יעקב מענטש האט געשריבן:קומזיץ האט געשריבן:אז די פארשטייסט נישט פונטקליך ווי אזוי עס ארבעט מיינט נישט אז עס איז א סקעם ,
ס'איז שווער צו פארשטיין ווי אזוי עס ארבעט על רגל אחת אבער איך ווייס פון מענטשען וואס טוען אין פראגראמינג וואס האבן פארשטאנען ווי אזוי עס ארבעט,
אויך רעדט מען נישט דא פון עפעס א געהיימע פארשוין וואס זיצט אין אינדיע אדער פאקיסטאן און סקעמ'ט מענטשען , ס'איז דא אסאך באקאנטע פראמאנירטע מענטשען וואס זענען ארויסגעקומען מיט נייע coins ווייל זיי האלטן אז ס'איז דא א עתיד און דעם,
אסאך פון דעיע איז גרינג צו פארשטיין ווי אזוי מען קען מאכן געלט פון דעם, זיי זאגן אז עס קען נעמען צייט ביז האנדלען דורכ'ן blockchain וועט ווערן עובר לסוחר.
סקעם איז מעגליך אומריכטיג (ווענגלייך ס'איז זיכער די מערסטע באנוצטע קארענסי ביי שווינדלער...)
אבער ס'איז קלאר אז ס'פעלט אין דעם די יסודות אויף וואס א קארענסי איז געבויעט, קיינער מאכט נישט אוועק די געלונגענע טעכנאלאגיע, און זאל די אמעריקאנע גאווערמענט ארויפלייגן דעם דאלער אויף א בלאקטשעין סיסטעם וואלט עס זיכער פאראויסגערוקט די וועלט, אבער א ביטקוין אן קיין שום סיבה פארוואס דאס זאל ווערט זיין איז טאקע נאר ווערט ווילאנג ס'איז אין די נייעס.
די סיבה איז ווייל אסאך מענטשען גלייבן אין אזא קארענסי וואס איז נישט מוניפולירט ביי רעגירונג וכד' און ס'איז דא א מקסימום פון ביטקוין'ס וואס קענען ווערן פאבריצירט ,
די אלע אנדערע גרויסע coins האבן אויך יעדער זיין איינפאל און אייגענארטיקייט פארוואס עס זאל ווערן א עובר לסוחר און בדרך כלל די וואס שטייען אין שפוץ פון דעם זענען באקאנטע מענטשען וואס מענטשען שפירען אז מען קען זיך פארלאזן אויף זיי