מוללער האט זיך ענדליך געעפענט דאס מויל!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
מוללער האט זיך ענדליך געעפענט דאס מויל!
[justify]וואשינגטאן – דער ספעציעלער קאנסול הער מוללער, האט זיך ענדליך היינט געלאזט הערן צום ערשטן מאל – זינט זיין באריכט איז ערשינען, האט ער איינגענומען א פולשטענדיגע שטיל-שווייגעניש וועלכע האט אנגעהאלטן ביז היינט - ווען ער האט זיך ענדליך געפענט דאס מויל און זיך געלאזט הערן. מוללער האט אין זיין קורצע רעדע קיין סאך נישט צוגעגעבן צו וואס ער שרייבט שוין אין זיין גלות-לאנגער באריכט. ער האט ווידערהאלט אז דער פרעזידענט האט נישט קאלאבארירט אדער קאנספירירט מיט די רוסן, אפגעזען פונעם פאקט אז די רוסן האבן אנגעוואנדן פארשידענע שריט צו מאנאווירן מיט די פרעזידענטליכע וואלן. ווי אויך ער ווידערהאלט אז ער וויל נישט פעסטשטעלן צו דער פרעזידענט האט ווירקליך נישט געשטערט יוסטיץ. ביי זיין היינטיגע רעדע האט ער דעקלערט זיין ווירקליכער מאטיוו פארוואס ער האט טאקע דאס נישט אויסגעשלאסן.
ער האט ארגומענטירט ווי פאלגענד: צוליב די רעגולאציע פונעם יוסטיץ אפטיילונג, נישט צו פאראורטיילן א פרעזידענט וואס זיצט אין אמט, האט איך נישט געוואלט קומען צו קיין אויספיר צו דער פרעזידענט האט ווירקליך געשטערט יוסטיץ אדער נישט - דער פרעזידענט וואלט ווען אין יעדנספאל נישט געהאט די געלעגנהייט זיך ריינצוואשן אין א געריכטליכער פראצעס, דערפאר האב איך ליבערשט אויסגעקליבן דאס צו לאזן הענגן אין די לופט, אפגעזען פונעם פאקט אז דאס זייעט אן כאאס אין לאנד. איי דאן פארוואס האט ער דאס אריין געשטעלט אינעם באריכט? מען קען דאך אין יעדנספאל נישט פאראורטיילן קיין אמטירטע פרעזידענט? דאס האב איך געטאן צו פרעזערווירן מעגליכע באווייזן פארן צוקנופט – האט מוללער דעקלערט...
אצינד וואס איז ווייטער?
ס'איז פארהאן דריי באזונדערע אבערוואציעס. די געזעצליכע, די ליבעראַלער, און די רעפובליקאנער:
דאס געזעצליכער:
דער מוללער באריכט האט גענצליך ריינגעוואשן פרעזידענט טראמפ פון יעדע סארט קרימינאלע מיסברויך. דער פרעזידענט האט נישט קאלאבארירט מיט די רוסן, ער האט נישט געשטערט יוסטיץ! נעמליך, דער פרעזידענט האט געטאן פארשידענע שריט וואס קען אנדייטן שטערן יוסטיץ, אבער מוללער האט צוליב די רעגולאציע פונעם יוסטיץ אפטיילונג נישט צו פאראורטיילן א פרעזידענט אין אמט, זיך אנטזאגט צו קומען צו אן אויספיר איבער דעם. דאס באדייט: נישט שולדיג ביז דעקלערט ווערן שולדיג.
אייגענליך לויטן יוסטיץ מיניסטער בארר, האט מוללער דייטליך געזאגט פאר אים, אז נישט בלויז צוליב דעם רעגולאציע פונעם יוסטיץ אפטיילונג נישט צו פאראורטיילן א פרעזידענט אין אמט האט ער זיך אנטזאגט צו קומען צום אויספיר אז דער פרעזידענט האט נישט געשטערט יוסטיץ, נאר אויך צוליב דעם וואס מ'קען טאקע געזעצליך נישט קומען צום אויספיר צו די שריט פונעם פרעזידענט הייסט שטערן יוסטיץ. מוללער אין א פרעצעדענטלאזע שריט היינט צוריק געדרייט דאס רעדל און געזאגט, אז בלויז צוליב דעם רעגולאציע פונעם פונעם יוסטיץ אפטיילונג, נישט צו פאראורטיילן א פרעזידענט אין אמט איז ער נישט געקומען צו קיין אויספיר איבער שטערן יוסטיץ. ( דאס האט ער ווארשיינליך געטאן צוליב זיין אויסטערלישער ליבשאפט צום פרעזידענט פארן אים נישט אויפנעמען אלס עף-בי-איי דירעקטאר).
די ליבעראַלערן:
די יוסטיץ אפטיילונג האט טאקע א רעגולאציע פון נישט צו פאראורטיילן א פרעזידענט אין אמט. אבער די רעפרעזאנטן הויז האט נישט אזא רעגולאציע. לויט די קאנסטעטוציע איז דער רעפרעזאנטן הויז באפולמעכטיגט צו פאראורטיילן דעם פרעזידענט פארן שטערן יוסטיץ. און זיי זענען טאקע פולשטענדיג גרייט אנצוהייבן מיט די אומפוטשמענט פראצודערן. דער אלטער נאדלער האט זיך קראנקערהייט ספאנטאן צוגעכאפט צום נענטסטן מיקערפאון ווי אויסגעהונגערטער וואלף, און געווארפן זיינע שארפע דראאונגען צום פרעזידענט...
די רעפובליקאנער:
וואס שטערן יוסטיץ? ווען שטערן יוסטיץ? אז ס'איז נישט פארהאן קיין רוסישע קאלאבאריציע, נאר בלויז א ליבעראַלע קאנספיראציע, דאן וואס פאר א יוסטיץ שטערט מען דען?יוסטיץ אויף וואס? אייגענטליך איז דער פרעזידענט שוין אומפוטשמענט זינט ער איז אריינגעוועלט געווארן אין אמט אויפן ארט פונעם סקאנדאל געפלאגטע פרוי קלינטאן. זאלן די ליבעראַלע וועלף אומפוטשן דעם פרעזידענט, ס'וועט זיך ממלא אפשטעלן אינעם סענאט. די ליבעראַלען זענען נעבאך קראנק אויף טראמפ סינדראם, זייער האס און ווייטאג אויף טראמפ איז אזוי גרויס אז זיי זענען גרייט צו גיין מיטן קאפ אין די וואנט. מ'דארף זיי בלויז לאזן אויסבלוטיגען ביז צו די בעפארשטיינדע וואלן, און זיי דאן גענצליך ארויסשטויסן פון די רעגירונג, און אנהייבן א נייעם קאפיטאל... ביזדערווייל דארף מען זיך בלויז קאנצעטרירן צו ברענגען די הויפט ליבעראַלע קאנספירער צו יוסטיץ....[/justify]

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: מוללער האט זיך ענדליך געעפענט דאס מויל!
בקיצור, די נושא דארף זיין אין די הענט פון קאנגרעס, און ממילא טון זיי זייער פליכט זיך אריין צו לייגן דערין. מסתמא וועלן די רעפובליקאנער אויפנעמן די נייעס מיט פארשטאנד, ווייל דאס איז דאך די פליכט פון קאנגרעס.
און עס איז שטארק באשטעטיגט אז די ווייסע הויז האט געזאגט ליגענט מיט דעם אז זיי האבען געטענה׳ט אז די סבה פאר׳ן נישט ברענגן קלאגעס פון אבסטרוקשען אויף די פרעזידענט איז צוליעב א מאנגל פון ראיות. מסתמא וועלן זיי יעצט בעטן מחילה פון די אמעריקאנער באפעלקערונג דערפאר.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בקיצור, די נושא דארף זיין אין די הענט פון קאנגרעס, און ממילא טון זיי זייער פליכט זיך אריין צו לייגן דערין. מסתמא וועלן די רעפובליקאנער אויפנעמן די נייעס מיט פארשטאנד, ווייל דאס איז דאך די פליכט פון קאנגרעס.
און עס איז שטארק באשטעטיגט אז די ווייסע הויז האט געזאגט ליגענט מיט דעם אז זיי האבען געטענה׳ט אז די סבה פאר׳ן נישט ברענגן קלאגעס פון אבסטרוקשען אויף די פרעזידענט איז צוליעב א מאנגל פון ראיות. מסתמא וועלן זיי יעצט בעטן מחילה פון די אמעריקאנער באפעלקערונג דערפאר.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
לויט בארר האט אים מוללער זעלבסט געזאגט אז ער איז נישט געקומען צו קיין אויספיר איבער שטערן יוסטיץ צוליב א מאנגל אין באווייז. אצינד האט מוללער עטוואס צוריק געצויגן.
איינער זאגט נישט דעם אמת, אדער בארר אדער מוללער.
די גוטע נייעס איז אז בארר האט דורכאויס זיין צייגעניש אינעם סענאט געזאגט פאר סענאטאר בלומענטאל אז ס'איז פארהאן די טראנסקרופטן פון זייער דיסקאסיע. אלזא, וועלן מיר זען אויב בארר וועט דאס פארעפענטליכען.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
Re: מוללער האט זיך ענדליך געעפענט דאס מויל!
ר' ליטוואק, דו ווייסט נישט אז ס'איז אלעס א בלבול פון דער ליבעראלער מס"ם ונושאי כליהם? אין כאן לא קאלוזשען ולא שקרים ולא עיוות הדין ולא שחיתות אבל יש כאן רכילות, עלילות שוא, ושפיכת דם נקי וכל האומר טראמפ חטא אינו אלא שוטה רשע וגס רוח.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: מוללער האט זיך ענדליך געעפענט דאס מויל!
דאס דארף מען זאגען דריי מאל א טאג, ביז מ׳גלויבטצפור בודד האט געשריבן:ר' ליטוואק, דו ווייסט נישט אז ס'איז אלעס א בלבול פון דער ליבעראלער מס"ם ונושאי כליהם? אין כאן לא קאלוזשען ולא שקרים ולא עיוות הדין ולא שחיתות אבל יש כאן רכילות, עלילות שוא, ושפיכת דם נקי וכל האומר טראמפ חטא אינו אלא שוטה רשע וגס רוח.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: מוללער האט זיך ענדליך געעפענט דאס מויל!
קאומי האט אויך א ׳טראנסקריפט׳ פון זיין שמועס מיט טראמפ, ווי ער טוט איהם הייסען זיך אריין מישען אין די פארשונג. טראנסקריפט מיינט גארנישט, נאר וואס ער האט געוואךט שרייבען.קאך_לעפל האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בקיצור, די נושא דארף זיין אין די הענט פון קאנגרעס, און ממילא טון זיי זייער פליכט זיך אריין צו לייגן דערין. מסתמא וועלן די רעפובליקאנער אויפנעמן די נייעס מיט פארשטאנד, ווייל דאס איז דאך די פליכט פון קאנגרעס.
און עס איז שטארק באשטעטיגט אז די ווייסע הויז האט געזאגט ליגענט מיט דעם אז זיי האבען געטענה׳ט אז די סבה פאר׳ן נישט ברענגן קלאגעס פון אבסטרוקשען אויף די פרעזידענט איז צוליעב א מאנגל פון ראיות. מסתמא וועלן זיי יעצט בעטן מחילה פון די אמעריקאנער באפעלקערונג דערפאר.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
לויט בארר האט אים מוללער זעלבסט געזאגט אז ער איז נישט געקומען צו קיין אויספיר איבער שטערן יוסטיץ צוליב א מאנגל אין באווייז. אצינד האט מוללער עטוואס צוריק געצויגן.
איינער זאגט נישט דעם אמת, אדער בארר אדער מוללער.
די גוטע נייעס איז אז בארר האט דורכאויס זיין צייגעניש אינעם סענאט געזאגט פאר סענאטאר בלומענטאל אז ס'איז פארהאן די טראנסקרופטן פון זייער דיסקאסיע. אלזא, וועלן מיר זען אויב בארר וועט דאס פארעפענטליכען.
מיוללער האט אייביג געהייסען אן אויפריכטיגע ארנטליכע מענטש. ווען ער האט געהאט די דזשאב אלס פארשער האבען די ריפובליקאנער פראבירט איהם אביסל אנצושמירען מיט בלבולים, אבער נאך דער ׳ריינוואשען׳ זענען זיי צוריק געווארען זיין חסידים. וואס זאגען זיי יעצט? אז ער איז צוריק א ליגענער?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
קורצע פאקטן:
מוללער האט פון שטענדיג אן געהייסן אן ארענטליכער מאן!
מוללער האט געהאט א דורכגעפאלענער געשעפט מיטן מאן וועם ער האט אויסגעפארשט!
מוללער האט געשטרעבט צו ווערן דער עף-בי-איי דירעקטער, און טראמפ האט צוריק געוויזן זיין פארלאנג!
אין די מוללער גרופע האבן בלויז געארבייט דעמעקראטן! נישט קיין איין רעפובליקאנער! מאדנע!
מוללער מיט זיין שטאב האבן נישט אנגערירט איינע פון די סאמע וויכטיגסטע באשטאנדטיילן פונעם אויספארשונג. וו.צ.ב.ש. ווי אזוי די גאנצע רוסישע סומעטאכע האט זיך אייגענטליך אנגעהויבן? מיט וויפול קאראפציע און מיסברויכן מ'האט זיך באנוצט צו שפיאנירן אויפן טראמפ קאמפייין, אד''ג. פארוואס?
מוללער האט שוין געוויסט באלד ביים אנהייב פונעם אויספארשונג אז דער פרעזידענט האט נישט קאלאבארירט אדער קאנספירירט מיט די רוסן! דאן פארוואס האט ער אריינגענומען א מויל מיט וואסער? פארוואס האט ער צוגעלאזט אז די קאנספיראציע און די אויספארשונג זאלן זיך ווייטער שלעפן? פילייכט ווייל ער האט געוואלט אונטער שטעלן א פאסקע פון א שטערן יוסטיץ קלאגע?
די ארבייט פון מוללער האט זיך גענדיגט מיטן פארעפענטליכען זיין באריכט, טא פארוואס האט ער נעכטען אויפגעטרעטן מיט א פרעסע קאנפערענץ?
פארוואס האט ער ער אין זיין באריכט באשמוצט דעם פרעזידענט מיט אנגעבליכע שטערן יוסטיץ? איז דער פרעזידענט שולדיג? דאן זאג אזוי! אז נישט? טא האלט דיין פיסק. די ארבייטס פילייכט פאר שיף און נאדלער?
מוללער איז א ארענטליכער מאן? כ'ווייס נישט! קוק ווי אזוי ער האט זיך אויפגעפירט און קום צו דיין אייגענעם אויספיר!

שמערל האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:קורצע פאקטן:
מוללער האט געשטרעבט צו ווערן דער עף-בי-איי דירעקטער, און טראמפ האט צוריק געוויזן זיין פארלאנג!
דאס איז א מעשה וואס דער הויכגעשעצטער פרעזידענט טראמפ ירום הודו האט בכבודו ובעצמו אליינס אויפגעמאכט, לויט די מוללער רעפארט איז דאס נישט אמת.
אזוי גאר? די פאלטשע נייעס אגענטור קריגט אויף אייך:
https://www.cnn.com/2017/06/13/politics ... index.html
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:שמערל האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:קורצע פאקטן:

די "פאלשע" נייעס אגענטור האט באריכטעט דאס וואס דאס ווייסער הויז האט איר געפיטערט. לויט דער מוללער רעפארט אבער האט די מעשה קיינמאל נישט פאסירט. נאר דער ווייסער הויז האט איינגעלאדענט מוללער כדי זיך שואל עצה צו זיין מיט אים איבער פאטענציאלע קאנדידאטן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
אז איר זאגט, ווארשיינליך ווייסט איר וואס איר זאגט.
דער פרעזידענט זאגט, און קיינער אויף די אפיציעלע מידיא נעצן לייקענען עס איז נישט. דאס איז א היפשע באווייז אז עס איז פילייכט יא אמת.
מוללער האט געוואלט ווערן עף-בי-איי דירעקטאר, און דער פרעזידענט האט אים נישט געוואלט געבן די פאסטן. דאס האט באשיינפערליך נישט צוגעגעבן צום ליבשאפט וואס מוללער האט צום פרעזידענט.
דער פרעזידענט זאגט, און קיינער אויף די אפיציעלע מידיא נעצן לייקענען עס איז נישט. דאס איז א היפשע באווייז אז עס איז פילייכט יא אמת.
מוללער האט געוואלט ווערן עף-בי-איי דירעקטאר, און דער פרעזידענט האט אים נישט געוואלט געבן די פאסטן. דאס האט באשיינפערליך נישט צוגעגעבן צום ליבשאפט וואס מוללער האט צום פרעזידענט.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: מוללער האט זיך ענדליך געעפענט דאס מויל!
בקיצור, האסט גע׳ענטפערט די שאלה. יעצט, ווייל ער האט געזאגט עפעס, איז ער צוריק נישט ארנטליך. אויב אזוי, וואס איז די ראיה אז עס איז נישט געווען קיין קאלוזשען? מיולער? ער איז דאך א ליגענער!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:
דער פרעזידענט זאגט, און קיינער אויף די אפיציעלע מידיא נעצן לייקענען עס איז נישט. דאס איז א היפשע באווייז אז עס איז פילייכט יא אמת.
אינטרעסאנט ווי דיין לאגיק אין מחליט צו זיין וואס איז אמת ארבעט. דער פרעזידענט באקט א מעשה,און אז קיינער קען אים נישט אפפרעגן איז א ראיה א ס'אמת?
לויט מיין לאגיק איז א מעשה וואס קומט פון ווייסן הויז בחקת שקר, בפרט אזא נערישע מעשה אז מוללער האט געוואלט ווערן נאכאמאל FBI דירעקטאר, א זאך וואס האט נאך קיינמאל נישט פאסירט און לייגט זיך נישט אויפן שכל אז איינער זאל עס אפילו וועלן. און ווען דער מוללער רעפארט ברענגט א געשוואוירענעם עדות וואס לייקענט אפ די מעשה, איז עס בחזקת אמת.
וואס איז זיכער איז אז קיין "פאקט" איז עס נישט.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: מוללער האט זיך ענדליך געעפענט דאס מויל!
מ׳האט עס יא אויפגעוויזען. ווייל קיין שום נייעס אגענטור גלויבט עס נישט.
Low education republican logic
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Low education republican logic
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ׳האט עס יא אויפגעוויזען. ווייל קיין שום נייעס אגענטור גלויבט עס נישט.
Low education republican logic
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נייעס אגענטורן גלייבן יא = אויפגעוויזן
נייעס אגענטורן גלייבן נישט = אויפגעוויזן אז נישט
איר האט ערנסטע סטאנדארטן, זייער קאנווינסענד.
#לינקעלאגיק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
מ'זאגט נאך פון צדיקי אמת - אז ווען קען מען וויסן ווען א פאליטיקער זאגט ליגענט? איז אזוי... ווען ער מאכט זיך צו רעכט דעם שניפסל, זאגט ער נאך אמת. ווען ער פאררעכט דעם מיקראָפאָן, זאגט ער נאכאלס אמת. אבער איימאל ער מאכט זיך אויף דאס מויל, זאגט ער שוין ליגענט.
לאמיר זיך נישט נארן, וואשינגטאן איז דער עיר השקר. יעדער באזונדער אנגעהויבן פונעם פרעזידענט ביז שקלאפטע פלאוסי זאגן אלע נאכאנאנד די גרעסטע ליגענטס, מ'קען דארט קיינעם נישט גלייבן קיין ווארט. דאס באדייט אייגענטליך דער באגריף פון פאליטיק, שקר, שקר, און נאכאמאל שקר...
נאר וואזשע דען? זאכן וואס קיינער לייקענט נישט, אדער וואס יעדער באשטעטיקט, קען מען ווארשיינליך אנעמען אלס א ווירקליכע געשיכטע...
לאמיר זיך נישט נארן, וואשינגטאן איז דער עיר השקר. יעדער באזונדער אנגעהויבן פונעם פרעזידענט ביז שקלאפטע פלאוסי זאגן אלע נאכאנאנד די גרעסטע ליגענטס, מ'קען דארט קיינעם נישט גלייבן קיין ווארט. דאס באדייט אייגענטליך דער באגריף פון פאליטיק, שקר, שקר, און נאכאמאל שקר...
נאר וואזשע דען? זאכן וואס קיינער לייקענט נישט, אדער וואס יעדער באשטעטיקט, קען מען ווארשיינליך אנעמען אלס א ווירקליכע געשיכטע...
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:שמערל האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:קורצע פאקטן:
מוללער האט געשטרעבט צו ווערן דער עף-בי-איי דירעקטער, און טראמפ האט צוריק געוויזן זיין פארלאנג!
דאס איז א מעשה וואס דער הויכגעשעצטער פרעזידענט טראמפ ירום הודו האט בכבודו ובעצמו אליינס אויפגעמאכט, לויט די מוללער רעפארט איז דאס נישט אמת.
אזוי גאר? די פאלטשע נייעס אגענטור קריגט אויף אייך:
https://www.cnn.com/2017/06/13/politics ... index.html
איך האב יעצט געליינט די לינק און איך ווייס נישט וואס דיין טעראריע איז. איין טאג האט טראמפ גערעדט מיט מיולער וועגען ווערען די הויפט פון דער פ.ב.איי.. די נעקסטע טאג, האט מיולער גענומען די דזשאב אלס פארשער. דעמאלס האט ער שוין נישט געמעגט ווערען הויפט פון דער פ.ב.איי..
פארוואס זאל ער זיין באליידיגט? אדרבא, אויב עפעס, האט ער א נגיעה בעד טראמפ?
די מעשה איז נאך א רויטע העררינג, וואס האט גארנישט מיט למעשה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
איך קען פראבירן אייך פארשטיין צו געבן די טעאריע פון מיין ארעם באלערנדע לאגיק...
מענטשן בכלל ווען זיי זענען אין א פאזיציע וואס קומט מיט כח קענען נישט לאזן גיין... ס'איז א זאך וואס איז שוין אנערקענט געווארן מיט הונדערטער אדער טויזנטער יאר צוריק.. ס'איז אויך באשטעטיגט געווארן אז אויב א מענטש האט צופיל כח פאר צו לאנג איז ווידער נישט גוט. מיט די יארן האט מען איינגעפירט אין רעגולירט סיסטעמען וואס זאלן באגרענעצן עקסעסיווע כח און טערמינען. א שטייגער ווי טערם לימיטס פאר פאליטיקאנטן וכדו'.
לדעתי איז די גאנצע ארגענעזאציע וואס פארופט זיך די עף.בי.איי. אקעגן די פרינציפן פון די פיליזאפיע אויף וואס אונזער רעגירונג איז געגרינדעט געווארן. לדעתי פעלט עס אינגאנצען נישט אויס. ס'איז מרבה קארופציע ועוד. די וואס בארעכטיגן עס טוהן עס באופן אונז אפצושרעקן אז די וועלט וואלט זיך נישט געהאלטן אן דעם... אבער בכל אופן איז עס אזא פלאן בּ' תירוץ, אז ס'איז נישט בארעכטיגט נאר בדיעבד.
נאך וואס ס'איז געגרינדעט געווארן איז די ארגאניזאציע (עף.בּי.איי) דיקטירט געווארן דורך א דיקטאטור פאר יארן לאנג. ווילאנג ער האט געלעבט האט מען איהם נישט געקענט קריטיקירן ווייל ווער ס'האט איהם קריטיקירט האט באצאלט דערפאר א פרייז. נאך וואס ער איז געשטארבן האט מען מודה געווען אויף די טעות און מ'האט איינגעשטעלט א סיסטעם פון טערם לימיטס פאר די דירעקטאָר. אזוי איז עס נישט געווען אזא פול בארעכטיגטע דיקטאטור. אבער ווי נישט ווי אפי' מיט די צייט באגרענעצונגן האט עס נישט אויסגעראטן די קארופציע. ווייל אנדערש וואו א ערוויילטער פאליטיקאנט וואס ווערט ערוויילט דורך די אלגעמיינע פובליק, און סיי ווער ס'וויל קען אפעלירן צו פובליק. איז עס אנדערש ווען ס'קומט צו א ביוראקראט. ווייל שטילערהייט באצווינגן זיי מיט גוטן און בייזן אז מ'זאל זיי איינטוישן פאר איינער וואס איז גונסטיג פאר זייערטוועגן. אין די פאל איז מוללער געוועזן בראש, און ווען ס'איז געקומען די צייט האט ער אריינגעלייגט אהין זיין גוטע פריינט קאומי. אזוי קען ער ווייטער האלטן רוב פון זיין כח. און אויך קענען זיי ארבעטן צוזאמען, איינער פון אינעווייניג און דער אנדערע פון דרויסן. דער ווערט אפיציעל א קאנסאלטענט אין די פריוואטע סעקטאר, און ערלעדיגט פאר זיינע קליענטן לוקריעטיוו קאנטאקטן און קאנטראקטן. מיט טראמפ איז דאס אלעס געווארן איינגעשטעלט! האבן זיי פרובירט וואס אימער צו קענען האלטן קאנטראל. זיי האבן אויפגעשטעלט א ערנסטע מערכה, אין געוויסע צייטן האט עס אויסגעזען ווי ס'קען זיי געלונגען, למעשה זענען זיי מיאוס דורכגעפאלן! זיי ווילן עס אבער נישט אנערקענען. דעריבער וועלן מיר קענען האבן די הנאה פון צוקוקן מיט שפאס וויאזוי זיי ווערן באגראבן לעבעדיגערהייט!
עס כאן הטעאריע.
לאנג לעבן זאל טראמפּ!!
באמת גערעדט, האב איז מיין גאנצע שיטה קעגן די עף.בּי.איי. און די אינטעליגענץ קאמיוניטי אויפגעפיקט אין די לינקע לאגער. און די פרינציפן האבן מיר געצויגן לינקס מיט די צייט מער און מער. פלוצים האב איך זיך אבער געטראפן אין א פאליטישע טארנעידא די רעכטע האבן אנגעהויבן פארדאמען די אינטעליגענץ קאמיוניטי, און די לינקע האבן עס אנגעהויבן אויסלויבן. ס'זעלביגע איז געווען מיט רוסלאַנד, אובאמא האט געשריגן מ'דארף זיך בייפראנדעוון מיט די דיקטאטורן... און די רעכטע האבן פארדאמט. און ס'דרייט זיך א וועלט. האט איר אויסגעהערט נאדלערס פרינציפן אויף א ספעציעלע קאונסיל פון קלינטאן'ס צייטן? זיך עס אפיר....

- דער שכן
- היימישער באניצער
- הודעות: 477
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
- געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
- האט שוין געלייקט: 635 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיוללער האט אייביג געהייסען אן אויפריכטיגע ארנטליכע מענטש. ווען ער האט געהאט די דזשאב אלס פארשער האבען די ריפובליקאנער פראבירט איהם אביסל אנצושמירען מיט בלבולים, אבער נאך דער ׳ריינוואשען׳ זענען זיי צוריק געווארען זיין חסידים. וואס זאגען זיי יעצט? אז ער איז צוריק א ליגענער?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די דאַטשן האבען אייביג געהייסן אן אויפריכטיגע ארנטליכע מענטשן...
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
קיינער איז נישט העכער דאס געזעץ!
[justify]דער מוללער האט מיט בלויז איין זאץ גענצליך פארניכטעט זיין לאנג-יאריגער גלענצענדן קאריער. ער האט אין זיין געקעקעצטע רעדע דעקלערט א נייע באגריף אין יוסטיץ – שולדיג ביז איבערצייגט אומשולדיג. ער האט דייטליך געזאגט אז ווען ער וואלט ווען געקענט איבערצייגן דעם פרעזידענטס אומשולד, וואלט ער עס געטאן. דאס איז א ריינע פאלטישער אבערוואציע וועלכע זענען אין אלגעמיין אין שארפן קאנטראסט פון יוסטיץ. דער אמעריקאנער געזעץ לויטעט קאפויער - אומשולדיג ביז איבערצייגט שולדיג, דער מוללער איז איבערנאכט פארוואנדעלט געווארן צו א דורכגעפוילטער ליבעראַלער פאליטיקער וועלכע זענען ביי די מיינונג אז יעדער קאנסערוואטיווער איז שולדיג ביז איבערגעצייגט אומשולדיג – הויפטזעכליך ווען ס'קומט צו פרעזידענט טראמפ.
שקאלפטע פלאוסי און אירע ליבעראַלע קאמעראדען טוען נאכאנאנד ווידערהאלן אז קיינער איז נישט העכער דאס געזעץ, אריינגערעכנט דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. זייער גלייך. וואס זיי פארגעסן אבער איז אז דער רעפרעזאנטן הויז איז אויך נישט העכער דאס געזעץ. מ'קען זיך נישט איזדעקעווען אויף א אומשולדיגער מאן בלויז צוליב דעם ווייל ער האט האט אנדערע פאליטישע אנטשואונגען, אפילו ווען דער מאן איז דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.
דאס לאנד טרעט אצינד אריין אין א טינקעלע אומפוטשמענט עפאכע. די ליבעראַלען האבן געהערט דעם הייליגן רוף פון קאמעראד מוללער, און זיי שארפן זיך שוין די ציין אנצוהייבן מיט די אומפוטשמענט פראצודערן. זייער פרייד און ענטוזיאיזם איז זאגאר גאר א פריצייטיגער. נעמליך, לויט די קאנסטעטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן איז יעדער אמעריקאנער בירגער אומשולדיג ביז איבערצייגט שולדיג. די נארוואס-ערצייגטע נייע ליבעראַלע אדמענמענט וואס קאמעראד מוללער האט פריש ערצייגט - שולדיג ביז איבערגעצייגט אומשולדיג איז אין קאנטראסט פונעם געזעץ אין לאנד. שקאלפטע פלאוסי ווידערהאלט אז קיינער איז נישט העכער דאס געזעץ – און דאס מיינט באשיינפערליך איר אויך. א דאנק מוללער איז דער פרעזידענט היינט צו טאגס גענצליך ריינגעוואשן געווארן פון יעדע סארט קרימענאלער אקט – ער איז א אומשולדיגער מאן אין די אויגן פון געזעץ. און אז ער איז נישט באגאנגן קיין פארברעך קען מען אים געזעצליך נישט אומפוטשן. עס איז צו ערווארטן אז ווי נאר די אומפוטשמענט פראצודערן גייען זיך אנהייבן, גייט דער סופרים קארט דאס זאפארט אפשטעלן, און דעקלערן דאס פראצודער אלס אומקאנסטעטוציענאל. אין די ליבעראַלען וועלן צוריק אנטלויפן אין זייערע טינקעלע נארעס.[/justify]