מ'קען חתונה מאכן אן בארגן און אן גנב'ען!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ווען ער ריקט ווען אריין נאך אפאר דאלער פאר א פעקל מוך. וואלט עס געווען א קאמפליט סעלאשן. אה קען זיין מעדיקעד באצאלט דערפאר.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אישתישבי האט געשריבן:אויב זאלען עמך אידן טוהן דער מהלך פין ר' יואלי, וואלט עס געקאסט לכל הפחות 15000 א זייט.

למשל איך פארמאג נישט א בעסמעדרעש ראוי פאר חתונות, דינג איך א זאל, איז אױב וויל איך נישט אריין פאלען אין דער נעץ פין די מינימום קאפעלס וואס זיי רעכענען לערך די ביליגסטע 12 אלפים א זייט פאר די זאל אליין, (אין ווילי איז דא א ביליגערע זאל, אויך די נייע תורה ויראה גייט זיין דאכט זיך 6000 א זייט). און איך דינג א שבע ברכות זאל, ווי צ.ב.ש. אנשי ספרד, צוויי זאלען פאר מענער און פרויען, פלאס עסען און די גאנצע משוגעת איז די מינימום 12000, דערנאך איז דא קליידונג, און א דירה, אפילו לויט זיינע חשבונות, צומאל דארף מען צאלן אפאר חדשים, און שייטלען, און מעיקאפ (פרויען דארפען אויסזעהן שיין, אז נישט קען מען גיין ווערען א פרוש מיט אלע נואפים), און עס קען נישט זיין קיין סאך ביליגער.

ווי אויך, דער וואס מאכט דער מוזיק, איך האב נישט א בחור וואס זאל עס טוהן, וואלט איך ממילא געברויכט באצאלן איינער זאל עס טוהן, און וויפיל ביליגער קען עס שוין זיין?

און בילדער, מען ברויך בילדער צו געדענקען דער חתונה, און ווייסט נישט טרעפען איינער וואס זאל כאפען די בילדער פאר ווייניגער ווי 500.

א חתונה איז סוף כל סוף א וויכטיגע מאורע, דורך גיין עקסטרעם העלפט עס נישט אונז נארמאלע מענטשן. איינער וואלט געברויכט ווייזן דער וועג אויף א דרך הממוצע, וואס איז שייך צו טוהן פאר אונז נארמאלע (אקעי, משוגעים מיט א שווארצע צייכען, ווער דער פ' קערט) מענטשן. נישט א עקסטרעם וואס קיינער קען נישט נאכטאן.

זיינע סערוויסעס זענען אויסשליסליך פאר זיינע מענטשן? האט ער אפגעזאגט פרעמדע וואס האבן אנגעפרעגט אויף צו ניצן זיין שוהל און זיינע בחורים?

נארמאל אדער עקסטרעם ווענדט זיך אין די מיינדסעט, ביי מיר איז א חתונה אין קאנטינענטל, אימפעריעל, גאלדא, בעלז אויך איבערגעטריבן...
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

חתונה מאכן, אמת אז ס'איז אן בארגען און גנב'ענען, אבער ס'איז מיט אסאך ליגענט...

אן ניטפיקונג, איז גענוג צו פרובירן צולייגען די חתונה נאכט עקספענסעס פון זיין ליסט (הכל בכל מכל...) :

קעיטעראר - היימישע יונגעלייט, פיין. אבער די עסען קאסט ביטער טייער !! אפי' קארן פלעיקס מיט מילך פאר א ציבור איז טייער, כ"ש געהעריגע עסען מיט טרינקען.

בלימען - פאלשע. דאס איז אויך בחינם? אויב מ'האט עס געבארגט מיינט עס אז איינער האט געצאלט דערפאר, און נאך אפאר מאל דארף מען דאס רעפלעיסען, אויב ס'האלט זיך מוז זיין אז ס'איז מתחילה א טייערע קוואליטעט.

וויין ברוינפען - די שמחה איז גרויס אנדעם... וועמען נער'ט ער דא. אפילו די מינימום וויין ברוינפען פאר די מנהגים און די לחיים'ס קאסט געלט. ניין, מ'קען עס נישט איבערניצען, מ'שלינגט עס אראפ...

קינדער טיש, כיבוד טיש - אריינגעכענט אין די פעקעדזש, לץ איינער. געסט עסען פאר די קינדער אדער נישט. אויב זיי עסען אדאלט עסען איז עס נאך טייערער. וואס פעקעדזש ווען פעקעדזש, ער האט די פערטיגע און רויע עסען אדער געגנב'ט אדער געשנארעט בחינם.

משפחה קליידער- 400$. יא ברענד נעים צו נישט איז אומעגליך צו אויסקליידען די משפחה פאר 400 דאלער. חוץ אז די מחותנת'טע וואקט אראפ צום חופה מיט די זעלבע איבערגענוצטע קלייד ביי אלע צען קינדער, און די קינדער גייען אפגעריבן מיט פאריעריגע זומער קליידער

ימי השמחה - אפאר (פאר צען מענטשען...?) היימישע געבעקטס, שענערע סאפער פאר ש"ב, שבת סעודה מיט אביסעל איבעריגע פארציעס פאר אפילו 2-3 געטס, קאסט אויך געלט. און ס'איז סך הכל 4 דאלער? די קענדיס קען ער אויך מאכן היימישע בחינם....

ס'קומט מעידזשאר קרעדיט פאר דורך ברעכען די נארם, האפענטליך וועט גאנץ כלל ישראל בענעפיט'ן.

אבער דער צעטל איז נאך אלס פול אוו ש*ט...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

נולד מאוחר האט געשריבן:ווען ער ריקט ווען אריין נאך אפאר דאלער פאר א פעקל מוך. וואלט עס געווען א קאמפליט סעלאשן. אה קען זיין מעדיקעד באצאלט דערפאר.

אין א''י קען מען עס קויפן אין יעדע גראסערי פאר 10 שקל, קען זיין איינער האט עם געשיקט א פעקל אדער אפשר נוצט ער פאלשע..
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סתם קענדי שווענדעריי. ער וואלט פאר די געלט געקענט ווארפן היימישע קיפעלעך...


-----
דזשאוקס אין א סייד. עס קומט אים קרעדיט אויף "למעשה" צו אריינדרינגען די איידיע פון צוימען איבעריגע הוצאות און זיך נאך פילן גוט דערמיט אנשטאט זיך שעמען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די איינציגסטע זאך וואס כ'קען זאגן אז ער האט אויפגעטון איז אז עס וועט מיט די צייט ווערן א נארמאלע זאך חתונה צו מאכן פאר ביליג ווייל ווילאנג עס וועט נישט זיין אזוי עקסטרעם קארג ווי יואלי ראטה'ס חתונה גייט עס נאך מיט מיט די מעינסטרים.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מ'קען חתונה מאכן אן בארגן און אן גנב'ען!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

גערעכט, אבער די טענה גילט אויף אלע זייטן אין די נושא.

עס איז דא צוויי ווירדען דא, די וויכטיגקייט פון חתונה האבען, און די הוצאות דאס אויסצודרוקן, און די שלעכטס פון בארגן געלט אדער אויסגעבן געלט וואס מ׳האט נישט.

ווען מען וועט אויסשמועסן די נושא אנערקענענדיג אז ביידער עגזיסטירן, וואלט מען געקענט זוכן א לעזונג. ווען איין זייט שרייט ׳עס איז נישט דא קיין סבה׳, געלט פארשווענדעניש וכדומה, און די אנדערע שרייט ׳ענין׳, האלט מען נאך נישט ביים שאלה אויף צו זוכן א תשובה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דער אמת, אז דער פראבלעם איז נישט דווקא מיט חתונה מאכן, עס איז דער פולע פיקטשער פין וועלען לעבן רייך און האבן אסאך געלט.

יעדער האט ליב צו לעבן ברייט, און צו ספענדען אויף שיינע און באקוועמע זאכן.

דאס איז אונזער לייף סטייל.

די עלטערע אידן זענען געוועהן צופרידן מיט אן אלטער הויז, און אלטער קאר און א אלטער אנצוג.

היינט דארף יעדעס קינד א נייער גלאנצעדיגער הויז קאר און קליידונג. און מען וויל פארען קיין פלארידע און ארץ ישראל אויף וואקאציע. בקיצור, דער נארם איז, לעבן ווי א גביר צו מען האט יא געלט צו נישט.

ממילא, איז חתונה מאכן נאר א סעיף קטן פין דער גאנצער פראבלעם, חתונה מאכן ביליג וועט נישט לעזן קיין שום פראבלעם, ווייל מען וועט בארגען און ספענדען ערגעץ אנדערש.

עס איז א ווייטאג צו קוקען ווי מענטשן געבען אויס געלט וואס זיי האבן נישט, און זיי שרייען, לאזט מיך נישט ספענדען, מאכט תקנות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

100% גערעכט אז די שווענדערישע לייף סטייל איז טאטאלי אוט אוו קאנטראל. יונגעלייט גייען אין טייערע רעסטוראנטן פאר סאפפער און סווייפן א צוויי מאות כאילו לא היה. טיט זיך א געפארעכץ קיין ליזענסק און קערעסטיר, ביזנעס קלעסס שטייטציך ווייל ער האט עס באקומען מיט פאינטס.

איך בין אבער נישט מסכים מיט וואס די שרייבסט אז "חתונה מאכן ביליג וועט נישט לעזן קיין שום פראבלעם, ווייל מען וועט בארגען און ספענדען ערגעץ אנדערש." ס'זענען דא מענטשן וואס קענען זיך יא קאנטראלירן און זיי לעבן מיט א חשבון אבער ווען ס'קומט צו חתונה מאכן דארף מען האנדלן מיט 6 דעות מחותנים, מחותנסטעס און חתן כלה. און טאמער איינע פון די דריי פאלט פאר פיער פרעשור איז עס זייער שווער צו שניידן הוצאות.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

I have a dream
Martin Luther King ~
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

לעיקוואד האט געשריבן:https://youtu.be/lpkfrQEKoPg

If you want to be happy, be.

Leo Tolstoy
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

לכבוד ר׳ יואל ראטה שליט״א

איך וויל אייך דערציילן מיין לעבנ׳ס געשיכטע:

איך האב חתונה געהאט בשעטו״מ פאר איבער צוואנציג יאר צוריק אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, אפאר חדשים נאך מיין חתונה בין איך געזיצן איין נאכט מיט מיין בני בית, און איבערגעגאנגען די בודזעט, און מיר זענען געקומען צום מסקנא אז איך מוז גיין ארבעטן, וכך הוה איך האב גענומען א דזאב, עטליכע חדשים שפעטער בין איך אריבער צו א צווייטע דזאב, איך האב אנגעהויבן צו פארדינען גאנץ באקוועם און צוביסלעך האב איך געזעהן אז איך טרעף מיך יעדן חודש מיט א שיינע פאר דאללער איבריג.

נו, הייב איך אן טראכטן אביסל טיפער, עס איז צייט אנצוהייבן אוועקלייגן געלט פארן צוקונפט, האב איך מיך דורעך גערעדט מיט אן עלטערן שוואגער, און ער האט מיר מייעץ געווען צו מאכן א גוטן ״לייף אינשורענס פאליסי״ וואס האט א שיינעם ״קעש וועליו״ טראכטנדיג צו זיך ווי שיין עס וועט זיין ביז א 5-10 יאר ווען איך וועל האבן גענוג פאר א דאון פעימענט פאר מיין אייגענע הויז, און אזוי ווייטער צו חתונה מאכן מיינע קינדערלעך.

האב איך זיך נאכגעפרעגט פאר א פארלעסליכע בראוקער, איך האב מיך געטראפן מיט אים, און קלאר געזאגט: איך דארף א פאליסי מיט א קעש וועליו, אין 10 יאר ארום פון בערך 100k, און פאר צוואנציג-פערציג יאר ארום, בערך 40k יעדע 2-3 יאר, און איך פלאן בכלל נישט צו באצאלן די געלט, (עס גייט אראפ פון די ״דעד בענעפיט״) למעשה האט ער מיר געגעבן א פאליסי מיט א פרומיום פון קרוב צו 8 טויזנט דאללער א יאר, וואס איך האב צוטיילט און חודש׳ליכע פעימענטס (אביסל מער פון 700 א חודש) גאנץ א שווערע אינטערנעמונג, אבער טראכטנדיג פון די גאלדענע עתיד איז עס געווען פיל גרינגער.

אזוי האב איך געלעבט א שיין אבער שפארזאם לעבן, ווען יעדע חודש פארט ארויס א פעימענט צום פאליסי, איך געדענק געוויסע חברים מיינע וואס האבן געלעבט א שענערע לעבן, מער וואקאציעס, בעסערע קאר, אבער איך האב אריינגעלייגט די פאר הונדערט דאללער ווי א חלק פון מיין בודזעט, און ווען איך האב זיך גענויטיגט און אביסל חיזוק, האב איך נישט מער ווי געדארפט קוקן אויף מיין קעש וועליו, און עס איז מיר בעסער געווארן.

צוועלף יאר שפעטער:
די משפחה איז גרעסער געווארן, די הוצאות אויך, אבער ב״ה איך האב א פיינע פרנסה, גענוג אויף צו לעבן, איך האב מיך אריינגעלייגט און זוכן צו קויפן א דירה׳לע, און ווען איך האב געזעהן ווי מיט מיין דאון פעימענט (עטוואס מער פון א מאה) קען איך נישט קויפן דאס וואס איך וויל, האב איך אינאיינעם מיט די בני בית מחליט געווען צו איבערלאזן די שטאט, און זיך אריבערציען קיין מאנסי, פון אנהייב איז עס געווען זייער שווער, הן בנוגע משפחה, ארבעט, וכו׳ והן בנוגע מוסדות, באקוועמליכקייט וכו׳ אבער וואס טוט מען נישט פאר א שענערע און בעסערע לעבן.

צוביסלעך האבן מיר זיך צוגעוואוינט צום נייעם לעבן, און אנגעהויבן הנאה האבן פון יעדע מינוט, די געשמאקע קלארע לופט, די רחוות אין שטוב, די גראז און ביימער, מיר האבן געפילט ווי דאס איז געווען פון די בעסטע החלטות אין לעבן.

נאך אפאר יאר איז דורעך און בשעטו״מ האבן מיר א שידוך געטון מיט אונזער עלטסטן זון, האב איך מיר געמאכט א חשבון לויט די חשבון פון די קינדער, אז אין די קאסע איז/וועט זיין גענוג פאר בערך 48k פער קינד, איך האב געטרענספערט די געלט צו מיין אקאונט, און אינאיינוועגס געמאכט א כמעט דעטאלירטן ליסט וואס בערך מיר ווילן פאר די חתונה.

מיר האבן געקויפט שיינע מתנות פאר די כלה, נישט רייך אבער שיין, יא א עכטע דיימאנד פארן קרוין פון מיין זון אי״ה, איך האב מיך געפילט זייער גוט אז איך קען געבן שיינע מתנות, עס איז מיר פשוט געווען גוט אויפן הארץ, און ווען די כלה האט גערופן זיך באדאנקן, איז אלעס ווערט געווען צו הערן אז מיר אינוועסטירן אין די ריכטיגע פלאץ.

ווען מיין זון איז געגאנגען פאר א שטריימל האב איך אים געזאגט: איך וויל נישט אזאנס וואס צופאלט נאך א יאר, קויף א שיינע שטריימל מיט שיינע אפענע האר, וואס מיט דעם וועסטו אי״ה מפאר זיין בראש שמחתך, נישט אויפגעריסן, אבער פאר $4,200 האט ער באקומען א שטיקל וואס ער האט באמת ליב געהאט, און איך בין געשטאנען אין געקוואלן פאר נחת, אז איך קען געבן פאר מיין זון, דאס איז דאך מיין ציל אין לעבן!!

ווען עס איז געקומען צו די חתונה נאכט הוצאות, האב איך געפרעגט מיין זון וועלכע זינגער ער האט ליב, וועלכע שפילער, און איך האב אים געגעבן אויס צו וועלן וועלכע 2 אינסטראמענטן ער וויל צולייגן, ווייל נאך אלעמען איז א חתונה א נאכט וואס בלייבט אין זיכרון א גאנץ לעבן, נו גוטע זכרונות קען נישט שאטן, א בדחן האבן מיר אוסגעקליבן א געשמאקער, ווי אויך האבן מיר אנגעבעטן ביים זאל צוצילייגן געשמאקע עסן פארן מצוה טאנץ.

אזוי האבן מיר איינגעקויפט שיין און געשמאק, בכלל נישט רייך, אבער אלעס וואס א פרישע פארפאלק קען דארפן, איין זאך וואס איך האב באיקאטירט איז דיינונג רום מעבל, וואס איך האב געזאגט פאר מיין זון אז אי״ה ווען ער קויפט זיין אייגן הויז, גיב איך אים האלב פון די מעבל דאן.

ליל החתונה הגיע:
איך בין אנגעקומען צום זאל מיט מיין פאמיליע ווי א מלך, מיין זון דער חתן, מיינע אנדערע קינדער, מיין בני בית, אלעס אזוי שיין, איך האב געלויבט און געדאנקט דעם באשעפער אויף אלע זיינע חסדים, קיין ברעקל חובות נישט, אליס איז אויסגעצאלט פון פאראויס, איך האב געפירט מיין זון אונטער די חופה מיט טרערן פון שמחה, און יא, איך בין די גליקליכסטע טאטע, אז איך קען געבן מיינע קינדער און מיין ווייב די שענסטע און די בעסטע.

אזוי איז דורעך די סעודת החתונה, איך האב באמת הנאה געהאט פון די שיינע כלי זמר, אזוי הארציג און באטעמ׳ט, עס האט אסאך צו געגעבן צו די שמחה, די ריקודים דערנאך ווי די חתן מיט די משפחה און חברים פרייען זיך און זענען געטאנצן עד לב השמים, ווען ביי די הפסקה בין איך צו געגאנגען צום מחיצה און צוגערופן מיין ווייב, און געפרעגט וויאזוי אלעס איז, און ווען די ענטפער איז געווען ״ביוטיפול״ האב איך געפילט ווי אט אט גליטשט זיך ארויס א טרער פון אמת׳ע שמחה און פרייד.

מצוה טאנץ:
דער געשמאקע בדחן האט אנגעהויבן מיט אריינפיר גראמען אויף א שיינעם וואלס, דער עולם אפילו די וואס האבן געהאלטן אינמיטן פארלאזן די זאל, זענען שטיין געבליבן אויסהערן, סארווירער האבן אריינגעברענגט געשמאקע פארבייסונגען, וואס דער עולם האט גענומען מלא חפניים, און געשמאקע קיפקעלעך האבן זיך פארמירט ארום די טישן, ווען דער בדחן מיט זיין לשון לימודים האט פיין אונטערגעהאלטן די עולם, דערנאך האט ער אויסגערופן די מצוה טענץ, שיין, געשמאק, און געשיקט, ווי נאר ביי די לעצטע דריי האט ער מער מאריך געווען, אבער איך ווייס נישט צו די עולם איז געווען דערביי אדער נישט, ווייל איך בין געזיצן מיט פארמאכטע אויגן, מלא שבח והודאה צום רבש״ע, בתודה על העבר, ובקשה על העתיד.

חתן כלה האבן געענדיגט טאנצן מצוה טאנץ עטוואס נאך צוויי אזייגער, און דער עולם איז אהיים איש על מחנהו ואיש על דגלו, ווען די קומענדיגע טעג איז נאכגעפאלגט מיט א וואך פון שבע ברכות. מזל טוב.

מאכנדיג די סה״כ וויפיל די שמחה האט למעשה געקאסט, איז מיר אויסגעקומען בערך 55k, דאס איז מיט זיבן טויזנט מער ווי געפלאנט, אבער ברוך השם, עס איז געדעקט געווארן, און איך האב עס אפילו נישט געפילט און מיין קעשענע, זעהט זיך אויס עפעס השפעות קומט יא אראפ בעת משוש.

לענינינו:
האב איך זיך ארויסגעלערנט אסאך פון מיין זונ׳ס חתונה, ואעלה אותם על הכתב למען יעמדו ימים רבים.

א אחריות׳דיגע אינגערמאן וואס טראכט סוף מעשה במחשבה תחילה, קען חתונה מאכן שיין אן קיין חובות.
איינער וואס קען נישט אוועקלייגן אויף חתונה צו מאכן, מיינט לכאורה אז זיין דירה איז אויך געדינגן, און ער וואשט אראפ דערמיט אפאר אלפים א חודש
איינער וואס טראכט נישט פון זיין חתונה, א פלאן אויף צו חתונה מאכן, וועט בדרך הטבע טאקע נישט קענען.
די פילינג פון געבן פאר די קינדער, איז פון די בעסטע פילינגס וואס א טאטע קען האבן.
א חתונה אן חובות איז פון די פרייליכסטע צייטן אין לעבן.
איינער וואס באקומט שיינע קליידער און מתנות פילט גיט אינערליך.
א קינד פילט ווען זיין טאטע גיבט אים מרצונו הטוב, און ער האט דאס ליב.
איינער וואס קארגט ביים חתונה מאכן, אפילו דאס וואס ער גיבט, פילט געצווינגן.
אין א געזונטע פאמיליע איז א שיינע שטריימל א זאך וואס א טאטע וויל געבן פאר זיין קינד, נישט ח״ו א זאך וואס א קינד דארף וויינען פאר.
שיינע מוזיק מאכט באמת פרייליך
א בדחן וואס טויגט, הערט מען אויס מיט אפענע אויערן.
מען מעג גיין שלאפן 2 אזייגער איינמאל אין 2/3 חדשים, נאך א נאנטע חתונה, עס מאכט זיך גענוג נעכט וואס מען איז אויף שפעט, מען דארף נישט ענדיגן א שמחה פריער ווי שיעורי תורה א געווענדליכן טאג.
זיך נישט ווי צו קארגן, זיך ווי צו פארדינען.
טויש נישט דיין קינד, טויש דיך.
די וועלט איז נישט משוגע.
אז א קינד איז מסכים אז מען זאל אים עביוזן, מיינט נאך נישט אז עס איז ריכטיג.
יעדע מענטש פילט גיט, ווען מען מאכט אים פילן גיט.
אז דו האסט א פראבלעם, זוך א לעזונג, שריי נישט אז יעדער האט די פראבלעם.

יעצט וויל איך דיר בעטן ר׳ יואל, ביטע ווייז אונז דיינע טעקס ריטורנס!! לאמיר זיין מהיכן ירק זה חי, קיין געהאלט נעמסטו דאך נישט, דיין ווייב ארבעט? מענטשן שטיצן דיר? פון ווי נעמסטו 7 טויזנט דאללער צו חתונה מאכן? לאמיר זעהן אויב דו ביזט בכלל דער וואס פארשטייט אונז, מיר פשוטע אידן האבן ארבעט, מיר נעמען געהאלט, קיינער שטיצט אונז נישט, וואס מיר לייגן אוועק האבן מיר, און מיר ווילן ניצן אונזער געלט אזויווי מיר האבן ליב.

און איך וויל צוענדיגן מיט א פערזענליכע בקשה, הער ביטע אויף צו טראמעטייזן מיינע קינדער!!! זיי זעהן דיינע קליפס ווי דו שרייסט אויף די מענטשהייט, און ניין זיי צאפן נישט מיין בלוט, זיי שחט׳ן מיר נישט, זיי מאכן מיר נישט קיין הארץ אטאקעס, איך האב זיי ליב מיט מיין גאנצע הארץ, און איך וויל זיי געבן אלעס אין די וועלט, און יא אפילו מיין גאנצע סעיווינגס.

כל טוב.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ווילט איר זאגן אז יעדער וואס מאכט חתונה אויף אייער סטאנדארט האט הנאה דערפון? ווער ס'האט די געלט סייווי און מאכט אבער אזא חתונה ווייל די בני בית, זוהן, טאכטער פארלאנגן עסט נישט אויף די בל תשחית? איר זענט א איינצעלע פאל, ס'איז זייער שיין צו הערן אייער מיינונג, וואו שטייט אבער די מיינונג פון רוב מחותנים? וויאזוי פילן זיי אונטער די חופה. און בעיקר מיינעך די רוב פון די מחותנים וואס האבן יא די געלט.

אויך בינעך נייגעריג וויאזוי איר פלאנט צו לעבן נאך די זעכציק? דעמאלט גייט איר אויך זיין א שיינע פארדינער? ס'גייט עפעס איבערבלייבן אויף דעמאלט?

חוץ פון די פאר טאלער וואס איר האט אראפגעפלאשט אין 'איין נאכט', פאר א שיינע שמחה וואס מאכט 'אייך' פריילעך, וואס נאך האט איר געטוהן פאר די אייער 'זוהן'ס' עתיד? האט ער פון אייך באקומען עפעס אויף נאך די חתונה אויך? אדער איז אלעס אויסגעבלאזן געווארן אין איין נאכט? ווען איר פרעגט איהם אין פינף יאר ארום וואס ס'וואלט געווען קליגער צוריקוקענדיג, וואלט ער אייך געהייסן עס איבערטוהן?

ס'איז משמע פון אייך אז ס'באדערט אז רוטה האט געהאט עפעס א השפעה אויף אייער זוהן. אפשר פילט אייער זוהן נישט שלעכט פאר אייך און אייער געלט, נאר פאר זיך! ער קוקט צו וויאזוי איר שווענדט אזויפיל געלט פאר כלומרשט פאר 'זיינעטוועגן' און דערווייל איז עס פאר 'אייערטוועגן'. ער שרייט אז איר מיינט מיר געט מיר די געלט. איך דארף נישט קיין 4200 דאלארדיגע שטריימל וואס האלט נישט מער ווי פיר יאר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום קורקלענד, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

@אדונינו
איך ווייס נישט צו די האסט אליין געשריבן די בריוו אדער ס'איז ק/פ פון וואטסעפפ אדער ווי אימער, אבער דאס ווייס איך יא אז דער שרייבער האט א בלינדע שנאה צו רב ראטה. די גאנצע געשיכטע וואס די שרייבסט האט גארנישט צו טון מיט רב ראטה'ס חתונה פלאן און טאמער וויל מען אים אראפרייסן מיט דעם מיינט עס אז מ'פארדרייט פשוט זיינע ווערטער כדי אים צו קענען אפפרעגן.
רב ראטה וויל אז יעדער זאל חתונה מאכן לויט וויפול ער קען זיך ערלויבן און מ'זאל שפענדן געלט בלויז אויף אזעלכע זאכן וואס מ'וויל באמת אליינס האבן, נישט פאר פיער פרעשור. איינער וואס קען עפארדן א $4,000 דאלער'דיגע שטריימל און האט דאס ליב זאל דאס געזינטערהייט טון, אבער איינער וואס האט נישט די איבריגע פאר טויזענט דאללער דארף חיזוק ער זאל נישט נתפעל ווערן פון חברים און משפחה, און פאר דעם קומט רב ראטה צענוץ.
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: מ'קען חתונה מאכן אן בארגן און אן גנב'ען!

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

קורקלענד האט געשריבן:ווילט איר זאגן אז יעדער וואס מאכט חתונה אויף אייער סטאנדארט האט הנאה דערפון? ווער ס'האט די געלט סייווי און מאכט אבער אזא חתונה ווייל די בני בית, זוהן, טאכטער פארלאנגן עסט נישט אויף די בל תשחית? איר זענט א איינצעלע פאל, ס'איז זייער שיין צו הערן אייער מיינונג, וואו שטייט אבער די מיינונג פון רוב מחותנים? וויאזוי פילן זיי אונטער די חופה. און בעיקר מיינעך די רוב פון די מחותנים וואס האבן יא די געלט.

אויך בינעך נייגעריג וויאזוי איר פלאנט צו לעבן נאך די זעכציק? דעמאלט גייט איר אויך זיין א שיינע פארדינער? ס'גייט עפעס איבערבלייבן אויף דעמאלט?

חוץ פון די פאר טאלער וואס איר האט אראפגעפלאשט אין 'איין נאכט', פאר א שיינע שמחה וואס מאכט 'אייך' פריילעך, וואס נאך האט איר געטוהן פאר די אייער 'זוהן'ס' עתיד? האט ער פון אייך באקומען עפעס אויף נאך די חתונה אויך? אדער איז אלעס אויסגעבלאזן געווארן אין איין נאכט? ווען איר פרעגט איהם אין פינף יאר ארום וואס ס'וואלט געווען קליגער צוריקוקענדיג, וואלט ער אייך געהייסן עס איבערטוהן?


זייער גוט געשריבן.
אפשר לייגסטו ארויף דיין ליסט איך האב גערעדט צו אידן וואס האבן יא געשפארט אין זיי זאגן נישט אינטער 70 אלפים.
דאס מענטשעלע שפילט........
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: מ'קען חתונה מאכן אן בארגן און אן גנב'ען!

שליחה דורך טמיר »

אדונינו, וויפיל מענטשן מיינסטו האבן א פאליסי פון וואס זיי קענען אזוי שמירנישדירניש טרעספערן 55 אלפים? און וויפיל האבן סתם א שיינע פרנסה וואס קלעקט אפילו צי באצאלן קעמפ פאר אלע קינדער?

דיינע ווערטער פארטרעטן זייער א קליינע פראצענט פון יהדות החרדית, איך ווייסט נישט פונקטלעך וויפיל, אבער איך גלייב אז ניטאמאל 20 פראצענט
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

מיט א פאלעסי פון 700 א לחודש, קומט *נישט* ארויס אונטער דרייסיג יאר א קעש וועליו פון 100 אלפים, פלאס נאך 45 טויזנט יעדע פאר יאר. נישטא אזא זאך.

א גוטן פורים.
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

איסר האטלקי האט געשריבן:מיט א פאלעסי פון 700 א לחודש, קומט *נישט* ארויס אונטער דרייסיג יאר א קעש וועליו פון 100 אלפים, פלאס נאך 45 טויזנט יעדע פאר יאר. נישטא אזא זאך.

א גוטן פורים.

א פרימיום פון 3,000 א יאר, וואס מען אוועדרעפט צו 8,000, פאר 40 יאר, איז ווערט איבער 500,000, און די פאליסי וואקסט ווייטער אפילו מען נעמט ארויס די געלט, כל זמן מען צאלט די פרימיום.
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

שמעון וואלף האט געשריבן:@אדונינו
איך ווייס נישט צו די האסט אליין געשריבן די בריוו אדער ס'איז ק/פ פון וואטסעפפ אדער ווי אימער, אבער דאס ווייס איך יא אז דער שרייבער האט א בלינדע שנאה צו רב ראטה. די גאנצע געשיכטע וואס די שרייבסט האט גארנישט צו טון מיט רב ראטה'ס חתונה פלאן און טאמער וויל מען אים אראפרייסן מיט דעם מיינט עס אז מ'פארדרייט פשוט זיינע ווערטער כדי אים צו קענען אפפרעגן.
רב ראטה וויל אז יעדער זאל חתונה מאכן לויט וויפול ער קען זיך ערלויבן און מ'זאל שפענדן געלט בלויז אויף אזעלכע זאכן וואס מ'וויל באמת אליינס האבן, נישט פאר פיער פרעשור. איינער וואס קען עפארדן א $4,000 דאלער'דיגע שטריימל און האט דאס ליב זאל דאס געזינטערהייט טון, אבער איינער וואס האט נישט די איבריגע פאר טויזענט דאללער דארף חיזוק ער זאל נישט נתפעל ווערן פון חברים און משפחה, און פאר דעם קומט רב ראטה צענוץ.

פארוואס רעדט נישט רב ראטה פון אוועקלייגן געלט?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

וואס מיינט איר טוהט מען מיט געלט וואס מ'ספענדט נישט? ער האלט אין איין רעדן פון נישט אויסגעבן געלט אויף וואס ס'פעלט נישט אויס. אז מ'געבט נישט אויס, וואו אהין גייט עס?

וואס ווילט איר ער זאל זאגן צו טוהן מיט שווער אפגעשפארטע און אוועקגעלייגטע געלט? מ'זאל עס אוועקגעבן פאר א לייף אינשורענס קאמפאני? אויף דעם שפארט מען געלט? להוי ידוע האול לייף אינשורענס איז א שלעכטע איידיע. איך וויל אייך נישט מאכן פילן שלעכט נאך דרייסיג יאר לעבן אין א טעות. און אויך וויל איך נישט פארדרייען דעם אשכול. אזויפיל יא, זאל יעדער טוהן מיט געלט וויאזוי ער פארשטייט און זאל נישט געצוואונגען ווערן ביי קיינעם וויאזוי עס צו ניצן/ספענדן/אינוועסטירן....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אדונינו האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:מיט א פאלעסי פון 700 א לחודש, קומט *נישט* ארויס אונטער דרייסיג יאר א קעש וועליו פון 100 אלפים, פלאס נאך 45 טויזנט יעדע פאר יאר. נישטא אזא זאך.

א גוטן פורים.

א פרימיום פון 3,000 א יאר, וואס מען אוועדרעפט צו 8,000, פאר 40 יאר, איז ווערט איבער 500,000, און די פאליסי וואקסט ווייטער אפילו מען נעמט ארויס די געלט, כל זמן מען צאלט די פרימיום.

אכט טויזנט דאלער יערלעך וואס איז ווערט א האלב מיליאן נאך פערציג יאר. איז א ריטורן פון אביסל ווינציגער ווי צוויי פראצענט! א ריטורן וואס געט ווייניגער צוריק ווי אינפלאציע רעכנט אראפּ. און אנדערע ווערטער 'א פארלוסט'.
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

קורקלענד האט געשריבן:
אדונינו האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:מיט א פאלעסי פון 700 א לחודש, קומט *נישט* ארויס אונטער דרייסיג יאר א קעש וועליו פון 100 אלפים, פלאס נאך 45 טויזנט יעדע פאר יאר. נישטא אזא זאך.

א גוטן פורים.

א פרימיום פון 3,000 א יאר, וואס מען אוועדרעפט צו 8,000, פאר 40 יאר, איז ווערט איבער 500,000, און די פאליסי וואקסט ווייטער אפילו מען נעמט ארויס די געלט, כל זמן מען צאלט די פרימיום.

אכט טויזנט דאלער יערלעך וואס איז ווערט א האלב מיליאן נאך פערציג יאר. איז א ריטורן פון אביסל ווינציגער ווי צוויי פראצענט! א ריטורן וואס געט ווייניגער צוריק ווי אינפלאציע רעכנט אראפּ. און אנדערע ווערטער 'א פארלוסט'.

ווער רעדט פון א ריטורן? מען רעדט נישט פון א אינוועסטמענט, מען רעדט פון סעיווינגס.
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

קורקלענד האט געשריבן:וואס מיינט איר טוהט מען מיט געלט וואס מ'ספענדט נישט? ער האלט אין איין רעדן פון נישט אויסגעבן געלט אויף וואס ס'פעלט נישט אויס. אז מ'געבט נישט אויס, וואו אהין גייט עס?

וואס ווילט איר ער זאל זאגן צו טוהן מיט שווער אפגעשפארטע און אוועקגעלייגטע געלט? מ'זאל עס אוועקגעבן פאר א לייף אינשורענס קאמפאני? אויף דעם שפארט מען געלט? להוי ידוע האול לייף אינשורענס איז א שלעכטע איידיע. איך וויל אייך נישט מאכן פילן שלעכט נאך דרייסיג יאר לעבן אין א טעות. און אויך וויל איך נישט פארדרייען דעם אשכול. אזויפיל יא, זאל יעדער טוהן מיט געלט וויאזוי ער פארשטייט און זאל נישט געצוואונגען ווערן ביי קיינעם וויאזוי עס צו ניצן/ספענדן/אינוועסטירן....

מיט געלט וואס מען ספענדט נישט, קען מען גארנישט טון, מען קען נאר טון עפעס מיט געלט וואס מען לייגט אוועק, און אנשטאט אונטערן מאטראץ, איז א פאליסי א גוטע זאך.
פארשפארט