היינט האב איך גאר אן אנדערען טריפ. מיין חבר האט געהאט א אינגעל ערב שבת, און לעיקוואוד האט גאר אן אינטרעסאנטע מנהג. ווען איינער מאכט א ברית, שטעלט ער זיך אויף ביים סעודה און ער זאגט א שטיקל תורה אויף די סוגיא וואס ער לערנט אין כולל/ישיבה/חדר. ביי מיין לעצטע אינגעל האב איך זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבען דער שטיקעל מיט די תומים אין סימן כ"ה. מיין טאטע זז"ג איז א פיינעם ת"ח, אבער מיטהאלטען א תומים אין די שווערסטע סימן אין חו"מ נאך א לאנגע נסיעה איז נישט פאר איהם, נאר אפ"ה אזוי מוז מען טוהן. מ'פלעגט זאגען אז יעדער יונגערמאן, ווען ס'ווערט ביי איהם געבוירען א מיידעל ל"ע ול"א, זאגט ער א חבורה אין ישיבה. ער האט זיך צוגעגרייט פאר א אינגעל און דערווייל איז ארויס וואס איז ארויס.
אלזא, מיין חבר וויל זיך צוגרייטען צום מארגינדיגע ברית מיט א שטיקעל תורה. דער חבר האט אבער א ריזיגע פראבלעם. ביי זיין ערשטע אינגעל האט ער גערעדט אויפ'ן סוגיא פון כלתה קניינו, און ס'האט זיך געשלעפט פערציג מינוט! מ'טשעפערט איהם נאכאלס דערוועגען און זיין טאטע האט איהם נאכאלס נישט מוחל געווען. איך האב געזאגט דער חבר אז ביים אינגעל'ס שבע ברכות וועט מען רעדען פון זיין ברית. דעריבער דארף ער זיך פארקוקען מיט א צווייטען כדי נישט צו האלטען דער עולם אויף א חוה"מ ערב שבת און נישט דרשנ'ן צו לאנג.
פארצופאל האט דער יונגערמאן געוויילט סוכה אלס זיין עוה"ב מסכת, דעריבער פלאנט ער צו רעדען אויפ'ן סוגיא פון סוכת גנב"ך און סוכת היוצרים, נישט תן כזכי, צו ספק ערלה און ספק כלאי הכרם, אבער מיין ארבעט איז יעצט דא.
איינער וואס האט וואס צו זאגען אויף די סוגיא, בפרט דער מחלוקת מג"א און ב"ח סי' תרל"ה סק"א בנוגע צו רש"י דינגט זיך יא מיט די ר"ן צו נישט, זאל זיך נישט איינמעלדען ביז מארגען נאכמיטאג, כדי צו פארמיידען נאך א פערציג מינוט דרשה.
איי, וואס טוהן די קינדער? נו נו, די בני בית דארף דאך סיי ווי קאכען שבת, זאלען זיי איהר משוגע מאכען, פאר דעם איז זי געבוירען געווארען, ניין? און פאר דעם דארף מען דאך קויפען א יו"ט מתנה, ניין?
טאמער איינער קען ערלעדיגען א שמחת בית השואבה זעקס אזייגער נאכמיטאג, אז די קינדער זאלען קענען גייען, האפקעווען, עפעס טרינקען און דערנאך איינשלאפען אין א נארמאלע צייט, לו תהיה צדקה. פארוואס מוז אלס זיין שפעט?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא