מיין בחורי'שע זכרונות פון ל"ג בעומר
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מיין בחורי'שע זכרונות פון ל"ג בעומר
א גאנץ יאר, האט מען זיך געגאלט די בארד איין מאל א וואך, אום ערב שבת. צווישען מנחה און קבלת שבת האט מען געהאט א קיי"ל פון בערך פיהר שעה פרייער צייט, און דעמאלס האט מען געקענט אלס מסדר זיין פאר שבת. אין די צייט האט מען זיך געגאלט די בארד, אז מ'האט געדענקט. אויב מ'האט עס פאר עפעס א סבה נישט געטון, איז עבר זמנו בטל קרבנו. ביז נעקסטע פרייטאג האט מען געהאט א שאטען אויפ'ן פנים. פארשטייט זיך די סבה פארוואס מ'איז מקפיד זיך צו שערן איז ווייל מ'דארף אויסקוקען לייטיש, ווייל אז נישט וועט מען זיך זעלבסט נישט שעצן אויך נישט און די מוסר אויף ביטול היש וועט זיך נישט צוכאפען ווי עס דארף צו זיין. דער וואס זעט דערין א סתירה זאל ענדערש נוצען זיין קאפ פאר א סתירה אין רמב"ם.
יעדער האט געהאט זיין פעיוואריט שעיווער, דער האט מקפיד געווען נאר צו נוצען די שער מאשינקע וואס מ'נוצט פאר די קאפ, ווייל דאס איז זיכער נישט קיין שאלה, און אזוי האט דער חזו"א געהייסען. א צווייטע האט גענוצט די ליפט-ענד-קאט, וויל הרב משה פיינשטיין האט נישט נאר מתיר געווען, נאר געהאלטען אז עס איז א חוצפה צו אסר'ן וואס איז אנגענומען להיתר, "ישיבה בחורים זענען אריין און ארויס ביי ר' חיים עוזר, און ער האט זיי נישט נאר נישט אנגעשריגען, נאר געגעבען די גרעסטע מאס כבוד". פארשידענע קאמפאניס האבען געהאט זייער חלק בראש, איך געדענק עפעס מיט'ן נאמען נארעלקא און מער ווי דעם נישט.
געקומען איז עס די ספירה טעג און דעמאלס איז געווארען פארשידענע עניינים. קודם, וועלכע חלק פון די ספירה צו האלטען. די יודעי דבר האבען געוואוסט צו זאגען (וויאזוי זאגט מען פאנטיפיקעי"ט אויף אידיש?) אז די מנהג אין ליטא איז געווען די צווייטע האלבע פון די ספירה, די פארנעפלטע וואס הייבט אן אדער אום די ערשטע טאג ראש חודש, אדער די צווייטע, און ענדיגט ערגעץ אין די ג' ימי הגבלה, קיינער געדענקט נישט פונקט ווען. אזוי ווי דער משנה ברורה ברענגט די 'מנהג ווילנא', אזוי האט מען געטון, און אין טעלזער ישיבה, ווי מ'האט געפאדערט אנצוהאלעטן דער 'מנהג הישיבה' מיט די גאנצע שטרענגקייט (אפשר צוליעב דעם איז די ישיבה א פארגאנגענהייט), האט מען געהאלטען די צווייטע האלבע בקפידא גמורה.
נאר וואס קען מען טון? האלטען די צווייטע האלבע איז צו שווער. פארוואס? וועמען גייט עס אן? הערטס ענק צו צו די פראבלעמען פון די מגולחים. טאמער דו האסט נישט פארשטאנען פארוואס געוויסע פארשוינען דרייען זיך מיט א פנים וואס דערמאנט דיר גלייך פון זויער מילך, איז עס נישט צוליעב צופיעל מוסר לערנען. איך גיי דא מגלה סוד זיין. ווען מ'הייבט אן לאזען א בארד וואקסען, קראצט עס עפעס מורא'דיג. ביז די הויט ווערט צוגעוואוינט צו די נייעם געסט, און ער ווערט גענצליך איבערגעצייגט אז דער געסט אנטלויפט נישט צו שנעל, נעמט עס א פאר וואכען. שטעל זיך פאר אז מ'שערט זיך ערב פסח צו פרי, און נאך דעם האט מען ניין טעג פון בארד וואקסען. עס הייבט אן קראצען ווי עס דארף צו זיין, און מ'שערט עס אפ אום אסרו חג. א וואך שפעטער, עודך! עס הייבט זיך אן קראצען ווי מוצאי תשעה באב אין קאנטרי, ווי די האלדז פון א חזן איידער ער זאגט אפ די עמוד ווייל 'איך בין הייזעריג', ווי דער חתן אונטער זיין נייעם שטריימעל הארט אין מיט'ן חופה, בקיצור, עס קראצט. מ'נעמט זיך רייבען די פנים פון אלע זייטען. און די האר איז נישט קיין יונג ציגעלע האר, עס איז הארטע מעסערס, ווי א מצה רעדלער, ווי אלד וויליאמסבורג אום כ"ו אדר, אדער די דברים חוצבים להבות אש ביי א פראטעסט אויף עצם רעיונות אדער גלאט אזוי גזירת הגיוס. עס איז בעסער איין מאל פטור צו ווערען פון די קראצעריי ווי דריי מאל.
שוין, מ'שלעפט ארויס אן אגרות משה וואס זאגט אז מ'מעג טוישען מנהגים פון יאר צו יאר. ווער פארשטייט דאס? נישט איך, אבער כבר הורה זקן. א צווייטע חכם ברענגט ארויס א מכתבים ומאמרים פון הרב שך וואס זאגט פארקערט, און די סברא זאגט די זעלבע, אבער ר' משה איז ר' משה און מי יבא אחר המלך, בפרט אז עס קראצט אזוי פיל.
ביז עס קומט צו גיין די יום הגדול והנורא אשר לה ולזכרה תאוות נפש, ל"ג בעומר איז שוין דא. צו ר' שמעון איז דעמאלס געבוירען געווארען, געשטארבען, אדער סתם געלעבט, גייט קיינער פונקט נישט אן. היינט קומט יעדער צום דאווענען. די אלע וואס זענען געווענדליך מקפיד אויף שיטת בריסק אין תפלה בציבור לאזען זיך היינט עטוואס נאך און מ'באשיינט די שחרית מיט זוכען א פלאץ און א סידור. די חברה האבען נישט געהאט די געשמאק פון כיפערן תחנון, ווייל תחנון איז זיי קיינמאל אין וועג נישט געשטאנען. עס זעט זיך אויס אז די תאווה פון טאפען די סנוז קנעפל איז גרעסער ווי די תאווה פון כיפערן תחנון איין מאל א יאר.
נאך א שעה זאגען איז שחרית אריבער בשלום, און מ'לויפט צום סינק צו גאלען די בארד. ענדליך פטור ווערען פון די שטעכעדיגער אבילות מאשינן, און אראפ לאזען פאר די רערן אנצושטאפט ווערן.
ל"ג בעומר איז אבער א יום הדין, עס לייגט ארויף א שטעמפל אויף יעדער בחור ווי ער האלט אין די וועלט. קיינער רעדט נישט הויך דערפון, א בחינה פון ליבא לפומא לא גליא, אבער יעדער האלט דערמיט חשבון. וועסט היינט טרעפן א ליטוואק און איהם אויספרעגן, וועט ער זיך מאכען כאילו ער ווייסט נישט וואס דו רעדסט, לאז זיך נישט נאר'ן. דאס איז גאר א הארבען טאג און די סוד דערפון איז פשוט, ווי אלע סודות נאכ'ן אנטדעקט ווערען. די גרויסע זארג איז, וועמענ'ס בארד וואקסט ערנסט און וועמענ'ס הינקט אזוי. עס איז ערגעץ אין די ונתנה תוקף רשימה, יעדער זאל עס טייטשען ווי ער וויל (אפשר מי בקצו ומי לא בקצו), אבער די טעג זאגען דיר צו וואס דו טויגסט. סיי"ז מעטטער"ס, ווי מ'זאגט ביי די גוים. איינער וואקסט איהם די בארד ווי שוועמלעך נאך די רעגן, שוין די צווייטע טאג חוה"מ איז קיין זכר פון זיין פנים נישט צו זען פאר די אויגען. א צווייטע מוז זיך בעטן ביי די באקען זיינער, על משכבי בלילות איז ער זיך מתחנן צו זיין נאקעטע גאמבע, ער זאגט איהם צו כל חללי עלמא, ער נעמט זיך אונטער צו לערנן דאווענען און זאגען צען העיל ראש ישיבה'ס, אבי א האר זאל זיך ווייזען פאר איהם. נישט אנדערש ווי מנוח און די מלאך, האט ער געוואלט א גילוי פאר זיין לעבן. (א דאקטאר האט מיר געזאגט אז ווען מ'בעט איהם עצות צו מאכען די בארד וואקסען, הייסט ער לייגען זאלץ אויף די פנים אז די האר זאל ווערען דארשטיג. ווען די האר באווייזט זיך אין מיט'ן נאכט צו טרינקען, ווי פרעה ביי די נילוס, זאל מען שנעל קניפען די האר און בינדען מיט א שטריק, אזוי וועט עס נישט קענען צוריק אריין גיין). א גאנץ יאר, ווען יעדער איז א געגאלטע, איז די אונטערשייד צווישען די צוויי נישט אזוי קענטיג, אבער אין די ספירה טעג ווייסט שוין יעדער למי החותמת ולמי הפתילים.
און יעצט, נאכ'ן דאווענען, איז יעדער באשעפטיג. ווער דארף פת שחרית היינט? עס איז דא ארבעט צו טון, יאללא! א טויגליכע בחור האט אסאך ברירות. דער וואס איז אזוי געלונגען און זיין הארעוואניא האט זיך אויסגעצאלט צו קענען וואקסען א פולען בארד, דארף נישט אלס אפשערן אויף א מאל. ער קען זיך אפשערן די באקען און לאזען א קמץ בערדעל. אזוי זעט ער אויס ווי אן עכטע רעדנעק, און ער קען שוין דרייווען א טראק. און ווי וועט ער גיין מיט די טראק? ווי נישט? אבי נישט דארפען דרייווען א קעמרי אויף א דעיט. ער קען גיין אויף א דעיט אין א טראק און זי וועט שוין האבען א תירוץ איהם אפצוזאגען. שפעטער נאך מיטאג וועט ער אפגאלען די זקן התחתון, די אונטערשטער שטרעכל פון די קמץ בערדל און בלייבען וועט ער מיט א וואנזע. ער וועט אויסקוקען ווי דער אונגארישער בעלעבאס אין וויענער ביהמ"ד, וואס האט אזוי ליעב געהאט זיין נאז, אז ער האט עס אונטערגעשטרעכלט. עס וועט זיין א גאנצע טאג עבודה ביז זיין פנים איז אזוי גלאט ווי די פראווערביעל אונטערשטער פון א קליין בעיבי.
איך, צו מיין אלע פראבלעמן, האב דא געהאט א צרה. די בארד איז מיר געוואקסען, נישט ווי די תבואה פון יצחק אבינו און אויך נישט ווי אין אחאב'ס צייטען, נאר נארמאל, ענדליך ווי גאלדילאקס און איהר גריס. אבער א פרומער בין איך געווען, און איך האב ניטאמאל גענוצט א שער מאשין, און ווער רעדט פון א שעיווער, וואס השכם והערב פלעגט קומען עפעס א דו-גודדער און הענגן צעטליך פון גדולים אז זיי זענען גע'אסר'ט לויט די אפשר אין א הגהה אין איינער פון די ספרים פון דער חפץ חיים. (ווילסט הערען עפעס איראניש? אז נישט, שטאפ אפ דיין אויערן, אבער דער וואס הענגט די אלע צעטליך הייסט אויפ'ן נאמען 'ליטוואק'. יא, דאס איז זיין נאמען. איך וואלט געוואלט וויסען וואס איז געווען די נאמען איידער מ'האט עס געטוישט. עפעס דערמאנט זיך די לעצטע געדאנק). איך האב גענוצט א פראדוקט וואס הייסט magic shave. דאס איז א סארט קריעם, וואס איז פאבריצירט פאר די טונקעל הויטיגע, וואס קענען נישט נוצען קיין ראזיר. מ'קויפט עס אין א פוידער (פאר מער געלט קען מען עס קויפען גרייט אין די פושקע, אבער ווער האט מער געלט?) און מ'מישט א ביסל דערפון מיט וואסער אין א טעלער, און מ'לייגט עס אויף די באקען. מ'לאזט עס דארט פיהר מינוט מער ווי עס שטייט אין די אנווייזונגען, און דעמאלס, אבער זאפארט, רייבט מען עס אפ מיט די האר אינאיינעם. אז דו לאזט עס דארט צו לאנג, וועסטו זיך אפבריען (איך קען דיר ווייזען בילדער פון מיין חתונה, ווי עס זעט אויס איז זי האט מיר שוין אין יחוד שטיבעל געקראצט אין פנים. איך זאג דיר בהן צדק אז דאס איז נישט געשען). אפיציעל דארף מען נוצען אן אלטע קרעדיט קארד אראפ צו רייבען די קריעם מיט די האר אינאיינעם. אבער אז מ'איז שוין פרום, איז מען שוין מקפיד דאס נישט צוטון. פארקערט, אנדערע טענה'ן אז דאס איז גלאט אזוי אן איסור דאורייתא און בעסער מקיל זיין צו נוצען א שעיווער ווי איידער די גאל מעסער וואס איז א קרעדיט קארטל. דעריבער נעמט מען א שמאטע מיט ווארעם וואסער, און מ'רייבט עס אפ ביז די הויט קומט מיט די בארד צוזאמען.
ל"ג בעומר איז דאס אבער נישט קיין עצה. די קורץ געוואקסענע הארעלעך פון א פאר טעג, קען מען אראפ נעמן מיט די קריעם, אבער די לאנגע ספירה בארד איז גאר עפעס אנדערש. דאס דארף מען קודם אפשערן ווי מ'שערט די קאפ, לאזענדיג א נומער צוויי. ערשט דערנאך קען מען זיך נעמען צו די קריעם. איך האב אויך געהאט א גאנצע טאג ארבעט.
א גוט יו"ט צו אלע אידען, און פועלט'ס אלס גוט'ס.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: מיין בחורי'שע זכרונות פון ל"ג בעומר
שיין שטיקל @ליטוואק.
א מזל איך שרייב נישט אראפ מיינע בחורישע זכרונות...

- ידיד השטיבל
- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
- האט שוין געלייקט: 125 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אייז קריעם האט געשריבן:Quote " ווי דער אונגארישער בעלעבאס אין וויענער ביהמ"ד, וואס האט אזוי ליעב געהאט זיין נאז, אז ער האט עס אונטערגעשטרעכלט"
ווען דעם מען מען שניידן די וואנזשן, סאיז גאר א חלק פונעם נאז...
שיינעם ארטיקל.
ייש"כ. עס איז א באזונדערע הנאה ווען מענטשן כאפען זיך צו צו די קליינע הערה'ליך און שטיקלעך וואס מ'האט אריין געלייגט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
ראו מה בין בני לבן חמי, בשעת די ליטוואקן רייסן ארויס דעם דיוקנא קדישא, דעם הדרת פנים זקן, דער גרויסער מעורר פאר די י"ג מכילין דרחמי, שטייען חסידים איינגעהילט אין אן אור מקיף'דיגע דזשיבעצע, בשעת ווען עס טריפט דערויף פון די מי הדעת פון די פיאות הראש המתגולל עד הלחי התחתון און פון די בארד קוילערט זי זיך אראפ ווי קריסטאל כטל חרמון שיורד על הררי ציון אויפן זקן אהרן. די געזיכטער זענען פלאם פייער אזויווי ביי ר' יהודה בר עילאי בשעתו ותוארם כמלאך ה' צבאות. און מלאזט זיך ארויס וואנדערען אין גן עדן אינעם חקל תפיחין קדישין נאכן עופר האילים, אוי תחת התפוח עוררתיך, אוי ווער קען באגרייפן די הארמאניע, די שלום ביתדיגע שטימונג, בא שבת בא מנוחה, מלאכתו עשויה, די גאנצע נאטור שטייט על קומתה וצביונה, און מוואנדערט און מוואנדערט תעו במדבר בישימון דרך און מלעכצט און מלעכצט צום מעין עולם הבא אזוי ווי א קאראוואן פון בודיאנער און זייערע קעמלען נאך אן אאזיס, א נאות דשא.
בשעת די הימל פאררויטלט זיך אויף מערב און אויף מזרח פארטונקעלט ער זיך ווי תכלת וואס דערמאנט פונעם כסא הכבוד מ'קען באשיינפערליך זען א דאס איז א שמים חדשה ארומגענומען מיט א מיסטישע און נבואישע הילע.
און מוואנדערט ווייטער אינעם מדבר הגדול, ארבעים שנה אקוט בדור ואומר עם תועי לבב הם.
אט אט גייט די ארי הקדוש ארויס אויפן פעלד און ריפט אויס מיט טשויבער נוסח בואו ונצא לקראת כלה. און אזוי שפאצירן מיר אין גן עדן פון איין היכל צום צווייטן אט קומען מיר שוין אן צום אבני שיש טהור און מ'גיימיר שוין מבשר זיין די גאולה, מקדש מלך עיר מלוכה קומו צאו מתוך ההפכה, מ'וויל מיר פארארבעטן מעשים אווי ר' יוסף דילריינה אבער מיטאמאל ברעכט אויס העפטיגע שטורעמעס, דינערן און בליצן, און א שלאקס רעגן לאזט זיך אראפ און טוט צוברעכן די טענענבוימער פון לבנון און עס ציטערט אויף די מדבר קדש ובהיכלו כולו אומר כבוד. א מבול ברעכט אויס אויף די גאנצע וועלט און נאר גאט בלייבט זיצן אויף זיין טראן, אויפן כסא הכבוד לעולמי עולמים.
ה' עו לעמו יתן ה' יברך את עמו בשלום.

למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
כ'האב שטארק הנאה געהאט ר' ליטוואק.
די לומדות אז א קרעדיט קארטל ווערט א תער - אבער א נאסע שמאטע נישט - איז ממש א געוואלדיגע שטיקל תורה.

"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: מיין בחורי'שע זכרונות פון ל"ג בעומר
איך האב עס געהערט בשם א גרויסע רב, און דערנאך האט ער זצ"ל עס באשטעטיגט צו מיר. די קריעם טוט אפשוואכען די האר ביז עס פאלט אראפ. טאמער עס ווערט נאר שוואך, די קארטל קען עס שניידען, וואס דאס איז פונקט ווי א גאל מעסער. די שמאטע רייבט עס נאר, און אזוי קומט עס אראפ. דאס איז השחתה אבער נישט גילוח, וואס דער שו"ע איז דאך מתירגדליה האט געשריבן:כ'האב שטארק הנאה געהאט ר' ליטוואק.
די לומדות אז א קרעדיט קארטל ווערט א תער - אבער א נאסע שמאטע נישט - איז ממש א געוואלדיגע שטיקל תורה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
כ'קענישט דיסיידען וואס איז די בעסטע ליין דא.
מ'דארף אויסקוקן לייטיש, ווייל אויב נישט וועט מען זיך נישט זעלבסט שעצן און די מוסר פון ביטול היש וועט נישט ווי עס דארף צו זיין
אדער:
צו זאגען צו לערנען, דאווענען, און זאגען צעהן העיל ראש ישיבה'ס...

Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: מיין בחורי'שע זכרונות פון ל"ג בעומר
די סתירה איז גאר א דאפעלטער. קודם, אז מ׳דארף אויסקוקען לייטיש, פארוואס גאלסטו זיך איין מאל אדער צוויי וואכען? פארוואס אזוי פארשלאכט? פארוואס איז דיין גאנצע באקליידונג אזוי פארשלאכט? ועוד, די סתירה צו די ביטול היש, וואס איז גראדע נישט קיין מוסר אויסדרוק, אבער מ׳פארשטייט וואס עס מיינט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 72
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:16 am
- האט שוין געלייקט: 368 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל