מוללער האט זיך ענדליך געעפענט דאס מויל!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]די חתונה האט זיך שוין אנגעהויבן...

די ליבעראַלען פארשטייען אז אויף אנצוהייבן מיט די אומפוטשמענט פראצודערן, פאדערט זיך אז די מערהייט פון די אמעריקאנער באפעלקערונג זאל מיטשטיין מיט די מאנעפיסטאציע. און זיי האבן א ערענסטער פראבלעם, אז די באפעלקערונג האט עטוואס בעסערס וואס צו טאן מיטן לאנגן טאג, ווי צו גלייבן די משוגענע העסליכע קאפריזען פון די לאנגווייליגע רעפרעזאנטן אין וואשינגטאן. דערפאר האבן זיי אצינד אנגעהויבן מיט א לופטיגע פראפעגאנדע. זיי שיקן זייערע פראפעסאנאלע ליגענערס און פראפאגאנדיסטן, א שטייגער ווי דער שמאל-האלציגער קאמיקער און בדחן אדם שיף, אז זאלן אויפטרעטן אויף די מידיא נעצן און איינרעדן פארן פאלק אז אין די ווירקליכקייט האלטן פילע רעפוקליקאנער רעפרעזאנטן אין געהיים אויך אז דער בחור טראמפ איז יענער פויגל, און אז עס איז קריטיש וויכטיג פארן לאנד אז מ'זאל אים אומפוטשען, אפילו ער האט גארנישט געטאן. זיי האבן דאס אפילו אנפארטרויערט פאר זייער קאלעגע מאלפע שיף, נאר זיי פארכטן (פון וועם? פון ג-ט? גיי ווייס... ) זיך ארויסצושטעלן אין עפענטליכקייט...

די ליבעראַלע לצים האבן זיך נאכאלס נישט געלערנט וואס פרעזידענט רעגן פלעגט אלעמאל זאגן. מ'קען פאפן א טייל פון די מענטשהייט אויף שטענדיג, און מ'קען אויך פאפן די גאנצע מענטשהייט אויף קורצע וויילע. זאגאר פאפן די גאנצע מענטשהייט אויף שטענדיג - דאס קען מען נישט.

סארא לצים...[/justify]
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: מוללער האט זיך ענדליך געעפענט דאס מויל!

שליחה דורך גראף »

דוכט זיך אז פעלאוסי אליינס האט געזאגט לעצטענס אז אונטער פערציג מעמבערס (דעמאקרעטס) אין קאנגרעס ווילן אימפיטשמענט און צוויי הונדרעט נישט איז פארוואס שטעלט מען זיך אויף וואס ווייניג מעמבערס ווילן?
בד''א דער מימרא you can fool some of the people etc
איז אפשר פון פרעזידענט לינקאלן און אויך נישט זיכער.
https://www.google.com/amp/s/quoteinves ... -fool/amp/

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פארשפארט