אכשר דרא אויף סטעראוידס
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1302 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
אכשר דרא אויף סטעראוידס
יעדער דבר חכמה פאדערט א העמקה, א קריטישע אויג און א גרינטליכע איבערזיכט זיך צו דעראינערן דערצו, די זעלבע זאך איז ווען עס קומט צום סאציאלאגישע איבערזיכט אויפ'ן חרדישן לאגער אז זי ווערט אלץ פרומער און פרומער גערופן אין קורצן אכשר דרא.
פארהאן אויבערפלעכליכע מענטשן וואס וועלן עס נישט זען אליין בהשפקה ראשונה און פאר זיי וועט זיך פאדערן ראיות און היסטארישע פאקטן צו איבערצייגן איבער דעם פענאמען, אנדערע מענטשן וועלן לייקענען שמש בצהריים און וועלן נישט האבן די קאמפריהענסיוו צו פארדייען די נויאנסן פון אכשר דרא און דער חרדיזם שטאפל פון איין יאר צענדליג ווערסוס דעם אנדערן. אנדערע וועלן זאגן ס'איז א געבענטשטע זאך און מיר מעגן און מיר דארפן בעסער ווערן אזוי צו זאגן פון אונזערע עלטערן און מיר טארן נישט ירשענען זייער חסרונות, א צווייטער וועט טענה'ן אז ס'איז גאר א געפארפולע ערשיינונג ווייל די טבע פון רעליגיע איז אז זי רוקט זיך נאר אויף רעכטס כמאמר החכם עקסטרעמיזם פריוועילס, און אויב האט מען נישט די מינדעסטע אווערנעס און איבערזיכט צו פרומקייט און חומרות ענדיגט מען ווי לב טהור אדער אייסיס.
אזוי צי אזוי איז דאס א שווערע און דקות'דיגע ארגומענט אין א שמועס. ראובן דארף ווידמען גאנצע בלעטער מיט אויסצוגן און אויסשניטן פון אלטע צייטונגען אז אמאל האט מען דאס געמעגט און יענץ געמעגט, און דאס איז געווען כשר און יענץ איז געווען נארמאל, און דערנאך הויבט זיך אן א קאמפליצירטע דעבאטע פארוואס ס'איז אזוי און וואס זענען די גורמים מיט פארשידענע פאקטן און אורזאכן אויסגעשפרייט איבער צענדליגער יארן וויאזוי זאכן טוישן זיך און ווערן עוואלווד מיט די יארן.
אלץ האט זיך געטוישט נעכטן נאכט, די אכשר דרא מאדעל פאדערט מער נישט קיין אלטע צייטונג אויסשניטן, עס איז נאקעט און פשוט און שפילט זיך אפ פארנט פון אונזערע אויגן, עוואלוציע נעמט מער נישט קיין ביליאנען יארן און די עוואלוציע פון אכשר דרא נעמט מער נישט קיין צענדליגער יארן און טוישן אין צייטן און גייסט, עס געשעט אין מינוטן, יעדער מאן דאמר קען אין איין מינוט שטופן דעם שניי טאבע אראפ דעם בארג און אלע וועלן נאכטאנצן קדוש קדוש קדוש.
כלפי מה דברים אמורים:
*
נישט מער ווי פינף וואכן צוריק האט די בארימטע סאטמארער קעניגרייך אויף ראדני סטריט אפגעהאלטן אן אינטערנעט קאמפיין ארום די טעג פון כ"א כסליו. חברה איר הערט גוט, ס'איז נאכנישט ר"ח שבט ווען די ווערטער ווערן געשריבן. די גאנצע קאמפאני איז איינגעשפאנט געווארן אין דעם קאמפיין מיט'ן גרעסטן לכתחילה, די גרעסטע שושקעס זענען געאנארד געווארן אויפן אינטערנעט ארויף צו אזעלכע הויכע נעמען ווי דעם רבינ'ס ברודער אב"ד זענטא אינאיינעם מיט אלע חברי הנהלה וראשי הקהלה. עס האט זיך געטון א פלירטעריי און לעקעריי אויף די העכסטע פארנעם, מ'האט זיך געקלאפט פלייצעס און גע'לקיקה'ט אויף כח, די גאנצע סאטמארער מאשין איז איינגעשפאנט געווארן צו מאכן דעם קאמפיין א סוקסעס.
אלעס איז געווען העכסט נארמאל, טשארידי איז א כשרע סייט, מ'האט נישט אדווערטייזט די אינטערנעט קאמפיין אין די שולן צי סיי וואו נאר אויפ'ן אינטערנעט, מ'האט געקענט געבן אויפן טעלעפאן אויך, מ'האט פשוט געהאט די מינדעסטע אחיזה צו רעאליטעט, אז 99 פראצענט סוחרים און בעלי בתים האבן אינטערנעט ציטריט, טאקע אין גרויס טייל כשרע אינטערנעט אונטער משומר, און די פשוטסטע און פראקטישסטע און שנעלסטע וועג אפצונעמען זייער געלטער איז דורך די אינטערנעט, פונקט ווי זיי צאלן זייערע קרעדיט קארד בילס. (דאס איז ממש די פשוטסטע נקודה אויף שלב א'. פון אונטערן באוואוסטזיין האט מען גוט געוואוסט די כח פון קראוד פאנדינג, פון סאשעל מידיע און די גאנצע טאראראם וויאזוי א טשארידי קאמפיין ארבעט מיט אנעריס וכדו' וואס קען נאר צושטאנד קומען אדאנק די פארשאלטענע אינטערנעט).
אלעס איז פיין און וואויל דערווייל.
אין די זעלבע וואכן איז פארגעקומען קאמפיינס דורך די פרומסטע קהלות א שטייגער ווי מחנובקה, די אולטרא סיקריקישע וויזשניץ אין בית שמש ועוד ועוד ועוד וואס איז נישט שייך אויסצורעכענען צוליב די פילע קאמפיינס.
לאמיר גיין א טרעפל ווייטער. מיר שטייען נאכנישט קיין דריי וואכן זינט די מעכטיגע פריזאן רעפארם קאמפיין, ווידער זענען ביידע סאטמארער קעניגרייכן, אזוי אויך באבוב און סקווירא און סיי וועלכע קהלה אריינגעשלעפט געווארן אין א קאנקורענץ ווער עס קען אויפטרייבן מער געלט און דערנאך נעמען מער קרעדיט פאר פריזאן רעפארם. עס איז געווען א נחת צו קוקן ווי ענדליך ברענגט די סאטמארער מחלוקה עפעס פירות און גינסטיגע רעזולטאטן און נישט נאר שנאה, מחלוקת און שפיכת דמים.
ווידער זענען די פראפאגאנדע מאשינען אריין אין קראפט, די צייטונגען און האטליינס האבן געליארמעט, די דיינים האבן געשריבן שרייעדיגע קול קוראס, די שוויצערס האבן געשוויצט און א רויעך איז געגאנגען. פאר א סעקונדע האט קיינער נישט געבלינצט מיט די אויגן אז דאס איז אן אינטערנעט קאמפיין, פאר די פשוטע סיבה ווייל אם אין אינטערנעט אין קמח, און די איינציגסטע וועג וויאזוי אזא קאמפיין קען און וועט ארבעטן און שאפן צוויי מיליאן פלאס אין א געניץ איז דורך די אינטערנעט.
דאן איז געשען א קוריאז.
*
דושסינקיא רבי האט אריינגעווארפן א פלאקן.
ווען ס'איז געקומען צו זיין קאמפיין האט ער געזאגט אז ער וויל נישט קיין אינטערנעט קאמפיין.
יעצט, ווען מ'רעדט פון אן איזאלירטן פאל קען איך אפילו שעצן דעם דושינסיקער רבין, ער האט א רעכט צו פירן זיינע קאמפיינס וויאזוי ער וויל, ווער רעדט נאך ווען ס'קומט מיט אן אפשר'דיגן פערזענליכע הקרבה איז זיכער אז ער מיינט עס ערנסט. ס'איז אביסל עקסטרעם אבער מ'קען הערן דעם צד, אז יונגעלייט זאלן זיך נישט קאכן אין דער אינטערנעט, די אינטערנעט זאל נישט זיין אויפ'ן אויבן אן פון סדר היום, די יונגעלייט וועלן לויפן קוקן ווי ס'האלט יעדע פינף מינוט, ווער רעדט נאך בני תורה און כולל יונגעלייט וואס האבן נישט געהאט קיין שייכות מיט די אינטערנעט קען דאס זיין זייער ערשטע מגע משא ומתן, ער וויל דאס פארמיידן. עקסטרעם, אבער כל הכבוד. דער אריגינעלער מהלך דארף בלייבן לעגיטים און דושינסקיא רבי זאל טון וואס ער וויל.
אבער א נעכטיגן טאג.
יעצט האט זיך אנגעהויבן א "פריטשן טו דע קווייער" אבער אין אן אויגן בליק. די וויזשניצער רביים האבן אנגעהויבן וויינען און ברעטשן אויף די גרויסע מכשול וואס זיי זענען נעבעך אריינגעפאלן וואס מסתמא האט עפעס א תלמיד טועה אויסגעפאפט דעם בית שמש רבי'ן און מהלך דושינסקיא איז יעצט דער נארם, אן אינטערנעט קאמפיין איז אין איין רגע כמימרא געווארן חזיר טריפה ווי די עבודה זרה אזוי ווייט אז דער קרן חתנים קאמפיין איז נעכטן נאכט אפגערופן געווארן, און נאכאמאל נישט פארגעסן, אין די זעלבע פינף וואכן פון ווען דער זעלבער קהלה האט סוקסעספול דורכגעפירט די סאמע זעלבע קאמפיין
האט עטס די אכשר דרא מאדעל און ווי אזוי דאס ארבעט נאר אויף סטעראוידס. מיר דארפן מער נישט ווארטן צען און צוואנציג יאר, אין דער היינטיגער פארגעשריטענער עפאכע ווי אלעס לויפט מיט די ספיד אוו לייט אדאנק דער אינטערנעט, טיילט אכשר דרא מיט דעם זעלבן גורל און ווידער אדאנק די אינטערנעט, און וואס איז נעכטן מותר און נארמאל קען ביז מארגן ווערן אסור און אפגעפרעגט אן דעם וואס עמיצן זאל האבן די מינדעסטע הווא אמינה צו געבן אפילו א קריץ מיט די ציין.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 225
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל
Re: אכשר דרא אויף סטעראוידס
ב"ה אז אכשר דרא ארבעט אמאל פאר אונזערע אינטערעסן.
אבער דיין נקודה איז קאי וקיים.
די מרדף ברענגט צוואנציג שלעכטס פאר איין גוטס, בבחינת לא מדובשך ולא מעוקצך.

- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
חתם סופר האט געשריבן:זייער גוט געזאגט!!
סאיז היינט ציריק מותר געווארן.
https://www.charidy.com/?route=campaign ... tom_view=2
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
שפתיים קישאק.
די גרעסטע היפאקריטסווע איז געווען אין וויזשניץ, זיי זענען ארומגעלאפן נעמען נדבות פון אלע טויזנטער וויזשניצער רבי'ס אין אלע עקן וועלט און קלאר ארויסגעשריבן אויף טשארידי וועלכער רבי האט געגעבן און וויפיל און דורך וועלכן גבאי'ן און ווי נאר די ווינט האט אנגעהויבן בלאזן אין אנדערער ריכטונג האבן די רבי'ס זיך גענומען מוחה זיין ווי ס'איז נישטא קיין מארגן...

- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
כוכב האט געשריבן:די גרעסטע היפאקריטסווע איז געווען אין וויזשניץ, זיי זענען ארומגעלאפן נעמען נדבות פון אלע טויזנטער וויזשניצער רבי'ס אין אלע עקן וועלט און קלאר ארויסגעשריבן אויף טשארידי וועלכער רבי האט געגעבן און וויפיל און דורך וועלכן גבאי'ן און ווי נאר די ווינט האט אנגעהויבן בלאזן אין אנדערער ריכטונג האבן די רבי'ס זיך גענומען מוחה זיין ווי ס'איז נישטא קיין מארגן...
אויב די רביס האבן דאס געוויסט איז דאס קלאר היפאקריטסווע
האבן זיי?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
איך האלט פארקערט, אויב די רבי'ס האבען נישט געוואוסט איז דאס א געפערליכע זאך.
וואס הייסט א רבי ווייסט נישט וואס טוט זיך אפ ביי עם אין מוסדות? פארדעם אליין ברויך מען עם פייערן.

"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
גדליה האט געשריבן:איך האלט פארקערט, אויב די רבי'ס האבען נישט געוואוסט איז דאס א געפערליכע זאך.
וואס הייסט א רבי ווייסט נישט וואס טוט זיך אפ ביי עם אין מוסדות? פארדעם אליין ברויך מען עם פייערן.
עס איז גארנישט אזוי גוט. נישט לאנג צוריק איז געווען א ארטיקל ערגעצוואו מיט פארשידענע פראפאגאנדע מיניסטארן פון די חסידישע אדמיניסטראציעס. לויט ווי זיי זאגן (די שאלה איז וויפיל מען קען גלייבן) זענען די רבי'ס זייער ווייניג אינפארמירט וועגן אפילו די אפיציעלע קהילהדיגע טעלעפאן ליניעס, און קיינער פון זיי נעמט נישט (עכ"פ אפיציעל) די מיה צוצוהערן וואס זייער אפיציעלע קהילה פאליסי און פראפאגאנדע איז, דאס מערסטע איז אז זיי זאגן צומאל פאר דעם טעלעפאן זאגער אז זיי הערן צוריק פון מענטשן וועגן די תורות (נאר די תורות). דאס מיינט אז דער רבי טוט על פי רוב נישט אנווייזן פאר דעם פראפאגאנדע זאגער קיין הוראות כאטש זיי זענען צומאל זייער נאנט בחדרי הקודש. חוץ דאכט זיך אין פאפא וואס דער רבי האט פערזענליך פארבעטן צו עפענען די ליניע.
דאס ברענגט צו שטוינען ווי ווייניג די רבנים זענען באהאוונט אין די טעגליכע לעבנס פון זייערע נאכפאלגער. ביי די שמועסן פון רבנים און געמיינדע פירער רעדט מען פון מעשיות און נארישקייטן אנשטאט דורכטון דעם הייזער קריזיס אדער ישיבות פראבלעם. די פאליסיס ווערן געשאפן דורך מענטשן מיט מאכט וואס דארפן ניטאמאל זיך ארויסשטעלן אין פובליק און נעמען אחריות דערויף, א רבי וועט צומאל וועלן טון א הכרת הטוב פאר א חסיד אבער ער קען זיך אנשטויסן אין פראבלעמען מצד די שטוב מענטשן אדער אנדערע מאכט בראוקער וואס דארפן קיינעם נישט אפגעבן דין וחשבון און מאניפולירן די רביס וואס זענען היבש אומבאהאלפן אן זיי און טוען מיט זיי ככל חפצם. די רביס זענען שוידערליך איזאלירט פון די מענטשהייט און הייבן נישט אן צו וויסן און פארשטיין וואס דער ציבור טוט און וויל.
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: אכשר דרא אויף סטעראוידס
איך בין געגאנגען קוקן וואס עס טוט זיך דארט אין סייט, אויך מיר א קאמפיין, די פלאקן איז אין פילן קראפט, דעם רבין שליט''א'ס נאך טעם איז אויפן הויפט בלאט, זיי צייגען נישט די געוואלטיגע סכימים, סך הכל האבן זיי געפוילט ביים רבין צי ערלויבט ווערן כאפן די שמילארעס און גיין ווייטער, אבער עס ארבייט נישט אזוי, נישט דאס האט טשעראדי געמיינט ווען מען מאכט א קאמפיין, על כן איז צי האפן אז דער עולם וועט טאקע נישט געבען קיין פריטה, און דערמיט מקיים זיין די מצוה לשמוע דברי גזלנים, לעשות רצון צדיק ווי דער ברענגט ארויס אין פאשקעוויל בצחות לשונו, און כדי נישט מצער זיין דעם רבין, נעם איך זיך אינטער קיין פעני נישט געבען.נולד מאוחר האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:זייער גוט געזאגט!!
סאיז היינט ציריק מותר געווארן.
https://www.charidy.com/?route=campaign ... tom_view=2
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ווען אדמורים וואס האקן אויף אינטערנעט מאכן צדקה קאמפיינס דורך איר איז דאס היפאקריסי. אז זיי זענען גרייט צו ליידן פארלוסטן אויף דאס וואס זיי פאדערן אנדערע זאלן ליידן פארלוסטן און ענפארסירען די תקנות אויך לגבי טובתם האישית איז דאס א מעלה.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
דער הערה פין דער פותח האשכול, אז ווי נאר דושינסקי האט געפסלט אינטערנעט קאמפיינען, האבן די אנדערע נאכגעפאלגט, איז ריכטיג, אבער זיין פירוש, אז דאס האט מיטמאכשר דרא, איז נישט.
דער הנהגה, ווייזט אז חריידיזים איז נישט געבויט אויף קיין יסודות, נאר אויף מאנקי סי מאנקי דא, אנליין קאמפיינען גייען שוין אהן פאר א שטיק צייט, און קיינער איז נישט ארויס קעגען דעם, פשוט ווייל וואס גייט אינעם אהן אז איינער מאכט געלט אויף די אינטערנעט. דער רגע איינער האט געלאזט הערן אז עס איז אסור אזוי ווי אינטערנעט, שפרינגען די אנדערע ארויף ווי שוואמען נאך א רעגען, סאטמאר און רחמיסטריווקא וכו'.
נעקסטע סטעפ, מען נעמט נישט געלט פין איינער וואס מאכט געלט אויף אמאזאן, טריפה'נע געלט, און כח הפועל בנפעל. און כידוע האט דער רבי זי"ע געבויט א שיטה הקדושה אויף דעם.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!