שאנדע: ליצנות רעקארדירונג און שפאס פון תו"א יונגערמאן
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
שאנדע: ליצנות רעקארדירונג און שפאס פון תו"א יונגערמאן
בושות וחרפות ווען א איד פון כלל ישראל מאכט ליצנות פון א תמימות'דיגן יונגערמאן וואס טוט בסך הכל ארויסהעלפן די מוסדות צו וועלכע ער איז נאנט און קלינגט די נומערן וואס מען האט אים געגעבן.
'ראבא קאלס' און 'אויטאמאטישע רופן' איז פון די מאקסימום נערווירנדע מיטלען אין כלל ישראל. אידן ווערן טעגליך באלמוטשעט און נערווירט פון כאפטעס עסקנים וועלכע באקרידעווען דעם עולם מיט אויטאמאטישע רופן און לאזן נישט צורוה די מענטשהייט.
אבער, אנדערש ווי אלעמאל איז דער יעצטיגער פאל, ווען היינט איז פארשפרייט געווארן א רעקארדירונג פון א שמועס צווישן א איד מיט א תולדות אהרן'ער יונגערמאן וועלכער האט מיט'ן פולסטן מאס תמימות, ערנסטקייט און איידלקייט געבעטן א נדבה פאר'ן קאמפיין וואס ווערט אין די יעצטיגע טעג פראקלאמירט דורך זיין קהילה.
אפגעזען צי דער צוועק איז א וויכטיגע אדער נישט, און צי עס איז גערעכט מטעם די מוסדות ארויסצוגעבן נומערן אדער נישט, דאס איז יעצט נישט די נושא, קען טאקע זיין אז דאס איז נישט ריכטיג. עס איז טאקע בכלל נישט מן הנימוס צו נערווירן און באלמוטעשן אנדערע מיט'ן מפריע זיין, בפרט אויפן סעלפאון. אבער וואס דאס אבער אנדערש ווי דער יונגערמאן קומט צו דיר, און טאקע אין פאפא בית המדרש נאך געלט? ווילסט אים געבן? דאן געב אים, אפילו א קוואדער, זאג אים א גוט ווארט אינדערזייט, נעם אים אויף בסבר פנים. און אז דו ווילסט נישט געבן, קיינער האט נישט קיין טענות; געב נישט, לייג ארויף די הענט אויף די אויגן און מאך זיך ווי דו ליינסט קריאת שמע.
אבער נעמען א פשוט'ן תמימות'דיגן יונגערמאן און אים צימבלען און נאך דערצו פארשפרייטן די רעקארדירונג איז א חילול ה' און א שאנדע פאר א איד מאחב"י.
זעסט דאך אז דער יונגערמאן מיינט דאס ערנסט, און ער זאגט דיר אפילו אז ער איז דיר גרייט צו געבן פופציג שקלים פאר דיין א.ג צוועק. טא, וואס ווילסטו פון יענעם?
ישראל נתבעים ונותנים. ישראל רחמנים בני רחמנים. צי ביסט מחוייב צו געבן פאר א צוועק וועלכע דו ביסט נישט נאנט, דערמיט בין איך נישט באקאנט, אבער פארפירן דעם יונגערמאון און אים באקרידעווען אויף זיין ארבעט פון שאפן געלט איז זיכער אן עוולה און אומריכטיגער שריט.
רוב אנשטעדיגע מענטשן זענען נישט הייפער צו קלינגען אנדערע און זיי בעטן געלט, שיקן א לינק וכדומה. יענער טוט דאס ווייל ער שפירט אז ער דארף דאס טון און ארויסהעלפן וועם ער העלפט ארויס (יוצא מן הכלל ווען איינער קלינגט אלס באצאלטער עסקן אדער סתם-נערווירער). ובדידי הוה עובדא, וואס צוליב גאר א נאנטע צוועק און כ'בין געווען געצוואנגען ארויסצושיקן א "מעטשינג" לינק צו מיינע באקאנטע, טראצדעם וואס דאס איז מיר גאר שווער אנגעקומען און דער גאנצער עסק איז געווען אן אומבא'טעמ'טער.
נ.ב. איך טו מעלה זיין דא דעם רעקארדירונג, פשוט, יראה הקהל וישפוט צי דאס איז מן הנימוס ומן הראוי אדער פארקערט.
https://www.dropbox.com/s/bzlpksrcst7z7 ... 1.m4a?dl=0

איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לבי ובשרי: דו ביסט גערעכט אז דער פאטענציעלער..."נדבן"...האט נישט ריכטיג געהאנדלט מיט מאכן ..."פורים"... פון דעם תו"א יונגערמאן...!
אבער דאס איז א סימפטאם פון דעם יעצטיגן מצב. דאס ווייזט אז דער עולם איז שוין מיעד פון די אלע באלעמוטשענישן און באלעסטיגונגען וואס מ'גייט אדורך דורך די אלע תרפ"ט ארגאניזאציעס און יחידים. סיי ..."לייוו"... און סיי ראבא-קאללס. די רופערס/שנארערס ווייסן נישט פון קיין גבול צו זאגן. זיי רופן סיי ווען אימער אינמיטן טאג אדער ביינאכט. זאלל דאס זיין ווען דער טאטע קומט אהיים מיעד און אויסגעשעפט פון די ארבעט. און די משפחה האלט אינמיטן עסן נאכטמאל. אדער דער טאטע לערנט מיט זיינע קינדער. און זיי ווערן נאכאנאנד געשטערט פון די קאללס. אדער ווען מ'האלט ביי א שמחה אין די משפחה. אדער ח"ו ווען ס'איז אן ערנסטער מצב אין געזונט אדער אנדערע פראבלעמען אין די משפחה. די קאללס לאזן נישט נאך...!
די אלע ארגאניזאציעס און מוסדות וואלטן זיך געדארפט א ביסל מתבונן זיין אז די גאנצע זאך פון זאמלען געלט פאר צדקה האט פארלוירן דאס מענטשליכע פנים. ס'איז געווארן זייער א ביליגע זאך. און דער עולם רעאגירט צו דעם. איינער אויף אן איידעלן אופן. און אנ'אנדערער אויף א פראסטן און סעקירנדן אופן...! עכ"פ. דער איצטיגער וועג דארף זיך טוישן...!

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
גראדע ביז ער רעדט פון זיין פופציג שעקעל זענען ביידע די זעלבע איידל.
נעכטן האב איך געפילט אזוי ווי יענער, דעם ערשטן תו''א רוף האב איך געענטפערט בנימוס, דער צווייטער שוין אביסל נערוועז און אויב עס וואלט געקומען א דריטע וואלט איך גאנץ מעגליך געפלאצט. ביידע רופן זענען געווען העכסט אמפראפעסיאנאל ''דא רעדט מען פון תולדות אהרן ווילסט געבן פאר אונזער קאמפיין?''

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
איך זע נישט קיין שום ליצנות און שפאס. דער אמעריקאנער האט זייער צום זאך געענטפערט, געטון וואס ער דארף אויף אן רואיגן אופן. אנשטאט זיך צו רעגן, שרייען און שעלטן, האט ער שיינערהייט אויסגעדרייט דעם וואפן אויף צוריק. דער תולדות אהרן אינגערמאן ווערט אויך נישט פארלוירן, כ'האב באזונדער הנאה פון זיין שטארקייט, איך זע נישט פון וועמען דער רעקאדירונג מאכט חוזק.
ס'איז טאקע נישט קיין עוולה צו רופן מענטשן פערזענליך, אבער אויב איז עס טאקע די דריטע מאל און יענער האט גארנישט מיט תו"א, האט ער אלע רעכטן עס צו פארשפרייטן.

- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
העכסט נארמאל, געענטפערט ווי א איד בדרך משל.
די אינגערמאן וואס רופט איז א טרענירטע שנארער, ער וואלט געקענט אויפהענגן, ער כאפ זיך צו צו די שמועס מיט א געשמאק.

הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
יענער מיינט עס ערנסט? איך פארשטיי נישט ביז ווי ווייט דער מושג גייט. יענער בעט געלט צו דעקען די חובות פון רבי'ן. וואס ווען ווי? פארוואס זאל דער רבי נישט מוחל זיין און נישט בארגען געלט ווען ער ווייסט נישט וויאזוי עס אפצוצאלען? פארוואס זאל דער רבי נישט מוחל זיין און גיין ארבעטען צו דעקען זיין חובות?
דער הנחה קדומה אז די חוקי העולם מיינען נישט דער וואס האט מחליט געווען צו זיין א רבי איז א פראבלעם פון דער יונגערמאן, און יענער מוז זיך לערנען אז כן לא יעשה. עס איז דא וואס פארשטיין נישט קיין שבעים לשון, און נאר אזוי קען מען עס זיי זאגען.
אז דו ווילסט א פריוואטע חסידות\מוסד\צדקה, וואס האט נישט קיין אחריות צו קיינעם אחוץ די אלע וואס דו האסט איינגערעדט אז זיי מעגען נישט פרעגען קיין פארוואס און פארווען, דעמאלס בעט נישט קיין געלט פון די פרעמד. ברגע באבוב\וויזניץ\בעלזא\סאטמאר\סקווער\תו"א\תוא"י וכו' וכו' בעטען פון די גאס, זענען זיי משועבד זיך צו פארענטפערען צום גאס. זיי מוזען יעדעם אריין נעמען אין די מוסדות, און זיי קענען נישט מחליט זיין לויט די קאפריסען פון איין כבוד קדושת.
דער יונגערמאן, מיט זיין איידעלקייט, האט גערעדט מיט גרויס חוצפה, און עס דארף פארדאמט ווערען. דער ענטפערער מעג זיך אויסלערנען אביסל אידיש, אבער מער ווי דעם האט ער גארנישט געטון. און ער איז גאנץ בארעכטיגט פאר'ן האבען טענות אז זיין פריוואטע נומער ווערט ארויס געגעבען.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יענער מיינט עס ערנסט? איך פארשטיי נישט ביז ווי ווייט דער מושג גייט. יענער בעט געלט צו דעקען די חובות פון רבי'ן. וואס ווען ווי? פארוואס זאל דער רבי נישט מוחל זיין און נישט בארגען געלט ווען ער ווייסט נישט וויאזוי עס אפצוצאלען? פארוואס זאל דער רבי נישט מוחל זיין און גיין ארבעטען צו דעקען זיין חובות?
דער הנחה קדומה אז די חוקי העולם מיינען נישט דער וואס האט מחליט געווען צו זיין א רבי איז א פראבלעם פון דער יונגערמאן, און יענער מוז זיך לערנען אז כן לא יעשה. עס איז דא וואס פארשטיין נישט קיין שבעים לשון, און נאר אזוי קען מען עס זיי זאגען.
אז דו ווילסט א פריוואטע חסידות\מוסד\צדקה, וואס האט נישט קיין אחריות צו קיינעם אחוץ די אלע וואס דו האסט איינגערעדט אז זיי מעגען נישט פרעגען קיין פארוואס און פארווען, דעמאלס בעט נישט קיין געלט פון די פרעמד. ברגע באבוב\וויזניץ\בעלזא\סאטמאר\סקווער\תו"א\תוא"י וכו' וכו' בעטען פון די גאס, זענען זיי משועבד זיך צו פארענטפערען צום גאס. זיי מוזען יעדעם אריין נעמען אין די מוסדות, און זיי קענען נישט מחליט זיין לויט די קאפריסען פון איין כבוד קדושת.
דער יונגערמאן, מיט זיין איידעלקייט, האט גערעדט מיט גרויס חוצפה, און עס דארף פארדאמט ווערען. דער ענטפערער מעג זיך אויסלערנען אביסל אידיש, אבער מער ווי דעם האט ער גארנישט געטון. און ער איז גאנץ בארעכטיגט פאר'ן האבען טענות אז זיין פריוואטע נומער ווערט ארויס געגעבען.
דעס איז אייער שיטה. זיי האבן אבער א אנדער שיטה. און זיי האלטן אז איר האט קיין רעכט זיי איינצוטיילן וואס איז פאר זיי יא אדער נישט רעכט.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
מיר האבן בקבלה אז ווען מען גייט נאך געלט דארף מען האבן צוויי טאשען, איינס פאר געלט און דער אנדערע פאר בושות.
די טעלעפאן קאלס זענען היבש שטערבאר, און טאמער יענער האט נישט קיין פראבלעם אויפצונעמען די צייט פין די באטרעפענדע ווייל ער וויל געלט, דארף ער נישט האבן א פראבלעם אוועקצוגעבן זיין צייט פאר די הנאה פין דער גערופענער.
כאילו עס איז א חוצפה צו מאכן א שמועס מיט איינער וואס רופט פאר געלט. אבער עצה טובה קמ"ל, אויב איר ווילט נישט געבן, האקט אראפ תיכף, ווייל סיי וועלכע שמועס מיט איינער וואס גייט נאך געלט, וועט אייך נאר ברענגן א שטאפעל נענטער צו געבן.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
נו דו ביסט דאך א טייל פון א גרופע וואס האט אויפגענומען געסט ביי זיי אין שטאט מיט צעטלעך וואס ווארענען מיט ארעסט אויב מען טרעט נאר איבער דעם שוועל פון טיר, און האסט עס נאך מצדיק געווען.
ער רעדט פון אידן.
ער רעדט פון אידן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
איסר האטלקי האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל אבער וואס איז פאפא שילדיג?
דאס קען מען נאך פארענטפערן, אבער איך בין זייער נייגעריג וועם מ'וואלט גענוצט אויב פאפא וואלט נישט עקזיסטירט...
דאס טוט גרעניצן ביטול תורה לכאורה.....
אבער בדרך אפשר, צאנז גריבוב. סקולענער מוסדות, נחמת ישראל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל