לעצטנס יאוועט זיך ראציאנאליזירער וואס האבן גוטע כוונות און גרובלען אין שטיקער מורה און אנדערע ספרי חקירה אלס מער צו ראציאניליזירן אידישקייט, איז דאך פשוט א מצוה צוצולייגן א פלייצע.
איך הייב אן מיט א שטיקל דברי חיים פר' צו, אז צדיקים קענען פליען אין דער לופטן:
והנה אנחנו רואים באדם שהוא חומרי אינו יכול לעוף באויר, כי החומרי גובר להורידו מטה, אולם ואפילו הכי ראינו בני אדם אשר נדבקו במחשבתם בחכמה יוכל לילך באויר כאשר שמענו כמה פעמים.
דער מדפיס אויפן פלאץ צייכנט צו צום דעת משה פר' בשלח ד'ה דבר וואס ברענגט אזוי בשם אביו הגה'ק רבי ישראל מקאזניץ זי'ע. דער ספר איז נישט תחת ידי און ווער סקען זאל ביטע צוברענגען וואס דארט שטייט.
חסידישע לעגנדעס דערציילן איבער דעם בעש'ט וואס איז אריבער דעם טייך דינעסטער אויף א דינעם שטריק, און אז דער שר שלום פון בעלזע האט געשוועבט אין דער לופטן ביים אתרוג בענטשן.
אויך איז באקאנט א מעשה אז דער ש'ך האט שפאצירט אין דער לופטן אינמיטן לערנען ווען ער האט געוואלט ארויס אויפן באלקאן און נישט געוואוסט אז עס איז מער נישט דארט. דער ש'ך איז מרמז צו דעם נס אין זיין הקדמה אויפן פי' לשו'ע.