אקדמות מילין : די דערפעל ווי מ'רעדט נאך אראמיש

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דער אמת איז אז אראמיש ווערט נאטורליך גערעדט דורך א געשאצטע האלב-מילליאן ביז איין-מילליאן מענטשן אין פארשידנארטיגע דיאלעקטן, און דורך נאך א געשאצטע מילליאן לינגוויסטן. דאס אייגנארטיגקייט פון דעם מעלולא דארף (און אזוי אויך די דערנעבנדיגע גפעוד און בכעא דערפער) איז, אז זיי זייער דיאלעקט איז פון די מערב/לעוואנט אפצווייג פון אראמישע דיאלעקטן, און יאשקע האט געוואוינט אין ארץ ישראל וואס איז אין לעוואנט. אלע אנדערע מערב דיאלעקטן זענען שוין פונלאנג אפגעשטארבן, און אלע אנדערע אראמישע דיאלעקטן היינט צוטאגס זענען פון די מזרח/בבל אפצווייג.

פאר איינעם וואס איז נישט פארקויפט פאר יאשקע מיינט די גאנצע זאך כמעט גארנישט, די אראמישע ספרי התנ"ך זענען געשריבן געווארן נאך פאר די צעטיילונג צווישן די מזרח און מערב אראמיש אינעם דריטן יארהונדערט פאר'ן ציילונג, תרגום אונקלוס איז דאך מסיני וואס דאס איז פון נאך פריער... די תלמוד בבלי איז געשריבן געווארן אין בבל, די איינציגסטע אידישע ספר אין מערב אראמיש איז די תלמוד ירושלמי (און די ספר הזוהר...).

מה שנוגע דעם רשות למתרגם פון שבועות אקדמות (וואס אגב האט נישט קיין שום פשט היינטיגע צייטן ווען מ'איז נישט מתרגם), איז עס נישט מזרח אראמיש און נישט מערב אראמיש, ס'איז סתם א מישמאש. אויב עפעס איז עס נענטער צום מזרח אראמיש, די גאנצע אראמיש וואס ר' מאיר ש"ץ האט געקענט איז דאך בעיקר געקומען פון תלמוד בבלי.

ועיין עוד כאן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט