ווי אזוי ווערט מען א גדול הדור?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

הרב [tag]ימים ידברו[/tag] איר מישט דא א גרויסע טשולנט, יד השם גייט עפעס נאר ארויף אויף מנהיגים? יד השם איז מחליט וואס איר זאלט עסן פאר פרישטאג, וועלכע מאדעל סטעישן וועגן איר זאלט דרייוון און וויפיל שלאף צימערן איר זאלט פארמאגן אין בעיסמענט. יד השם האט מחליט געווען אז רז"ל זאל האבן וואס ער האט, ר"א וואס ער פארמאגט, און אז דער עכטער רשכבה"ג דער מילקשעיקער קדוש זאל פארמאגן בלויז א אשכול ביי אונז אין שטיבל.

דו זאגסט אז ווייל יד השם האט צוגעפירט אז הרב אויערבאך זאל האבן א נאכפאלגערשאפט פון אלפים מיינט עס אז כולם חייבים בכבודו און זיך רעכענען מיט זיין מיינונג, האב איך פאר דיר א פראגע, די רעפארם באוועגונג האט דאך אויך אויפגעשטעלט א נעץ פון מוסדות, געבעט הייזער, און אנשטאלטן, און עס איז קיין שום ספק אז יד השם האט געשפילט א ראלע דערין היעלה על הדעת אז מיר זענען חייב בכבוד פונעם ראבינער? מיר מוזן זיך רעכענען מיט זיין/איר מיינונג?

איך מיין ח"ו נישט צוצושטעלן הרב אויערבאך צו די רעפארמער אבער די געדאנק איז די זעלבע, ווען א געוויסע קהילה האלט לויט די הוראה פון זייערע רבנים אז אנאנדער קהילה ווערט נישט געפירט לויטן דרך התורה קען מען נישט פארלאנגען פון זיי צו אנערקענען די גדלות פונעם צד שכנגד'ס גדול, פונקט ווי די פארשטייסט אז סאטמאר מוז נישט אנערקענען הרב קוק, מוזן אנשי שטיינמאן נישט אנערקענען אין אויערבאך'ס גדלות.

און בנוגע טעראר, הגם איך בין אויסגעשפראכן קעגן סיי וועלכע טעראר, קעגן סיי וועמען, אריינרעכענענדיג, שטיינמאן/קנייבסקי קעגן אויערבאך, אויערבאך קעגן שטיינמאן/קנייבסקי, סאטמאר קעגן.......יעדעם, ארונים קעגן זלונים, זלונים קעגן ארוינים, און אפילו פון מיין צען יעריג נעפיו קעגן זיין 5 יעריג ברודער קען איך אויך נישט סובל זיין.

אבער קיין רחמנות האב איך נישט אויף די חברי הפלג, זיי האבן אריינגעברענגט די טעראר ווען זיי זענען געזעצן ביים רודער בימי הרב שך, זאלן זיי יעצט נישט קומען וויינען ווען געוויסע האבן אויסגעדרייט די געווער קעגן זיי.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווארט נאך צו זעהן די יתד ארטיקלען.

ווען מ'עט ענדיגען יענע נושא, אדער מיט אן ארטיקל אדער מיט א הודאה אז דו האסט געגלויבט ליגענט, וועט מען גיין ווייטער אין די אנדערע ענינים.
שפרינג נישט פון נושא צו נושא, אן ענדיגען די ערשטע
.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

בדרך אגב, אין די אלטע ספרים פין כת ש"ץ בזמנו האבן זיי גענוצט די זעלבע סארט טענות, אז היות מען זעהט אז פין הימעל האט מען אים ממליך געוועהן, והראי'אז אלע אידען האלטען פין אים וכו'.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הימל איז פונקט אחראי אויף וואס פאסירט, נישט מער. אויב הימל האט געשטעלט א מנהיג, האט עס אויך געשטעלט א פאשקעוויל שרייבער. הימל האט געזאגט אז מ'גייט מאכען א מחיצה אין בית החיים און אז בני יואל זאל מסדר קידושין זיין. הימל האט געשטעלט אראבער און זייערע אויפרייסונגען, ווי אויך א ביבי נתניהו.

הימל איז אבער נישט נוגע למעשה. מ'דארף נישט מכבד זיין א מנהיג ווי אויך נישט קיין עסקן, און כבוד ת"ח באלאנגט פאר א ת"ח א נישט-מנהיג פונקט ווי א מנהיג.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איך טראכט יעצט צו מיר פארוואס זאל איך זיין צופרידן מיט (לאמר)-יד ד' ווען ר' שמואל אליין איז נישט צופרידן דערפון...........

די אלע אומזיסטע הפגנות יוכיחו
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

ב"ה דער עולם כאפט שוין יא יא יא מנהיגים זענען דור דור ודורשיו זאגען חז"ל סהייבט שוין ב"ה אן אריינצוגיין און אייער אויער , איך בעט קיינעם נישט צו ווערען א חסיד פון דעם אדער יענעם, לאמיר נאר ארויסהאבען די פאקטען, אז נישט חכמה נישט תורה נישט קדושה איז די זאך, און אוודאי נישט צייטונג שרייבערס און פאלטיקאנטען, עס איז דא איין זאך, יד שמים,
איי פרעגסט דאך גיט, רעפארם און קאנסערוויטיוו צדוקים מיט קאמינסטעען צינאסטען בודינסטען און אלע שווארץ יאער, יא ס'איז אויכעט משמים, מיש אבער נישט, ווען מ'רעד פון מנהיגים קומט נישט אריין רעליגע, ס'איז א לאנגע שמיעס פאר זיך, פארוואס וויל שמים דאס, אבער נאכאמאל הרב שטיינמאן מיט הרב אורבאך איז א הימלישע זאך עס בלאנגט אין דער אשכול ווי מ'רעד דורך דעסאפי פון גדול הדור,
יעצט צו ליטוואק וואס מאנט מיר שטארק מיט א באסיווע שטימע ווען האט יעטעד געשריבען קעגין אורבאך איך געדנק נישט איך זאל דאס פסיפיש ערעגץ שרייבען אדער זאגען, אבער אויב יא, האט שמעון גליק צו געכאפט יעטעד פון נתי גראסמאן מפני כבודו של רביה"ק הרב שטיינמאן ? האט מען צוזאמגעשלאגען דער שייגעץ נתי גראסמאן? ווער האט דאס געטון יאסל וואלדמאן? משה גבאי? ווער?
איר דארפט דייקא א געשריבענע ארטיקעל, אה איר זענט גערעכט הרב שטיינמאן איז געווען ווערענדיג מנהיג הדור 84 און א האלב, איך בין אפאלנער ליגנער, איך האב בפירוש געשריבען נייציג,
וואס ווילט איר, די בעוועגונג פון הרב שטיינמאן האט געפאניגט נתי גראסמאן מיט רעכט! איז געווען א בית דין וואס האט דן געווען און גפסקנט חייב מיתה? סוי דאכצוך מיך דאס הייסט טעראר! און טעראר איז נישט מצליח! אמת הרב שך באוועגינג האט געפאניגט קיקט צוריק די ליסטע וואס איך רעכען אויס, וואס האט מעכיל מיט רעכיל?
איך געב נישט רעכט פאר קיינעם איך שרייב נאר איין סימפיל זאך צום טויזענטען מאל און איר עס איז אזוי שווער צו זיין א סימפעל מודה על האמת אז בימי שטיינמאן איז פארהאן א אורבאך וואט איז סוי בעד היער?
איך וויל נאך צוריקקומען מיט אלאנגע בהאנדלוג, די אלע שינוים וואס איז געווען די גישה פון גדולי ישראל צו מדינת ישראל מיום היווסדה
פון עדה החרידת הרבנות הראשית מזרחי מיט אגודה מיט חזון איש בריסק סאטמאר בעלזא גער דגל התורה יעדע תקופה יעדע גדול עוד חזון למועד הבא,
איך האב קיינמאל נישט זיך דערוואגט צו מאכען א החלטה דער איז א גדול דער איז נישט דאס לאז איך פאר פיליף מיט טעללער וואס ווייסט בפירוש לא הרי שטיינמאן כהרי קוק ווי אנדערע זאגען ער איז נאך פיל ערגער, איך וואיט ניטש און רעד נישט במפולא ממך, איך זאג ער איז א גדול וואס בימיו נתפלגה המלוכה און הרב אורבאך איז געשטעלט משמים,
און יעדער ראגירט אנדערשט
לךיטוואק זאגט איך הין א ליגנער ווייל יעטעד און נייציג
גאנצעל איז ברוגז וועגען שארמאר און ז"ל ממילא שרייט ער חרם
און ארי נוהם האט מיך געכאפט רעד הענדעד
און שושן פורים וויל מיך צורייסען וועגען די רעפארעם,
איך בין מסכים מיט יעדען איינעם איין זאך אורבאך אויכעט דעטס איט,
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

טויש אינעם קעפל

שליחה דורך גאנצל »

טויש אינעם קעפל

א לעקציע אין אמונה גארנישט גייט נישט אן יד ד'............... כאילו איך האב ביז יעצט געמיינט אז די ישיבה פון הרב אויערבאך ווערט געפירט אן דעם אויבערשטן

א מין קורצזיכטיגע נאנסענס זיין גאנצע געשרייבעכץ
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

פיין ימים'ל, ווילסט איך זאל אנערקענען אז אויערבאך לעבט? מסכים! ווי אויך מיינעך קען יעדער אגריען אז בימי הרב שטיינמאן האבן אויך עקזיסטירט מהר"א און מהרי"י, א בעלזער, שארמאשער, א מיכאל/מייקל שודריך, א לאשאנצער און וויי וויי יאקאבזאהן, ווי אויך פילע אנדערע רבנים, גייסטליכע פירער, רעפארם ראבינער, מקוה אידן, און טשיילד מאלעסטערס.

יעדע פון זיי איז גאר שטארק ארויפגעקוקט ביי זייערע נאכפאלגער, טייל נאכפאלגער האלטן זייער מנהיג פאר גדול הדור, טייל זענען אפן פאר אנדערע אפציעס אויכעט.

למעשה פון די אלע האט הרב שטיינמאן געהאט די מערסטע צאל פלייש וואס האבן איהם פאררעכנט אלץ גדול הדור, קיינער צווינגט נישט קיינעם צו אגריען מיט זיי, ספעשילי די וואס האלטן אז זיין דרך איז נישט אויסגעהאלטן, און אזוי אויך קען מען נישט צווינגען זיי צו האלטן פון קיינע פון די אנדערע צדיקים.


נ.ב. איך ווייס נישט פארוואס איך וועיסט אזוי סאך צייט צו דעבאטירן אזא איינער ווי דיר וואס ווייסט אליינס נישט וואס ער וויל , באט העי, אלעס איז בידי שמים אפילו טראלל שבשטיבל...
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווי אזוי ווערט מען א גדול הדור?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נאך א פעקעל דיפף אראפ געלאזט.

שרייב אידיש, נישט בויך קרעמפען.

און ביטע אפיר ברענגען אויף וואס דיין ווערטער זענען באזירט. וואס האט יתד געשריבען אויף הרב אויערבאך? נאך א הודאה אויף דעם, וועט מען ווייטער גייען צו די אנדערע שקרים.

אבער דיין מהלך פון שפרינגען פון נושא צו נושא, איז מדרכי השקרנים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
א-נשמה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 4:37 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל

שליחה דורך א-נשמה »

ביי חסידים? נאר דארעך א קייט!

א קייט פון די טאטע אדער אפשר פון די מאמע, אבער - א קייט [שלשלת; אדער א-
לשון שלשלאות של ברזל. והבן!]
--------------
עס וועט נישט אויפשטיין א נייע ר'ישעי'לע קערעסטירער. (אויב יא, וועט עהם די פסיכיאטרי
אפטיילונג אויפננעמען).
פארשפארט