דא אין שטיבל זענען פארהאנען פארשידענע מענטשן אין פארשידענע יארגאנגן. פארשידענע איבערלעבענישן זענען אונז אלע אריבער, און אנדערע קענען זיך אפלערנען דערפון. אז מ׳וועט דא מיטטיילען, וועט זיין א תועלת.
א. געלט קען נישט זיין די איינציגסטע סבה.
יא, מ׳דארף לעבן און מאכען א לעבן. טאמער אבער איז געלט די איינציגסטע סבה אריין צו גיין אין א ביזנעס קען מען שנעל ווערן אנטוישט. און אפילו אז מ׳מאכט געלט, בלייבט א לאך אין הארץ וואס מאכט פראבלעמן. ווען געלט איז די איינציגסטער טרייב, קען מען לייכט קאראפטירט ווערן.
זוך עפעס אין וואס דו האסט א געשמאק. איינער וואס האט ליעב די אדרענאלין פון קלאוזאוטס, זיך מיטהאלטן מיט די טריקס אוו די טרעיד וכדו׳, גיי אריין דערין. האסט א חוש אין צוזאם שטעלן דיעלס, טו דאס. אבער סתם פליפען בילדינגס ווייל מ׳האפט צו זען מיליאנען מאכט אסאך פראבלעמן.
ב. דיין גרעסטע אסעט איז דיין צייט.
אז מ׳קויפט עפעס פאר א דאללאר און מ׳פארקויפט עס פאר פינף, וויפיהל האסטו געמאכט? אז דו זאגסט פיהר דאללאר, וועסטו זיך אייביג וואונדערן פארוואס די חודש ציט זיך אזוי לאנג נאך דעם וואס די געלט איז שוין נאר א זכר. די צייט וואס דו לייגסט אריין האט אויך א ווערט. און נישט נאר דעם, נאר די גרעסטע ווערט וואס איז דא. הן לגבי מאכען געלט, הן אין פערזענליכע לעבן. האלט קאפ וואו די צייט גייט.
ג. דיין טאלאנט איז נאר איין חלק דערפון.
לאמיר זאגען דו קענסט זינגען. פיין, דאס קען ברענגן א שטיקל פרנסה. אבער זינגן איז נישט די גאנצע זאך דארט. געדענק אז מ׳דארף טרעפן קאסטומערס, אפמאכען מיט זיי, קויפען געצייג, פאררעכטען געצייג, מאנען דאס געלט ועוד. גיי נישט אין ביזנעס איידער חלקים זענען געדעקט. דאס גילט ביים שרייבען ארבעט אדער סיי וועלכע סערוויס. דאס וועט אויך קאסטן צייט, א סאשעל ווארקער׳ס אדער א פסייקאלאדזשיסט׳ס שעה איז 45 מינוטן פאר א סבה.
ד. וואס מ׳קען טון היינט, איז שוין חמץ מארגען.
דאס אפשטופען זאכען אן א סבה איז די אורזאך פאר טויזענטער פראבלעמן. טאמער עס קען געטון ווערן היינט, איז דאס שוין א פירכא אויף די טענה ׳מ׳ עס מארגען טון׳.
ה. טון א גוטע דזשאב איז בעסער ווי אסאך דזשאבס.
עס פאסירט אז מענטשן האבען מורא צו זאגען ניין צו א דזשאב, ווייל זיי טראכטן אז דאס איז ארויס געווארפענע געלט. וויבאלד צייט איז דיין אסעט, מאך זיכער אז עס איז נישט ארויס געווארפענע צייט.
גענוג פאר יעצט, ביטע צולייגען
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
וואס מיין ערפארונג האט מיר אויסגעלערנט - ביזנעס
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
וואס מיין ערפארונג האט מיר אויסגעלערנט - ביזנעס
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: וואס מיין ערפארונג האט מיר אויסגעלערנט - ביזנעס
אמת ויציב א יעדעס איינציגע ווארט!
דו לאזט כמעט גארנישט איבער וואס צוצולייגן.
דו לאזט כמעט גארנישט איבער וואס צוצולייגן.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
א. איז א זאך וואס מ'הערט כסדר און ס'זאגט זיך גרינג. די פראבלעם איז אבער אז מאכן געלט איז כמעט קיינמאל נישט קיין פאן (fun בלע''ז). אזויווי איר ברענגט ארויס אין אות ג. דעריבער איז אויך נישט שלעכט נאכצולויפן די דאלער אבער דאך האלטן פרינציפן נישט צו ווערן קארופטירט. ס'איז א גרויסע מרחק ציווישן טוהן זאכן וואס איז אומבאקוועם אדער טוהן זאכן וואס זענען אומיושרדיג. אז איינער איז טאלאנטפול אין מוזיק, דארף ער אויך וויסן ווען אראפצולייגן א פיס. ער וועט אויך דארפן באגיין מיט אומבאקוועמליכקייטן ווי מפשר זיין ציווישן טאטע און זוהן וועלכע ניגונים יא אדער נישט זינגען ביי די חתונה און אזוי ווייטער.... מ'קען כמעט נישט קאפיטאליזירן נאר אויף טאלאנט ס'מוז מיט קומען מיט אנדערע טעסקס וואס זענען נישט אייביג באגניגענד.
איך וואלט צוגעלייגט אז מ'זאל קיינמאל נישט נעמען קיין ארבעט אן זיין זיכער אז מ'ווערט באצאלט. ס'דארף זיין אפען אויסגעשמועסט און פארזיכערט וויפיל, ווען, און וויאזוי. און קיינמאל נישט טוהן סיי וועלכע ארבעט מיטן איינרעדעניש אז ווען מ'ענדיגט וועט מען שוין ווערן באצאלט...... אויב ביסטו נישט זיכער שטיי אוועק פון די דזשאב.
איך וואלט צוגעלייגט אז מ'זאל קיינמאל נישט נעמען קיין ארבעט אן זיין זיכער אז מ'ווערט באצאלט. ס'דארף זיין אפען אויסגעשמועסט און פארזיכערט וויפיל, ווען, און וויאזוי. און קיינמאל נישט טוהן סיי וועלכע ארבעט מיטן איינרעדעניש אז ווען מ'ענדיגט וועט מען שוין ווערן באצאלט...... אויב ביסטו נישט זיכער שטיי אוועק פון די דזשאב.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: וואס מיין ערפארונג האט מיר אויסגעלערנט - ביזנעס
ו. האלט חשבון די פרייז וואס דו צאלסט און באקומסט.
עס קען זיך מאכען אז מ׳טאנצט אריין אין א דזשאב, און ערשט שפעטער כאפט מען אז עס איז שווערער\טייערער\מער צייט ווי מ׳האט געמיינט. האלט חשבון די מעגליכקייט פון אנהייב. וועסט אפשר פארלירען געוויסע דזשאבס, אבער פארדינען עגמות נפש.
ז. טענה זיך פון פאראויס, אנשטאטס שפעטער.
ביים באשטעלן די ארבעט אדער אבדזשעקט, זאלסטו אלס אפמאכען און אויסשמועסן. עס איז מעגליך אביסל אומבאקוועם, אבער עס פארשפארט אסאך צרות שפעטער, ווי יעדער איינער מיינט אז ער איז גערעכט און ער מאכט אומדנות וכדו׳.
ח. ווארף נישט קיין גוטע געלט נאך שלעכט.
עס גייט נישט בעסער ווערן. טאמער יענער איז א קריך אין אנהייב, גייט ער נישט ווערען נארמאלער. אז עס איז דיר נאכאלס ווערט די צרות פאר די געלט, גיי ווייטער. אבער דמיון נישט אז עפעס גייט זיך טוישען פון זיך אליינס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
עס קען זיך מאכען אז מ׳טאנצט אריין אין א דזשאב, און ערשט שפעטער כאפט מען אז עס איז שווערער\טייערער\מער צייט ווי מ׳האט געמיינט. האלט חשבון די מעגליכקייט פון אנהייב. וועסט אפשר פארלירען געוויסע דזשאבס, אבער פארדינען עגמות נפש.
ז. טענה זיך פון פאראויס, אנשטאטס שפעטער.
ביים באשטעלן די ארבעט אדער אבדזשעקט, זאלסטו אלס אפמאכען און אויסשמועסן. עס איז מעגליך אביסל אומבאקוועם, אבער עס פארשפארט אסאך צרות שפעטער, ווי יעדער איינער מיינט אז ער איז גערעכט און ער מאכט אומדנות וכדו׳.
ח. ווארף נישט קיין גוטע געלט נאך שלעכט.
עס גייט נישט בעסער ווערן. טאמער יענער איז א קריך אין אנהייב, גייט ער נישט ווערען נארמאלער. אז עס איז דיר נאכאלס ווערט די צרות פאר די געלט, גיי ווייטער. אבער דמיון נישט אז עפעס גייט זיך טוישען פון זיך אליינס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: וואס מיין ערפארונג האט מיר אויסגעלערנט - ביזנעס
ט. ארגאניזיר זיך ווען דו ביסט נאך קליין.
מ׳טרעפט אמאל א מענטש וואס איז צען יאר אין ביזנעס, און אלס ביי איהם איז א באלאגאן און ער מוז געדענקן אין קאפ אלס וואס ער האט טוט, און איז שולדיג. דעמאלס איז שוין זייער שווער זיך צו ארגאניזירן. דיין פיילס אויפ׳ן קאמפיוטער זאלען נישט זיין געוואנדען אויף דיין זכרון, און האלט נישט די זעלבע פייל אין פינף ערטער. ביים אנהייב איז דאס לייכט, אבער עס ווערט נאר שווערער וואס עלטער דער ביזנעס ווערט.