"מיין לעבן" קאמפיין - קאווע שטיבל טיעם
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
"מיין לעבן" קאמפיין - קאווע שטיבל טיעם
[justify]מיר זאגן ביים דאווענען יעדן טאג "מלך מהולל בתשבחות", דער אייבערשטער איז געלויבט מיט לויבונגען. נו מיט וואס דען זאל מען אים לויבן אויב נישט מיט לויבונגען? האב איך געהערט אמאל א שיינעם פשט אויף דעם מיט א משל צו א קעניג וואס ביי זיין געבורטס טאג האט יעדער גערעדט איבער זיין גרויסקייט און אים זייער אויסגעלויבט, יעדער אויף זיין אייגנארטיגן אופן, ביז איינער האט זיך אויפגעשטעלט אים אויסצולויבן און ער האט ארויסגעברענגט אז דער קעניג האט אביסל א קרומע נאז... האט מען אים געוואלט הרג'ענען פאר'ן פארשעמען דעם קעניג, האט ער אבער גע'טענה'ט אז ער האט געלויבט דעם קעניג נאך מער פון יעדן איינעם, ווייל יעדער האט אויסגערעכנט נאר איינס אדער עטליכע זאכן מיט וואס דער קעניג איז געלויבט, יעדער האט נאר גערעדט פון געציילטע מעלות פונעם קעניג, אבער מיט די איין חסרון וואס ער האט אויסגערעכנט, אז דער קעניג האט אביסל א קרומע נאז, מיט דעם האט ער קלאר געשטעלט אז טאקע נאר דאס איז די איינציגסטע פעלער וואס דער קעניג פארמאגט, אלעס אויסער דעם איז נאר מעלות.
קומט אויס אז א בשר ודם קען מען יא לויבן מיט'ן אויסרעכענען זיינע חסרונות, דערפאר זאגט מען "מלך מהולל בתשבחות", דער אייבערשטער איז דער איינציגסטער וועמען מ'קען לויבן טאקע נאר מיט לויבונגען, ווייל ביי אים קען מען נישט טרעפן אפילו נאר איין חסרון.
אלס חסיד און תלמיד פון ר' יואל ראטה שליט"א, פלעגט מיר אמאל זייער שטערן ווען כ'האב געהערט מענטשן רעדן קעגן אים, ווען מ'איז געקומען מיט טענות קעגן דאס און יענץ, פארוואס ער רעדט אזוי, פארוואס ער טוט אזוי. מיט די צייט האב איך זיך אבער געזען אז קיינער מיינט בכלל נישט קיין שלעכטס, דאס איז נאר אזא סארט וועג ווי אזוי אים אויסצולויבן אויף זיינע געוואלדיגע מעשים וואס ער טוט און העלפט אידישע קינדער טאג איין טאג אויס אויף אזויפיל סארט וועגן, אין אזויפיל אספעקטן. מיט'ן אויסרעכענען זיינע חסרונות, ברענגט מען גאר שטארק ארויס זיינע פילע מעלות, וואס וועגן היבש אראפ דעם וואגשאל אויף די גוטע זייט.
די וועלט זאגט, "אז דו קענסט נישט נעמען קריטיק, זאלסטו גארנישט טון", א איד וואס זיצט אין די זייט, סיי אן ערליכער איד אן עובד ה' וואס דינט דעם אייבערשטן מיט מסירות נפש, און סיי א פראסטער איד וואס פירט זיך נישט אזוי אויף ווי עס דארף צו זיין, און אלע אינדערצווישן, וועט מען געווענליך נישט צופיל רעדן אויף זיי, זיי שטארן נישט ארויס גענוג אז מ'זאל האבן פון וואס צו רעדן. ווען עס קומט אבער א מענטש וואס הויבט אן טון למעשה, ער פרובירט - אויף זיין וועג לויט זיין שכל - צו טון גוטע זאכן, צו העלפן מענטשן, וועט אלעמאל ארויסוואקסן א בארג מיט קריטיק אויף יענעם, "אז ער טוט שוין יא, פארוואס זאל ער נישט ענדערש טון אזוי", "ער טוט טאקע זייער גוט, אבער דאס און יענץ וואלט ער געדארפט טון אנדערש", יעדער האט א ים מיט עצות און געדאנקען פאר יענעם ווי אזוי ער וואלט געדארפט צו טון, און די צייט וואס דער רעדנער האלט נישט ביים אריינלייגן א פינגער אין קאלט וואסער צו טון עפעס פאר א צווייטן.
איך בין נישט קיין פסיכיאלאג, איך קען נישט אריינקריכן אין מוחות פון מענטשן, און אפילו ווען יא וואלט מיר נישט געווען געשמאק זיך צו דרייען אין יענעמ'ס מחשבות, און יעדער מח איז אנדערש אויסגעשטעלט און טראכט אויף אנדערע וועגן, אבער מיר קוקט אויס אז דאס איז עפעס אזא סארט וועגן פון אויסלויבן. נישט יעדן פאסט צו זאגן פשוט און גראד א יישר כח פאר אן עסקן וואס געבט זיך אוועק צו העלפן אנדערע, נישט יעדער קען זיך ערלויבן זיך דאנקען א צווייטן אן קיין תנאים, ווייל דער מענטש שפירט אז אויב יא וועט ער האבן אן התחייבות צו יענעם, עפעס א סארט ביטול צו יענעם, און ס'וועט אפשר אויפברענגען טענות אויף אים אליין "פארוואס טו איך נישט דאס וואס יענער טוט", און דער רעזולטאט דערפון איז אז די לויב-ווערטער קומען ארויס פון מויל אויף אזא אופן ווי ס'זעט גאר אויס ווי טענות אויף יענעם, אבער אין אמת'ן איז דאס טאקע פשוט א לויב און דאנק אויף יענעמ'ס מעשים טובים.
בכל אופן בין איך שוין צו ווייט און טיף פארקראכן דא, לאמיר אלזא צוקומען צו אונזער סוגיא. ר' יואל ראטה שליט"א האט שוין מחזק געווען און געהאלפן פילע טויזנטער אידישע קינדער איבער דער גארער וועלט מיט פילע עצות און חיזוק אין אלע אספעקטן אין לעבן, פילע אידן זענען געהאלפן געווארן דורך זיינע דרשות און שיעורים, מיט שלום בית, חינוך, פרנסה, בין אדם לחברו, בין אדם למקום, און פיל מער, און טייל האט ער ממש געראטעוועט דאס לעבן, מיט'ן פשוט'ן אפטייטש פון ווארט.
פילע אידן קענען עדות זאגן איבער די פילע שוועריקייטן און צרות וואס זיי דורכגעגאנגען אין לעבן, פיזיש און גייסטיש, רוחניות און גשמיות, ביז זיי האבן זיך איין טאג אנגעשטויסן אין די חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א און דאס האט זיי ממש געראטעוועט דאס לעבן. אסאך ווייסן פון קרובים און באקאנטע וועלכע האבן געטוישט זייער לעבנס שטייגער צום גוטן א דאנק די שיעורים, כאטש וואס טייל שעמען זיך צו זאגן אז דאס איז געווען וואס האט זיי געברענגט זייער ישועה אין לעבן.
דער ראש ישיבה אליין ברויך נישט קיין געלט פאר זיך, ער בעט נישט קיין געלט פאר זיך, ער קען חתונה מאכן פאר זיבן טויזנט דאלער [אנדערע זאגן אז די ליסטע איז נישט פונקטליך און ס'קומט צו נאך עטליכע טויזנט], און ער האט נישט געדארפט שנארן פון קיינעם קיין געלט פאר די חתונה. ער לעבט א פשוטע לעבן ווי א פשוטער איד, גאר ווייט פון פילע אנדערע אין זיין ראנג. ווען עס קומט אבער צו זיינע מוסדות התורה, קען ער נישט זיך אליין אן עצה געבן, אויף א טעגליכן און חודש'ליכן פארנעם פרובירט מען דאס בעסטע, יעצט אבער ווען מ'דארף קויפן א נייעם בנין צו קענען פלאצירן די מיידל שולע אויף א נארמאלן ארט, ברויך מען דרינגנד שאפן א מיליאן דאלער דערפאר, און דערפאר שטרעקט ער אויס די האנט צו אידישע קינדער וואס האבן א געפיל פאר דעם פלאץ.
אפילו די אידן וואס פאר זיי און פאר זייערע קינדער פעלט טאקע נישט אויס די מוסדות ברסלב, עס פעלט זיי בכלל נישט אויס די חיזוק פונעם ראש ישיבה, עס גייט זיי ב"ה גוט אין לעבן און האבן ב"ה גוטע פלעצער וואו זיך צו ווארעמען און שעפן חיזוק, פון דעסט וועגן איז דאך אבער יא דא פילע אנדערע אידן וואס האבן יא הנאה און ווערן געהאלפן דורך דעם פלאץ, און דעריבער שפירן זיי פאר א זכי' צוצולייגן א פלייצע און ארויסהעלפן די הייליגע אקטיוויטעטן, וויסענדיג אז מיט דעם וואס זיי העלפן ארויס די מוסדות, העלפן זיי מיט דעם פילע טויזנטער אידן איבער די גאנצע וועלט.
איך האב געעפנט א ספעציעלן טיעם פאר די קאווע שטיבל מיטגלידער, כאיש אחד בלב אחד וועלן מיר טון אלעס אין לעבן צו העלפן די וואס געבן פאר אנדערע לעבן. דאס מאל איז נישטא קיין מעטשינג, וויפיל איר געבט אזויפיל וועלן זיי באקומען, און אויב ווילט איר אייער נדבה זאל געטאפלט ווערן מוזט איר אליין געבן טאפלט...
דער קאמפיין גייט אן אפיציעל דעם דינסטאג מיטוואך און דאנערשטאג בהעלותך, אבער מ'קען שוין פון יעצט אנהויבן אריינשיקן די נדבות.
זאלן די גרויסע זכותים אונז ביישטיין, געהאלפן צו ווערן בכל משאלות לבינו לטובה, מיט געזונט און פרנסה בריווח, צו זען נחת ביי די קינדער, מיט אלע גוטע זאכן ברוחניות ובגשמיות.
תזכו למצות
https://www.charidy.com/Breslev/1099
אדער קען מען געבן אויפ'ן טעלעפאן 929-624-6677 [צו געבן פאר'ן קאווע שטיבל טיעם, דרוקט אריין די טיעם איי.די. 1099]
נ.ב. דער אשכול איז געווידמעט פאר'ן קאמפיין. די אלע וואס די מוסדות איז זיי נישט צום הארצן זאלן ביטע אויסדרוקן זייער שארפסטע מחאות דורכ'ן נישט עפענען דעם אשכול. איבער די חתונות און אנדערע אנגעלעגנהייטן איז שוין פארהאן אנדערע אשכולות.
א דאנק פאר אייער פארשטענדעניש.[/justify]

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
איך בין נישט באקאנט מיט די טעקניקל דיטעילס, אבער איך פארשטיי אז ס'קיינמאל נישט ארומגעפארן קיין ליסטעס מיט קרעדיט קארד נומערן, אויב עפעס נאר נעמען און ציפערן וויפיל מ'האט געגעבן. אז מ'לייגט אריין א ניק, וועט קיינער נישט וויסן ווער דאס איז.
יישר כח [tag]שושן פורים[/tag] פאר דיין נדבה פון ח"י דאלער, האסט אבער צוגעשריבן א שווערע בקשה... ממנו ילמדו וכן יעשו.
יישר כח [tag]שושן פורים[/tag] פאר דיין נדבה פון ח"י דאלער, האסט אבער צוגעשריבן א שווערע בקשה... ממנו ילמדו וכן יעשו.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
בת קול האט געשריבן:לויט ווי איך געדענקט קענען די וואס פירן אן דעם קאמפיין קענען זעהן וועלכע ניק מען האט געלייגט צום קרעדירט קארד נאמען.
סזענען שוין ארום געפארן די ליסטעס נאך אזעלכע קאמפיינען.
זייענדיג אינוואלווד לעצטנס אין א טשארידי קאמפיין האב איך געהאט עקסעס צו די אינסייד פעידזש, די קאמפיין זעהט די פאלגענדע אינפארמאציע, דיין נאמען פאר די רעסיט, דיין אימעיל, און טעלעפאון נומער, כגעדענק נישט אויב די בילינג אינפארמאציע אויכעט.
מען קען אלעס אריינשרייבן פאלטש, חוץ די קרעדיט קארד נומער.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
ברסלבער האט געשריבן:איך בין נישט באקאנט מיט די טעקניקל דיטעילס, אבער איך פארשטיי אז ס'קיינמאל נישט ארומגעפארן קיין ליסטעס מיט קרעדיט קארד נומערן, אויב עפעס נאר נעמען און ציפערן וויפיל מ'האט געגעבן. אז מ'לייגט אריין א ניק, וועט קיינער נישט וויסן ווער דאס איז.
יישר כח [tag]שושן פורים[/tag] פאר דיין נדבה פון ח"י דאלער, האסט אבער צוגעשריבן א שווערע בקשה... ממנו ילמדו וכן יעשו.
ווייסט דען ווי שווער עס איז פאר מיר צו געבן 18 טאלער? ונתנו גייט אהין און צוריק
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
ברסלבער האט געשריבן: אדער קען מען געבן אויפ'ן טעלעפאן 929-624-6677 [צו געבן פאר'ן קאווע שטיבל טיעם, דרוקט אריין די טיעם איי.די. 1099]
טעות לעולם חוזר, די טיעם איי די צו געבן אויפ'ן טעלעפאן איז: 117071
ביים געבן דורכ'ן טעלעפאן דארף מען געבן נאר די קרעדיט קארד, דארט קען מען זיכער בלייבן אנאנים, עס קומט ארויף ביים קאמפעין אלס "פאון דאנעישאן".
אפדעיט
קאמפיין: $12,504
קאווע שטיבל טיעם: $118
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ברסלבער האט געשריבן:אז דער עולם וועט זיך אנרופן מיט שיינע סכומים, וועל איך פרובירן זיך אנצורופן מיט שיינע ארטיקלען.
ברסלבר: איך האלט שטארק פון דעם פסוק..."ואני בצדק"...אחזה פניך...! ר"ת. ווייל איך נאר איד, ביז צו די קעשענע. איך בין א שטארקער חסיד פון ר' יואל ראטה שליט"א. ביז געלט. איך בין פון די מענטשן אויף וועם ס'שטייט אין פרקי אבות..."יתנו אחרים, ולא הוא"...! א יעדער זאלל געבן געזונטערהייט. און איך וועלל שטיין אין די זייט און צו קוקן...!
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
נאך א מיינונג האט געשריבן:לדעתי איז די אשכול א חוצפה און א סכנה פאר אונזער שטיבעל. מען קען נישט נוצן די ציבור פאר פערזענליכע צרכים. יעדער האט מוסדות און יעדער האט טשארידי קאמפיינס לרוב, און פאר דעם האט מען געמאכט פעיסבוק און וואטסעפפ.
דאס איז א פובליק פורום, נישט קיין פריוואטע מקוה פון קיינעם.
מנהלים ביטע פארשפארן די אשכול
א מין רשעות, עס שטערט דיר אז איינער גייט דא נאך געלט? אז דו ווילסט קענסטו לייגן דיין קמפיין אויך.
כהאב תורם געווען $18 לכבוד ידידינו ר ברסלבער און לכבוד זיין רבין וואס זענען מחזק פיל אידן און גיבן פאר פיל אנדערע וואס צו שמועסען/אויף וועם זיך צו רעגן.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
אפדעיט
קאמפיין: $67,173
קאווע שטיבל טיעם: $316
מורי ורבותי, רופט אייך אן ווארעם, העלפט ארויס א איד ער זאל קענען העלפן אזויפיל אנדערע מענטשן.
קאמפיין: $67,173
קאווע שטיבל טיעם: $316
מורי ורבותי, רופט אייך אן ווארעם, העלפט ארויס א איד ער זאל קענען העלפן אזויפיל אנדערע מענטשן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
קאצקע ציקער האט געשריבן:
ביסט טאקע זייער זיס אבער איך האף אז דו זעהסט די חילוק דארט איז ברסלבער א שר העשר קיינער קען עים נישט . דא איז ער פון די באליבסטע שרייבער א חבר ותיק מיט איבער צוויי טויזענט תגובות
פאר א סבה איז ער געבליבן דארט א שר האסור...
געווען א מערכה וועגן אים א ער איז די זעלבע ברסלב'ער וואס שרייבט אויך אויף די טריפה'נע קאווע שטיבל.. און ווילאנג ער שרייבט דא, טאר מען ח"ו נישט ליינען זיינע תגובות אויף אייוועלט..