מ'קען חתונה מאכן אן בארגן און אן גנב'ען!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

מ'קען חתונה מאכן אן בארגן און אן גנב'ען!

שליחה דורך ברסלבער »

גענומען מיט רשות פון גליון היכל הקודש

[justify]מ'קען חתונה מאכן אן בארגן און אן גנב'ען!
חתונה מאכן קאסט פאר'ן צד החתן זיבן טויזנט דאלער אלעס אריינגערעכנט
הכל בכל מכל כל כן יברך אותנו כולנו יחד בברכה שלימה ונאמר אמן

די חתונה די וואך דינסטאג אין ישיבה, האט געהאט גאר א גרויסן אפקלאנג ביים היימישן ציבור, זעענדיג דעם נאה דורש ונאה מקיים, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געפירט זיין בכור אונטער די חופה מיט גרויס שמחה און פרייד, און די פרייליכע לעבעדיגע געשמאקע חתונה נאכט, האט נישט געקאסט קיין פרוטה פאר די מחותנים. די גאנצע חתונה מאכן, פונעם שידוך שליסן ביז נאך די שבע ברכות, האט געקאסט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א א צירקע זיבן טויזנט דאלער, א ציפער וואס רוב אידן קענען זיך ערלויבן מיט דעם רואיג חתונה צו מאכן די קינדער, אן דעם וואס זיי זאלן זיך דארפן אנבארגן און בא'גנב'ען אידישע קינדער, און בלייבן מיט א זאק פון חובות וואס מ'ווייסט נישט פון וואו צו באצאלן.

כל השביעין חביבין
מ'האלט שוין יעצט ביי די זיבעטע חתונה אין היכל הבית המדרש, אלע איינס ביי איינס זענען געווען הערליכע פרייליכע חתונות, עס האט גארנישט געפעלט פאר די חתונות. מיט יעדע חתונה ווערט העכער און העכער אויפגעהויבן די אויגן ברעמען, מענטשן פארשטייען נישט פארוואס עס פעלט אויס צו פארשווענדען אידיש געלט וואס מ'האט נישט, פאר זאכן וואס קיינער דארף נישט, בלויז צו געפעלן פאר מענטשן וואס קוקן עס בכלל נישט ארויף.
קיינער קען נישט איגנארירן די רעוועלוציע און זיך גיין רואיג ווייטער, יעדער האט עפעס צו זאגן אויף דעם, יעדער מוז עפעס אריינרעדן, יעדער ווייסט אז די היינטיגע סטאנדארטן ווי אזוי מען מאכט חתונות - און די זעלבע אויך קלענערע שמחות - האט שוין לאנג אריבערגעשפרייזט אלע גרעניצן, יעדער וויל זען א דראסטישע פארבעסערונג אין דעם ענין, און אט זעט מען א קהלה וואס האט זיך גענומען אין האנט אריין, און אנשטאט זוכן א לעזונג פאר די פראבלעמען, האבן זיי אוועקגענומען דעם פראבלעם אינגאנצן; אנשטאט צו בויען א שפיטאל נעבן דעם צעבראכענעם בריק צו קענען היילן די פארוואונדעטע וואס זענען אראפגעפאלן פון בריק, קרויזן זיי אויס דעם בריק אינגאנצן; אנשטאט אראפצוציפן פון דא און דארט פון די אומדערטרעגליכע הוצאות החתונה, האט מען אהערגעשטעלט א וועג ווי אזוי חתונה צו מאכן אן דעם וואס ס'זאל בכלל פאלן צו לאסט אויף די מחותנים.
דער הייליגער רבי האט דערציילט א מעשה איבער א קעניג וואס איז געווען א שטערן זעער, ער האט געזען אויף די שטערנס אז ווער ס'וועט עסן פון די תבואה וואס וועט וואקסן דעם קומענדיגן יאר, וועט משוגע ווערן דערפון. האט ער גערופן זיין משנה למלך זיך דורכצושמועסן מיט אים דעם פראבלעם, דער משנה למלך האט אבער געהאט א פשוטע עצה אויף דעם, "מיר וועלן באפעלן אז מ'זאל אוועקלייגן פאר אונז גענוג און נאך תבואה פון די פארגאנגענע יאר, און אזוי וועלן מיר בכלל נישט דארפן עסן פון די שעדליכע תבואה וואס מאכט משוגע". דער קעניג איז אבער נישט געווען צופרידן פון דעם געדאנק, "אויב נאר אונז צוויי וועלן בלייבן נארמאל, און די גאנצע וועלט וועט זיין משוגע, וועלן מיר דאך זיין די משוגעים... יעדער וועט אונז אנקוקן אז מיר זענען אזוי אנדערש פון יעדן".
האט דער משנה למלך געפרעגט דעם קעניג וואס ער האלט מ'זאל טון, האט דער קעניג געזאגט אז זיי זאלן אויך עסן אזוי ווי יעדן איינעם, זיי זאלן אויך משוגע ווערן אזוי ווי יעדן איינעם, "נאר מיר ביידע זאלן זיך מאכן א סימן אויפ'ן שטערן כאטש צו געדענקען אז מיר זענען משוגע... ווען איך וועל קוקן אויף דיין שטערן און דו וועסט קוקן אויף מיין שטערן, וועלן מיר זיך דערמאנען אז מיר זענען נעבעך נישט נארמאל"...
דער רבי האט נישט אויסגעפירט דעם נמשל צו די דעם משל, אבער זיך אומקוקנדיג אויף די היינטיגע וועג ווי אזוי אידישע שמחות ווערן געפראוועט, אן קיין שום שייכות צו נארמאלקייט, מענטשן גייען ממש אראפ פון זינען און מאכן טייערע שמחות פיל העכער און מער פון זייערע מעגליכקייטן, נאר בלויז ווייל די גאנצע "נארמאלע" וועלט טוט אזוי, בלויז ווייל וואס וועט "יענער" זאגן אויף דעם, לאזט זיך גלויבן אז ס'איז שוין העכסט צייט אז מיר זאלן זיך ארויפקריצן א מערקבארן סימן אויפ'ן שטערן, כאטש צו געדענקען ווי משוגע מיר זענען אז מיר לעבן בלויז פאר יענעם.

כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה
ולחופה ולמעשים טובים
אמאל האט מען נאך געקענט זאגן אז א אידישע חתונה וואלט געדארפט אויסזען ווי א בר מצוה אדער וואכנאכט, היינט זענען שוין אבער די קלענערע שמחות אזוי אויפגעריסן, אז מ'קען שוין חתונה מאכן פאר א צענטל די פרייז פון די טייערע בר מצוה'ס און קלענערע שמחות.
אידן זענען אנגעווייטאגט, יעדער מחותן וואס האט שוין חתונה געמאכט, יעדער וואס האט שוין צוגעלייגט א האנט און געהאלפן זיינ'ס א קרוב חתונה צו מאכן, ווייסט ווי שווער דאס קומט אן, ווייסט וויפיל בלוט דאס קאסט, ווייסט וויפיל חובות דאס לאזט איבער, וויפיל שאדנ'ס עס לאזט איבער אויף יעדן איינעם ארום; אבער אזוי ווי דאס איז דער "נארמאל", איז דאך נישט שייך צו טון אנדערש.
אידן קוקן ארויף און שעצן זייער שטארק אז ס'איז דא א קהלה וואס האט אוועקגעלייגט דעם "נארמאל" אין די זייט, און געוויזן שווארץ אויף ווייס אז מ'קען יא חתונה מאכן די קינדער מיט מנוחת הנפש, מ'דארף אפילו נישט מאכן קיין תקנות, מ'דארף נאר פשוט עפענען די אויגן צום רעאליטעט, אז דער וועג ווי אזוי מ'מאכט היינט חתונה האט נישט קיין זכות קיום. אויב חתונה מאכן מוז קומען מיט'ן חשבון אז מ'מוז פאר דעם בארגן און נישט באצאלן, וועט עס מוזן צעפאלן מארגן אדער איבערמארגן, דאס קען נישט אנהאלטן. אז ס'איז אבער נישטא קיין אנדערע אויסוועג, איז דאך נישטא קיין ברירה, דער אייבערשטער האט אונז דאך באפוילן חתונה צו מאכן די קינדער, און דאס איז די איינציגסטע וועג ווי אזוי דאס אויסצופירן. ווען מ'זעט אבער באשיינפערליך אז ס'איז יא דא א געהעריגע וועג, מ'מוז זיך נישט צעשניידן אויף שטיקער ווען מ'מאכט חתונה א קינד, ווערט דאס גאר שטארק ארויפגעקוקט און געשעצט, די מציאות פאטשט אין פנים און ווייזט אז ס'איז יא מעגליך און מ'קען עס יא באווייזן.
מענטשן זאגן, "כל הכבוד פאר ברסלב אז זיי האבן געקענט דורכברעכן און באווייזן אזא זאך אז מ'זאל קענען גרינג חתונה מאכן די קינדער, תחזקנה ידיכם!", דער אמת איז אבער פארקערט, כל הכבוד פאר איינעם וואס איז גרייט זיך צו צערייסן און צעפליקן, פארלירן דעם הארץ מיט'ן קאפ אינאיינעם צו קענען חתונה מאכן די קינדער; ווידער אז מ'מאכט חתונה מיט א רעאליסטישן בליק, מ'ווייסט און מ'נעמט אין חשבון וואס מ'האט אין טאש און וואס מ'קען זיך ערלויבן, איז דאס דאך פשוט און גראד שכל הישר.

חנוך לנער על פי דרכו
לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט אויף דעם טערמין "נארמאל", וואס מיינט נארמאל און וואס מיינט נישט נארמאל? ווי געזאגט פריער איז דאס געוואנדען אין די אומשטענדן ארום און ארום, וואס ביי איינעם איז נארמאל איז ביים צווייטע משוגע, און אזוי אויף פארקערט. ס'ווענדט זיך וואס איז אנגענומען צו טון אין די קרייז, אין די משפחה, אין די געגנט, און אזוי ווייטער אלעס ארום.
"נע, דאס איז נישט מעגליך נאכצומאכן. די ברסלב'ע קהלה האבן א בית המדרש גרייט פאר חתונות, זיי האבן בחורים ארויסצוהעלפן, זיי האבן משפחות וואס לייגן צו א האנט. אבער אנדערע האבן נישט די וועג אין מציאות ווי אזוי דאס צו קענען אהערשטעלן" - דאס איז א געדאנק וואס מ'הערט פון פילע.
און עס איז טאקע דא אן אמת אין דעם, ס'איז טאקע נישט אזוי גרינג דאס נאכצומאכן, דא איז עס צוגעשטעלט אפיציעל מטעם די קהלה, און אלע בני הקהלה מיט די בחורים פון ישיבה און די מיידלעך פון סקול, לייגן צו א האנט אז די חתונות זאלן זיין מיט סוקסעס, און ס'זאל נישט קאסטן קיין געלט. אבער דער יסוד און דער סוד ווי אזוי די קהלה האט זוכה געווען צו זיין די ערשטע דאס צו קענען באווייזן, איז יא א זאך וואס יעדער קען און דארף נאכמאכן.
דער יסוד איז אז די קינדער אליין, די חתן און כלה, דארפן זיין צופרידן און פרייליך אן דעם וואס דער טאטע זאל דארפן בארגן געלט פון די זון און פון די לבנה פאר די חתונה. אויב ביים שידוך-שליסן כאפן זיך די עלטערן ביים קאפ וואס דא גייט פאר און זיי מאכן אפ אז זיי האבן נישט די רעכט על פי תורה און על פי שכל אויסצושווענדען געלט אויף אומנויטיגע זאכן ביי שמחות, קענען זיי דאס אבער נישט טון יעצט צו זייערע קינדער, וואס וועלן שפירן בא'עוול'ט אז זיי זענען אנדערש ווי זייערע חברים און פריינד וואס באקומען יא די אלע טייערע לוקסוס.
אנדערש איז אבער אין היכל הקודש, וואו דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר צו די בחורים פון דעם ענין, ער רייסט אראפ און ער ערקלערט די שעדליכקייט און נארישקייט פון זיך אויפרייסן ביי שמחות, א זאך וואס מ'פארדינט גארנישט דערפון, עס ברענגט נאר חובות און עגמת נפש, און די שיינקייט פון קינדער וואס פארשטייען אז געלט קאסט געלט, און די שיינקייט פון א שמחה וואס מ'מאכט אויף א ביליגן אידישן שטייגער. און פון די אנדערע זייט איז דא די חשובע מנהלת און די לערערינס אין סקול וואס רעדן כסדר צו די מיידלעך איבער דעם, צו מאכן א שמחה מיט שכל און נארמאלקייט, און אז די איבערגעטריבענע אויסברענגעריי ברענגט נישט קיין שום ניצן אין לעבן, און ווי ווייט מ'דארף אכטונג געבן אויף אידיש געלט, נישט אויסצוברענגען דאס געלט פון די עלטערן וואס זיי האבן אפילו נישט.
אזוי אז עס קומט אויס אז נישט נאר וואס די חתנים און כלות קוקן בכלל נישט ארויף די טייערע שמחות, נאר פארקערט, ביי זיי איז גאר א חשיבות ווי מער מ'קען אראפברענגען די סטאנדארטן, עס איז אן אויפטו אויב מ'האט אראפגענומען נאך אן איבריגע הוצאה.
איין ביישפיל איז ווערד צו דערמאנען, א פארמעסט וואס מ'האט געמאכט אין סקול פאר פורים, יעדער האט געדארפט מאכן א שיינע משלוח מנות פאר א חבר'טע, און ווער ס'האט געקענט מאכן די ביליגסטע משלוח מנות, האט געוואונען דעם פארמעסט. אלע מיידלעך האבן זיך אנגעשטרענגט צו מאכן א שיינע משלוח מנות, אויף די ביליגסטע וועג וואס איז נאר שייך. און פארשטייט זיך ווען די מיידלעך ווערן כלות למזל טוב, זוכן זיי נישט ארויסצושלעפן געלט פון די עלטערן צו קענען שיקן א זיבן שטאקיגע משלוח מנות פאר די מחותנ'סטע, און זיי ווערן נישט פרייליך ווען זיי באקומען אזוינס פון די אנדערע זייט.
אז די קינדער ווערן מחונך אויף אזא וועג, אז מ'דארף נישט נאכטאנצן יעדע משוגעת וואס איז איינעם בייגעפאלן צו מאכן ביי א שמחה, אז מ'דארף לעבן מיט'ן רעאליטעט און נישט אויסגעבן מער געלט פון וויפיל מ'קען זיך ערלויבן, אז מ'טאר נישט בארגן געלט ווען מ'ווייסט נישט ווי אזוי מ'וועט עס באצאלן, אז מ'טאר אויס'רודפ'ן טאטע מאמע אז מ'מוז האבן דאס און יענץ אין די צייט ווען ס'פעלט נישט אויס און ס'איז נישטא דאס געלט פאר דעם, אז די שמחה פון חתונה האבן הויבט זיך אן א טאג נאך די שבע ברכות און איז נישט די פאר שעה פון די חתונה נאכט וואס לויפט אריבער ווי אן אויגן בליק, אז איינער וואס לעבט מיט'ן מציאות און נישט אין דמיונות איז ארויפגעקוקט און איז חשוב, אז דאס וואס דער חבר אדער חבר'טע וועט קרימען מיט די נאז מיינט גארנישט; אז מ'וואקסט אויף אזוי, דאן קענען די עלטערן חתונה מאכן די קינדער מיט הרחבת הדעת, די עלטערן זענען פרייליך, די קינדער זענען פרייליך, און מ'האט א חיים טובים.
דאס איז א זאך וואס יעדער קען נאכמאכן. מ'קען נישט ווארטן ביז ווען מ'שליסט שוין שידוך, און דעמאלט אנהויבן צו זאגן פאר חתן כלה אז זיי זאלן נישט פארלאנגען אזויפיל. דעמאלט איז שוין צו שפעט, דעמאלט האט מען שוין פארשפעטיגט די באן, אויב מ'וועט דעמאלט אנהויבן איינצוציען דעם פאסיק, וועלן די קינדער ווערן געפייניגט. טאטע מאמע קענען אבער אנהויבן רעדן צו די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, יעדעס מאל ווען מ'רעדט פון עפעס א מעכטיגע שמחה קען מען אויסנוצן די געלעגנהייט און אויפקלערן די קינדער איבער די נארישקייט פון אויסברענגען געלט אויף זאכן וואס ברענגט נישט קיין ניצן. יעדעס מאל עס קומט אן אויף די פאסט א חתונה בריוול קען מען פרעגן די קינדער זיי זאלן פרובירן אויפצוקומען מיט א נארמאלן הסבר פארוואס עס פעלט אויס צו שיקן איינלאדענונגען צו א חתונה, אין די צייט וואס ווער עס ווערט געוואויר פון די חתונה נאר דורך דעם בריוול, יענער דארף בכלל נישט קומען צו די חתונה, און ווער עס ווייסט סיי ווי פון די חתונה, פאר אים פעלט דאך נישט אויס דער בריוול, און נאכדערצו אז ביז צום טאג פון די חתונה וועט שוין דאס בריוול סיי ווי זיין רעסייקעלט און דעמאלט לייגט מען דאך שוין אריין אין די טעגליכע שמחה צעטלעך איבער די חתונה.
יעדער וואס האט א מייק אין די האנט, יעדער וואס האט קינדער, בחורים, אדער מיידלעך וואס הערן אים אויס. זאל עס זיין טאטע און מאמע, א מלמד צי א לערערין, א מנהל אדער א מנהלת, א רבי און א ראש ישיבה, א רב און דיין, זאלן זיך מאכן א חשבון וויפיל אידיש געלט זיי קענען שפארן פאר אידישע קינדער, וויפיל הארץ אטאקעס זיי קענען פארמיידן פון אידישע קינדער, וויפיל צער יגון ואנחה זיי קענען צוריק האלטן פון אידישע קינדער וויפיל שמחה און נחת זיי קענען אריינברענגען אין אידישע הערצער, אן דעם וואס זיי זאלן דארפן ארויסנעמען אפילו איין פרוטה פון טאש, נאר בלויז מיט'ן רעדן צו די קינדער וואס עס מיינט א אידישע שמחה, ערקלערן אז די איבריגע לוקסעס מאכט נישט פרייליך, עס העלפט גארנישט אין לעבן, און ווי שיין און ריכטיג עס איז צו שפארן אידיש געלט ווען עס קומט צו שמחות.
חינוך הויבט זיך אן ביי זיך אליין, ווען עלטערן פירן זיך מיט שכל און ווי עס דארף צו זיין, וועלן די קינדער דאס נאכמאכן. ווען די קינדער זעען אז ווען די עלטערן מאכן א שמחה פאר זיך, א קידוש, א וואכנאכט, זוכן זיי נישט אויסצוגעבן ווי מער געלט אז אלעס זאל קלאפן אויפ'ן העכסטן פארנעם, אז די גאנצע שטאט זאל זיך טאקע איינרעדן אז זיי זענען באלעבאטישע אידן, ווען די קינדער וועלן זען אז דער פעקל ביים אפשערן מוזן נישט אזוי טיפ-טאפ אז יעדע שכנ'טע זאל עס באוואונדערן, דאן וועלן זיי אויך נישט פארלאנגען אז זייער בר מצוה און חתונה זאל זיין אזוי מעכטיג. אבער אז די עלטערן בארגן זיך שוין אן ביים וואך נאכט און ברית, וועט עס שוין אויך אזוי מיטגיין לתורה ולחופה.
און אפילו די עלטערן וואס האבן נאכנישט די קוראזש צו קענען מאכן א שמחה ווי א לאגישער מענטש, זיי האלטן נאכנישט אויף די מדריגה צו קענען קוקן דעם מציאות, צו קענען חתונה מאכן נאר לויט וויפיל זייער טאש ערלויבט; קענען זיי אבער טון כאטש דאס מינימאלסטע, ווען עס קומען קלוגע אידן און מאכן יא חתונה אויף א נארמאלן שטייגער, זיי חובות'ן זיך נישט אן ביים חתונה מאכן, געבן נישט אויס געלט פאר נוצלאזע נארישקייטן, זאל מען כאטש נישט חוזק מאכן פון דעם, זאל מען דאס נישט אוועקמאכן אין די אויגן פון די קינדער, זאל מען כאטש קרעכטצן, "איך קען עס טאקע נישט נאכמאכן, אבער כל הכבוד פאר די פארשטענדליכע אידן וואס קענען עס יא באווייזן". און אזוי וועט זיי דאס נישט צוריק פאטשן אין פנים ווען ס'וועט קומען אמאל א טאג ווען זיי וועלן מוזן אביסל איינציען דאס פזר'ענען, און די קינדער וועלן נישט וועלן הערן דערפון.

בואו ונחשוב חשבונו של עולם
ס'געווען אמאל א איד וואס האט געליטן אויף די אויגן לא עלינו, ער האט געמאכט א מחלה וואס האט אים געשטערט דאס זען רחמנא ליצלן. איין טאג איז ער געוואויר געווארן פון א גרויסן אויגן דאקטער וואס קען אים אויסהיילן זיין פראבלעם, ער איז געפארן צום דאקטער וואס האט זיך אפגעגעבן מיט אים, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט אים דער דאקטער גענצליך אויסגעהיילט, און ער האט אנגעהויבן זען אויף די אויגן כאחד האדם.
פארשטייט זיך אז צו זיין פרייד איז נישט געווען קיין גרעניץ, ער איז געווען גאר דאנקבאר צום דאקטער, און איז אהיימגעקומען מיט איין שמחה און דערציילט די פרייליכע בשורה אז ער קען שוין זען, דער דאקטער האט אים געמאכט זען. האט אים איין חכם אנגעהויבן אויספרעגן איבער דעם דאקטער, "וואס האט דער דאקטער דיר געמאכט זען? ער האט דיר געמאכט זען א הויז, א טיש, א בענקל, מענטשן, גאסן?", דער איד האט נישט פארשטאנען וואס דער פארשוין וויל פון אים, "וואס הייסט וואס ער האט מיר געמאכט זען?! איך קען דען אויסרעכענען יעדע זאך וואס איך האב שוין געזען זינט ער האט מיר אויסגעהיילט?! און איך ווייס דען וואס נאך איך גיי אלץ זען פון יעצט און ווייטער מיין גאנץ לעבן?! איך קען נאר אזויפיל זאגן אז ער האט מיר געעפנט די אויגן און איך קען שוין זען".
מענטשן האבן ליב צו זען חשבונות אויפ'ן פאפיר, וויפיל האט דאס געקאסט און וויפיל האט יענץ געקאסט, און אפשר האט מען פארגעסן אויסצורעכענען נאך זייטיגע הוצאות. ס'שווער אויסצורעכענען יעדן דעטאל וויפיל ס'האט געקאסט ביים חתונה מאכן, און אויך איז שווער צו מאכן א ליסטע וויפיל א חתונה דארפן קאסטן פאר יעדן איינעם, ווייל יעדע פאמיליע האט אנדערע זאכן וואס איז וויכטיג פאר זיי, קיינער איז נישט אייניג. דאס איז אבער יא א דבר השווה לכל נפש, אז מ'דארף זיך עפענען די אויגן, און זען וויפיל אידיש געלט עס ווערט געווארפן אין מיסט ביי יעדע שמחה, און אין וויפיל חובות מ'פאלט אריין ביי יעדע חתונה פון א קינד, און יעדער דארף זען לויט זיין מצב וויפיל ער קען זיך ערלויבן, וויפיל ער דארף זיך ערלויבן. און גוט געדענקען אז די גאנצע שמחה לויפט אדורך כהרף עין, א טאג נאכדעם האט שוין יעדער פארגעסן דערפון, דאס לעבן גייט ווייטער אן, און וואס עס בלייבט יא איבער איז נאר די חובות מיט וואס מ'דארף זיך ספראווען. און דער עיקר וואס בלייבט איז די נחת וואס מ'האט פון די קינדער, ווען מ'זעט ווי דאס נייע פאר-פאלק איז זוכה אויפצושטעלן א שיינע אידישע שטוב, און דאס קען מען נישט קויפן פאר קיין געלט אויף דער וועלט, דאס קען מען נאר עררייכן מיט א גוטן חינוך און מיט אסאך תפלות צום אייבערשטן.
אזוי ווי עס גייט אבער אין לעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז מ'זאל אנהויבן חתונה מאכן די קינדער פאר ביליג, איינע פון די סיבות פארוואס מ'האלט זיך צוריק פון א שידוך מיט די קינדער איז פשוט ווייל מ'האט נישט דאס געלט פאר דעם, האט דער ראש ישיבה שליט"א פרובירט אראפצושרייבן פונקטליך וויפיל ס'האט אים געקאסט די גאנצע חתונה כדי אנדערע מענטשן זאלן זיך אויך קענען אפלערנען דערפון, און עס קענען נאכמאכן אויף זייער אופן.
די חתונות אין ישיבה האלט יעדער מיט, מ'זעט מיט די אויגן ווי די חתונה נאכט קאסט נישט קיין איין פרוטה, מענטשן ווילן אבער וויסן וואס עס טוט זיך מיט די איבריגע זייטיגע הוצאות, וויפיל מ'שפארט זיך איין דארט. דעריבער איז כדאי צו כאפן א בליק אויף די דעטאלירטע ליסטע [בייגעלייגט דא אינעם גליון] וויפיל עס האט געקאסט די גאנצע הוצאות החתונה, פון אנהויב ביז'ן סוף, פאר'ן צד החתן דער ראש ישיבה שליט"א, און זען ווי אזוי א אידישע חתונה דארף בכלל נישט קאסטן קיין סאך געלט.
אנגעהויבן ביים שידוך פונעם ברעסלעט, אלע דזשולערי זענען געווען די ביליגסטע וואס מעגליך, ביי די חתונה האט אלע צירונגען פאר די כלה געקאסט אלעס אינאיינעם ווייניגער פון טויזנט דאלער. דער אמת ווייסט דאך יעדער אז א געווענליכער מענטש קען נישט דערקענען א חילוק צווישן עכטע און פאלשע שטיינדלעך, דער איינציגסטער חילוק איז אז אויב ח"ו וועט די רוימערקע גנב'ענען די צירונגען וועט זי נישט קענען קויפן דערמיט א נייע הויז אין פוילן... מען זאגט א ווערטל אז צום סוף קומט אלעס צוריק צו אידן, ווייל ווען זי בויעט איר הויז אין פוילן וועלן דאך אידן עס אפדינגען איינצושטיין דארט נעבן די קברי צדיקים... פאקטיש איז דאס אבער א גרויסע הארץ ווייטאג. אז מען האט אבער נישט די טייערע צירונגען איז עס נאר א מעלה, מען וועט עס גרינגער אראפשלינגען און גרינגער קויפן נייע. און נאך א מעלה אז אזוי ווי די סטיילס טוישן זיך דאך יעדע פאר יאר, וועט מען זיך קענען רואיג קויפן פרישע צירונגען יעדע עטליכע יאר, לויט די לעצטע מאדע...
קיין תנאים האט מען נישט געמאכט, די תנאים און טעלער ברעכן איז פארגעקומען ברוב פאר והדר ביים קבלת פנים ביי די חתונה. ווען עס קומט צו שטאפיר איז אויך דא א געניטער וועג ווי אזוי די סוחרים מאכן געלט, עס איז דא א חתן פעקעדזש און א כלה פעקעדזש, יעדעס געשעפט שטעלט צו אזעלכע פעקעדזשעס וואס די איינציגסטע מעלה דערפון איז אז די סוחרים מאכן ב"ה שיין פרנסה. פארוואס זאל א חתן זיך אנקויפן מיט א גאנצע רייע פון רעקלעך, בעקיטשעס, הוטן, און אזוי ווייטער? קודם איז אים נאך זייער גוט די וואס ער האט גענוצט ביז יעצט, און אפילו ווען מען קויפט יא א נייע, איז דאך גענוג איינס אויך, פארוואס פעלט אויס דריי פון יעדע? פארוואס ווען מען קויפט איין די כלים פאר די נייע הויז, דארף מען שוין יעצט קויפן אלעס וואס מען גייט אפשר נוצן אין עטליכע יאר ארום ביים צוגרייטן די מעלאנע פאר די אפשערן פונעם בכור? פארוואס זאל מען נישט קויפן בלויז די נויטיגע זאכן, און מיט די יארן, ווען ס'וועט זיך אויספעלן, וועט מען צוקויפן אלעס וואס מען דארף. אפשר זאל מען שוין ביים ברית קויפן פאר'ן רך הנימול א וואש מאשין, וואס ער וועט זיכער דארפן האבן יארן שפעטער ווען ער וועט שוין האבן וועש צו וואשן?...
פארוואס זאל א מאמע דארפן איינקויפן א גאנצע שאפע מיט קליידער און שיך פאר די כלה? אין עטליכע יאר ארום וועט דאך די מאס פון די קלייד איר שוין נישט פאסן, און די סטיילס וועלן זיך זיכער טוישן, זאל מען קויפן וויפיל מען דארף פאר יעצט, און די מאמע זאל זאגן פאר די כלה אז אין א יאר ארום, ווען זי וועט זען אז עס פעלט אויס נאך א קלייד, וועט מען איר דעמאלט קויפן. פארוואס דארף מען אלעס קויפן אויף איינמאל אז די עלטערן זאלן דארפן כאפן אן הארץ אטאקע רח"ל?
פארוואס דארף דער חתן באקומען א טויזנט דאלערדיגע מנורה אויף חנוכה, א זילבערנע אתרוג פושקע, א מגילה מיט א מגילה האלטער, און אזוי ווייטער און ווייטער. פארוואס אלס בחור איז אים גוט געווען א פשוטע מנורה פאר צען דאלער? פארוואס קען ער דאס נישט נוצן ווייטער נאך די חתונה? אויב די זאך איז פשוט אלס זה קלי ואנוהו, וואלט מען געדארפט קויפן פאר יעדן בר מצוה בחור א טויזנט דאלערדיגע מנורה, די הידור מצוה הויבט זיך נישט אן נאך די חתונה. פארוואס זאל מען נישט צואווארטן ביז דער אינגערמאן האט שוין קינדער און זיי וואקסן אונטער, זאל דער טאטע דעמאלט קויפן פאר זיך א טייערע מנורה, צו ווייזן פאר די קינדער וואס מיינט הידור מצוה. און דעמאלט קען ער שוין טון אפילו אזוי ווי דער הייליגער דברי חיים זי"ע וואס האט יעדעס יאר געדארפט קויפן א פרישע מנורה, ווייל ער האט אוועקגעגעבן די פאריעריגע פאר א איד א נצרך.
און וואס איז מיט גרויסע געלטער וואס מ'צאלט היינט פאר די חתן און כלה שיעורים, א זאך וואס איז קיינמאל נישט געווען. מ'לערנט אויס מיט וועלכע פוס מ'דארף אנהויבן טאנצן, ווען מ'דארף אפשאקלען די ברעקלעך, און אזוי ווייטער אזעלכע נארישקייטן וואס פעלט בכלל נישט אויס, נאר אז ער זאל מאכן שיין פרנסה. אמת טאקע אז די חתן כלה דארפן לערנען הלכות, זיי דארפן וויסן ווי אזוי אויפצושטעלן א אידישע שטוב לויט ווי דער אייבערשטער פארלאנגט, אבער דאס איז די ארבעט פונ'ם ראש ישיבה פונעם בחור אים דאס אויסצולערנען, און די לערערין פון די כלה דאס אויסצולערנען, און דאס דארף נישט נעמען אזוי לאנג, און ס'דארף נישט קאסטן אזויפיל געלט. אזוי ווי ביי די יעצטיגע חתונה ווען דער בחור האט געלערנט ביי זיין ראש ישיבה, און די כלה האט געלערנט ביי איר מנהלת, און די שיעורים האט נישט געקאסט קיין איין פרוטה.
פארוואס דארפן די מחותנים צושטעלן באסעס צו קומען און אהיימגיין פון די שמחה? ווער ס'וויל זיך מיטפרייען, קען טרעפן א וועג צו קומען, און ווער ס'קען נישט טרעפן קיין וועג צו קומען, איז פאר אים ווארשיינליך גענוג זיך מיטצופרייען פון דערווייטנס. איין פראבלעם איז דא, ווען מ'ענדיגט די חתונה זייער שפעט אין די נאכט אריין, און דעמאלט קען מען שוין נישט טרעפן א וועג אהיים - אפילו פאר געלט - צו א צווייטע שטאט. ווען די חתונה ענדיגט זיך אבער א פערטל צו עלף, קען מען נאך רואיג טרעפן א וועג אהיים נאך די חתונה, און זיכער נאכ'ן טאנצן.
פארוואס זאל מען קויפן פורניטשער פאר א יונגע קאפל? זיי וועלן זיך עס אפילו נישט אויס, און ווייסן נאכנישט וואס זיי ווילן. זאלן זיי חתונה האבן אין א פורניטשעד דירה, און ווען זיי וועלן זיך שוין אביסל באקענען, וועלן זיי אליין גיין איינקויפן לויט זייער געשמאק. פארוואס ברענט עס צו האבן אלע טייערע פורניטשער די ערשטע מינוט?
פארוואס דארף מען מאכן א טייערע באווארפן? טייערע פעקלעך, א טייערע קידוש, א טייערע סעודה צו וואס עס געלאנדעט אלע קרובים און באקאנטע; מען קען עסן א געהעריגע שבת'דיגע סעודה ווי געווענליך, און דער מחותן קומט ארויף נאך די סעודה טרינקען א גלעזל סעלצער און וואונטשן לחיים. ביים קידוש איז פונקט גוט אביסל מזונות און טרינקען, העכסטנס וועט זיין ווייניגער מענטשן וואס וועלן דאס בארעדן אז דער מחותן האט זיך נעבעך אויפגעריסן מיט א מעכטיגע קידוש.
פארוואס דארפן די שבע ברכות'ן קאסטן אזויפיל געלט? מ'שלעפט זיך יעדע נאכט צו א צווייטע זאל, און קיינער האט נישט קיין געשמאק און הנאה דערפון. פארוואס זאל נישט יעדע נאכט איינער פון די משפחה מאכן א שיינע נאכטמאל, און לאדענען די חתן כלה צו קומען אויף נאכטמאל. און די זעלבע איז מיט די שבת שבע ברכות וואס די שענסטע זאך איז ווען מ'מאכט א שיינע שבת'דיגע סעודה פאר די נאנטע קרובי המשפחה, און יעדער איז העכסט פרייליך און צופרידן.
און די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער, עס איז ממש נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע דעטאלן וויפיל איבריגע הוצאות מענטשן קענען זיך שאפן פון אונטער דער ערד. דער וואס איז אבער קלוג פאר זיך, ער קוקט נישט וואס יענער זאגט, נאר טראכט מיט די אייגענע שכל וואס עס פעלט טאקע אויס און וואס נישט, דער קען זיך איינשפארן אזויפיל הוצאות ביים חתונה מאכן, און ער וועט קענען צוגיין צו די שמחה מיט אן אמת'ע צופרידנקייט און פרייד.

יעמוד יעמוד יעמוד
ווי אזוי דער מצוה טאנץ האט זיך דערקייקלט צו דאס אויסזען וואס ס'האט היינט צו טאגס על אדמת אמעריקע, איז שווער צו וויסן. אבער מאמענטאל איז די אנגענומענע געשטאלט פונעם מצוה טאנץ עפעס א מאדנע זאך וואס קיינער אין זאל ווייסט נישט פונקטליך וואס דארף צו באדייטן.
דער בדחן הויבט אן מיט'ן אויסרימען ווי שיין די חתונה איז געווען - א זאך וואס ער האט בכלל נישט מיטגעהאלטן. דערנאך גייט עס ווייטער מיט'ן מספיד זיין די זיידעס און באבעס - וועמען ער האט קעגן געלערנט נישט לאנג פריער. און נאכדעם צו די פעטערס וועמען ער האט קוים זייערע נעמען באוויזן אפצושרייבן עטליכע מינוט צוריק.
דער עולם איז שוין צו מיד צווייע ביינאכט צו קענען אריינטראכטן מיט א קלארן מח, און פארשטיין דער מצב וואס הערשט אין זאל. שטייט א בדחן און גראמט, קיינער הערט אים נישט אויס, קיינער איז באמת נישט אינטערעסירט צו וויסן וואס ער האט צו דערציילן. געוויסע זיצן און שמועסן, אנדערע זענען מער בעלי דרך ארץ און ווילן נישט פארשעמען דעם בדחן וועלן זיי נישט רעדן הויך נאר זיצן שטיל און דרימלען. אלע האבן איין ציל זיך צו טרעפן ווי פריער אינדערהיים, און אראפלייגן די קינדער שלאפן.
דאס האט נישט קיין שום שייכות מיט'ן מנהג ישראל צו מאכן א מצוה טאנץ, צו מקיים זיין דעם כיצד מרקדין לפני הכלה. די געשמאקסטע זאך פאר יעדן איינעם וואלט געווען ווען מ'טוט ווען ווי מ'טוט ביי די חתונות אין בית המדרש, דער שמש שטעלט זיך אויף און מאכט א שיינעם "יעמוד יעמוד יעמוד" פאר די זיידעס, מחותנים, און די חתן כלה. און דאס נעמט נישט מער ווי צווישן צוואנציג מינוט און א האלבע שעה.
דאס זעט מען יעדעס מאל פון פריש ביי די חתונות אין ישיבה, ווען די משפחה זעצט זיך אוועק צום מצוה טאנץ, און נאך א האלבע מינוט דארפן זיי זיך שוין אויפשטעלן מיטטאנצן מיט'ן זיידן, ווי עס שפרייט זיך אויס א ברייטן שמייכל אויף יעדנ'ס געזיכט, ווען זיי האבן געמיינט אז זיי וועלן יעצט דארפן אויסהערן דעם בדחן פאר כאטש א האלבע שעה, ביז ווען מ'וועט שוין ענדליך זען דעם ערשטן מצוה טאנץ.
די מחותנים האבן זיך שוין געשפארט גאר אסאך ביז'ן אנקומען צום מצוה טאנץ, אבער די ארומיגע משפחה איז דעמאלט די צייט ווען זיי שפירן עס דאס מערסטע אויף די אייגענע הויט.

סך הכל
די באריכט ווי אזוי די יעצטיגע חתונה איז צוגעגאנגען אין ישיבה, קענט איר ליינען דא אינעם גליון ביי די נייעס אפטיילונג; אבער די שמחה און געשמאק וואס האט זיך געשפירט אין זאל בשעת די חתונה, דאס איז נישט מעגליך צו באשרייבן, דאס קען מען נישט איבערגעבן פאר איינעם וואס האט דאס נישט געשפירט און געזען מיט די אייגענע אויגן.
א פשוטע חתונה אין א בית המדרש, האט געהאט אלע טעמים אין די וועלט. אלע באטייליגטע, אלע משפחה מיטגלידער פון ביידע זייטן, די פילע רבנים און דיינים וואס האבן אנטייל גענומען, אלע אנשי שלומינו, די פילע אידן וואס זענען געקומען וואונטשן מזל טוב, און אפילו די פילצאליגע מענטשן וואס האבן בלויז געוואלט אריינשטעקן דעם קאפ צו זען ווי אזוי אזא סארט חתונה זעט אויס; האבן זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן ווי אזוי אזא ביליגע און פשוטע חתונה, איז פיל מער פרייליך און געשמאק פון די גאר טייערע חתונות, וואו מ'האט פארשווענדעט אזויפיל אידיש געלט פאר אומזיסט, וואו בלויז די בלומען האט דארט געקאסט פיל מער ווי די גאנצע חתונה אין בית המדרש.
אזא שטילע חתונה, שרייט מיט אזעלכע הויכע אומבאנומענע קולות. עס שרייט אריין אין די אויערן פון יעדן מחותן, אין די אויערן פון יעדן רעכט דענקיגן מענטש, אז ס'איז שוין צייט אפצולאזן די הויכע סטאנדארטן פון חתונה מאכן, וואס מ'קען שוין נישט אויסהאלטן.
חז"ל דערציילן אז אין די צייט פון שמעון בן שטח זענען ארויפגעקומען קיין ירושלים 300 נזירים, און זיי האבן נישט געהאט קיין געלט צו ברענגען זייערע קרבנות, האט שמעון בן שטח געזוכט און געטראפן א פתח חרטה פאר 150 פון זיי, אז זיי זאלן פטור ווערן פון ברענגען די קרבנות, און פאר די אנדערע העלפט האט ער נישט געהאט קיין עצה.
האט ער געשיקט בעטן פון זיין שוואגער ינאי המלך אז אזוי ווי עס איז דא 300 נזירים וואס דארפן ברענגען יעדער פון זיי דריי קרבנות, זאל ינאי המלך געבן האלב, און ער וועט געבן די איבריגע האלב. און ינאי המלך האט זיך טאקע צוגעשטעלט און אויסגעצאלט האלב פון די נזירים.
שפעטער, ווען ער איז געוואויר געווארן אז שמעון בן שטח האט אים אויסגענארט, ער האט נישט געצאלט פאר די אנדערע האלב נאר געטראפן פאר זיי א פתח חרטה, איז ער געווארן זייער ברוגז אויף אים, און דאן איז שמעון בן שטח אנטלאפן.
ווען ער איז שפעטער צוריק געקומען, האט אים ינאי המלך געפרעגט פארוואס ער האט חוזק געמאכט פון אים, האט שמעון בן שטח געענטפערט: "איך האב בכלל נישט חוזק געמאכט פון דיר. דו האסט געהאלפן די נזירים מיט דיין געלט, און איך האב זיי געהאלפן מיט מיין חכמה".
עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו העלפן אידן חתונה מאכן די קינדער. מען קען זיי העלפן מיט געלט, און מען קען זיי העלפן מיט חכמה און שכל. מען קען אריינברענגען דעם פשוטן שכל אין מענטשן אז מען דארף נישט קוקן אויף א צווייטן נאר אויף זיך אליין, אז מען דארף נישט אויסגעבן קיין געלט אויף לופטיגע זאכן וואס מען האט נאכדעם גארנישט דערפון.
רבותי! ס'איז צייט אויפצושטיין פון שלאף! דאס זייפן-בלעזל האט שוין לאנג געפלאצט, מיר דארפן אנהויבן טראכטן פאר זיך אליין אז דאס איז נישט דער וועג ווייטער אזוי צו גיין! די נשמה דארף נישט ארויספליען יעדעס מאל מען מאכט חתונה! מען זאגט א ווערטל אז די נשמות פון די זיידעס קומען אראפ צו א חתונה ווייל זיי זעען ווי די נשמות פון די מחותנים פליען ארויס, קומען זיי זיי אנטקעגן מקבל פנים צו זיין... לאמיר אויפהערן צו קוקן אויף סטאנדארטן, לאמיר אנהויבן קוקן אויף זיך, לאמיר מאכן א ווינט, אן אטמאספער, אז מען קען חתונה מאכן ווי אזוי מען וויל, עס זאל זיין א נארמאלע זאך אז מען קען חתונה מאכן אויפ'ן ביליגסטן אופן, אן דארפן מורא האבן אז יענער וועט לאכן.
זאל דער רבונו של עולם שוין רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, זאל ער שוין אראפשיקן א רוח ממרום אין די הערצער פון אידישע קינדער אז מען זאל נישט דארפן נאכמאכן א צווייטן. די גאנצע זאך אז עס איז דא א געוויסער סארט סטאנדארט וואס אזוי דארף מען חתונה מאכן, זאל שוין בטל ווערן. מען זאל נישט דארפן נאכמאכן דעם עושר'ס חתונה, יעדער זאל לעבן נאר פאר זיך, חתונה מאכן די קינדער נאר ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו נאר שמחה און נחת פון קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.
======


אויסטערלישע שמחה ווען דער ראש ישיבה שליט"א מאכט חתונה אין בית המדרש
דעם דינסטאג איז ברוך ה' פארגעקומען די זיבעטע פרייליכע חתונה אין בית המדרש, און אזוי ווי אלעמאל האט עס נישט געקאסט קיין פרוטה פאר די מחותנים, דער בית המדרש איז געווען צוגעשטעלט אומזיסט, די מוזיק איז געווען א טעיפ פון א חתונה, די פרויען פון אנ"ש האבן צוגעשטעלט דאס עסן, און עס האט ברוך ה' גארנישט געפעלט פון די חתונה, עס האט געהאט אן אמת'ע אידישע טעם.
עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן שלמה, דער עלטסטער זון פון ראש ישיבה שליט"א, עב"ג הכלה בת הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב עצי תמרים קרית יואל.
סיי די חתן און סיי די כלה זענען תלמידים פון די הייליגע מוסדות היכל הקודש ברסלב, און ווייסן אז "חתונה" הייבט זיך אן א טאג נאך שבע ברכות, און האבן קוים געקענט ווארטן אויפצושטעלן צוזאמען זייער נייעם שטוב על דרך ישראל סבא, און עס האט זיי בכלל נישט געצויגן צו פארשווענדן אידיש געלט אויף זאכן וואס קיינער דארף נישט, ווי אויף רייכע מתנות, טייערע מעבל, עכטע שטיינער אין די צירינג, אן עלעגאנטער זאל, קעיטערער, מוזיק, בדחן, א.א.וו. פאר זיי איז געווען מער ווי גענוג דאס אליינס אז דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן אז זיי האבן געטראפן זייער שידוך, און גייען ב"ה אויפשטעלן זייער אייגענער שטוב. און פאר די חתונה? וואס איז שלעכט מיט פשוטע מתנות, א פוירנישד דירה, עכטע צירונג מיט פאלשע שטיינער, א חתונה אין בית המדרש, אביסל חלה און קוגל צום סעודה, און "יעמוד יעמוד" פאר מצוה טאנץ.
תנאים און קבלת פנים - אום 5:00 זענען די מחותנים און חתן כלה אנגעקומען צום קבלת פנים, וואו מען האט שוין אויך פארגעליינט דעם תנאים. הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א, זיידע פון די כלה, איז מכובד געווארן מיט ליינען דעם תנאים.
חופה - אום 6:00 איז מען געגאנגען צו די חופה, עס האט געהערשט א גרויס התעוררות ביים חופה, מען האט געזונגען ווארימע ניגונים, און ווער עס האט געקוקט האט געקענט זען ווי יעדנ'ס ליפן האבן זיך געשאקלט, ווען דער ציבור האט אויסגענוצט די געלעגענהייט זיך אויסצובעטן אלעס גוטס.
מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער עלטער זיידע פונעם חתן כ"ק הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א. הרה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א זיידע פון חתן איז מכובד געווארן מיט כתובה ליינען, הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א און הר"ר יושע שמאיע שליט"א זיידעס פון די כלה זענען מכובד געווארן מיט א ברכה, הרה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מווייטצען זצ"ל זיידע פון חתן איז מכובד געווארן מיט א ברכה. נאך די חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן טאנץ, דאנקענדיג דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויסע חסדים.
סעודה - דערנאך איז מען אריין אין ביהמ"ד וואו מען האט זיך געוואשן צום סעודת החתונה, עס האט אונטערגעשפילט שיינע רואיגע חסידישע ניגונים, אן אפגעכאפטע טעיפ פון א "געהעריגע" חתונה, מיט א שיינע כאאר. פאר די נאנטע משפחה איז געווען צוגעגרייט חלה, פיש, סאלאטן, קוגל, און טשאלענט, מיט וואס דער עולם האט זיך מחיה געווען און געגעסן צו דער זעט.
שמחת חתן וכלה - אום 7:15 איז די חתן אריינגעקומען אין זאל, וינועו אמות הסיפים, עס האט געקנאקט דער טעיפ "עוד ישמע בערי יהודה", פונקט אדער נאך שענער ווי עס וואלט געווען "לייוו מוזיק". דער עולם האט זיך ארויסגעלאזט אין רינגען, אזש די ווענט האבן מיטגעטאנצט, די פנימ'ער פון די באטייליגטע האבן געשטראלט פאר שמחה, און די געפילן פון שמחה האבן זיך איבערגעגאסן אין אלע ביינער אז מען האט געשפרינגען אין די לופטן.
דער ריזיגער פילקעפיגער עולם וואס איז געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט האבן געהאלטן אין איין שטראמען צום בית המדרש וואס איז געווארן פולער און פולער, די טענץ האבן אנגעהאלט פאר אומגעפער צוויי שעה, זיך מיטצופרייען מיט'ן חתן און מיט'ן מחותן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס צענדליגער טויזטער אידן איבער די גאנצע וועלט דערקוויקן זיך טאג טעגליך מיט די שיעורים בריוון א.א.וו. און ווערן אויפגעלעבט און באקומען א פרישע חיות צו דינען דעם אייבערשטן. אזוי אויך מיטן מחותן הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, וואס איז גבאי אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב קרית יואל, וואס איז פקיע שמיה אינעם גאנצן אומגעגענט אז ווער עס דארף נאר התחזקות אדער אן אויער קען אייביג אריינקומען אינעם ביהמ"ד אויף 6 פרעמישלאן גאס, און ארויסגיין אנגעפילט מיט א נייע מוט און פרישקייט.
פילע רבנים און דיינים האבן זיך באטייליגט אין די שמחה, צווישן זיי הרה"ג רבי געצל בערקאוויטש שליט"א, דומ”ץ קרית יואל; הרה"ג רבי זלמן לייב פילאפ שליט"א, דומ”ץ סאטמאר ווימ"ס; הרה"ג רבי משה פריעדמאן שליט"א, דומ”ץ סאטמאר ב"פ; הרה"ג רבי יוסף טייטלבוים שליט"א, אב"ד נעפלימיץ; הרה"ג רבי יחזקאל טייטלבוים שליט"א, דומ”ץ סאטמאר ווימ"ס; הרה"ג רבי דוד דוב מייזליש שליט"א, אב"ד ווייטצן; און נאך פילע.
די מקורבים פונעם עלטער זיידע הגאון הגדול דער קארלסבורגער רב שליט"א האבן געזאגט אז מען האט שוין נישט געזען אזא שמחה אויסגעגאסן אויף פנים פונעם זיידן דער גרויסער גאון פאר גאר א לאנגע צייט, אזוי אויך האט דער קארלסבורגער רב שליט"א צוגערופן אינמיטן די חתונה זיין אייניקל דער מחותן דער ראש ישיבה שליט"א און אים געזאגט מיט א געוואלדיגע קורת רוח, "עס איז דא דא א שטארקע ריח פון קדושה".
ברכת המזון און מצוה טאנץ - אום 9:35 איז מען געגאנגען בענטשן. דער ראש ישיבה שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכת המזון.
די מצוה טאנץ איז צוגעגאנגען מיט'ן באקאנטן קורצן "יעמוד יעמוד" נוסח, וואס איז שוין היינט באקאנט. אלע באטייליגטע האבן שטארק הנאה געהאט אז זיי דארפן נישט אויסווארטן די לאנגווייליגע הספדים צערעמאניעס וואס קומט בכלל נישט אריין דא ביים חתונה אדער מצוה טאנץ.
מען האט אריינגעברענגט די ספעציעלע מחיצות צום מצוה טאנץ כנהוג בחצר קארלסבורג. צום ערשט האט דער מחותן דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין גרויסן זיידן כ"ק הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א צום מצוה טאנץ, וואס האט כמנהגו בקודש געטיילט דער מאכל "קינדל" פאר'ן גיין טאנצן. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין טאטן הגה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א. דערנאך האט דער שמש הר"ר העניך אינדיג שליט"א אויסגערופן די זיידעס פון די כלה הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א און הר"ר יושע שמאיע שליט"א צום טאנצן. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין שווער הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א. דערנאך האט דער זיידע פונעם חתן הגה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א אויסגערופן זיין זון דער ראש ישיבה שליט"א צו מצוה טאנץ. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין מחותן הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א דער טאטע פון די כלה צו מצוה טאנץ. דערנאך האבן די חתן כלה געטאנצן מצוה טאנץ. נאך די חתונה האט מען געזונגען די ניגונים "אין כאלוקינו" און "לקח און ברוינפן" כמנהג ווייטצען. אויף 10:50 איז די גאנצע חתונה געווען פארטיג, און אויף 11:00 איז דער גאנצער בית המדרש שוין אויפגערוימט און גרייט פאר'ן מארגענדיגען טאג פאר די בחורים צו קומען לערנען.
זאל דער אייבערשטער העלפן אז די מחותנים זאלן זען נאר שמחה און אידיש נחת ווייטער, און די פאר פאלק זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א הערליכע אידישע שטוב לתפארת אבותינו ורבותינו, און פון זיי זאל ארויסקומען הערליכע אידישע דורות וואס וועלן באלייכטן די וועלט.
עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה![/justify]

קרעדיט: גליון היכל הקודש
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

בייגעלייגט א פונקטליכע ליסטע מיט אלע הוצאות החתונה פונעם צד החתן
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ארויפגעלייגט א נאסע ליילך אויף גאנץ כלל ישראל אז מ'גנב'ט צו חתונה מאכן.

אויב וואלט די עד געווען אין ניו יארק טיימס וואלטן זיי געדארפט לייגן אן איבערבעטונג'ס דעקלעראציע און דער שרייבער וואלט געפלויגן צוליב'ן קעפל.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

600 דאלער פאר א סטראקעס בעקיטשע???

פארוואס האט די מחותנת'טע (וואס האט געבאקן די פילצאליגע קיפעלעך פאר משלוח מנות און די אויפרוף) עס נישט אויפגענייט ווי מ'האט געטון אמאל?
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

איסר האטלקי האט געשריבן:ארויפגעלייגט א נאסע ליילך אויף גאנץ כלל ישראל אז מ'גנב'ט צו חתונה מאכן.

אויב וואלט די עד געווען אין ניו יארק טיימס וואלטן זיי געדארפט לייגן אן איבערבעטונג'ס דעקלעראציע און דער שרייבער וואלט געפלויגן צוליב'ן קעפל.

ערעב איסר: די ערשטע משנה אין מסכת קידושין..האשה נקנית בשלש דרכים, וקונה את עצמה בשתי דרכים.
נקנית בכסף, בשטר, ובביאה.
בכסף, בית שמאי אומרים, בדינר ובשוה דינר.
ובית הלל אומרים, בפרוטה ובשוה פרוטה.
וכמה היא פרוטה, אחד משמונה באיסר האיטלקי.
גיי רעכן אויס וויפיל עס איז אין א היינטיגע מטבע ווערט
און די איבריגע $50.000 איז געבארגט - ביי א גרויסע פראצענט פון כלל ישראל
יא אז מען בארגט און מען ווייסט נישט פון ווי מען גייט עס באצאלן הייסט עס געגאנבעט !!!!!
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

איסר האטלקי האט געשריבן:600 דאלער פאר א סטראקעס בעקיטשע???

פארוואס האט די מחותנת'טע (וואס האט געבאקן די פילצאליגע קיפעלעך פאר משלוח מנות און די אויפרוף) עס נישט אויפגענייט ווי מ'האט געטון אמאל?


מן הסתם קען זי נישט
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך האלט זייער שטארק. אבער א חלק פון די נומבערס זענען אדער חב לאחריני אדיר סתם א סקעם.

געצאלט נאר 500 פאר א שדכן? סתם נישט שיין. דער שדכן ארבעט פאר דיר צענדליגע שעות וואס איז ער שולדיג אז דו מוזט ווייזען אז דו ביסט ביליג?

ביי די שבע ברכות שטייט למשל פיר דאלאר, אבער אפילו די 'שיינע נאכטמאל' קאסט מער פון דעם.

זייער שיין די קהילה העלפט קארן די חתונה, עס איז אבער נאכאלץ נישט בחינם... יא פאלשע בלומען אבער וויפיל קאסט דאס?

וכן הלאה

איך כאפ אויך נישט דער גימיק פון א 'טעיפ' מוזיק. יעדער טאג איז דא לעבידיגע מוזיק אין דער ישיבה און אויף קליפס וכו', מען קען נישט בעטן די בחורים וואס שפילן אלץ זאלן שפילן אויף א חתונה?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

לעיקוואד האט געשריבן:איך האלט זייער שטארק. אבער א חלק פון די נומבערס זענען אדער חב לאחריני אדיר סתם א סקעם.

געצאלט נאר 500 פאר א שדכן? סתם נישט שיין. דער שדכן ארבעט פאר דיר צענדליגע שעות וואס איז ער שולדיג אז דו מוזט ווייזען אז דו ביסט ביליג?

ביי די שבע ברכות שטייט למשל פיר דאלאר, אבער אפילו די 'שיינע נאכטמאל' קאסט מער פון דעם.

זייער שיין די קהילה העלפט קארן די חתונה, עס איז אבער נאכאלץ נישט בחינם... יא פאלשע בלומען אבער וויפיל קאסט דאס?

וכן הלאה

איך כאפ אויך נישט דער גימיק פון א 'טעיפ' מוזיק. יעדער טאג איז דא לעבידיגע מוזיק אין דער ישיבה און אויף קליפס וכו', מען קען נישט בעטן די בחורים וואס שפילן אלץ זאלן שפילן אויף א חתונה?


וויפיל שעה ארבעט די שדכן אין טאטאל, 15 שעה? נאכאלץ איבער 30 דאללאר פער שעה, זייער שיין.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

איך האב דיר געלייקט ווייל דער געדאנק פאר זיך איז מעכטיג און הלואי וועט זיך עס איינגעבן כאטשיק טיילווייז.

אבער גארנישט אין די וועלט טוהט ניט בארעכטיגן דאס מנוולות פון רעיפן 15-16 יעריגע קינדער, און דאס איז שוין גאלד אקעגן זיין רבי דער ארכי-מנוול שיק וואס האט רעגילמעסיג גערעיפט 13-14 יעריגע קינדער! נאר דא איז נישט יבניאל מיט ספרדישע פתאים ופתאיות און יואלי ווייסט גוט אז אויב ער וועט טוהן אזעלכע שטיק דא ווען ער גאנץ שנעל קענען זיין דער ראש המזמרים אין חד גדיא.

לגבי שדכנות, ווי שווער דארף מען דען ארבייטן צוצורעדן 15-16 יעריגע בעיביס צו שפילן טאטע מאמע?

איך האב אמאל געברענגט א קליפ וואס פארציילט ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען ביי שיק. ער פלעגט אליינס אויסטראכטן די שידוכים, און פלוצלינג פלעגט קומען א פאקס אז ער הייסט יונגל פלוני זאל א חתן ווערן מיט מיידל פלונית. מען האט נישט געפרעגט די עלטערן און אוודאי נישט די בעיביס אליינס און ווער אס האט נישט תיכף מסכים געווען האט מען מנדה געווען און אפילו פיזיש גערודפט און געפיינגט יונגע מיידלעך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום סדרן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סיבה: אראפגענומען קללה
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שושן פורים, איך מיין ביסט נישט גערעכט. א שדכן'ס ארבעט איז די ארבעט פון א געווענליכע ארבעטער, די קאפ/קאפווייטאג און ענערגיע איז מער ענליך צו די דזשאב פון א CEO, עס קומט איהם א שענערע געהאלט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מ'קען חתונה מאכן אן בארגן און אן גנב'ען!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ׳האט שוין ערגעץ אנדערש געשריבען. א ביהמ"ד איז פאר לערנען און-ליין דאווענען. נישט צו מאכען חתונות. אזי דו ווילסט צוריק גיין צום אלטען, מאך עס אין שטוב, ביי א פרייטאג צו נאכט סעודה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

ברסלבער האט געשריבן:בייגעלייגט א פונקטליכע ליסטע מיט אלע הוצאות החתונה פונעם צד החתן

רבינו תם תפלין - באקומכען ביים בר מצוה.

און וואס איז מיט די רעגלמעסיגע המון-עם, נישט ברסלב'ע וואס קויפן ר"ת תפלין ערשט ביים חתונה?
נאך בערך מינומים צוויי אלפים
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ריכטיג האט געשריבן:שושן פורים, איך מיין ביסט נישט גערעכט. א שדכן'ס ארבעט איז די ארבעט פון א געווענליכע ארבעטער, די קאפ/קאפווייטאג און ענערגיע איז מער ענליך צו די דזשאב פון א CEO, עס קומט איהם א שענערע געהאלט.

דער עיקר אז דער שדכן דארף מאכן זיין פרייז נישט דער מחותן... ער מעג בעטן וויפיל ער וויל.. נאר עס איז פראבלאמאטיש ווייל על פי רוב פארהאנדלט מען נישט די פרייז פאר דעם.
דער עיקר איז מען דארף רעכענען די אלע שעות פון שידוכים וואס געלונגען נישט. אנדערש קען קיינער זיין א שדכן. אפילו א מוצלח'דיגע פול טיים שדכן מיט משונה'דיגע מזל קען נישט מאכן מער פון צוויי-דריי שידוכים א חודש. מילא דארף דאס אויסקומען צו א נארמאלער פרנסה, און פינף הונדרעט דאלאר הייסט נישט אז ער ארבעט פאר דרייסיג א שעה נאר פאר דריי דאלאר א שעה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

ס'וויכטיג צו באמערקן [כאטש וואס ס'שטייט אינעם ארטיקל, אבער נישט יעדער האט געדולד צו ליינען] אז די ליסטע איז בכלל נישט קיין חתונה פלאן, ס'איז נאר זיין אייגענע ליסטע וואס ער האט אלץ אויסגעגעבן, און ווי פארשטענליך איז עס נאר זיין צד וואס איז דער צד החתן. נאר יעדער קען ארויסנעמען דערפון איידיעס לויט זיין מצב/משפחה/קהלה וכדומה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שושן פורים האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:600 דאלער פאר א סטראקעס בעקיטשע???

פארוואס האט די מחותנת'טע (וואס האט געבאקן די פילצאליגע קיפעלעך פאר משלוח מנות און די אויפרוף) עס נישט אויפגענייט ווי מ'האט געטון אמאל?


מן הסתם קען זי נישט

טאמער זי קען נישט, זאל ער עס נישט טראגען ווילאנג זי לערנט זיך נישט אויס. אזוי ווי מעביל וואס מ'קויפט נאר ווען מ'קען עס ערלויבען.

די פשט דא איז פשוט. געוויסע מענטשן לעבען פון דעם אז זיי קענען מאכען שיינע שמחות, קויפען שיינע זאכען און ווייזען וואס זיי האבען. אנדערע דארפען דאס נישט. דא האט מען א דריטען וואס נאר ווייל ער קען בארעדען יענעם איז עס איהם גענוג זיך אנצוזעטיגען. אנשטאטס קויפען צירונג, בארעדט דער וואס קויפט עס. עס קאסט ווייניגער און עס איז איהם פונקט אזוי געשמאק. ביי די סטראקעס האט ער נישט געטראפען דער במקום, האט ער עס בלית ברירה געמוזט קויפען.

דא האב איך פאר דיר נייעס. איך מאך באלד ברמצוה, אן א זאל, אן אינוויטעישענס און אן א פאטאגראפיער. איך האב נישט געקויפט פאר זיך א נייעם שטריימל (צו א נייעם הוט) און נישט פאר די ווייב א נייעם שייטעל. אבער דאס האב איך מצליח געועון אן צו מאכען א טאראראם, אן נעמן קרעדיט און אטענטשען דערפאר. און איך בין נישט אליינס. איך קען אנדערע אזוי (נייעם הוט\שייטל ווייס איך נישט), און עס מיינט גארנישט צו זיי. מ'טוט עס נאטורליך און נארמאל. ווען יואלי וועט זיך אויסלערנען וואס מיינט נאטורליך און נארמאל, וועלען מענטשען איהם מעגליך נאכטון.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די פשט דא איז פשוט. געוויסע מענטשן לעבען פון דעם אז זיי קענען מאכען שיינע שמחות, קויפען שיינע זאכען און ווייזען וואס זיי האבען. אנדערע דארפען דאס נישט. דא האט מען א דריטען וואס נאר ווייל ער קען בארעדען יענעם איז עס איהם גענוג זיך אנצוזעטיגען. אנשטאטס קויפען צירונג, בארעדט דער וואס קויפט עס. עס קאסט ווייניגער און עס איז איהם פונקט אזוי געשמאק. ביי די סטראקעס האט ער נישט געטראפען דער במקום, האט ער עס בלית ברירה געמוזט קויפען.

דא האב איך פאר דיר נייעס. איך מאך באלד ברמצוה, אן א זאל, אן אינוויטעישענס און אן א פאטאגראפיער. איך האב נישט געקויפט פאר זיך א נייעם שטריימל (צו א נייעם הוט) און נישט פאר די ווייב א נייעם שייטעל. אבער דאס האב איך מצליח געועון אן צו מאכען א טאראראם, אן נעמן קרעדיט און אטענטשען דערפאר. און איך בין נישט אליינס. איך קען אנדערע אזוי (נייעם הוט\שייטל ווייס איך נישט), און עס מיינט גארנישט צו זיי. מ'טוט עס נאטורליך און נארמאל. ווען יואלי וועט זיך אויסלערנען וואס מיינט נאטורליך און נארמאל, וועלען מענטשען איהם מעגליך נאכטון.

געוויסע מענטשן לעבן פון דעם און אסאך אנדערע שטארבן דערפון. ס'זייער שיין צו זעהן ווי איר האט די זעלביגע קוראזש ווי ראבּיי רוטה אויף זייער א שטילע אופן. דאך אבער קומט פאר רוטה פיל מער קרעדיט ווי פאר אייך דוקה פארדעם וואס ער מאכט יא א טאראראם. אזוי ערמעגליכט ער אז ס'זאל ווערן מער אנגענומען און איינגעריסן אלס נארמאל. ווען ס'קומט צו א שמחה איז דא מער ווי איין פערזאן ביים טיש און ס'איז כמעט אויסגעשלאסן די ברירה פון קענען מאכן א מינימאל קאסט איווענט. ס'דא א מאן, ווייב, חתן, כלה, בר מצוה בחור.... די סוחרים וואס פארקויפן אונז איבער גע'פּרייס'טע שטריימליך, מעבל, שמארגעס באורדס..... האבן אריינגעלייגט שווערע געלטער אין מארקעטינג מיט א טאראראם אז די אבנארמאלע הוצאות זאלן הייסן נישט נאר 'נארמאל' נאר נאר ס'זאל נאך זיין נעסעסערי אויך!
דאס צו קענען מבטל זיין פעלט זיך אויס א 'ריזיגע טאראראם' וואס זאל שפייען פעך קעגן זייער מארקעטינג טאראראם און אינוועסטמענטס. און ראבּיי רוטה ערפילט די פארלאנג! יחי רוטה!
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

איינער שרייבט אויף טוויטער אז דער יואלי איז אזא מוצלח, נישט נאר וואס ער האט זיך געשפארט טויזנטערס אויפן חתונה מאכן, נאר אפילו די אטענשען און בילדער אויף וואס רעבישע אייניקלעך צאלן אלפים ורבבות פאר ברייטע דעקונגען נאך די חתונה, האט ער אויך באקומען בחינם....
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

און אויף עברית: החתונה הצנועה הכי לא צנועה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

ער איז סתם א שקרן...

אנדערע גאנבענען אנדערע זמנים, נישט דוקא לכבוד חתונה מאכען.


דער עיקר אביסעל פרסום...


אבער די אלע רבי'ס זענען מפורסמים של שקר, אבער ער מיט זיין רבי זענען ריין אמת....


יע יע
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

לעיקוואד האט געשריבן:איך האלט זייער שטארק. אבער א חלק פון די נומבערס זענען אדער חב לאחריני אדיר סתם א סקעם.

געצאלט נאר 500 פאר א שדכן? סתם נישט שיין. דער שדכן ארבעט פאר דיר צענדליגע שעות וואס איז ער שולדיג אז דו מוזט ווייזען אז דו ביסט ביליג?

ביי די שבע ברכות שטייט למשל פיר דאלאר, אבער אפילו די 'שיינע נאכטמאל' קאסט מער פון דעם.

זייער שיין די קהילה העלפט קארן די חתונה, עס איז אבער נאכאלץ נישט בחינם... יא פאלשע בלומען אבער וויפיל קאסט דאס?

וכן הלאה

איך כאפ אויך נישט דער גימיק פון א 'טעיפ' מוזיק. יעדער טאג איז דא לעבידיגע מוזיק אין דער ישיבה און אויף קליפס וכו', מען קען נישט בעטן די בחורים וואס שפילן אלץ זאלן שפילן אויף א חתונה?


אין אנהויב האב איך אויך געnitpicked פארוואס אזוי פארוואס אזי, ביז איך האב איינגעזעהן אז אדער האב איך אים סתם פייינט, אדער בין איך גאר מקנא.
זיין פוינט איז אז מקען עס מאכן פאר ביליג. צו ער וואלט געקענט צאלן מער אדער ווייניגער פאר יעדע אייטעם אויפן ליסטע איז נישט די עיקר.

למעשה האט עס מיר טאקע געמאכט טראכטן וואס איך וואלט געקענט שניידן אין אזא פאל.
.I got voices in my head.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: מ'קען חתונה מאכן אן בארגן און אן גנב'ען!

שליחה דורך נעגעל וואסער »

כל הכבוד פארן ראש ישיבה, לאמיר האפן עס וועט אויפטוען ביי אנדערע קרייזן אויך. די וועלט דארף אפאר עקסטרעמע חברה וואס זאלן פירן דאס רעדל צום מיטל וועג.
כל הכבוד @ברסלבר פארן צוריק קומען אַהער, יהא בואך לברכה.

לכתחילה האב איך זיך שטארק געוואונדערט אויף מוהרא"ש פארוואס האט ער געהאלטן אז א חתן מדריך זאך ארבעטן אהנע געלט, פאר בחנם באקומט מען דאך כינם. נאר וואזשע דען, אז מ'האט אזאנא תלמידים ווי אונזער מדריך @ברסלבר קען מען זיין פארזיכערט אז זיי וועלן דעליווערן א גוטן דזשאב...
און ווי מען זעהט טאקע אז די חתן איז שוין געווען אנגעווארעמט ביי די קבלת פנים...
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

די אמת איז אז חתונה מאכן אין בית מדרש פאר ר'יואל איז נישט קיין גרויסע זאך פלענטי רבנים מאכן חתונה און בית מדרש סאטמער באבוב פאפא ועוד...
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אויב זאלען עמך אידן טוהן דער מהלך פין ר' יואלי, וואלט עס געקאסט לכל הפחות 15000 א זייט.

למשל איך פארמאג נישט א בעסמעדרעש ראוי פאר חתונות, דינג איך א זאל, איז אױב וויל איך נישט אריין פאלען אין דער נעץ פין די מינימום קאפעלס וואס זיי רעכענען לערך די ביליגסטע 12 אלפים א זייט פאר די זאל אליין, (אין ווילי איז דא א ביליגערע זאל, אויך די נייע תורה ויראה גייט זיין דאכט זיך 6000 א זייט). און איך דינג א שבע ברכות זאל, ווי צ.ב.ש. אנשי ספרד, צוויי זאלען פאר מענער און פרויען, פלאס עסען און די גאנצע משוגעת איז די מינימום 12000, דערנאך איז דא קליידונג, און א דירה, אפילו לויט זיינע חשבונות, צומאל דארף מען צאלן אפאר חדשים, און שייטלען, און מעיקאפ (פרויען דארפען אויסזעהן שיין, אז נישט קען מען גיין ווערען א פרוש מיט אלע נואפים), און עס קען נישט זיין קיין סאך ביליגער.

ווי אויך, דער וואס מאכט דער מוזיק, איך האב נישט א בחור וואס זאל עס טוהן, וואלט איך ממילא געברויכט באצאלן איינער זאל עס טוהן, און וויפיל ביליגער קען עס שוין זיין?

און בילדער, מען ברויך בילדער צו געדענקען דער חתונה, און ווייסט נישט טרעפען איינער וואס זאל כאפען די בילדער פאר ווייניגער ווי 500.

א חתונה איז סוף כל סוף א וויכטיגע מאורע, דורך גיין עקסטרעם העלפט עס נישט אונז נארמאלע מענטשן. איינער וואלט געברויכט ווייזן דער וועג אויף א דרך הממוצע, וואס איז שייך צו טוהן פאר אונז נארמאלע (אקעי, משוגעים מיט א שווארצע צייכען, ווער דער פ' קערט) מענטשן. נישט א עקסטרעם וואס קיינער קען נישט נאכטאן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשפארט