הרב נפתלי הירץ וויזל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ניין, געלונגענע סאציאלע מהפכות האבען דווקא געמאכט מענטשען וואס האבען געריטען אויף די אומצופרידענהייט פונ'ם ציבור און עס אויסגעניצט אויסציפירען זייערע אגענדעס. איך ווייס נישט פון קיין מהפכה אין היסטאריע וואס איז צוגעאנגען מיט אזוינע דרכי שלום און שכל ווי דו רעדסט. רוב שינויים אין מיוסד'יגע געבויטע סאסייעטיס האבען גענומען צענדליגע אויב נישט הונדרעטע יארען מיט אסאך שפיכת דמים און אבידות מכל הצדדים ביז עס האט זיך עפעס גערוקט.

דרך אגב, אויב מיינסטו טאקע אז עס איז ערגעץ געווען א פראגראם פון התקדמות, זייט וויסען אז להד"ם. חרדקים ארויף חרדקים אראפ, עס איז אין ערגעץ נישט געווען קיין מהלך פון אפענער ווערן וואס ער זאל האבען צוריקגעשטעלט. און אוודאי נישט מיט 'הונדרעט יאר'. נישט היינט איז דא אדער געווען אזא מהלך און נישט בזמנו של ויזל איז עס געווען. די איינציגסטע מאל אין חרדישע היסטאריע ווען עס געשהעט אזא זאך אז מען איז גרייט צו מאכען שינויים איז נאר נאך וואס דריי פערטל עולם פאלט אוועק און מ'האט שוין נישט קיין סאך צו פארלירען, דערמאנט מען זיך אז עס קען זיין אנדערש. ווי למשל אין פוילין הארט פאר'ן קריג, ווען מ'האט זיך דערמאנט אז מ'מעג משנה זיין די תורה און מאכען מיידל שולע'ס וכדו'. דערווייל האלטן מיר נישט ביי אזא מצב און קיינער איז נישט גרייט צו מאכען שינויים. אויב עפעס איז די איינציגסטע זאך וואס קען היינט משנה זיין א פשוט'ע הכרח פון געלט, און לגבי דעם איז נישט קיין חילוק צו א מלך קשה כהמן נעמט אוועק תקציבים פון ישיבות צו מען מאכט עס בדרכי שלום. אז דער עולם האט נישט צו עסן וועט מען זיך צום סוף נארמאלאזירען גיין ארבעטן וכו'.

און דו גיבסט עם פיל מער קרעדיט ווי עס קומט עם. נעם ארויס די 'מענטש אין זיין פאזיציע'. ער איז נאר א סימפטאם. למעשה איז עולם שוין געווארען היבש דיסעפוינטעד אין עם לאמיר זעהן ווי עס וועט זיך אויסקאכען.

למעשה, די סארט 'חכמה' וואס מ'שטעלט דא פאר איז פשוט אוממעגליך, עס קומט א מצב וואס באו מים עד נפש, און די וועם מ'איז פוגע אין זיי נעמען זיך שרייען. וואס זאגסטו זיי? ווארטס צו, זייטס קלוג, אפשר וועלן זיך זאכן אליינס טוישן. קען זיין עס איז א סברא, אבער היומען נעיטשור איז נישט אזוי, און נאר אויף יומאן נעיטשעור קען מען עפעס בויען.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

אין די נישט ווייטע ארגאנגענהייט איז געווען א סאציאלע מהפכה, נעמליך די ציווילע רעכטן מאוומענט. מארטין לוטער קינג האט טאקע פראטעסטירט, געשטופט, געשריגן און נישט געזשאלעוועט קיין כוחות. ער האט געשריגן ווייל עס האט אים וויי געטון. אבער ער האט אויך געוויסט ווען צוריק צו טרעטן. ער האט אויך געהאט back door געשפרעכן מיט די צד השני. ער האט געארבייט מיט אויסגערעכנטקייט. זיין אונטערשטע שורה איז אלעמאל געווען וואס וועט ברענגן די ווייטסטע גרייכענדע רעזולטאטן. ווען דזשעסי דזשעקסאן און על שארפטן וואלטן ווען דעמאלטס געווען בראש וואלט מען מן הסתם צוריק געגאנגן צו slavery.

עס איז טאקע נישט דא קיין גרויסע 'פראגראם' פון התקדמות און זיכער נישט ארגענאזירט. אבער עס זענען דא גאר אסאך מענטשן וואס זענען נישט צופרידן און זענען גרייט פאר התקדמות. (וקאווע שטיבל יוכיח.) אפילו אסאך רבנים זענען גרייט און ווארטן פארן טאג וואס עס וועט זיך מאכן א מאוומענט כדי זיי זאלן קענען ארויפשפרונגען אויפן פארענדע וואגאן. מער מענטשן ווי ווען אימער אין די לעצטער 30 יאר גייען אין מיליטער און גייען ארבייטן אין ארץ ישראל. אבער יעצט איז דא א שטארקע התנגדות, און דאס וועט צוריק האלטן א טייל וואס וואלטן יא געגאנגן, און אפילו די וואס לאכן זיך אויס און גייען יא, טוען עס באהאלטערנערהייט, און זייער גיין האט גאר א קליינע השפעה אויף אנדערע.

ביזט גערעכט אז ביי "היימישע" אידן מאכט זיך נישט קיין גרויסע שינויים אויסער ווען עס איז כלו כל הקיצין, אבער דאס איז נאר ווען מען רעדט פון גרויסע שינויים. gradual change איז אבער יא א נאטירליכע זאך, און ווילאנג מען שטעלט נישט אונטער קיין פיסלעך גייט עס אין די ריכטיגע ריכטונג. (עס איז א טייל פונעם צימצום.) לויט מיין פארשטאנד, נאכפאלגענדיג פון דערווייטענס, האט זיך דער נאטירליכע טויש באוועגונג גערוקט אין די פארקערטע ריכטונג זינט לפיד און בנט האבן זיך אריינגעמישט, טראץ דעם וואס זיי האבן לכאורה געמיינט לטובה. (איך מיין נישט דוקא די מענטש לפיד אדער בנט, איך מיין די מצב בכלליות.)

הנוגע לעניניו, אויב איז אמת אז עס איז געווען א מאוומענט צו די גוטע ריכטונג אין יענע צייטן, און נאר צוליב דעם וואס וויזל איז געווארן צו שטארק וואקאל און אפילו ראדיקאל - עכ"פ לשיטתם פון די המון עם - צוליב דעם האט זיך די מאוומענט אפגעשטעלט אדער פארשטייטערט, איז עס א וויכטיגע נקודה צו נעמען אין באטראכט ווען מ'באשרייבט און געדענקט אים historically.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

עס איז נישט געווען אזא מאוומענט, נישט אין די צייטן פון וויזל, עכ"פ נישט במקומו, און נישט היינטיגע צייטן פאר לפיד ובנט. לאז זיך נישט נארען אז קאווע שטיבל ודומיו זענען עפעס מייצג כלפי דער אלגעמיינער היימישער ציבור. ווען דו ווייסט דען ווער זענען העלפט פון די שרייבערס דא ובמקומות הדומים לו פאלט דיר בכלל נישט איין א הוה אמינא אז זיי זענען עפעס מייצג כלפי דעם. און די ווואס שרייבען שוין יא דא שטערט נישט וואס די חברה זענען מקצין. אויב וועט זיין א שינוי וועט עס זיין בחימה שפוכה אמלוך עליכם.

(דרף אגב, איז נאריש מחליט זיין על סמך פון אפאר חדשים פון די חברה וואס זיי האבען גורם געווען. עלמיר זעהן אין צוואנציג יאר ארום, אויב עס וועט בכלל נאך זיין א זכר פון דיי).

מען קען נישט צושטעלן מל"ק'ס רעוולוציע צו דא מסיבות שונות ורבות שאין הנידון דומה כלל. עס רעדט זיך פון א גענצליכע אנדערש סארט מערכה.

רנה"ו איז בכלל נישט געווען ראדיקאל. דאס האט דער צווייטער צד אפגעמאכט. אז מען האנדלט מיט ראדיקאלער איז אומעגליך נישט צו זיין קיין ראדיקאל. ווייל די קלענסטער שינוי שרייט מען דיר אן ביסט א ראדיקאלער אפיקורס.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

[tag]טאמבל סאס[/tag] דיין ארטיקעל מאכט א שטורעם
אבער אויב קען דאס מונע זיין פון גיין אויף פלעצער ווי מען איז דן באריכות איבער גדולי המשכילים ה"י וואס מזמן כבר נשכח זכרם ביי כלל ישראל, איז יצא הפסדו בשכרו.


http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 64#p731564
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

קאווע טרינקער האט געשריבן:שליח! געבענטש זאל זיין דיין משלח וואס האט אייך אהער געשיקט.
איך וואלט הנאה געהאט אויב איר קענט מאריך זיין אינעם ענין, וואס איר זענט מודה אז דאס איז שאקאינג, אז דער המון איד איז גארנישט געווען אזא צוריקגעשטאנענע און אומוויסענדע ווי די ביכער לייגען אים אראפ. בעת וואס די אלע משלים וואס זיי געבן קען מען נאך טרעפן לעבעדיגע משלים בדורנו אלה, וואס ווען נישט די טונקעלע הויט קאליר וואלטן זיי נישט געוואוסט ווער איז פרעזידענט, און א גאר גרויסע פראצענט וואלט נישט געוואוסט נאך אסאך אנדערע לאנד און וועלטליכע ענינים ווען נישט זיי ליינען דאס אין אידישע געשריבענע צייטונגען, א זאך וואס איז אמאל נישט געווען.


כ'האב געפלאנט מאריך צו זיין, ואחר עד עתה, לאמיר כאטש אויסקלארן אין קורצן.
די לעבעדיגע משלים וואס איר טרעפט בדורנו, זענען טאקע דאן אויך געווען (הגם געוויסע זאכן זענען געווארן עקסטרעמער, נישט מ'קען נאך טרעפן נאר מ'קען שוין טרעפן, ווי שוין ערקלערט), אבער דער המון עם גוי איז געווען פיל מער צוריקגעשטאנען, דאס איז געווען די צייט. בעפאר די Industrial Revolution איז בלויז א קליין פראצענט פונעם באפעלקערונג געווען literate, בעת וואס ביי אידן איז (סיי ווען דורכאויס די היסטאריע) בלויז א קליין פראצענט געווען illiterate. צייטונגען האבן אנגעהויבן ארויסצוקומען ארום 100 יאר פריער, אבער זיי זענען געווען few and far between (און מלא דמיונות, בכלל נישט אויפן היינטיגן סטאנדארט). ביי אידן האט נאך געפעלט צייטונגען, ביי גויים האט נאך געפעלט ליינער. מ'קען זיך נישט באקלאגן אויף א פאלק אז זי איז צוריקגעשטאנען ווען מ'האלט נאך אינמיטן א פראצעס, און זי גאלאפירט פאקטיש פאראויס פון די פעלקער ארום איר. און אוודאי קען מען נישט שרייבן אז נאר די פאלק איז צוריקגעשטאנען (ווי וויזל וחבריו האבן געשריבן), דאס מיינט היפך האמת.
דאס איז איבער די זאכן וואס זענען געווען באזירט אויף אמת (נאר אויפגעבלאזן און נישט אין פלאץ), אבער חוץ מזה זענען דא דמיונות און שקרים אויך לרוב, הלוואי וואלט איך געקענט מאריך זיין.

איבער דער שמועס צווישן [tag]הוגה[/tag] און [tag]לעיקוואד[/tag], כ'האב בכלל נישט פרובירט אויסצורעכענען א ליסטע מיט אלע פראבלעמען און כשלונות וואס מ'קען אנלייגן אויף וויזל, אדער אנווייזן מיטן פינגער ווער ס'איז שולדיג, כ'האב בעיקר געוואלט ארויסברענגען אן אנדערע נקודה וואס אסאך כאפן נישט.
די וועלט פארט צו ראציאנאליזאציע, הגם ס'זענען געווען אסאך עיקולי ופשורי אויפן וועג. במשך די גלות האבן אידן אלעמאל פרובירט ארויסצונעמען דאס גוטע פון זייערע שכנים, מיט גרויס הצלחה. ווען די גריכישע ווערק זענען איבערגעטייטשט געווארן אויף אראביש און פארשפרייט געווארן אין יענע מקומות, זענען אויפגעקומען די אידישע פילאזאפער מיט זייערע ספרים. ווען די אראבער האבן מחדש געווען די שירים שקולים, האט נישט לאנג גענומען ביז די אידן האבן זיי נאכגעמאכט (און אפילו איבערגעשטיגן, לויטן אברבנאל אין פ' בשלח), אנהייבנדיג דעם 'תור הזהב' אין ספרד. די גאנצע צייט איז די קריסטליכע וועלט געלעגן טיף באגראבן אין די דומהייט פון די 'טונקעלע עפאכע', אבער זאכן האבן זיך צוביסלעך אנגעהויבן צו טוישן דורך דפוס, רעפארמאציע, רענעסאנס און ענלייטמענט. אין געוויסע לענדער איז עס געגאנגען שנעלער ווי אין אנדערע, ווי צום ביישפיל אין איטאליע און האלאנד, און אידן זענען דארט גארנישט געווען הונטערשטעליג. אבער אויך אין מזרח אייראפע האט זיך עס צוביסלעך גערוקט, און דא האבן אויך אידן מיטגעגאנגען און אפילו געשפאנט פאראויס (פארגלייכט דער מהרי"ל און תרומת הדשן צו ר' יהונתן אייבשיץ און דער גר"א, און בכלל זענען שוין געברענגט געווארן גענוג און נאך דוגמאות, מ'רעדט בכלל נישט פון געציילטע גדולים נאר פון א תופעה וואס האט זיך געהאלטן אין איין פארמערן). און אזוי וואלט געווען ווייטער ווען נישט די השכלה באוועגונג.

אין א ווארט, השכלה (משורש שכל, נישט אלס נאמען פון א באוועגונג) איז נישט עפעס וואס משכילים האבן געברענגט, ס'איז א נאטורליכער פראצעס וואס האט שוין געהאלטן טיף אינמיטן און וואלט אנגעגאנגען ווייטער. אפגעזעהן פון ווער ס'איז שולדיג (און צו ס'איז בכלל שייך איינעם צו באשולדיגן), האט זיך עס בלויז אפגעשטעלט (און אפילו צוריקגעפאלן) צוליב די משכילים און די מלחמה קעגן זיי.

לעיקוואד האט געשריבן:דרך אגב, אויב מיינסטו טאקע אז עס איז ערגעץ געווען א פראגראם פון התקדמות, זייט וויסען אז להד"ם. חרדקים ארויף חרדקים אראפ, עס איז אין ערגעץ נישט געווען קיין מהלך פון אפענער ווערן וואס ער זאל האבען צוריקגעשטעלט. און אוודאי נישט מיט 'הונדרעט יאר'. נישט היינט איז דא אדער געווען אזא מהלך און נישט בזמנו של ויזל איז עס געווען. די איינציגסטע מאל אין חרדישע היסטאריע ווען עס געשהעט אזא זאך אז מען איז גרייט צו מאכען שינויים איז נאר נאך וואס דריי פערטל עולם פאלט אוועק און מ'האט שוין נישט קיין סאך צו פארלירען, דערמאנט מען זיך אז עס קען זיין אנדערש. ווי למשל אין פוילין הארט פאר'ן קריג, ווען מ'האט זיך דערמאנט אז מ'מעג משנה זיין די תורה און מאכען מיידל שולע'ס וכדו'. דערווייל האלטן מיר נישט ביי אזא מצב און קיינער איז נישט גרייט צו מאכען שינויים.


כל זה אכניס, די גאנצע צוגאנג אז חדש אסור מן התורה און מ'קען גארנישט טוישן איז געווארן ביי די מלחמה מיט די משכילים, בעפאר דעם איז דאס נישט געווען, און דאס אויבנדערמאנטע יוכיח. דראסטישע שינויים האבן אלעמאל געקענט ארויסברענגען מחלוקת, ווי אויך טוישונגען בעיקרי הדת, אבער מ'רעדט דא פון gradual change אין זאכן וואס זענען נישט מעיקרי היהדות. (יש מקום לדון צו חסידות וואלט יא געברענגט אזא צוגאנג, אפילו אן די מלחמה קעגן די משכילים, אבער אפילו אויב יא וואלט עס נישט געווען אזוי שארף, און ס'וואלט נישט אזויפיל אויסגעמאכט).

לעיקוואד האט געשריבן:רנה"ו איז בכלל נישט געווען ראדיקאל. דאס האט דער צווייטער צד אפגעמאכט. אז מען האנדלט מיט ראדיקאלער איז אומעגליך נישט צו זיין קיין ראדיקאל. ווייל די קלענסטער שינוי שרייט מען דיר אן ביסט א ראדיקאלער אפיקורס.


איר טענה'ט אז זיין פלאן לויט וויאזוי כ'האב עס אראפגעלייגט איז נישט געווען ראדיקאל, און מ'דארף זיין ראדיקאל צו האלטן אז יא? אדער אז כ'האב נישט ריכטיג אראפגעלייגט זיין פלאן? ביטע קלערט מיר אויף.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

שליח, שפתיים ישק. איך האב עטליכע הערות אויף דיינע זאפטיגע און מושכל'דיגע ווערטער, אבער היות מיין צייט איז באגרעניצט וועל איך זיך באגעניגן מיט איין הערה.
[quote"שליח"]אין א ווארט, השכלה (משורש שכל, נישט אלס נאמען פון א באוועגונג) איז נישט עפעס וואס משכילים האבן געברענגט, ס'איז א נאטורליכער פראצעס וואס האט שוין געהאלטן טיף אינמיטן און וואלט אנגעגאנגען ווייטער. אפגעזעהן פון ווער ס'איז שולדיג (און צו ס'איז בכלל שייך איינעם צו באשולדיגן), האט זיך עס בלויז אפגעשטעלט (און אפילו צוריקגעפאלן) צוליב די משכילים און די מלחמה קעגן זיי.
[/quote]
עס איז שווער צו אנווייזן מיט'ן שולד פינגער אויף די משכילים אויף דעם אופן, עס איז ענדערש א רעזולטאט פון עולם במנהגו נוהג, פונדאמענטאליזם שטיצט זיך אויף מאדערניזם, און ווען מאדערניזם ווערט מער פארגעשריטן ווערט אויטאמאטיש די פונדעמאנטאליזם אויך מער "פארגעשריטן". משל למה הדבר דומה, עס איז גאנץ קלאר אז דורך דעם וואס סייענס האט געברענגט געוויסע זאכן וואס זעען אויס אדער וואס זענען קעגן די תורה האט דאס אויטאמאטיש געברענגט אז ביי געוויסע גרופעס זאל מען אינגאנצן נישט לערנען קיין סייענס. ממילא צו איז שייך צו באשולדיגן די סייענטיסטן פארוואס פאנאטישע קריסטן קענען נישט קיין סייענס? אודאי נישט. עס איז פשוט א תוצאה אז ווען עס פארמערט זיך אסאך חכמה אויפאמאל ווערט אויטאמאטיש א ווילן צוריקצושטויסן. הוא הדין כאן, וויבאלד די השכלה האט אויסגעבראכן מיט אן אימפעט, איז אויטאמאטיש געווען אזעלכע וואס האבן זיך אינגאנצן צוריקגעצויגן פון השכלה, א בחינה פון לבעל או לה'. למעשה, אויב קען מען לייגן די שולד אויף איינעם איז עס סיי די וואס האבן מיט כוח צוריקגעהאלטן די השכלה און סיי די וואס האבן געוואלט ארויפצווינגען השכלה מיט געוואלד דורך געמיינע מיטלען וכדו', און נישט געאפפערט קיין שביל הזהב. ווי איך האב שוין געשריבן, מיין איך אז רנ"וו האט דוקא יא געהאט גאנץ א מיטעלער צוגאנג, און אפילו אויב נישט איז ער נישט געקומען מיט קיין נידריגע אטאקעס וכדו' א שטייגער ווי יוסף פערל, ער האט פשוט ארויסגעזאגט זיין מיינונג. כאטש אויף די פרטים און אויף זיינע גענויע האלטונגען קען מען זיך דינגען. אויב מען דארף באשולדיגן רנ"וו פאר די עקסטרעמיזם וואס חרדיזם האט אנגענומען, קען מען זיכער באשולדיגן דעם חתם סופר פי כמה. (הגם איך גלייך נישט דער ווארט "שולד" ווען מען רעדט פון גוטע מענטשן וואס מיינען באמת נאר גוטס).
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

כאב געזעהן שבת א גליון וועגען וויזעל אבער כאב פארגעסען ווי.

עפעס מיט די גר״א.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

ידען האט געשריבן:כאב געזעהן שבת א גליון וועגען וויזעל אבער כאב פארגעסען ווי.

עפעס מיט די גר״א.


אז דער גר'א האט אים ארויסגעווארפן, און יעדער האט געשפיגן אויף אים. ווייל ער האט געקריגט מיט רש"י איבערן ווארט דיצה (י' לשונות של שמחה).

די מעשה איז בפשטות שקר.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די ספרי תולדות הגר"א ברענגען דאס מיט זלמן מימון.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ר' יעקב צבי מעקלנבערג ז"ל ברענגט די מעשה מיט שלמה מימון, אין ס'ביידע נישט אמת, ס'שטומט נישט מיט די יארן אויך נישט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

גליון אילני פרדס היו"ל ע"י ישיבה לצעירים דוויליאמסבורג יצ"ו
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

טאמבל האט מיך אהערגעקיצעלט. כאב נישט געוויסט וואס כאב פארפאסט.
אגרות צפון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:16 am
האט שוין געלייקט: 368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך אגרות צפון »

@שליח האט אהערגעלינקט, איך מוז זאגן איך בין ממש ספיעטשלעס, אזוי קלאר ארויסגעברענגט.
לענייננו איך האלט נישט אויס ווי ווייט די יושבי חושך האבן פארדרייט היסטאריע און יעדער קויפט נאך אפ זייער ווערסיע פאר גוט געלט.
ביי יעדעם איז פשוט אז דער נו"ב און דער חת"ס האבן געפירט מערכות נוסח דער בלאט, די שאלה איז נאר צו זענען גערעכט געווען צו נישט.
ניטאמאל פאלט איינעם ביי אז די יושבי חושך וואלטען פארשריגן אלע גדו"י פון יענע צייט אלץ אפיקורסים עפ"ל.
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

שליחה דורך זאפטיג »

אגרות צפון האט געשריבן:@[tag]אגרות צפון[/tag].
ביי יעדעם איז פשוט אז דער נו"ב און דער חת"ס האבן געפירט מערכות נוסח דער בלאט, די שאלה איז נאר צו זענען גערעכט געווען צו נישט.
ניטאמאל פאלט איינעם ביי אז די יושבי חושך וואלטען פארשריגן אלע גדו"י פון יענע צייט אלץ אפיקורסים עפ"ל.


געב אכטונג ווי טזוי די רעדסט
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

זאפטיג האט געשריבן:
אגרות צפון האט געשריבן:@[tag]אגרות צפון[/tag].
ביי יעדעם איז פשוט אז דער נו"ב און דער חת"ס האבן געפירט מערכות נוסח דער בלאט, די שאלה איז נאר צו זענען גערעכט געווען צו נישט.
ניטאמאל פאלט איינעם ביי אז די יושבי חושך וואלטען פארשריגן אלע גדו"י פון יענע צייט אלץ אפיקורסים עפ"ל.


געב אכטונג ווי טזוי די רעדסט

ער איז אינגאנצן... ל"ע
וואסי שייך צו אכט געבן, זיין משפט איז חרוץ ל....

לעצטענס ערשיינט א גליון וואס צונעמט די היסטאריע איבער דעם משכיל
5 ארטיקלן איז שוין ארויס, דאס איז איינע פון זיי
אגרות צפון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:16 am
האט שוין געלייקט: 368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך אגרות צפון »

זאפטיג האט געשריבן:
אגרות צפון האט געשריבן:@[tag]אגרות צפון[/tag].
ביי יעדעם איז פשוט אז דער נו"ב און דער חת"ס האבן געפירט מערכות נוסח דער בלאט, די שאלה איז נאר צו זענען גערעכט געווען צו נישט.
ניטאמאל פאלט איינעם ביי אז די יושבי חושך וואלטען פארשריגן אלע גדו"י פון יענע צייט אלץ אפיקורסים עפ"ל.


געב אכטונג ווי טזוי די רעדסט
דהיינו?
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

שליחה דורך זאפטיג »

אגרות צפון האט געשריבן:
זאפטיג האט געשריבן:
אגרות צפון האט געשריבן:@[tag]אגרות צפון[/tag].
ביי יעדעם איז פשוט אז דער נו"ב און דער חת"ס האבן געפירט מערכות נוסח דער בלאט, די שאלה איז נאר צו זענען גערעכט געווען צו נישט.
ניטאמאל פאלט איינעם ביי אז די יושבי חושך וואלטען פארשריגן אלע גדו"י פון יענע צייט אלץ אפיקורסים עפ"ל.


געב אכטונג ווי טזוי די רעדסט
דהיינו?


פארגלייכען דעם הייליגן נו''ב מיטן חת''ס צי די לצורך פרנסה דער בלאט שרייבערס
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
אגרות צפון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:16 am
האט שוין געלייקט: 368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך אגרות צפון »

ח"ו, איך מיין צו זאגן ווען דו ליינסט דער בלאט באקומסטו א אנשטעל כאילו די נו"ב און חת"ס האבן געפירט זייערע מערכות אזוי ווי דער בלאט לייגט עס אראפ, און נאכדעם אז מען דיסעגריט מיט די מהלך הייבט מען אנקוקן די גדו"י ווי חשוכים, בשעת וואס די גאנצע זאך הייבט זיך נישט אן.
עיין בספר ספרא וסייפא א ליקוט פון אלע בריוון פון חת"ס וואס ער האט געשריבן קעגן די רעפארם, אזוי געלאסן מסביר די פראבלעמן אז א קליין קינד זאל עס פארשטיין, ער איז מסביר פארוואס מ`דארף מזכיר זיין ירושלים ביים דאווענען אן קיין פוי`ס אן קיין חרמות נאר אלס בדרכי נועם.
און עס באדערט מיר זייער, יעדעס מאל איך רעד מיט איינעם אפילו ער איז אויפגעקלערט איז נאכאלס ביי אים ברור אז דער חת"ס איז דער טאטע פון היינטיגע חרדיזם, און עס איז פשוט נישט אמת.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

Re: הרב נפתלי הירץ וויזל

שליחה דורך חוקר ודורש »

IMG_3239.jpg

ממש ווי די הפלאה בזמנו האט פארברענט דעם רבי׳נס ספר


Sent from my iPhone using Tapatalk
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ווען קומט פאר די מעמד שריפת ספרי הרמב"ם?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

Re: הרב נפתלי הירץ וויזל

שליחה דורך חוקר ודורש »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווען קומט פאר די מעמד שריפת ספרי הרמב"ם?

א יעדע ספר האט זיך זיין זמן די ספר המורה האט שוין געהאט זיין זמן שריפה...


Sent from my iPhone using Tapatalk
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: הרב נפתלי הירץ וויזל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אגרות צפון האט געשריבן:ח"ו, איך מיין צו זאגן ווען דו ליינסט דער בלאט באקומסטו א אנשטעל כאילו די נו"ב און חת"ס האבן געפירט זייערע מערכות אזוי ווי דער בלאט לייגט עס אראפ, און נאכדעם אז מען דיסעגריט מיט די מהלך הייבט מען אנקוקן די גדו"י ווי חשוכים, בשעת וואס די גאנצע זאך הייבט זיך נישט אן.
עיין בספר ספרא וסייפא א ליקוט פון אלע בריוון פון חת"ס וואס ער האט געשריבן קעגן די רעפארם, אזוי געלאסן מסביר די פראבלעמן אז א קליין קינד זאל עס פארשטיין, ער איז מסביר פארוואס מ`דארף מזכיר זיין ירושלים ביים דאווענען אן קיין פוי`ס אן קיין חרמות נאר אלס בדרכי נועם.
און עס באדערט מיר זייער, יעדעס מאל איך רעד מיט איינעם אפילו ער איז אויפגעקלערט איז נאכאלס ביי אים ברור אז דער חת"ס איז דער טאטע פון היינטיגע חרדיזם, און עס איז פשוט נישט אמת.
זע׳נדיג די תשובות אין חת"ס וועגן רעפארם, בין איך אויך נתפעל געווארען וויפיהל דרך ארץ ער גיבט זיי און זייער טענות.
נאר למען האמת, עס זעט אויס אז די תשובות זענען געווען א צורך פאר דער רעגירונג, ווי מ׳וואלט נישט געקענט שרייבען א קנאישע שפראך. דעריבער איז עס נאך נישט קיין ראיה ברורה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

שליחה דורך זאפטיג »

איך וויל פרעגן א שאלה

פון ווען האט זיך אנגעהויבן ביי כלל ישראל דער התנהגות פון פארמאכן אינזער קעפ און נישט לאזן ח''ו קוקן ערגעץ אנדערש מחשש מינות ווי איידער קומען מיט געהעריגע ענטפערס אזוי ווי דער גמרא ברענגט ציווישען די מינים מיט די תנאים ואמוראים און דער רמב'''ם ועוד?
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
פארשפארט