אנליין קאמפיינס: וואו איז דער לאך?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

אנליין קאמפיינס: וואו איז דער לאך?

שליחה דורך רימון »

ס'איז שוין כמעט נארמאל צו הערן אן ארגאניזאציע (געווענליך א רעלאטיוו אומבאקאנטע, עכ"פ נישט איינס פון די סאמע גרויסע) זאל לאונטשען אן אנליין שנאר קאמפיין, און פעסט-פארווארד 24-36-72 שעה און מ'טרואימפירט איבער דער געוואלדיגער סוקסעס אז מ'האט געשאפן א האלב מיליאן-מיליאן-וואן פוינט פייוו...

מיין שאלה איז וואו איז דער לאך? און לאמיך עס אויסשמועסן.
קודם כל ווייסט יעדער איינער אז געלט קומט נישט צופיסנס, אזוי ווי יעדע סוקסעס אין דער וועלט, ס'איז נישטא קיין שארטקאטס און קיין טריקס, מ'דארף שוויצן ווי א חמור ביז מ'עררייכט עפעס.און די זעלבע זאך איז גילטיג ווען מ'רעדט פון פאנדרעיזינג, נעם סיי וועלכע אוועקגעשטעלט מוסד אדער ארגאניזאציע און זע ווי שווער און ביטער און וויפיל אומערמידליכע כוחות גייט אריין אין די פאנדרעיזינג, מיט ריזיגע הוצאות, אז אולי ואולי זאל מען מיט עפעס בלייבן.

אין די פאנדרעיזינג וועלט ווייסט מען אז פאר יעדן אריינגעקומענעם דאלאר גייט אוועק מינימום 33 צענט פאר פאנדרעיזינג, מיין שאצונג איז אז ביי די היימישע קאמפיינס איז עס מער. נעמט אזא ארגאניזאציע ווי בוני עולם, לכולא עלמא א וועליד ארגאניזאציע מיט די שטערקסטע פאנדרעזינג אפאראט און גאר א געטרייע (אויב נישט די סאמע שטערקסטע) דאנאר באזע. איז שלמה באכנער מיט זיין גאנצע מאשין וועט איבערדרייען מאנסי פאר וואכן לאנג, מיט א שטאב פון צענדליגער צי אפילו הונדערטער עסקנים, מאכן פארלאר מיטינגס, און א גיגאנטישן דינער מיט א זשורנאל מיט וואס נאר מעגליך, פארוואס? כ'גלייב נישט ער טוט עס פאר לאנגווייליגקייט נאר ווייל ער האט נישט קיין ברירה, ער דארף דעקן א בודזשעט און דאס איז דער וועג וויאזוי ער קען עס באווייזן. לאמיר זאגן אזא קאמפיין קאסט אים 200 אלפים מינימום און ער מאכט א האלב מיליאן מאקסימום און ער בלייבט מיט 350, איז עס לכאורה א געוואלדיגע סוקסעס און די הארעוואניע צאלט זיך אויס.

פון דער אנדערער זייט הערט זיך גאר אן אנדערע געשיכטע, רפואה העלפליין, לכולא עלמא א חשובע רעפערולס ארגאניזאציע אבער רעלאטיוו שוואך אין דער וועלט פון פאנדרעיזינג, און ווי אויך גלויבט זיך אז דער בודזשעט איז פיל קלענער ווי אזעלכע ארגאניזאציעס ווי רופא חולים און בוני עולם און אפילו מסתמא שוואכער ווי חיבת ירושלים וכדו' וואס למעשה האבן זיי גרויסע חלוקות וואס קאסט מיליאנען, מ'עפנט א וועבזייטל אויף טשארידי, מ'שפאנט איין א כמו מארקעטינג קאמפאני וואס זאל אביסל אנדרייען און ביז א וואך פאקעט מען 1.5 מיליאן.

יעצט לאמיר נעמען די בענעפיט אוו דע דאובט און עס צו נעמען אויף קליין געלט:
דאס איז פשוט לכל בר בי רב דחד יומא אז די מעטשינג פאנדס איז א פשוטע מארקעטינג שפיצל, אויסער די פשוטע סברא אז קיינער ווארפט נישט קיין הונדערטער טויזנטער דאלארן מתן בסתר (ווען ס'פעלט זיך ניטאמאל אויס, קודם כל פאר דעם אליין ווייל דו קענסט זאגן אז דו האסט א מעטשינג דאנאר אן פאקטיש האבן... ועוד אז דו האסטאך יעצט געלייזט זיבן מאות) בלייבט מען ביי 750,000.
לאמיר זאגן אז די לעצטע מאה אינעם באנוס ראונד איז היימיש געמאכטע סווייפס מיט כשר'אציעס וכדו', בלייבט מען ביי 650,000 ווייל די ערשטע פינף מאות איז לכאורה לעזשיט אז נישט וואלט מען נישט געמאכט קיין באנוס ראונד.
לאמיר זאגן אז דער קאמפיין, נאך די פראצענטן פאר טשארידי, מארקעטינג און קאמיוניקאציע האט געקאסט 150 אלפים, בלייבט מען מיט א האלבן מיליאן דאלאר אין פושקע, מיט רעלאטיוו מינימאלע ארבעט און רעלאטיוו מינימאלע הוצאות און אין ווייניג צייט וואס טיים איז מאני.

איז ווידער מיין שאלה וואו איז דער לאך?
אדער איז דא א קעטש 22 וואס מיר פשוט'ע מענטשן כאפן נישט, און ערגעץ איז דא באהאלטן א מעכטיגע סקעם וואס האפנטליך וועט עס נאך איין טאג ארויסקומען.
אדער קען מען זאגן אז יא, מ'קען נישט קאמפעירן אן אנליין ווירטועל קאמפיין צו א טראדיציאנאלע פאנדרעיזינג קאמפיין פונקט ווי ס'איז נישט קיין פארגלייך רייטן אויף אן אייזל ביז פארן מיט אן עראפלאן, דער אינטערנעט און די שנעלע וועג פון אנליין פעימענט ערמעגליכט צוטריט צו מענטשן שנעלער און גרינגער און אויף סך א גרעסערע סקעיל ווי סיי וועלכע אנדערע קאמפיין און די אנדערע ארגאניזאציעס זענען פשוט אונטערשטעליג און נאריש פארן זיך נישט מיטכאפן אויפ'ן וואגן און וועלן ביום מן הימים אויך מוזן אדאפטירן די נייע מיטלען פון שאפן געלט פשוט פאר זייער אייגענעם בענעפיט און לאנג וועט נישט נעמען ביז נאנאש שול וועט פראקלאמירן א 24 שעה קאמפיין אנשטאט א יערליכע מוצאי שבת מלוה מלכה און דערלייגן וועלן די געפילטע פיש סוחרים.

וואס זאגט דער עולם?
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

וואס איז מיט די צענדליגער מודעות וואס פלאטערן אויף די ווענט, אין די פלוג-בלעטלעך, בולעטינען, זשורנאלן, אנליין, וכו' וכו'?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]איך קען נישט ענטפערן אלע פראגעס אבער אפאר נקודות וואס קענען העלפן אביסל לייכטער מאכן די שאלות.

1) בוני עולם און rccs מאכן אסאך מער געלט פער דינער ווי דו שרייבסט.
2) אזא קאמפיין קען מען נאר מאכן אמאל א יובל פאר א ספעציעלע צוועק, לדוגמא קרן הבנין, דעקן אן אלטע לאך וכדומה. נאך אזא קאמפיין קען מען נישט פאנדרעיזן אדער מאכן א דינער פאר א שטיק צייט.
3) די מעטשערס זענען אמת, נאר זיי קענען צימאל באצאלן אין אינסטאלמענטס. מילא, א מוסד וואס האט א נדבן וואס גיבט זיי ממילא 25 טויזנט א יאר און אים נוצן פאר 150k מעטשינג ווייל ער וועט עס געבן איבער זעקס יאר. אין אזא פאל איז די ריוח פונעם קאמפיין נאר די פרישע דאנעישאנס.
4) די גרעסטע ריוח פון די מעטשערס איז אז זיי ברענגן פרישע דאנארס פון זייערע קרובים, ארבייטער און סתם מענטשן וואס ווילן זיי לעקן, וואס זענען מנדב לכבודם.
5) עס גייט אריין אסאך ארבייט אין צוגרייטן די honorees מיט זייערע ליסטעס, וועם מ'דארף רופן, אימעיל'ן און וועם איז גענוג צו שוקן אויף וואטסאפ.
6) א סוקסעספול פאנדרעיזיר וועט האבן א מהלך וויאזוי צו קאנווירטען ווי מער פון די איינמאליגע נדבנים צו געהעריגע נדבנים און ידידים פונעם מוסד.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

איך קען נישט ענטפערן אלע פראגעס אבער אפאר נקודות וואס קענען העלפן אביסל לייכטער מאכן די שאלות.

1) בוני עולם און rccs מאכן אסאך מער געלט פער דינער ווי דו שרייבסט.

יתכן, ולו יהא כדבריך, מיין פוינט איז אז ס'קאסט ריזיגע פראצענטן פון יעדן דאלאר.

2) אזא קאמפיין קען מען נאר מאכן אמאל א יובל פאר א ספעציעלע צוועק, לדוגמא קרן הבנין, דעקן אן אלטע לאך וכדומה. נאך אזא קאמפיין קען מען נישט פאנדרעיזן אדער מאכן א דינער פאר א שטיק צייט.
\
רפואה העלפליין האט נארוואס געהאט א קאמפיין ביי די פרויען מיט א חודש צוריק, אן אנליין קאמפיין האבן זיי געהאט א יאר צוריק.

3) די מעטשערס זענען אמת, נאר זיי קענען צימאל באצאלן אין אינסטאלמענטס. מילא, א מוסד וואס האט א נדבן וואס גיבט זיי ממילא 25 טויזנט א יאר און אים נוצן פאר 150k מעטשינג ווייל ער וועט עס געבן איבער זעקס יאר. אין אזא פאל איז די ריוח פונעם קאמפיין נאר די פרישע דאנעישאנס.

כ'האב אינערליכע אינפארמאציע פון עידי ראי' אז די מעטשערס זענען אין גרויס טייל שקר, אמאל איז עס יא אמת אבער אין רוב פעלער גאנצע און האלבע ליגנטס. פאר מער אין אישי.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

בילד
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

והה"ד 'ושקל אשא בבית נכון ונשא'
וקרב פזורינו מבין הגויים
רעדנער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 1:18 pm

שליחה דורך רעדנער »

איך וויל זאגן צוויי נקודות והא בהא תליה, די סוקסעס איז אז "יעדער איינער" באשר הוא שם שטוצט דיך, למשל אויב סקווער מאכט יעצט א קאמפעין, ווער וואלט נארמאל געגאנגען צו זייער דינער? א מיעוט פון בארא פארק משא"כ יעצט שטיצט זיי א ריזן חלק פון בארא פארק און וועגן דעם, איז עס א שאלה פון צייט ווי לאנג ס'וועט אנהאלטען, וויבאלט יעדער געט פאר יעדעם, און די הוצאות זענען ריזיג גרויס.

און חוץ מזה איז עס אוודאי אסאך גרינגער צו געבן א קרעדיט קארד אזוי אופן טעלעפאון אדער אופן אינטערנעט ווי עכט צאלן, און אפי' ווי געבן א קארטל לעבידיג ביים דינער לכאורה.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

ביי די קאמפיין פאר לינדען האט זיך אפגעשפילט א מאדנע זאך, ווי די לעצטע מינוטן איז אריינגעקומען אן אנאנימע נדבה פון 54 טויזנט דאלאר און א קורצע צייט נאכ'ן ריטשען די גאול איז עס אוועקגעפלויגן וצ"ע.
אן אנדערע צ"ע איז א 180 טויזנט דאלארדיגע נתינה פון אן אנאנימע פאנדעישאן וצע"ג.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

יעדער פרעיגט ווי דער לאך?
איך וועל אייך זאגן: אין כאן נדר ולא שבועה ולא שמתא ולא ארור אבל יש כאן מחילה....
סארי, אין כאן מעטשינג, ולא פאנדינג, ולא נדבנים, אבל יש כאן קאמפיין !
איך האב מיטגעהאלטען מיט איינע פון די היייעריגע ריזיגע קאמפיינס ווי יעדער האט מיטגעהאלטען ווי א נדבן האט געגעבן הונדערט אלפים !!! ס'איז מיר שפעטער נתברר געווארן אז דער איד האט גארנישט געגעבן, נאר כדי להגדיל הטראסק און ווייזען אז מען איז אנגעקומען צום ציל, ס'גאנץ מעגליך אז ער האט געגעבן א געוויסע סכום אויסגעלייגט פון זיין ביזנעס קעש פלאו אקאונט בתנאי מתנה על מנת להחזיר אויסגעוואשענע... וד"ל
דאס זעלבע דא דער עושר האט אויסגעלייגט געלט כדי צו ווייזען אז מען האט דעגרייכט דעם ציל, און בטעות האט מען איהם עס צוריק געגעבן בפני קהל ועדה וואס האבן עס געוואטש אן ליין,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמחהלע קאפשטיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

עס איז פשוט פאר יעדער בר דעת אז עס איז דא פראוד, אקעי נישט פראוד, אבער אונאת דעת מיט דער ציל דערגרייכן. עס איז זיכער אז מען עררייכט נישט דער ציל.

ווי איז דער לאך? דער לאך איז ווען דער מוסד דארף עכט האבן געלט ווייל דער ציל איז געוועהן פאלש און מען האט נאר געמאכט למחצה לשליש, און מען דארף שאפען דער אלטער פשוטער וועג, און קיינער וויל נישט געבן ווייל מען האט שוין עררייכט דער ציל דורך דער אינטערנעט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשפארט