתיבות שלום, (לרש"נ מסלאנים), בעיקר ח"א וואס רעדט פון כלליות'דיגע נושאים, תורה עבודה, תפלה, און חסידות אליין שמועסט ער זייער שיין אויס, באזירט אויף די יסודות און לשונות פון ראשונים, און פריערדיגע ספרי חסידות, מיט א גאלדענע שפראך שוה לכל נפש.

אויך די הקדמה אויף תורת אבות, איז זייער שיין אראפגעלייגט דרך החסידות בכלל, און בעיקר חסידות לעכעוויטש קאברין סלאנים, אויף א מייסטערהאפטן אופן, און אויך די הקדמות, אויף די אנדערע ספרי סלאנים, איז הערליך שיין, מעשה אומן.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך חוקר ודורש »

זייער א שיינע אשכול, איך וואלט געוואלט צולייגען דעם ספר כסף נבחר, וואס איז כולל אין זיך 160 כללים, דהיינו ער גייט לויטן אלף בית און ער טוט דורך סוגיות פון ש״ס, למשל ביי אלף הייבט ער אן די ערשטע פון ״אגלאי מילתא למפרע״ וכו׳, ער ברענגט איבעראל אין ש״ס ווי מען רעדט פון דעם און אויך ברענגט ער די גדולי הראשונים ער איז מברר ומלבן נאכדעם גייט ער צום פסק, הערליך שיין אזוי טוט ער דורך 160 סוגיות, דער מחבר האט געהייסן רבי ברוך בענדיט גיאייטין זצ״ל, אב״ד העדיעס אין אונגארין, עס האט אן הסכמה פונעם חתם ספר און פון זיין רבי רבי משה מינץ ועוד גדולי ישראל, דער חתם סופר שרייבט און זיין הסכמה ״הספר הזה יהיה מורה דרך ללומדי תורה״!, די ספר איז געווען נפוץ און אונגארישע ישיבות אבער אזוי ווי אסאך זאכן ליידער איז דאס אויך פארגעסן געווארן
בנוגע הלכה, ווער עס זיכט א ספר וואס טוט דורך ״כל התורה כולה״, אלע הלכות אין די תורה, אנגעהויבן פונעם מקור ביזן פסק אין שלחן ערוך און ווייטער, וועט דאס טרעפן אין דעם ספר ״ערוך השלחן״, און ווער עס זיכט צו לערנען חומש צוזאמען מיט די דרשות חז״ל לקיים מה שנאמר והיו לאחדים בידך, קען דאס טרעפן אין זיין זון׳ס ספר ״תורה תמימה״
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

איש חזון האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:אויב איינעם אינטרעסירט נאך די נושא, שערי חיים פון ר' חיים פנחס שיינבערג איז לדעתי דער בעסטער ספר פאר א מתחיל אין לומדות.

צ"ל "משמרת חיים" (שאגב, כבר יצא לאור חלק ד').


ס'איז אינטערסאנט צו באמערקען ווי אזוי דער ספר איז געווארן. הרב שיינבערג האט געהאט א מנהג ליל שישי פארצולייגען פאר די תלמידים א לומדישע קשיא פון צוויי אנדערע מקומות אין ש"ס אדער הלכה וואס אויווען אויף האט אויסגעזען ווי א שטיקל סתירה איינער מיט'ן צווייטען, ער האט נאך דעם, ביזדערווייל, גארנישט ג'ענפערט אויף דעם. ביני לביני איז געווארן א ריתחא דאורייתא צווישען די תלמידים, זה אומר כה וזה אומר כה, נאך וואס מ'האט זיך אויס גע'טענה'ט האט ער ווידער גענומען דאס ווארט, און אוועקגעשטעלט די יסודות צווישען די שני דברים המכחישים קלארערהייט. פון דעם איז נתחבר געווארן די חיבור.

נישט נאר די ספר אליינס איז א גוטע התחלה אין כללי לומדות, נאר אויך דער אופן ווי אזוי ער האט דאס דעליווערד איז אויך געוווען א גוטע התחלה פון טראכטן אליינס אויף אן עיונ'דיגע ווען. אינ'ם ספר ווערט געברענגט נישט נאר ישיבה'שע נושאים נאר אויך אורח חיים און יורה דעה'דיגע נושאים
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

Re: לאמיר זיך זעצן לערנען! ספרי לומדות ומחשבה אין א גוטע סדר

שליחה דורך חוקר ודורש »

יא רבי חיים פנחס זצ״ל איז געווען פון די יחודים צווישען די ראשי ישיבות וואס זענען אויך געווען מורי הוראה, ער איז געווען ראש ישיבת תורה אור, און רב פון קרית מטרסדורף, ער איז געווען אן איידעם ביים באקאנטען All for the boss, ער איז געווען א תלמיד פון רבי משה סולובייציק און פון זיין זוהן רבי יוסף דוב נאך אין באסטון, ער איז שטארק געווען באקאנט מיט זיין צענדליגע טלית קטן׳ס וואס ער האט געטראגען וואס האבן אים געמאכט אויסקוקן ווי א גרויסע מענטש, דער ספר ווערט אנגערופן משמרת חיים ווייל די שיעור וואס איז געווען ליל שישי האבן זיי דארט אנגערופן ״משמר״


Sent from my iPhone using Tapatalk
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: לאמיר זיך זעצן לערנען! ספרי לומדות ומחשבה אין א גוטע סדר

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיין טאטע האט מיר געקויפט דער ספר ווען איך בין געווען א אינגעל, ווילענדיג אז איך זאל זיך נעמען טראכטען. איך האב אבער ווייניג געקוקט דערין, ווייל איך בין געווען פויל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס איז לעצטענס ארויסגעקומען גאר א אינטערסאנטע ספר מיטן נאמען ״פלפולי דאורייתא״ שערים לעולם הלמדנות, עס איז ספעציעל געשריבן געווארן, אריין צוברענגען הקורא בעולם הלמדנות,
דער בעמ״ח זעהט זיך אויס שרייבט פון א קוריקולעם, ער לערנט אויס פון אל״ף, וויאזוי הייבט מען אן אריינצוגיין אין א סוגיא, וואס איז א סברא, וויאזוי איז מען עס בודק אויב עס אמת, וויאזוי די שיטת הראשונים למעשה זענען געבויט אויף זייער מהלך אין די סוגיא, וואס מיינט א חקירה, שתי דינים. און נאך גאר גאר אסאך, עס געמאכט ספעציעל פאר מתחילים ממש, דלא כמו כל הספרים הקדושים שהובא לעיל כאן באשכול.
א אידיש קינד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re:

שליחה דורך א אידיש קינד »

איש חזון האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 12:28 pm
קופערניקוס האט געשריבן:פון הרב עמיאל איז דא א נפלא'דיגע ספר לחקר הלכה, דער חזון איש האט עס זייער נישט געגליכן
אפהאנדלונג איבער דעם (מרב יהושע ענבל) אין פורום אוצר החכמה.
אגב ער איז דא נאך א גאר לומדיש ספר פון איהם, ’דרכי משה’, צוויי חלקים
[NAMELESS]

Re: Re:

שליחה דורך [NAMELESS] »

א אידיש קינד האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 8:10 pm
איש חזון האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 12:28 pm
קופערניקוס האט געשריבן:פון הרב עמיאל איז דא א נפלא'דיגע ספר לחקר הלכה, דער חזון איש האט עס זייער נישט געגליכן
אפהאנדלונג איבער דעם (מרב יהושע ענבל) אין פורום אוצר החכמה.
אגב ער איז דא נאך א גאר לומדיש ספר פון איהם, ’דרכי משה’, צוויי חלקים
דער חזון איש האט נישט ליב געהאט דער דרך פון רבי חיים, נאר האט געלערנט פשוט
פארשפארט