איך טראכט בדרך אפשר 2 געדאנקען אויף דעם ענין.
ערשטנס:ס'איז ידוע דער רמב"ם אז ווען א מענטש וויל טוישן א מדה מוז ער קודם גיין אינגאנצן אויפן פארקערטן עקסטרעם, כדי צו קענען אנקומען צום שביל הזהב, די גאלדענע מיטל וועג. פונקט ווי ווען מ'וויל אויסגראדן א צוקנייטשטן פאפיר, דארף מען עס קודם איינקנייטשן אויפן פארקערטן זייט, און הערשט דערנאך קען מען עס אויסגראדן.
לענינינו, מיר קומען פון א שרעקליך נעגאטיוון דור, וואס מען קען כמעט זאגן אז ס'איז נאך נישט געווען ביי כלל ישראל, וואס רוב פון אונז זענען אויפגעוואקסן אין אזא נעגאטיווע MODE, פון פעטש און תשובה (?) מיראה, איסורים חרמות עונשים וקללות, און אצינד אז מען וויל צוריקגיין אויפן נארמאלן מיטל-וועג און באלאנסירן יראה מיט אהבה, מוז מען קודם "אויפקנייטשן" דעם סיסטעם אויפן פארקערטן זייט פאר א שטיק צייט, (בפרט אז אסאך פון אונז זענען אזוי אנגעווייטאגט אז זיי קענען ניטאמאל פעיסן אביסל מדת היראה, ליידער) און ערשט דאן וועלן מיר זיך קענען בארואיגן און זיך פירן אויפן ריכטיגן וועג. דעריבער זעהט מען אזא אויפשטייג אינעם ענין פון "אהבת השם".
צווייטענס:עס איז א דור פון אהבה. קאסוב'ער רבי האט געזאגט ביי לייבי קלעצקי'ס ע"ה לויה אז עס איז אראפגעקומען אין דעם דור א "ריבוי אהבה", און אלס רעזולטאט ברענגט דאס ליידער נישט גוטע זאכן, רח"ל. בכלל פארט די וועלט היינט מער פאזיטיוו,
אזוי ווי אונזער חבר נחום שרייבט דא, און די ריבוי אהבה איז געווארן א פאקט פון לעבן.
ס'איז דא א הייליג ווארט פונעם בעש"ט, ווילסט זיך אויף איינעם בייזערן? בייזער זיך אויף דיר אליין (היתכן דו זינדיגסט). ווילסט איינעם ליב האבן און לויבן? טו עס פארן באשעפער און דאנק אים על כל החסד.
ממילא אז עס איז פאראן א ריבוי אהבה אויף דער וועלט, איז נישט מער ווי רעכט צו נעמען די אהבה, און עס נוצן פארן אייבערשטן אליין, און טאקע כסדר ארויסברענגען ווי שטארק מיר האבן אים ליב, און אזוי ארום מעלה זיין די מדת אהבה אויפן ריכטיגן אופן. (און דאס איז א זאך וואס איז נישט געווען אין די פארגאנגענהייט, ווייל די ריבוי אהבה איז עקסלוסיוו פאר אונזער דור).
אודאי מיין איך נישט צו געבן גערעכט צו טון עוולות אונטער דעם אויסרייד אז מיר זענען פאניע-בראט מיטן באשעפער, יעדע מדה און דרך קען מען אביוזן; אבער איך מיין אז דער געדאנק האט אין זיך אן אמת, און אויב נישט, ה' הטוב יכפר.